☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » כפירה בביאת המשיח רח״ל! הייתכן?!

כפירה בביאת המשיח רח״ל! הייתכן?!

33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6320

פארוואס? » זונטאג אפריל 27, 2014 10:06 pm

· #197577
כפירה בביאת המשיח רח״ל! הייתכן?!
עס איז א ביסל א האקעלע נושא, איך האב אסאך געטראכט צו איך זאל רעדן דערוועגן אדער נישט, אבער איך מיין אז אזא תופעה טאר נישט פארשוויגן ווערן.
דער נושא איז, אמונה בביאת המשיח. ווי יעדער פון אונז גלייבט באמונה פשוטה, אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח, ואף על פי שיתמהמה, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא. דאס איז איינס פון די י״ג עיקרים.
אבער צו מיין אנטוישונג זעה איך אסאך מאל, ווי ערנסטע חסידישע יונגעלייט מאכן אוועק במחי יד אט די גאנצע פעלזן פעסטע אמונה.
ניין. איך גיי נישט רעדן איבער דאס וואס מען קען באמערקן בעקיפין אין יעדן צווייטן אז זייער אמונה בביאת המשיח איז זייער שוואך רח״ל, וויפיל מאל קומט אויס צו הערן אפילו פון די שענסטע און די בעסטע, מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל, זייערע ווייטע פלענער אויפן עתיד.
אז מען הערט א מענטש חתמ׳עט א מארגעטש אויף 30 יאהר, איז עס א מעסעדזש - בעקיפין - אז ער גלייבט נישט צו שטארק און אמת׳דיג אין ביאת המשיח.
איך ווייס אז עס איז דא א באקאנטע שפריך-ווארט דמתאמרא בי מדרשא (איך מיין פונעם חתם-סופר), אז ווען עס קומט צו בויען תורה קוקט מען נישט אויף ביאת המשיח.
כאטש וואס דער דאזיגער ווארט איז זייער אומ-פארשטענדליך, און מסופקני אם יצא כזאת מפי החתם סופר. און מען רעדט אויך נאר וועגן בויען תורה, אבער נישט וועגן בויען אייגענע ביזנעסער, וכדומה.
אבער איך בין דא נישט אינטרעסירט צו מקטרג זיין אויף כלל ישראל, איך וועל אננעמען פאר יעצט, אז אידן מיינען גוט, מ׳כאפט זיך פשוט נישט וואסארא דברי כפירה ונאצה ליגט אונטער אזעלכע דיבורים און מעשים. און קען אויך זיין אז מען פארלאזט זיך אויף די גמרא אין סנהדרין (צ״ז, א) אז משיח וועט קומען בהיסח הדעת.
אבער וואס האט מיר יא ארויסגעברענגט פון די כלים? איז די פאלגענדע עפיזאד וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין פארנט פון מיינע צוויי אויגן.
ביי אונז אין ירושלים איז היינט געהערט געווארן א הויכע פייף, (דא הייסט עס: א צפירה), וואס די ציונים מאכן לזכר חללי השואה. יעדער איז דערשראקן געווארן פאר א קורצע וויילע, נישט כאפנדיג וואס איז פונקטליך געשעהן. הער איך ווי איינער רופט זיך אן צום צווייטן הויך: משיח איז דא! משיח קומט!
זאגט איהם יענער מיט א טשאלמער קאלטקייט: זאג איהם ער זאל ווארטן א מינוט, איך האב שוין געווארט אויף איהם צוויי טויזנט יאהר, ער מעג ווארטן איין מינוט פאר מיר.
ווען איך האב געהערט אזעלכע רייד, בין איך דערשיטערט און צוטרייסלט געווארן עד דכדוכה של נפש. הייתכן?! אזוי צו אפחוזק׳ן פון איינע פון די דרייצן יסודות וואס מיר גלייבן?
מיינט נישט. מען רעדט דא נישט פון עפעס א קל, נישט עפעס סתם א ליידיג-גייער וואס טראכט נישט קיין צוויי פארן ארויסזאגן א ווארט פון מויל. מען רעדט פון איינע מבני הישוב הישן, פון ירושלים של מעלה. אבער אזוינס? אזוי צו רעדן, האב איך נישט געקענט פארשווייגן.
איך בין בטבע זייער א ביישן, איך האב נישט געהאט די שטאלץ צו זאגן יענעם אין פנים אריין: אנטשולדיגט, איהר רעדט דברי כפירה! איך האב געמוזט אראפשלינגען די שרעקליכע ווערטער, און ווארטן ביז איך וועל קענען אויסגיסן מיין הארץ אין קאווע שטיבל. (און אין איינוועגס, אפשר באקומען עטליכע לייקס. אבער גלייבט מיר, איך מיין עס לשם שמיים).
איך טראכט צו מיר, שטעל זיך פאר איינער א היימישער יונגערמאן קומט דיר זאגן שטילערהייט: איך גלייב נישט אין די ערשטע אני מאמין! איהר וואלט זיכער דערציטערט געווארן ביז צום טויט.
און דא קומט איינער בריש גלי, און חוזק׳ט אפ פונעם לעצטן אני מאמין, אהן קיין שום פראבלעם, ואין פוצה פה ומצפצף.
און איך האב געטראכט צו מיר נאך אסאך מער פון דעם. דער וואס גלייבט נישט אין די ערשטן אני-מאמין רח״ל, קען מען אביסל פארשטיין, נאך אלעס האט ער נעבאך נישט קיין וועג וואס זאל איהם אויפווייזן קליפ און קלאר אז: הוא בורא ומנהיג לכל הברואים.
אבער איינער וואס גלייבט אין אלע 11 אני מאמין, ער גלייבט דאך אין די תורה, ער גלייבט דאך אין חז״ל, מוז ער דאך אויך גלייבן אז משיח וועט קומען.
נאר וואס דען? ער איז דאך נישט געקומען שוין אזויפיל יאהרן.
דאס איז נישט קיין ערנסטע טענה, ווייל משיח דארף נישט קומען מער ווי איין סעקונדע אינעם היסטאריע, און אט די סעקונדע וועט זיין ווען עס וועט זיין. דאס וואס ער איז נישט געקומען ביז אהער, איז נישט קיין שום באווייז אויפן עתיד.
שוין. איך בין נישט דא געקומען מקטרג זיין אויף כלל ישראל, אבער איך האלט אז עס איז פון די דברים הצריכים חיזוק.

