מנהג שטות אדער מקור
71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6308
מנהג שטות אדער מקור
איך עפן אשכול איבער סיי וועלכער ענין וואס מ'זעהט געוויסע מענטשן זענען זיך נוהג און איר זענט מסופק צו ס'האט בכלל א מקור,
מיין ערשטע
איז דא עפעס א מקור פארן נישט פארקויפן חמץ גמור פאר פסח? אזוי האט עפעס מיין ווייב אזא מנהג כאנאך דערווייל נישט געטראפן קיין מקור צו דעם,
דו האסט פארגעסן אז דאס פארקויפן איז וואס דארף דער מקור דא, מבער זיין דעם חמץ איז דער פשוטער וועג.
גאלד
מיין ערשטע
איז דא עפעס א מקור פארן נישט פארקויפן חמץ גמור פאר פסח? אזוי האט עפעס מיין ווייב אזא מנהג כאנאך דערווייל נישט געטראפן קיין מקור צו דעם,
עיין ב"ח סימן תמח, וא"ר שם סק' ג.
והטעם, כיון דמעיקר הדין לא תקנו מכירת חמץ אלא לאלו שיש להם הפסד מרובה.
איך האב געקענט א איד וואס פלעגט אינגאנצן נישט פארקויפן, באמרו: ס'איז נישט מחזי כחוכא וטלולא, עס איז טאקע א חוכא וטלולא...
דער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו
איז דא א מקור צום משוגעת פון מאנכע נישט צו קויפן בלומען לכבוד שבת בימי הספירה?
גאלדדער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו
י"א מכירת חמץ ע"פ דת תורתינו איז סך הכל א מנהג ישראל צו ווייזן אז מ'וויל מבטל זיין די חמץ,
אבער צו זאגן אז עס איז א ריכטיגע מכירה ע"פ הלכה איז נישט אזוי פשוט,
עכ"פ נישט צו פארקויפן חמץ גמור איז זיכער נישט קיין שטות..
איז דא א מקור צו די שטארק אויפגעכאפטע מנהג צו קויפען בלומען ער"ש?
מיין שוואגער עסט די פיש מיט די הענט, יעצט פסח האב איך כסדר געגעסען אינאיינעם און יעדעס מאל האב איך מיך געעקעלט פון פריש.
איז דא א מקור צו דעם?
און זיך אפווישען די פישעדיגע הענט אינעם כאלאטעל נאכן עסען איז יא דא א מקור?
(די היינטיגע אדמורי''ם הייסט נישט קיין מקור ביי מיר, סארי)
יא, ביי חסידים פירט מען זיך צו עסן די פיש מיט די הענט צוליב דעם פסוק, וכל דגי הים בידכ''ם ניתנו.
ונבנתה העיראיך האב געקענט א איד וואס פלעגט אינגאנצן נישט פארקויפן, באמרו: ס'איז נישט מחזי כחוכא וטלולא, עס איז טאקע א חוכא וטלולא...
גאלדדער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו
איבער דעם "מחזי כחוכא וטלולא" טוט זיך שוין אין די ראשונים א ערנסטער וויכוח, למעשה נעמט מען אהן אזוי ווי אונז פיר מיר זיך היינט.
וועגן דעם איד איז אינטערעסאנט צו וויסן צו ער האט עפעס א ערנסטער מקור, אדער סתם א חומרא אויף די אייגענע האנט.
מקור לאכילת שיירי מצה עם איי-צוויבל עד שבועות.
אי איתמרגאלדדער "מחזי כחוכא וטלולא" סברא איז זיכער א מנהג שטות, לפענ"ד, דער חמץ איז פארקויפט הונדערט פארצענדיג ע"פ חוקי דת תורתינו
י"א מכירת חמץ ע"פ דת תורתינו איז סך הכל א מנהג ישראל צו ווייזן אז מ'וויל מבטל זיין די חמץ,
אבער צו זאגן אז עס איז א ריכטיגע מכירה ע"פ הלכה איז נישט אזוי פשוט,
עכ"פ נישט צו פארקויפן חמץ גמור איז זיכער נישט קיין שטות..
