☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » מנהג שטות אדער מקור

מנהג שטות אדער מקור

71 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6308
בלאט: 1 2

למדן » מאנטאג אוגוסט 25, 2014 11:33 pm

· #218653
שטילע אינגערמאן
מיין שוואגער עסט די פיש מיט די הענט, יעצט פסח האב איך כסדר געגעסען אינאיינעם און יעדעס מאל האב איך מיך געעקעלט פון פריש.
איז דא א מקור צו דעם?

די מקור זיך צו עקלען פון דעם ווערט גערופן דת נימוסית (מיינעך) און ס' ווערט צוגעברענגט כ' דענק נישט וואו, וכן עמא דבר

diff » דינסטאג אוגוסט 26, 2014 12:57 am

· #218675
to feel if there is a bone

שמעון וואלף » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:07 pm

· #310323
פאנדרעיזערס און סתם צדקה גייערס האבן ליב צו רייטן אויף מענטשענ'ס געפיעלן מיט כל מיני קאפ פארדרייענישן. איינע פון די טאקטיטן וואס כ'האב נעכטן בייגעוואינט איז געווען ווען מ'איז געגאנגען נאך געלט פאר ת"ת בת עין אין צפת, און דער געלט גייער האט נישט אויפגעהערט צו דערמאנען יעדן אז היינט איז די בת עין'ס יארצייט, כאילו דאס האט עפעס א שייכות.

די זעלבע טיט מען ביי אנדערע יארצייטן בפרט כ"א אדר ווען אלץ מאכט זיך פונקט א צוועק פאר רבי ר' מילך'ס אייניקל.

איז עס א מנהג שטות אדער איז דא א מקור פאר דעם?

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:14 pm

· #310324
ע"ד צדקה תציל ממות

ירא שמים » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 7:18 pm

· #310328
Re: מנהג שטות אדער מקור
דבר בעתו מה טוב.

בן אדם » מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 10:38 pm

· #310360
דריידל

ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?


"ועי' בהכי בשו"ת לב חיים להגרח"פ ח"ב (סי' קסז סי' ג אות ו) שעמד לבאר שם נמי על פי כלל ענין זה דלכן מורים באצבע בעת הגבהת ס"ת באצבעו ואומרים פסוק וזאת התורה וכו', כיון שבפסוקים הנ"ל תורת ה' וכו' יש ששה פסוקים כנגד ששה סדרי משנה, וכל פעם הוא מה' מילים, וג"כ שם הויה יוצא תמיד שהוא באצבעו, ולכן מורה באצבע שעליו שם הויה תמיד בפסוקי מילים אלה..."

שמעון וואלף » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 8:09 pm

· #312066
חנוכה געלט
כידוע זענען דא אסאך וואס טעהנ'ן אז געבן חנוכה געלט פאר קינדער האט נישט קיין מקור אדער נעמט זיך גאר פון די גוים.
די וואך האב איך געזעהן אין Ami א שיינער טעם אויף די מנהג. די גמרא זאגט אז מ'טאר נישט ציילן געלט פאר די חנוכה ליכט. טאמער האט מען נישט קיין געלט קען מען דאך נישט מקיים זיין די הלכה. דעריבער פירט מען זיך צו געבן געלט פאר די קינדער און מ'לערנט זיי אויס עס נישט צו ציילן. ודפח"ח

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:00 pm

· #312070
Re: מנהג שטות אדער מקור
דאס צייגען מיט'ן פינק"י אויפ'ן ס"ת האב איך געהערט א טעם. ווייל ביים ליינען האט מען גענוצט די אנדערע דריי פינגער"ס פאר'ן טאבאק.

אהרן » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 10:44 pm

· #312087
Re: מנהג שטות אדער מקור
.

גר ותושב » מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 11:16 pm

· #312092
Re: מנהג שטות אדער מקור
אהרן
.

דאס איז א מנהג שטות אדער עס האט א מקור?

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 2:56 pm

· #312294
קאווע טרינקער
צדיקים במיתתן קרויים חיים.


שמעקעדיג
אדער נאך אפילו גרעסער, גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.


חולין דף ז' עמוד ב'

דאמר ר חמא בר חנינא גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהון

ציבעלע-קיגל » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:11 pm

· #312298
דריידל

ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?