פליקער » זונטאג אפריל 27, 2014 10:15 pm

· #197579
דיין ראיה פון מארגידש איז דירעקט א ראיה אז מען גלייבט יא און ביאת המשיח, ווייל ער ווייסט אז ער קען נישט באצאלן די מארגידש, נאר פארוואס'זשע דען נעמט ער א מארגידש וואס ער קען נישט באצאלן, נאר ווייל ער ווייסט אז משיח קימט עני סעקאנד.

ונבנתה העיר » זונטאג אפריל 27, 2014 10:20 pm

· #197580
פארוואס?
אז מען הערט א מענטש חתמ׳עט א מארגעטש אויף 30 יאהר, איז עס א מעסעדזש - בעקיפין - אז ער גלייבט נישט צו שטארק און אמת׳דיג אין ביאת המשיח.

איך ווייס נישט וויפיהל דו מיינסט ערנסט און וויפיהל איז ליצנות, אבער אמונה בביאת המשיח זאגט נישט 'ווען' דאס גייט פאסירן, 'אחכה' מיינט ווארטן\האפן.
פארוואס?
נאר וואס דען? ער איז דאך נישט געקומען שוין אזויפיל יאהרן.
דאס איז נישט קיין ערנסטע טענה, ווייל משיח דארף נישט קומען מער ווי איין סעקונדע אינעם היסטאריע, און אט די סעקונדע וועט זיין ווען עס וועט זיין. דאס וואס ער איז נישט געקומען ביז אהער, איז נישט קיין שום באווייז אויפן עתיד.

ואדרבה, ווייל ער איז נאכנישט געקומען שטייגן די שאנסן יעדע רגע פילפאכיג מער, אפשר קענסטו עס אויסארבעטן ע"פ סטטיסטיקה.

פישלע העררינג » זונטאג אפריל 27, 2014 10:24 pm

· #197581
פארוואס?