דער שו''ע הרב איז שטארק מאריך דערין פארדעם איז חב''ד מער מחמיר אויפען קנין עד כדי זיך באניצען מיט אן
ערב קבלן.ביטול איז אינגאנצן א אנדערע רעיון ווי מכירה,
ביטול איז מטעם הפקר און עס ברויך זיין בלב שלם, (ע"פ הר"ן) דאס מיינט אן קיין חשבונות אז ער גייט עס צוריקנעמען נאך יו"ט
אויב איינער נעמט זיין חמץ אין לייגט עס ערגעץ אין מיטן וואלד ווי ע"פ דרך הטבע גייט קיין שום מענטש עס טרעפן, מיטן חשבון עס צו צוריק אפנעמען נאך פסח, איז עס נישט מבוטל, ס'ווערט נאך פארעכנט ברשותו, און ס'חמץ שעבר עליו הפסח,
ווידער מכירה איז אנדערע רעיון, מכירה הייסט אז ס'לגמרי נישט ברשותי, ס'פארקויפט פארן גוי, ד"ה אפי' ער האט האט א חשבון נאך פסח עס צו צוריק אפקויפן, איז קיין שום פעלער, אזוי לאנג אז אום פסח האט ער דער גוי אפגעקויפט כדת וכדין בכל פרטי' ודיקדוקי'
הערשימקור לאכילת שיירי מצה עם איי-צוויבל עד שבועות.
דרכי חיים ושלום אות תרל"ג. משום חביבות המצווה.
און פארוואס דווקא ביי די איי-צוויבל, איז מן הסתם ווייל עס איז גוט.
איז דא א מקור צו לאזן א שטיקל חלה אויפן טיש שבת נאכן בענטשן?
גאלדאיז דא א מקור צו לאזן א שטיקל חלה אויפן טיש שבת נאכן בענטשן?
מחבר הלכות ברכות המזון סימן ק"פ סעיף ב': כל מי שאינו משייר פת על שלחנו אינו רואה סימן ברכה לעולם וכו'
מג"א: דהברכה אינו שורה על דבר ריק וכו '
נאר א גאנצע וואך איז עס שווער צו טוען.
ס'קוקט מיר עפעס אויס אז דער מקור איז נאר בשעת בהמ"ז? איך זעה נישט ווי ס'מוכרח אז מ'רעט פון 24 שעה א טאג
שטילע אינגערמאןמיין שוואגער עסט די פיש מיט די הענט, יעצט פסח האב איך כסדר געגעסען אינאיינעם און יעדעס מאל האב איך מיך געעקעלט פון פריש.
איז דא א מקור צו דעם?
און זיך אפווישען די פישעדיגע הענט אינעם כאלאטעל נאכן עסען איז יא דא א מקור?
(די היינטיגע אדמורי''ם הייסט נישט קיין מקור ביי מיר, סארי)
פסח עסט מען נישט פיש מיט די הענט. הענט זענען מצה'דיג, און די פיש איז וואסערדיג. נו, געבראקס.
איז דא א מקור צו זיכען א מקור???
הלכה איז דער איינציגער זאך וואס אונזער גאט איז מחייב, אדער אויב איינער לערנט לאסוקי שמעתתא מעג ער טוהן לויט וויאזוי עס איז אים אויסגעקומען און די סוגיא, כשיטת המשכנעת של הגר"א והחזון איש, אבער די אלע דברים של מה בכך [ואולי של שטות] יא מקור נישט מקור אטו וואס עס קוקט דיר אויס ראציאנאל און שכל'דיג, האסט א געפיל צו טוהן א געוויסע זאך, דארפסטו נישט קיין מקור, אדער בעסער געזאגט ביסטו דער מקור, דער גאנצער געזוכערציע איז א לאכעדיגע זאך, ו
איז דא א מקור צו געבן צוויי קליינע jumps ווען מ'טרעט צוריק נאך שמונה עשרה?
והנה בענין במה שנוהגין העולם שלאחר שחזרו מהג' פסיעות בסיום תפילות שמונה עשרה למקומן הראשון, שמגביהים רגליהם כמו שעושין בקדושה באמירת קדוש קדוש כו', לא מצאתי מקור ע"ז. ( מנהג ישראל תורה סימן קכ"ג)
ביי מעריב זענען דא אסאך מענטשן וואס זאגן "ובהם נהגה יומם ולילה", זאגן זיי נעהעגע אנשטאטס נעגע. איך האב נאכנישט געטראפן קיין איין סידור וואס איז אזוי געפינטעלט און רוב מענטשן וועם איך הער דאווענען זאגן גרייזיג.
