☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » קאווע שטיבל - וועטער ביורא

קאווע שטיבל - וועטער ביורא

157 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #631
בלאט: 1 2 3 4

שמואל הלוי » זונטאג יוני 3, 2012 7:19 pm

· #15776
קוקט אויס אז מ'קען נעמען א שטיקל ברעיק פונעם עיר קאנדישאן...

די קומענדיגע פאר טאג (מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך) וועט זיין אין די הויכע זעכציגער.

סוף וואך וועט שוין זיין מילדער מיט טעמפראטורן אין די נידריגע מיטעלע זיבעציגער.

שמואל הלוי » מאנטאג יוני 4, 2012 12:05 pm

· #15931
גאנץ קיל אינדרויסן אינאיינעם מיט א רעגן, ס'איז יעצט אין די מיטעלע פופציגער.

שמואל הלוי » מיטוואך יוני 6, 2012 4:51 pm

· #16477
פון מארגן ביז סוף וואך וועט שוין זיין צוריק אין די זיבעציגער.

קומענדיגע וואך וועט זיין נאך ווארעמער, אבער נישט געפערליך הייס.
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט זיין אין די נידריגע אכציגער.

שמואל הלוי » זונטאג יוני 17, 2012 10:41 am

· #18210
די וואך מיטוואך און דאנערשטאג גייט זיין שטארק הייס אין די ניו יארקע אומגעגנט, מיט טעמפראטורן אין די נידריגע מיטעלע ניינציגער.

געפילטע פיש » מיטוואך יוני 20, 2012 12:28 am

· #18790
שמואל הלוי
די וואך מיטוואך און דאנערשטאג גייט זיין שטארק הייס אין די ניו יארקע אומגעגנט, מיט טעמפראטורן אין די נידריגע מיטעלע ניינציגער.

הויעכע ניינציגער צו הונדערט!
📎 weather.PNG

לעמיל » מיטוואך יוני 20, 2012 10:00 am

· #18842
עס קימט א פיינע עלקטריק ביל דעי חודש

שמואל הלוי » דאנערשטאג יוני 21, 2012 5:32 pm

· #19189
למעשה איז אין סענטראל פארק מאנהעטן געווען סיי נעכטן און סיי היינט 94 דעגרי.

נס קאווע » דאנערשטאג יוני 21, 2012 6:28 pm

· #19212
און ס' האט געפיעלט ווי 105, פון וואו ווייסטו וויאזוי 105 פיעלט? אז ווען ס'איז 105 פיעלט עס ווי 120

לעמיל » פרייטאג יוני 22, 2012 9:58 am

· #19293
וויאזוי גייט זיין שבת? אויך אזוי הייס?

שמואל הלוי » פרייטאג יוני 22, 2012 12:00 pm

· #19317
ניין

שמואל הלוי » פרייטאג יוני 22, 2012 12:03 pm

· #19318
היינט נאכמיטאג און ביינאכט איז ערווארטעט שווערע טאנדער שטורעמס, וואס וועט פארלייכטערן די היץ.

און מארגן שבת וועט שוין זיין אין די אכציגער.

במשך די קומענדיגע וואך וועט זיין מערסטנס אין די זיבעציגער.

שמואל הלוי » דינסטאג יוני 26, 2012 12:09 pm

· #20074
א פרישע היץ כוואליע איז ערווארטעט פאר פרייטאג שבת און זונטאג, ווען ס'וועט ווידעראמאל זיין אין די מיטעלע ניינציגער אויב נישט מער.

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 10:38 am

· #22117
עס קומט א הייסע שבת

שמעלקא » פרייטאג יולי 6, 2012 10:58 am

· #22123
די חברה זאגן אז עס קען זיין כמעט 100 מארגען אין ניו יארק סיטי און עס וועט זיין יומיד מיט א היט אינדעקס פון בערך 105.

שעפסעלע » פרייטאג יולי 6, 2012 12:55 pm

· #22185
אחוץ די ביטערע היצן וואס איז ערווארטעט שבת, דארפן די איינוואונער אין די סיטי נעמען אין באטראכט, אז די קאן עדיסאן ארבייטער זענען אויף סטרייק, אין אין פאל פון א בלעקאוט, איז ערווארטעט א קאטאסטראפע.