ביי אונז אין ירושלים איז היינט געהערט געווארן א הויכע פייף, (דא הייסט עס: א צפירה), וואס די ציונים מאכן לזכר חללי השואה. יעדער איז דערשראקן געווארן פאר א קורצע וויילע, נישט כאפנדיג וואס איז פונקטליך געשעהן. הער איך ווי איינער רופט זיך אן צום צווייטן הויך: משיח איז דא! משיח קומט!
זאגט איהם יענער מיט א טשאלמער קאלטקייט: זאג איהם ער זאל ווארטן א מינוט, איך האב שוין געווארט אויף איהם צוויי טויזנט יאהר, ער מעג ווארטן איין מינוט פאר מיר.

אין כאן כפירה.

דער משיב האט געזעהן אז דער שואל ווייסט נישט אז דער פייף באדייט צו זיין שטיל און דום פאר איין איינציגע מינוט, האט ער אים געענטפערט מעניינו של חג, אז ער זאל ווארטן איין מינוט...

ער האט פשוט געטריבן שפאס פון דער פארוואונדערטע שואל וואס דערקענט נישט די צפירה.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 27, 2014 10:25 pm

· #197582
איך בין נאאיוו, ביטע ערקלער מיר, פ"וו איז נעמן א מורטגידזש א סתירה מיט אמונה בביאת המשיח? נאך ביאת המשיח וועלן אלע הייזער אין USA עקספלאודן?
וועט מען נישט נעמן קיין הלואות נאך ביאת המשיח?
און, צום לעצט, א זייער הייקלע שאלה, וועלן זיין יידן אין חוץ לארץ נאך ביאת המשיח? איך מיין, פארוואס נישט?

פארוואס? » זונטאג אפריל 27, 2014 10:33 pm

· #197584
פישל'ע העררינג
פארוואס?

ביי אונז אין ירושלים איז היינט געהערט געווארן א הויכע פייף, (דא הייסט עס: א צפירה), וואס די ציונים מאכן לזכר חללי השואה. יעדער איז דערשראקן געווארן פאר א קורצע וויילע, נישט כאפנדיג וואס איז פונקטליך געשעהן. הער איך ווי איינער רופט זיך אן צום צווייטן הויך: משיח איז דא! משיח קומט!
זאגט איהם יענער מיט א טשאלמער קאלטקייט: זאג איהם ער זאל ווארטן א מינוט, איך האב שוין געווארט אויף איהם צוויי טויזנט יאהר, ער מעג ווארטן איין מינוט פאר מיר.

אין כאן כפירה.

דער משיב האט געזעהן אז דער שואל ווייסט נישט אז דער פייף באדייט צו זיין שטיל און דום פאר איין איינציגע מינוט, האט ער אים געענטפערט מעניינו של חג, אז ער זאל ווארטן איין מינוט...

ער האט פשוט געטריבן שפאס פון דער פארוואונדערטע שואל וואס דערקענט נישט די צפירה.

האא. ניחמתנו ניחמתנו.
איך האב געוואוסט אז קאווע-שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ וואו איך וועל הערן סניגוריא אויף כלל ישראל.
און איין ווארט:
אין כאן כפירה, יש כאן צפירה.

יאיר » זונטאג אפריל 27, 2014 11:05 pm

· #197597
היימישער ליטוואק
איך בין נאאיוו, ביטע ערקלער מיר, פ"וו איז נעמן א מורטגידזש א סתירה מיט אמונה בביאת המשיח? נאך ביאת המשיח וועלן אלע הייזער אין USA עקספלאודן?
וועט מען נישט נעמן קיין הלואות נאך ביאת המשיח?
און, צום לעצט, א זייער הייקלע שאלה, וועלן זיין יידן אין חוץ לארץ נאך ביאת המשיח? איך מיין, פארוואס נישט?

אמר רבי חנינא אחר ארבע מאות לחורבן הבית אם יאמר לך אדם קח שדה שוה אלף דינרים בדינר אחד לא תקח במתניתא תנא אחר ארבעת אלפים ומאתים ושלשים ואחת שנה לבריאת עולם אם יאמר לך אדם קח לך שדה שוה אלף דינרים בדינר אחד אל תקח (עבודה זרה ט' ע"ב).
אל תקח - שהיא קץ הגאולה ותקבץ להר הקודש לנחלת אבותיך ולמה תפסיד הדינר (רש"י).