דריידלאיז דא א מקור צו געבן צוויי קליינע jumps ווען מ'טרעט צוריק נאך שמונה עשרה?
מונח בזכרוני אז דאס שטאמט פון דעם וואס מען האט צוריקגעטרעטן צו קדושה און געטאנצן קדוש.
עס ווערט געברענגט פון אר"י הקדוש אז מען זאל איבערלאזן איבער נאכט אויפן טיש וויין פונעם כוס של ברכה און אויך א שטיקל חלה פון די סעודה.
מג"א סימן רס"ב בשם האריז"ל
און אזוי איז געווען די הייליגע חת"ס מנהג ועיין בספר תומר דבורה בשם סםר שבט מיהוה מהרי גרינוואלד מסאטמאר שכך נהג וזה סגולה לפרנסה
איז דא א מקור נישט צו עסן די עק פון די חלה?
ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?
געוויסע בעלי תפילה בייגן זיך אויף רעכטס און לינקס ווען מ'זאגט וקרא זה אל זה ואמר. איז דא א מקור?
דריידלאיז דא א מקור נישט צו עסן די עק פון די חלה?
ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?
געוויסע בעלי תפילה בייגן זיך אויף רעכטס און לינקס ווען מ'זאגט וקרא זה אל זה ואמר. איז דא א מקור?
א) עיין שו"ת מנחת יצחק ח"? סימן ?
ב) נישטא.
ג) נישטא.
טאקע באמערקט אין געוויסע מקומות ווי "קיינער מאכט נישט מיט די פינגער ביי הגבה"
נאכן פרעיגן היתכן, האט מען מיך געזאגט אז ס'איס נישט דא קיין שום מקור דערויף אין די רבי דארט האט זיך אפי אמאל צעשמייכעלט אין מעורר געווען אויף די וואס טוען אזוי
קאווע טרינקערדריידלאיז דא א מקור נישט צו עסן די עק פון די חלה?
ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?
געוויסע בעלי תפילה בייגן זיך אויף רעכטס און לינקס ווען מ'זאגט וקרא זה אל זה ואמר. איז דא א מקור?
א) עיין שו"ת מנחת יצחק ח"? סימן ?
ב) נישטא.
ג) נישטא.
א) די מנחת יצחק שרייבט בסך הכל אז אפילו ס'האט נישט קיין מקור איז עס אויך חשוב ביי אונז. און דאס דארף זיין א תירוץ אויף אלע שאלות
ב) עס איז א ילקוט מעם לועז (איך געדענק אבער נישט פונקטליך ווי, אדרבה זאגט עטס)
ג) אין די ביהמ"ד ווי איך דאווען טוט עס קיינער נישט
<a class="postlink" href="http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=5&t=2263">http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=5&t=2263</a>
<a class="postlink" href="http://www.halachayomit.co.il/Print.asp?HalachaID=1225">http://www.halachayomit.co.il/Print.asp?HalachaID=1225</a>
פסקי מרן רבי עובדיה יוסף.
שאלה: לאחר שנתבאר בהלכה יומית, כי המנהג שיש נוהגים להפנות את פניהם לימין
ושמאל בעת אמירת "ימין ושמאל תפרוצי" שב"לכה דודי" הוא מנהג שאין לו שורש ולכן
אין לנהוג בו. ברצוני לדעת, האם בעת אמירת עושה שלום במרומיו בסיום תפילת
העמידה יש לכרוע ולהטות עצמו ימין ושמאל? וכן האם בקדושה שבחזרת הש"ץ יש
להטות עצמו ימין ושמאל באמירת "וקרא זה אל זה ואמר"?
תשובה: אמת הוא כי יש מנהגים שנשתרשו על ידי המון העם שאינם בני תורה,
ומנהגים אלה אין ראוי להחזיק בהם כלל. אולם כל מנהג ומנהג שנהגו העם, יש לברר
אחריו אם יש לו שורש, ואם נהגו בו גם תלמידי חכמים, שאם נתייסד המנהג על דעתם
של גדולי התורה, אזי יש לאמצו ולנהוג בו, כי מנהג ישראל תורה.
