☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל - וועטער ביורא

קאווע שטיבל - וועטער ביורא

157 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #631
בלאט: 1 2 3 4

דעמאקראטיע » דינסטאג מאי 15, 2012 4:01 pm

· #12349
קאווע שטיבל - וועטער ביורא
איך עפן די אשכול פאר אלע נייעס ארום די וועטער
היינט רעגנט מארגן וועט זיין שיין אין די זיבעציגער
סוף וואך וועט ווערן אביסל ווארעמער וועט זיין אין די אכציגער
די שיינע וועטערס וועלן אנהאלטן ביז נעקסטע מיטוואך מאי 23 ווען עס ווערט ערווארטעט פרישע רעגנס

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 4:04 pm

· #12351
וועטער פאר ווי?

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 5:25 pm

· #12376
יעדער קען שרייבען פין די פלאץ וואס ער וויסט

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 5:27 pm

· #12379
אין סטעמפארדס הילל האט זיך יעצט אראפגעלאזט אזא גאס רעגן! מיין שיך איז דערעכגעווייקט

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 5:38 pm

· #12384
ווען רעגנט נישט דארט???

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 5:42 pm

· #12385
אבער אזאנס ווי יעצט שוין לאנג נישט געווען

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 5:48 pm

· #12386
ווי לאנג?

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 5:49 pm

· #12387
זינט תשנ"ח זיכער..

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 5:52 pm

· #12391
אזוי יונג ביסטו?

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 5:53 pm

· #12393
יא, געבוירן נאכן מלחמה הערשט. (וויעטנאם)

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 5:55 pm

· #12396
דעמאקראטיע
איך עפן די אשכול פאר אלע נייעס ארום די וועטער
היינט רעגנט מארגן וועט זיין שיין אין די זיבעציגער
סוף וואך וועט ווערן אביסל ווארעמער וועט זיין אין די אכציגער
די שיינע וועטערס וועלן אנהאלטן ביז נעקסטע מיטוואך מאי 23 ווען עס ווערט ערווארטעט פרישע רעגנס

אין די ניו יארקע אומגעגענט איז דא א מעגליכקייט פאר טאנדער-שטורעמס מארגן נאכמיטאג.

לעמיל » דינסטאג מאי 15, 2012 6:09 pm

· #12403
אין די ניו יארקע אומגעגענט איז דא א מעגליכקייט פאר טאנדער-שטורעמס מארגן נאכמיטאג.[/quote]
אין אפ סטעיט אדער אין שטאט?

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 6:54 pm

· #12423
ביידע

שמיטה » דינסטאג מאי 15, 2012 7:02 pm

· #12426
וואס איז די וועטער אויסקוק אויף קומענדיגע זונטאג אין ניו יארק.
האפענטליך נישט רעגן. אויב יא, איז די כינוס כלל ישראל, מיט אן אפענע דאך, אין א דילעמא

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 7:06 pm

· #12427
אויף זונטאג איז דא א 10 פראצענט טשאנס אויף רעגן. ס'וועט זיין 73 דעגריעס און פארטלי קלאודי.

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 7:07 pm

· #12428
זר זהב
אויף זונטאג איז דא א 10 פראצענט טשאנס אויף רעגן. ס'וועט זיין 73 דעגריעס און פארטלי קלאודי.

אין סטעמפארד הילס?

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 7:07 pm

· #12430
...... ניין, אין ניו יארק !!

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 7:08 pm

· #12431
איך נעמעס פון דא
<a class="postlink" href="http://www.weather.com/weather/tenday/New+York+NY+USNY0996">http://www.weather.com/weather/tenday/N ... Y+USNY0996</a>

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 7:09 pm

· #12432
דו ביסט אין סטעמפארד הילס אדער אין ניו יארק?
דא איז נישט שמייכל פארום, דא שרייבט מען ערענסט!

זר זהב » דינסטאג מאי 15, 2012 7:11 pm

· #12433
כ'פארשטיי נישט ? מיינסט אז מ'קען אין סטעמפארדס היללס נישט קוקן אנליין די וועטער אין נ.י. ?

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 15, 2012 7:20 pm

· #12437
דו האסט דא געשריבן א תגובה פרייטאג שפעט נאכמיטאג ניו יארקע זייגער, ווען אין ענגלאנד איז שוין לאנג געווען שבת.