מאטי » זונטאג אפריל 27, 2014 11:11 pm

· #197599
פון וויקי
ביאת המשיח כ"עיקר אמונה"עריכה

הרמב"ם מנה את האמונה בביאת המשיח כאחד בי"ג עיקרים, שמי שאינו מאמין בהם יצא מכלל ישראל ואין לו חלק בעולם הבא.
אמנם, היו (כדוגמת ר' יוסף אלבו בעל ספר העיקרים) שעירערו על כך, שהרי בתלמוד מובאת דעתו של רבי הילל, אשר אמר ש"אין להם משיח לישראל, שכבר אכלוהו בימי חזקיה" (היינו שהנבואות על המשיח היו רלוונטיות לימי חזקיהו בלבד, אשר היה יכול להיות משיח, וע"פ רש"י שם, הכוונה היא לכך שה' יגאל אותנו בעצמו ללא שליחים). ולא היה מי שאמר שרבי הילל הוא כופר, אלא רק אמרו שטועה הוא. דחיות שונות נאמרו לגבי ראיה זו,

וגישתו של הרמב"ם היא זו שהתקבלה באופן כללי.מנגד,
כך כתב הרמב"ם על ההתעסקות בזמן בואו של המשיח ובחישוב הקץ:ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות, ולא יאריך בדברי מדרשות האמורים בעניינים אלו וכיוצא בהן; ולא ישימם עיקר--שאינן מביאין לא לידי אהבה, ולא לידי יראה. וכן לא יחשב הקיצין; אמרו חכמים, תפוח דעתן של מחשבי קיצין. אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר, כמו שביארנו...

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 27, 2014 11:47 pm

· #197609
כ'דענק נישט פין וועמען מען זאגט עס נאך, איינער פין דער צווייטער דור חסידישער רביס, אז אין דער משיח וואס מען גלייבט היינט, קען נישט קומען.

כלומר, דער משיח איז געווארען עפעס א בריה מן השמים וואס מען האפט וועט אראפפאלען פין הימעל, און דאס קען קיינמאל נישט זיין.

נאך די משיחי שקר, איז דער גאנצער אמונה בביאת משיח געטוישט געווארען, ווייל מען פלעגט גלייבען אין די משיחי שקר.

יאיר » זונטאג אפריל 27, 2014 11:51 pm

· #197612
בכלל קען נישט משיח קומען, ווייל איינע פון די תנאים איז אז ער זאל האבן איינגענומען ארץ ישראל, און איינמאל ער פרובירט נאר איינצונעמען ארץ ישראל איז ער שוין א כופר בעיקר וואס האט עובר געווען אויף די שלש שבועות, און אזא בעל עבירה וועט זיכער נישט מצליח זיין.

איחוד פעלד » זונטאג אפריל 27, 2014 11:56 pm

· #197614
נו, און וואס זאגט דער ויואל משה?

מאטי » זונטאג אפריל 27, 2014 11:58 pm

· #197615
קודם וועט די מדינה אונטערגיין אן קיין שום שלעכטס צו קיין שום איד. דערנאך איז שוין נישט קיין כפירה איר איינצונעמן ...

יאיר » זונטאג אפריל 27, 2014 11:59 pm

· #197616
איחוד פעלד
נו, און וואס זאגט דער ויואל משה?

דער ויואל משה זאגט אז ער גייט מוזן באווייזן אותות ומופתים. דאס האט ער געשריבן נאך פאר'ן ארויסגעבן על הגאולה וואו ער איז מברר אז די מופתים קענען קומען פון סטרא אחרא.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:00 am

· #197618
אויף היברו בוקס איז נישטא קיין ויואל משה און על הגאולה. ציוניסטען.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:02 am

· #197619
באמת, לויט רבינו יואל, ווען קען זיין א מענטש וואס קען מאכען ארץ ישראל א אידיש לאנד?

כ'האב פארשטאנען ביז היינט אז לדעתו ווען משיח זיין א מלאך וואס וועט עס מעגען טוהן. מאך איך א טעות?

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:05 am

· #197623
צום ענין פין אשכול, קען איינער פליז ממשיל זיין וויאזוי באמת משיח קען היינט קומען? וויאזוי קען זיין אז איינער זאל קענען מאכען דער זאך על פי דרך הטבע. כ'דענק נישט ס'זאל שטיין ערגעץ אז ביאת משיח מוז זיין שלא עפ"י דרך הטבע.

יאיר » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:06 am

· #197625
איחוד פעלד
באמת, לויט רבינו יואל, ווען קען זיין א מענטש וואס קען מאכען ארץ ישראל א אידיש לאנד?