והנה לענין מה שנהגו לפסוע בכריעה לאחור בעת אמירת עושה שלום במרומיו, הנה
מנהג זה הוא מבואר בפירוש בגמרא במסכת יומא (נג:) כי לאחר שמסיים תפילתו
באמירת "יהיו לרצון אמרי פי והגיון לבי לפניך ה' צורי וגואלי", יש לכרוע (וכדין כל הכריעות
שאנו כורעים באמירת "מודים" וכדומה), וכאשר הוא כורע יש לפסוע לאחריו שלוש
פסיעות בכריעה אחת. וכן פסק מרן השלחן ערוך (סימן קכג).
ולאחר שפוסע שלוש פסיעות לאחריו, בעודו כורע (כלומר, אינו מזדקף, אלא נשאר
כשהוא כורע) אומר: "עושה שלום במרומיו", ובאמירת מילים אלו צריך להטות את פניו
לצד שמאל, ולאחר מכן בשעת אמירת "הוא יעשה שלום עלינו" מפנה את פניו לצד ימין.
ואחר כך מסיים "ועל כל ישראל ואמרו אמן" כשהוא פונה ישר, כעבד הנפרד מרבו.
וכשאומר "ואמרו אמן", הכוונה בזה היא למלאכים השומרים על האדם ושומעים את
תפילתו.
ואין לומר "עושה שלום" בשעה שהוא פוסע לאחריו, כפי שנוהגים כמה אנשים, אלא
ראשית כל יפסע לאחריו כשהוא כורע, ורק אז כשהוא עומד במקומו יאמר "עושה שלום".
ולענין הכריעות לימין ולשמאל שנהגו לכרוע בשעת אמירת "וקרא זה אל זה ואמר". הנה
רבים מגדולי התורה לא החזיקו במנהג זה כלל. ומכל מקום יש מקום למנהג זה, אף
שלא נזכר בספרי המקובלים ולא בפוסקים, מכיון שהוא כעין סמל ודוגמא למעשי
המלאכים הנזכרים בקדושה, ולכן יש שנהגו בו, ומטים עצמם מעט לימין ולשמאל בשעת
אמירת וקרא זה אל זה ואמר. וכן הנהיג עצמו בשנים האחרונות מרן רבינו הגדול
שליט"א.
והנה למי שנוהג במנהג זה, ראוי לציין כי יש חילוק בין הכריעות שבסיום תפילת
העמידה, שאז כורע לצד שמאל תחילה, מפני שהשכינה היא כנגדו, ועל כן עליו לכרוע
תחילה לימין השכינה, אבל בחזרת הש"ץ שאין שכינה כנגדו, יש לכרוע תחילה לצד ימין,
ורק אחר כך לצד שמאל.
נ.ב. בד"וו טאשע און סקולענער רבי טוען אויך אזוי.
כבר קדמך ישמעאל הכהן
מבקרכבר קדמך ישמעאל הכהן
אויב אזוי, געב אים כאטש א לייק.
רויטע וואנצעס
והנה למי שנוהג במנהג זה, ראוי לציין כי יש חילוק בין הכריעות שבסיום תפילת
העמידה, שאז כורע לצד שמאל תחילה, מפני שהשכינה היא כנגדו, ועל כן עליו לכרוע
תחילה לימין השכינה, אבל בחזרת הש"ץ שאין שכינה כנגדו, יש לכרוע תחילה לצד ימין,
ורק אחר כך לצד שמאל.[/b]
נ.ב. בד"וו טאשע און סקולענער רבי טוען אויך אזוי.
ס'איז מיר זייער אינטערעסאנט דאס. האט עס נאך עפעס א מקור? און ווי אזוי פירן זיי זיך ביי עושה שלום נאך קדיש?
@מבקר יענע שטיקל מעם לועז איז אין די צוגעלייגטע חלק, נישט פונעם ארגינעלע מחבר, נאר פון שמואל ירושלמי.
די מנחת יצחק שרייבט אז ביי חלה דארף מען נישט מקפיד זיין אויף די עק.
דאס האסטו געמיינט קאווע?
לשון המנחת יצחק חלק ט סימן ח
הנני לא ידעתי מקור לזה, אבל גם אני נוהג כן מעולם, ומטעם דאיתא בירושלמי (תרומות פ"ח ה"ג), צריכין למיחש למאי דברייתא חוששין, ועי' ספר חסידים (סי' רס"א) שכתב, לפי שכל דבר שתופסין אותו בחזקת סכנה וכו', ובתשו' הרשב"א (סי' ט'), כתב, שכל דבר שיש קבלה ביד זקנים וזקנות, לא נסתר קבלתם, רק אחר הקיום שאינו באפשרו, ועי' בתשו' השיב משה (חיו"ד סי' ק"ג), וכנראה דלירושלמי הנ"ל כוון הש"ג (פ"ב דע"ז), וא"כ יש לומר הה"ד בנוגע לחשש שכחה, ועי' בפ"ת שם, וצ"ע עוד בכ"ז. והנני בזה ידידו דורש בשה"ט וחותם בכל חותמי ברכות. יצחק יעקב ווייס.