לעמיל » פרייטאג מאי 18, 2012 1:46 pm

· #13333
וויסט איינער וואס גייט זיין די וועטער שבת?

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 18, 2012 2:04 pm

· #13343
געגנט?

לעמיל » פרייטאג מאי 18, 2012 2:06 pm

· #13348
ברוקלין

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 18, 2012 2:08 pm

· #13351
זוניג, צווישן 75 און 80 גראד.

לעמיל » פרייטאג מאי 18, 2012 2:09 pm

· #13352
שכויעך

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 22, 2012 9:38 pm

· #14326
אלע דריי טעג יו"ט שבועות גייט זיין הייס אין ניו יארק, בעיקר וועט אבער זיין הייס זונטאג און מאנטאג.

טעמפראטורן ארום 90 דעגרי.

הירשל ציג » מיטוואך מאי 23, 2012 2:43 pm

· #14474
וועטער
ס'איז בבחינת מסי"נ ווען ס'יז א 3 טאגעדיגער יט"ט אין אזא וועטער

שמואל הלוי » מיטוואך מאי 23, 2012 2:46 pm

· #14475
הירשל ציג
ס'איז בבחינת מסי"נ ווען ס'יז א 3 טאגעדיגער יט"ט אין אזא וועטער

מסי"נ אויף וואס? מסי"נ צו עסן מילכיגע אייזקרים? 😉

הירשל ציג » מיטוואך מאי 23, 2012 3:28 pm

· #14479
חאחאחא
ניין, נישט דאס

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 24, 2012 8:11 am

· #14701
שמואל הלוי
אלע דריי טעג יו"ט שבועות גייט זיין הייס אין ניו יארק, בעיקר וועט אבער זיין הייס זונטאג און מאנטאג.

טעמפראטורן ארום 90 דעגרי.

אביסל בעסערע נייעס, ס'וועט טאקע זיין הייס, אבער נישט קיין ניינציג.
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט זיין אין די מיטעלע אכציגער.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:26 am

· #14707
ערקאנדישען וועט מען אבער דארפען

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:37 am

· #14721
לעמיל
ערקאנדישען וועט מען אבער דארפען

דאס וועט מען דארפן אפילו ס'וועט זיין 75 (ווייל אינדערהיים איז פיל ווארעמער ווי אין גאס, ספעציעל שבת ויו"ט ווען די פלאמען גייען)

לעמיל » פרייטאג מאי 25, 2012 12:40 pm

· #14894
וואס הייסט יעצט וואס גייט זיין די וועטער יום טוב?

לעמיל » דינסטאג מאי 29, 2012 11:36 am

· #14922
וי לאנג גייט אונהאלטען די הייסע וועטער'ס???

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 29, 2012 12:28 pm

· #14936
לעמיל
וי לאנג גייט אונהאלטען די הייסע וועטער'ס???

נאך היינט וועט זיין ארום 90 און דעטס איט...

שפעטער נאכמיטאג ווי אויך ביינאכט וועט זיין שלאקס רעגענעס (טאנדער שטורעמס), וואס טייל דערפון קען זיין סעוויער (גאר שווער).

מארגן וועט שוין זיין אביסל קילער, דאנערשטאג נאך קילער, און פרייטאג און שבת נאך קילער מיט טעמפראטורן אין די נידריגע זיבעציגער, אבער דורכאויס שבת קען מעגליך רעגענען.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:15 am

· #15275
גוטע נייעס: קומענדיגע וואך וועט אויך נישט זיין הייס, אדרבה ס'וועט זיין קילער ווי נארמאל פאר די צייט פון יאר.
ספעציעל קומענדיגע דינסטאג און מיטוואך ווען ס'קען מעגליך זיין אין די מיטעלע הויכע זעכציגער צו ארום זיבעציג.

לעמיל » דאנערשטאג מאי 31, 2012 11:58 am

· #15296
אז יעצט איז אזוי הייס מיינט עס אז עס קימט א הייסע זימער אדער עס האט נישט איינס מיטען צווייטען???