כ'האב פארשטאנען ביז היינט אז לדעתו ווען משיח זיין א מלאך וואס וועט עס מעגען טוהן. מאך איך א טעות?

טעארעטיש ביסטו גערעכט, דהיינו, אין טעאריע מעג משיח יא אייננעמען משיח, אבער למעשה נעמט ער זיך אויס אזויפיל תנאים אז עס איז פאקטיש אוממעגליך אז משיח זאל אנקומען.
למשל, ער איז מברר אז משיח דארף מחזיר בתשובה זיין גאנץ כלל ישראל פאר ער נעמט איין ארץ ישראל. דאס מיינט אודאי אז יעדער וועט גלייבן אין די סאטמארע שיטה אז מען טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט. וועלן זיי דאך נישט צולאזן אז דער משיח זאל גיין אייננעמען ארץ ישראל.

יאיר » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:07 am

· #197626
איחוד פעלד
צום ענין פין אשכול, קען איינער פליז ממשיל זיין וויאזוי באמת משיח קען היינט קומען? וויאזוי קען זיין אז איינער זאל קענען מאכען דער זאך על פי דרך הטבע. כ'דענק נישט ס'זאל שטיין ערגעץ אז ביאת משיח מוז זיין שלא עפ"י דרך הטבע.

שוין געווען אמאל אזא איינער. ער האט געהייסן בן גוריון.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:10 am

· #197628
יאיר
איחוד פעלד
באמת, לויט רבינו יואל, ווען קען זיין א מענטש וואס קען מאכען ארץ ישראל א אידיש לאנד?

כ'האב פארשטאנען ביז היינט אז לדעתו ווען משיח זיין א מלאך וואס וועט עס מעגען טוהן. מאך איך א טעות?

טעארעטיש ביסטו גערעכט, דהיינו, אין טעאריע מעג משיח יא אייננעמען משיח, אבער למעשה נעמט ער זיך אויס אזויפיל תנאים אז עס איז פאקטיש אוממעגליך אז משיח זאל אנקומען.
למשל, ער איז מברר אז משיח דארף מחזיר בתשובה זיין גאנץ כלל ישראל פאר ער נעמט איין ארץ ישראל. דאס מיינט אודאי אז יעדער וועט גלייבן אין די סאטמארע שיטה אז מען טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט. וועלן זיי דאך נישט צולאזן אז דער משיח זאל גיין אייננעמען ארץ ישראל.



אי משום הא, איז עס ממילא נישט מעגליך, עס קען נישט זיין איינער זאל מחזיר בתשובה זיין אלע אידען וואס זענען היינט דא, און מען רעדט משכנע זיין אז אלע אידען זאלען אנהייבען גלייבען און אלעמען.

לדעתי האט רבינו יואל אליין גאנץ גוט געוויסט אז ער שטעלט דער משיח אין א לאך אריין וואס קען קיינמאל נישט געשעהן, און זיין כוונה איז טאקע גוועהן אז קרית יואל זאל קיינמאל נישט פלאקערען ווי א קויל.

מאטי » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:23 am

· #197635
געווען אמאל צוויי צדיקים וואס מ'האט געזאגט אז אויב זיי טרעפן זיך "פנים אל פנים" קומט זאפארט משיח. למעשה האט דער שטן געלייגט פיסעלעך און זיי האבן זיך קיינמאלג עטראפן.
פון וואו ווייס איך אז די מעשה איז אמת? ווייל איר זעט דאך. .. משיח איז נאך נישט געקומען.
זאגן אז משיח איז נאך נישט געקומען ווייל מ'ווארט אז אלע אידן זאלן תשובה טון. איז געזאגט אין אנדערע עווערטער "זיץ איין און גלות און ווארט אויפן אלף הששי וואס דאן גייט געשען וואס?? ?

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:24 am

· #197636
די אלע וואס טוהן נישט תשובה וועלען ווערען גוים.

לכאורה איז דער סאטמאר רב א סתירה מיט ר' אביגדור מילער וואס זאגט אז די אידען וואס טוהן נישט תשובה וועלען שטארבען פאר ביאת משיח. אזויווי אין מצרים זענען נאר א פיפטעל ארויס. ווער ווייסט צו מיר וועלען נאך זוכה זיין.