איך האב געהערט דעם מקור פון נישט עסן די עק פון די חלה, ווייל אמאל אין די בעקערייען ווען דער בעקער האט באמערקט א חוצפה'דיגער שרץ וואס האט זיך אריינגעכאפט אין בעקעריי האט ער געגעבן א כאפ א חלה-טייג וואס איז געווען גרייט צום באקן און מיטן עק גע'הרג'ט דעם שרץ. און פון דעם איז געווארן אנגענומען נישט צו עסן די עק צוליב די איסור פון שרצים...
איך האף אז היינט צו טאגס איז שוין אכשיר דרא אין דעם הינזיכט...
קאווע טרינקערדריידל
געוויסע בעלי תפילה בייגן זיך אויף רעכטס און לינקס ווען מ'זאגט וקרא זה אל זה ואמר. איז דא א מקור?
ג) נישטא.
לויט ווי איך געדענק שרייבט דער בעל מנהג ישראל תורה ז"ל אויך אזוי
לכאורה איז עס די זעלבע ווי זה קלי ואנוה ווייזן מיטן פינגער, ס'פשוט אזאך וואס ברענגט ארויס די פירוש המילות, נישט דוקא עפעס א קבלה אדער מסורה,
איך האלט אז יעדער זאך וואס איז מעורר הכוונה איז נישט שייך צו זאגן אז ס'איז א מנהג שטות, אז ס'האט א תועלת למה לא?
לכאורה דארף מען ווייזן מיט אן אנדערע פינגער ווי ביי "זה אלי" ווייל "וזאת התורה" איז א לשון נקבה 🙂
וואס איז די מקור צו ווייזען אויף די מצה ביים סדר ווען מען זאגט מצה זו?
און אז מען רעדט שוין, איז דא אקפידא נישט צו ווייזען מיט דער פינגער אויף א צווייטען?
אין שו"ע או"ח סי' תעג סעיף ז' שרייבט די מחבר וז"ל: וכשיגיע למצה זו צריך להגביה להראותה למסובין שתחבב המצוה עליהם (ויש להגביה מצה הפרוסה שהיא כלחם עוני) (מהרי"ו)
און וועגן ווייזן מיט די פינגער אויף א צווייטן, זיי מסביר דיין שאלה, וועגן וועלכע פינגער רעדטסטו? 🙄
איז דא א מקור אז די בעל קורא דארף לייגן די הענט אויפ'ן ספר תורה בשעת'ן זאגן קדיש נאכ'ן ליינען?
אויך ווען מ'מאכט א מי שברך לחולה, איז דא וואס לייגן די הענט אויפ'ן ספר. האט עס א פשט?
קינדער פאסטן ת"ב און יו"כ ביינאכט ביז אינדערפרי, מקור?
גאלדקינדער פאסטן ת"ב און יו"כ ביינאכט ביז אינדערפרי, מקור?
יום כיפור איז א משנה אין מס' יומא, אז מ'איז מרגיל תינוקות.
לרגל די בעפארשטייענדע יארצייט פון סאטמאר רב ז"ל איז עס א דבר בעתו פארצולייגן די שאלה. וואס איז פשט פון לייגן א קוויטל ביי א ציון פון א צדיק? האט עס א מקור? אין שיח שרפי קודש ווערט געברענגט עפעס א מימרא וואס ר' מנחם מ'אמשינאוו זאל האבן געזאגט עפעס א רמז אויף דעם, אבער ס'איז זייער א שוואכע מקור.
צדיקים במיתתן קרויים חיים.
אדער נאך אפילו גרעסער, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.
קאווע טרינקערצדיקים במיתתן קרויים חיים.
יא יא. דאס איז וואס ר"מ מ'אמשינאוו האט געזאגט אז ס'שטייט קרויים נישט נקראים. מיין שאלה איז צו ס'נישטא עפעס בעסערס ווי דעם