למעשה אבער אין די חרידישע געגענטער ווי בארא פארק, ווילי, און פלעטבוש, איז נישטא קיין פראבלעמען מיט די אלעקטעריק ווייל א גרויסע חלק פונעם ציבור איז אויף וויקאציע.

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן, אז יעדעס יאר צווישן שבועות און די צייט ווען די ציבור פארט ארויס צו די קעטסקילס, קומען פאר די פייערן ביי די ווינקלען פון די גאסן, אין עס לעשט זיך די לעקטערס פון די גאסן ארום, וואס צייגט קלאר, אז די אלעקטעריק קראפט איז נישט גענוג צו באדינען דעם ציבור וואס מערט זיך כסדר קנ"ה

לעמיל » פרייטאג יולי 6, 2012 1:30 pm

· #22195
שעפסעלע
אחוץ די ביטערע היצן וואס איז ערווארטעט שבת, דארפן די איינוואונער אין די סיטי נעמען אין באטראכט, אז די קאן עדיסאן ארבייטער זענען אויף סטרייק, אין אין פאל פון א בלעקאוט, איז ערווארטעט א קאטאסטראפע.

למעשה אבער אין די חרידישע געגענטער ווי בארא פארק, ווילי, און פלעטבוש, איז נישטא קיין פראבלעמען מיט די אלעקטעריק ווייל א גרויסע חלק פונעם ציבור איז אויף וויקאציע.

עס איז אינטערסאנט צו באמערקן, אז יעדעס יאר צווישן שבועות און די צייט ווען די ציבור פארט ארויס צו די קעטסקילס, קומען פאר די פייערן ביי די ווינקלען פון די גאסן, אין עס לעשט זיך די לעקטערס פון די גאסן ארום, וואס צייגט קלאר, אז די אלעקטעריק קראפט איז נישט גענוג צו באדינען דעם ציבור וואס מערט זיך כסדר קנ"ה

איז דא עפעס וואס זיי קענען טין דערצו און זיי ווילען נישט, אדער איז נישטא וואס צו טין דערוועגען??

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 16, 2012 1:22 pm

· #24525
היינט וועט זיין אין די נידריגע ניינציגער, מארגן אין די מיטעלע ניינציגער, און מיטוואך צוריק צו די נידריגע ניינציגער.

די רעשט פון די וואך וועט זיין אין די מיטעלע הויכע אכציגער.

zamel » דינסטאג יולי 17, 2012 2:50 pm

· #25120
אוי איז ביטער הייס היינט אין וויליאמסבורג נישט זיין צולאנג אינדרויסן אויף די זון עס איז געפערליך

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 25, 2012 2:06 pm

· #28454
מארגן דאנערשטאג איז ערווארטעט גאר שווערע און ווילדע שטורעמס איבער א גרויסע שטרעקע פונעם נארט איסט ראיאן, אריינגערעכענט ניו יארק סיטי, מאנסי, מאנרא, קעטסקילס, און נאך. ספעציעל אין די נאכמיטאג שעה'ן.

וועטער מומחים זאגן אז די שטורעמס וועלן קומען אינאיינעם מיט גאר ווילדע ווינטן וואס קענען אנמאכן שווערע שאדנס, און אזוי אויך איז דא די מעגליכקייט אז ס'וועט זיך פארמירן טארנעידאס אין טייל געגענטער פון דרום מזרח ניו יארק.

a1b2 » מיטוואך יולי 25, 2012 3:08 pm

· #28494
😞

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:01 am

· #32866
אין די טעג פון דאנערשטאג, פרייטאג, און שב"ק, איז ערווארטעט א רונדע פון שווערע רעגענעס און טאנדער סטורעמס פון צייט צו צייט.

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:47 pm

· #35747
ווייסט איינער וואס די באדייט פין די שטורעם אין שטאט און ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן?

randy_couture » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:49 pm

· #35750
ס'מבול'ט
איל האב שוין אזא רעגן נישט געזען יארן.

מען זעט נישט קיין נפש חי אויפן גאס.

וואזוי קענמען וויסן וויפיל איטשעס ס'איז געפאלן?