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 31, 2012 12:12 pm

· #15304
לעמיל
אז יעצט איז אזוי הייס מיינט עס אז עס קימט א הייסע זימער אדער עס האט נישט איינס מיטען צווייטען???

יעצט איז אזוי הייס? יעצט איז אין די הויכע זיבעציגער אין ניו יארק סיטי, און די העכסטע טעמפראטור היינט איז ערווארטעט צו זיין אין די נידריגע אכציגער.
קוקט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן וואס עס הייסט ריכטיגע היצן...
אפילו אין די טעג פון שבועות און אסרו חג שבועות ווען ס'איז געווען גוט הייס איז פאקטיש נישט געווען 90 אין ניו יארק סיטי, די העכסטע טעמפראטור איז געווען 89, נאר צוליב די יומעדעטי האט זיך עס געשפירט פיל הייסער.
פארגעס נישט אז פאריאר זומער איז געווען היפש אסאך טעג איבער די תשעים אין ניו יארק סיטי, אריינגערעכענט א היץ פון 104 דעגרי אום יולי דער זיבעטער.

---
אצינד צו דיין פראגע צו ס'מיינט אז ס'קומט א הייסער זומער? ניין! ס'האט גארנישט צו טוהן מיט די כללות'דיגע אויסקוק פונעם זומער פונקט ווי די היסטארישע אקטאבער שניי פארגאנגענעם שבת נח האט נישט באדייט אז ס'קומט א קאלטע שניי'איגע ווינטער.

משה רוקח » פרייטאג יוני 1, 2012 8:05 pm

· #15510
היינט נאכט און מארגן וואס דארף צו זיין די וועטער? (אויב איינער ליינט נאך דא דריי מינוט צום זמן)

שמואל הלוי » מוצ"ש יוני 2, 2012 10:48 pm

· #15517
[ציטאט אראפגענומען]

און וועגן די רעגן פרייטאג צונאכטס האסטו פארגעסן צו באריכטן. 🙄

יידל » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:44 pm

· #15528
[ציטאט אראפגענומען]

וואס איז געווען די נקודה פון רעפארטען דריי מינוט נאכן זמן?!

שמואל הלוי » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:55 pm

· #15536
ווער זאגט אז משה רוקח וואוינט אין ברוקלין? אין אפסטעיט איז די זמן געווען עטליכע מינוט שפעטער.

יידל » מוצ"ש יוני 2, 2012 11:58 pm

· #15539
שמואל הלוי
ווער זאגט אז משה רוקח וואוינט אין ברוקלין? אין אפסטעיט איז די זמן געווען עטליכע מינוט שפעטער.

כ'האב דיך געוואלט ענטפערן אז ער שרייבט קלאר אז ער שרייבט די תגובה דריי מינוט נאכן זמן, אבער כ'האב הערשט יעצט באמערקט אז כ'האב זיך טועה געווען און ער האט געשריבן אז ער שרייבט די תגובה דריי מינוט פארן זמן. אבער די קושיא איז במקומה עומדת - וואס איז די נקודה צו רעפארטן וועטער דריי מינוט פארן זמן ווען קיינער איז שוין נישט אנליין (האפענטליך)?

שמואל הלוי » זונטאג יוני 3, 2012 12:01 am

· #15540
א הארבע רוקח...

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 12:01 am

· #15541
דא אין ציריך איז געווען הייס און יומיד, א שרעק!

יידל » זונטאג יוני 3, 2012 12:08 am

· #15544
זר זהב
דא אין ציריך איז געווען הייס און יומיד, א שרעק!

האסט געמופט פון לאנדאן קיין ציריך? מזל טוב!

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 12:38 am

· #15547
וואס עפעס געמופט ? מ'גייט אמאל א שבת צום טאט'ן.

זר זהב » זונטאג יוני 3, 2012 12:41 am

· #15548
[ציטאט אראפגענומען]

איך ליעב נישט אריינצופאלן אינעם נעט גלייך מוצע שבת

געפילטע פיש » זונטאג יוני 3, 2012 4:36 am

· #15575
זר זהב
וואס עפעס געמופט ? מ'גייט אמאל א שבת צום טאט'ן.

ווילסט מיר אוועק געבן אביסל מיילידש? ביזט דאך נאר וואס געווען אין סיטי פיעלד...
בלאט: 1 2 3 4