יאיר » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:25 am

· #197639
איחוד פעלד, דורכאויס די פענאמאנעלע תשובה באוועגונג אין די זעכציגער יארן האט מען ערנסט גערעדט פון מחזיר בתשובה זיין כמעט אלע אידן. די ערשטע קלאפ איז געקומען ביי די יום כיפור מלחמה.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:26 am

· #197643
יאיר
איחוד פעלד, דורכאויס די פענאמאנעלע תשובה באוועגונג אין די זעכציגער יארן האט מען ערנסט גערעדט פון מחזיר בתשובה זיין כמעט אלע אידן. די ערשטע קלאפ איז געקומען ביי די יום כיפור מלחמה.



וואס הייסט?

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 28, 2014 2:20 am

· #197668
יאיר
היימישער ליטוואק
איך בין נאאיוו, ביטע ערקלער מיר, פ"וו איז נעמן א מורטגידזש א סתירה מיט אמונה בביאת המשיח? נאך ביאת המשיח וועלן אלע הייזער אין USA עקספלאודן?
וועט מען נישט נעמן קיין הלואות נאך ביאת המשיח?
און, צום לעצט, א זייער הייקלע שאלה, וועלן זיין יידן אין חוץ לארץ נאך ביאת המשיח? איך מיין, פארוואס נישט?

אמר רבי חנינא אחר ארבע מאות לחורבן הבית אם יאמר לך אדם קח שדה שוה אלף דינרים בדינר אחד לא תקח במתניתא תנא אחר ארבעת אלפים ומאתים ושלשים ואחת שנה לבריאת עולם אם יאמר לך אדם קח לך שדה שוה אלף דינרים בדינר אחד אל תקח (עבודה זרה ט' ע"ב).
אל תקח - שהיא קץ הגאולה ותקבץ להר הקודש לנחלת אבותיך ולמה תפסיד הדינר (רש"י).

דו פארשטייסט דאך אז די גמרא איז דברי אגדה בעלמא. אויף מיר גזאגט וויפיל מיליארדן יידן האבן גמאכט אין ריעל עסטייט זייט 400 יאר נאך דעם חורבן הבית...
און מיינע שאלות האסטו למעשה נישט מיישב גווען, פארוואס קען איך נישט האבן ריעל-עסטייט אין ניו יארק נאך דעם וואס עס וועט קיניגן א קעניג פון אפשטאם פון דוד המלך אין ארץ ישראל.

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:02 am

· #197676
איחוד פעלד
אויף היברו בוקס איז נישטא קיין ויואל משה און על הגאולה. ציוניסטען.

האסט געוואלט א ויואל משה אויף היברו?! רח"ל!

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:06 am

· #197677
היימישער ליטוואק

און מיינע שאלות האסטו למעשה נישט מיישב גווען, פארוואס קען איך נישט האבן ריעל-עסטייט אין ניו יארק נאך דעם וואס עס וועט קיניגן א קעניג פון אפשטאם פון דוד המלך אין ארץ ישראל.

אוודאי קען מען יא. אין פאקט, אלע שטחים וואס אונזער קעניג וועט איינעמען ארום אונזער לאנד, וועט ווערן א חלק פון איר, מיט אלע אירע הלכות. ארץ ישראל קען נאך ווערן אזוי גרויס ווי גאנץ אירופה אין אזיע צוזאמען.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 8:15 am

· #197680
כקען נישט ווארטען, איין טאג יום טוב.

היימישער ליטוואק » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:33 am

· #197689
קאווע טרינקער
היימישער ליטוואק

און מיינע שאלות האסטו למעשה נישט מיישב גווען, פארוואס קען איך נישט האבן ריעל-עסטייט אין ניו יארק נאך דעם וואס עס וועט קיניגן א קעניג פון אפשטאם פון דוד המלך אין ארץ ישראל.

אוודאי קען מען יא. אין פאקט, אלע שטחים וואס אונזער קעניג וועט איינעמען ארום אונזער לאנד, וועט ווערן א חלק פון איר, מיט אלע אירע הלכות. ארץ ישראל קען נאך ווערן אזוי גרויס ווי גאנץ אירופה אין אזיע צוזאמען.

קען מעןדאך בלייבן אין אירופה און אין אזיע!!

קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:23 am

· #197711
אין הכי נמי. בזמן הבית האבן אידן אויך געוואוינט אין חוץ לארץ.