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:50 pm

· #35751
די באדייט איז אז ס'פעלט זיך אויס רעגן, און דער באשעפער שיקט עס.

ס'וועט אנהאלטן פאר די נעקסטע פאר שעה אבער מיט עטליכע ברעיקס אינדערצווישן.

a1b2 » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 3:57 pm

· #35757
שמואל הלוי
די באדייט איז אז ס'פעלט זיך אויס רעגן, און דער באשעפער שיקט עס.

ס'וועט אנהאלטן פאר די נעקסטע פאר שעה אבער מיט עטליכע ברעיקס אינדערצווישן.

אזוי שטארק ווי דעי?

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 4:08 pm

· #35765
a1b2
ווייסט איינער וואס די באדייט פין די שטורעם אין שטאט און ווי לאנג דאס וועט אנהאלטן?


הנסתרות לה' אלקינו
דער שליסל פון רעגן ליגט אין ג-ט'ס האנט
ווי אזוי ווילסטו פארשטיין דעם באדייט?

כ'פארשטיי נישט דיין קשיא.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:49 pm

· #35887
randy_couture
וואזוי קענמען וויסן וויפיל איטשעס ס'איז געפאלן?

אין ברוקלין איז געפאלן ארום צוויי אינטשעס רעגן היינט (בערך ווי 20 אינטשעס שניי)
אין סענטראל פארק מאנהעטן מער ווי א האלבע אינטש (בערך ווי א האלבע פיס שניי)

שמואל הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 7, 2012 5:43 pm

· #44527
שווערע טאנדער שטורעמס איז ערווארטעט אין ניו יארק און אין ניו דזשערזי מארגן שב"ק נאכמיטאג, וואס קען אנמאכן ערענסטע שאדנס.

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:13 pm

· #44548
שמואל הלוי
שווערע טאנדער שטורעמס איז ערווארטעט אין ניו יארק און אין ניו דזשערזי מארגן שב"ק נאכמיטאג, וואס קען אנמאכן ערענסטע שאדנס.

די שטורעם איז טאקע אנגעקומען ווי ערווארטעט, און האט אראפגעברענגט צוויי טארנעידאס אין ניו יארק סיטי, איינס אין די קאנארסי געגענט אין ברוקלין מיט ווינטן פון 110 מייל א שעה, און איינס אין בריזי פוינט קווינס מיט ווינטן פון 70 מייל א שעה, וואס האט אנגעמאכט שווערע שאדנס פאר הייזער און אויך אויסגעריסן צענדליגע ביימער און לעקטעריק ווייערס.

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:20 pm

· #44552
בילדער פון די טארנעידא



Tornado picked up the car and slammed in into the car next to it in Breezy Point, Queens

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:21 pm

· #44553
די טארנעידא ווערט געזעהן פונדערווייטנס

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:22 pm

· #44554
די טארנעידא אין בריזי פוינט קווינס אויפן וואסער איידערן אנפאלן

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:24 pm

· #44556
די טארנעידא אין בריזי פוינט קווינס שוין אויף די יבשה

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:37 pm

· #44560

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:43 pm

· #44564
געכאפט פון די BQE

שמואל הלוי » מוצ"ש סעפטעמבער 8, 2012 10:59 pm

· #44567
נאך בילדער פון די היינטיגע טארנעידאס אין ניו יארק סיטי





שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 6:44 pm

· #50395
קומענדיגע פרייטאג צונאכטס וועט זיין די ערשטע עכטע קעלט פון די היי יעריגע סיזאן, אין רוב געגענטער פון אפסטעיט ניו יארק. אין מאנסי מאנרא געגנט וועט אראפגיין צו די הויכע צוואנציגער, און אין די סיטי וועט זיין אין די הויכע דרייסיגער.

קומענדיגע אנהייב וואך וועט צוריק ווארעם ווערן מיט א מעגליכע רעגן אום מאנטאג, שפעטער אין די וואך וועט אביסל קילער ווערן, און סוף וואך איז ערווארטעט א גרויסע רעגן שטורעם (זכר למבול).

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:02 pm

· #50399
געווען א רעגנדיגער סוכות, ממש א פחד.
האט זיך כאטש די וואסער הייך צוריקגעכאפט?

