איך בין אביסל שפעט, אבער איך וויל צוויי זאכן צולייגען צום שמועס.
1. פאר 1942 האט מען אין פוילן געמיינט אז ס'קען אזוי אנגיין מיט'ן שרעק און הונגער. מ'האט געמיינט אז מ'עט זיך קענען ראטעווען אויב מען פאלגט. די נאצי'ס ימ"ש (בעזרת ידידיהם הציונים, שטייט זיך 🙂 האבען איינגעפירט א שטארקע סיסטעם פון קאלעקטיו"ו שטראף, און ווען מ'האט עפעס געטוהן פאר א נאצי, זענען צען משפחה מיטגלידער פונ'ם פארברעכער גע'הרג'ט געווארען. ווילאנג מ'האט געמיינט ס'איז דא א האפענונג צו לעבן קען מען זיך נישט ווידערשטעלן.
2. איך האב געליינט א ביכל וועגען דעם שטאט איישישאק (פאר צופאל א זייער אינטרעסאנטע ביכל, איך האב געטראפען בילדער פון זיידעס און פעטערס מיט טשיקאווע מעשיות און פערספעקטיווען פון אמאל) און מ'באשרייבט ווען די דייטשן זענען געקומען קיין איישישאק, כדרכם בכל מדינת ליטא, האט מען גלייך ארויסגענומען די אידן צום טויט. אין דערנעבענדיגע ראדין האבן אפאר אידן אנגעווארפען שטיינער מיט ערד אויף די מערדער'ס און זייער פערד. מ'האט אפגעשטופט האלב די רציחה אויף מארגן, און דאכט זיך האבן 27 מענטשען זיך געראטעוועט. רוב זענען שפעטער אומגעקומען דורך די היגע גוים ימ"ש אבער כ'מיין אז 9 האבען איבערגעלעבט. ווען מ'וואלט אזוי געטוהן אין יעדער שטאט אין ליטא און אונגארן (פוילן איז נישט נוגע כנ"ל) וואלטן אסאך מער געלעבט. אוודאי אן אויפרייס ווי אין ווארשא ראטעוועט נישט קיין איין מענטש, אבער אויף א קלענער פארנעם קען אפשר יא העלפן.