פארוואס? » מאנטאג אפריל 28, 2014 10:35 am

· #197716
יאיר
איחוד פעלד
צום ענין פין אשכול, קען איינער פליז ממשיל זיין וויאזוי באמת משיח קען היינט קומען? וויאזוי קען זיין אז איינער זאל קענען מאכען דער זאך על פי דרך הטבע. כ'דענק נישט ס'זאל שטיין ערגעץ אז ביאת משיח מוז זיין שלא עפ"י דרך הטבע.

שוין געווען אמאל אזא איינער. ער האט געהייסן בן גוריון.

פארוואס געבסטו נישט די קרעדיט פארן ריכטיגן מאן? בנימין זאב הרצל.

גאלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:23 am

· #197728
דער נביא זאגט ימין ושמואל תפרוצי, דאס מיינט אז ארץ ישראל גייט זיך אויסשפרייטן רעכטס און לינקס בלי גבול, לפי"ז גייט די גאנצע וועלט גייט ווערן ארץ ישראל,
כאב אמאל געהערט אדער געזעהן אז די גאנצע וועלט גייט ווערן ארץ ישראל, און די ארגינעלע ארץ ישראל גייט ווערן ווי ירושלים,
די גויי הארצות גייען האבן 2 ברירות, אדער זיך מגייר זיין, אדער זיין נכנע און סערווירן דעם איד, וואס לפי הנביאים וועלו זיי עס טאן בשמחה ונפש חפיצה, אדער ווערן זיי נאבד מן העולם

ראש הישיבה » מאנטאג אפריל 28, 2014 5:38 pm

· #197808
באופן כללי איז ביי היימישע אידען די נושא פון משיח א ענין מקיף. עס איז נישט א זאך וואס מען לעבט מיט דעם. יעדער זאגט אז ער גלייבט אבער ביז למעשה.

ער טראכט נישט פון משיח ווען ער מאכט א לאנג טערם אינוועסטמענט, ער טראכט נישט פון משיח ווען ער נעמט א 30 יאהר מארטגעדזש.

משיח איז נוגע לחיי יום יום נאר: 1 ווען דער רעדנער וועט רעדן פון משיח וויסן מיר אז ער ענדיגט זיין דרשה, 2 ביי ממקומך טראכטן מיר פון דעם אדער ווען מיר ווילן זינגען א ווארימע ניגון (אני מאמין, רחם וכדומה).

כדי א איד זאל לעבן מיט משיח, דארף ער טוהן אין דעם. ער דארף לערנען עניני משיח וגאולה (כפי שהורה האדמו"ר מליובאוויטש זי"ע) עניני ביהמ"ק (למשל מסכת מידות), וכן עניני מצוות התלויות בארץ, וואס די אלע זאכן ברענגן אריין די מענטש אין די אטמאספערע פון ימות המשיח. וכן נהג החפץ חיים, ועוד הרבה גדולי ישראל. ממילא אזא מענטש, ווען מער רעדט פון א זאך וואס איז נוגע להרבה שנים, וועט ער טראכטן, וואס פארוואס פעלט עס אויס, משיח קומט דאך שוין.

בלאו כל זה, איז מען א נארמאלע נאטירליכע איד וואס נישט טראכטן פון משיח באופן נארמאלי, חוץ ווען ער וועט זיין רח"ל בעת צרה, וואס די איינציגסטע פתרון פאר זיין צרה (חוץ פון זיך נעמן דאס לעבן) איז אז משיח וועט קומען און אונז אויסלייזן פון גלות.

מי אני » מיטוואך מערץ 30, 2022 8:57 am

· #497225
אין די צוויי מאמרים טוהט הרב דר. מלך שפירא דורך דעם ענין פון "גלייבן" אז משיח וועט עווענטועל קומען לעומת אויך דאס אקטועלע האפן און ווארטן דערויף בכל יום, לאור דעם סומאטוכע/קאנטראווערסיע בדברי הגראי"ל שטיינמאן זצ"ל. אינעם ערשטן מאמר ברענגט ער אראפ איבער דעם טאקע צי אידן וועלן אויך וואוינען בחו"ל לאחר ביאת המשיח.

דא הא'מיר געשריבן ווי אזוי חרדים גלייבן היינט אין וואס מיינט "ביאת המשיח".