שמואל הלוי » דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 7:10 pm

· #50400
נישט געפערליך, ס'איז טאקע געווען רעגענדיג אבער ס'האט נישט אזוי סאך גערעגנט באיכות. אין דעם מאנאט פון אקטאבער איז מען מיט ארום א האלבע אינטש אינטערשטעליג, און מיט אריבער 9 אינטשעס אונטערשטעליג פון אנהייב יאר.

האפענטליך וועט די גרויסע רעגן פון סוף פרשת נח געבן א געזונטן באסט צוריקצוקומען נענטער צו די נארמאלע שטאפל.

שמואל הלוי » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 5:57 pm

· #55241
קומענדיגע אנהייב וואך איז דא די מעגליכקייט פאר א גאר גרויסע שטורעם - אייגענטליך א האריקעין מיטן נאמען "סענדי" - אין די נארט איסט סטעיטס פון אמעריקא, אינקלודעד ניו יארק און ניו דזשערזי.

שמעקעדיג » מיטוואך אקטאבער 24, 2012 6:13 pm

· #55245
אוי וויי. זאלעך גיין קויפן באטעריס?

לעמיל » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:47 pm

· #63405
שמואליק א אופדעיט ביטע

שמואל הלוי » מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 4:05 pm

· #63415
שיינע וועטער'ס וועט אנהאלטן ביז סוף וואך, שבת און אנפאנג קומענדיגע וואך וועט זיין קעלטער, מיט א רעגן אדער א שניי אינמיטן די וואך.

ועכשיו אסתגר בזה.

sunbar » דאנערשטאג נאוועמבער 22, 2012 7:30 pm

· #63915
היינט איז געווען א הערליכע וועטער. א שאד אז עס וועט אנהאלטן נאר נאך איין טאג...

קליגער איד » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:43 am

· #64436
sunbar
היינט איז געווען א הערליכע וועטער. א שאד אז עס וועט אנהאלטן נאר נאך איין טאג...

פריי דיך וויפל מען גיט דיר

שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 25, 2012 11:50 am

· #64438
די וואך קומט א קעלטערע וואך (אין די פערציגער), מיט א שטיקל שניי-שטורעם געשאצט אויף דינסטאג.
א וואך דערנאך, ערב חנוכה, זאגן זיי צוריק מער א ווארימע וועטער (אין די פופציגער).

שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 26, 2012 10:54 pm

· #65030
מארגן געפאלט אויס א שניי, אבער שמואל הלוי איננו!
שמואל, אייכה????

שמואל הלוי » דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:23 am

· #65044
ווער שרייט דא אזוי הויעך מיין נאמען?

אה! דו ביסט עס שמעקי ידידי.

זאגסטו אז מארגן געפאלט אויס א שניי? נו איז וואס? וועט שנייען אביסעלע, וועט אפשר זיין א אינטשעלע אדער גאר א צווייערל אין טייל געגענטער ספעציעל אין די צפון מערב סובארס און אין צפון ניו דזשערזי, ס'קען אפשר זיין אפילו אביסעלע מער, אבער נישט קיין ספעציעל גרויסע זאכן.

שמואל הלוי » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:08 am

· #72321
היינט נאכט וועט זיין אין אפסטעיט ניו יארק א קלענערע שניי וואס וועט זיך טוישן צו האגל און רעגן, אין ניו יארק סיטי וועט זיין שניי פלעיקס אין די לופט וואס וועט זיך תיכף צולאזן ביים לאנדן אויף דער ערד, און שפעטער וועט זיך עס טוישן צו רעגן.

א ווינטער וועטער אדווייזער איז אין קראפט פאר ראקלענד און אראנדזש קאונטיס פון היינט נאכט 7:00 ביז מארגן צופרי 7:00.

שמואל הלוי » מאנטאג דעצעמבער 24, 2012 11:10 am

· #72322
מיטוואך נאכמיטאג און ביינאכט ביז דאנערשטאג קען מעגליך זיין א גרעסערע שניי ספעציעל אין די העכערע חלק פון אפסטעיט ניו יארק, אבער אין ניו יארק סיטי וועט זיין א גרויסע רעגן מיט ווינטן.

מאר דיטעלס וועט אי"ה נאכפאלגן.
בלאט: 1 2 3 4