עס איז דא אזעלעכע וואס נאכ'ן ווייזן קושען זיי די פינגער. דאכט זיך אז דער באיאנער רבי טוהט אזוי

אהרן » מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 8:25 pm

· #312345
Re: מנהג שטות אדער מקור
ציבעלע-קיגל
דריידל

ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?

עס איז דא אזעלעכע וואס נאכ'ן ווייזן קושען זיי די פינגער. דאכט זיך אז דער באיאנער רבי טוהט אזוי



שטילע אינגערמאן » פרייטאג יאנואר 15, 2016 12:21 pm

· #317623
מנהג שטות אדער מקור
געהערט א מעשה פון א אלטע איד. זיין טאטע איז געווען דערביי,

ס'איז געקומען צום ייטב לב א פארפאלק זיך אפרעדן אז די נייע איידעם טוט נישט די מנהג פון אויפשניידען די חלות שבת, די מנהג איז אז פרייטאג צונאכטס שנייט מען אויף די קיכן (גלאטע) אין שבת אינדערפרי די קויליש (געפלאכטענע).
האט די ייטב לב געזאגט אפשר ווייסט נישט די איידעם פון דער מנהג?
זאגט דער שווער, מ'האט איהם שוין כמה פעמים געזאגט און ער לאכט אפ.
האט די ייטב לב געזאגט. אזוי? לאכט אפ פון א מנהג? סתם להכעיס? די טאכטער זאל זיך תיכף גט'ן.

מילא טאמער ס'קומט איהם אן שווער אזוי ווי סוז"ק וגו', אבער סתם להכעיס? אפ גט'ן.

רימון » פרייטאג יאנואר 15, 2016 3:29 pm

· #317655
Re: מנהג שטות אדער מקור
כהאף אז די מעשה איז נישט אמת.

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש יאנואר 16, 2016 8:27 pm

· #317680
Re: מנהג שטות אדער מקור
און ארויסווארפען א מלמד פאר'ן נישט גלויבען אז דער אוה"ח איז געשריבען ברוח הקדש, וואטעווע"ר דע"ט מינ"ס, פארשטייסטו יא?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:08 pm

· #319344
שטילע אינגערמאן
געהערט א מעשה פון א אלטע איד. זיין טאטע איז געווען דערביי,

ס'איז געקומען צום ייטב לב א פארפאלק זיך אפרעדן אז די נייע איידעם טוט נישט די מנהג פון אויפשניידען די חלות שבת, די מנהג איז אז פרייטאג צונאכטס שנייט מען אויף די קיכן (גלאטע) אין שבת אינדערפרי די קויליש (געפלאכטענע).
האט די ייטב לב געזאגט אפשר ווייסט נישט די איידעם פון דער מנהג?
זאגט דער שווער, מ'האט איהם שוין כמה פעמים געזאגט און ער לאכט אפ.
האט די ייטב לב געזאגט. אזוי? לאכט אפ פון א מנהג? סתם להכעיס? די טאכטער זאל זיך תיכף גט'ן.

מילא טאמער ס'קומט איהם אן שווער אזוי ווי סוז"ק וגו', אבער סתם להכעיס? אפ גט'ן.


איך גלויב נישט די מעשה

בן אדם » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 1:19 pm

· #319350
ציבעלע, כ'בין חושד אז בוזט א גולגול פון אטא יענעם אינגערמאן...

דריידל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 2:58 pm

· #319359
אהרן
ציבעלע-קיגל
דריידל

ס'דא וואס פירן זיך צו ווייזן מיט די פינגער ווען מ'גייט הגבה נאכ'ן ליינען. אויף דעם איז דא א שטיקל מקור, כאטשיק אין שו"ע שטייט נאר מ'זאל קוקען. מאנכע פירן זיך אבער צו ווייזן דוקה מיט'ן קליינעם פינגער (פינק"י בלע"ז). ווייסט איינער א מקור?

עס איז דא אזעלעכע וואס נאכ'ן ווייזן קושען זיי די פינגער. דאכט זיך אז דער באיאנער רבי טוהט אזוי





ילקוט מעם לועז איז נישט קיין מקור, דאס האט איינער געשריבן פאר פופציג יאר צוריק. ער שרייבט סך הכל אז ס'דא וואס פירן זיך אזוי.

ירח בן יומו » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 3:06 pm

· #319360
ממש 50 יאר צוריק? פאר פופצג יאר צוריק איז עס איבער געטייטשט געווארן פון אראביש אויף לשון הקודש

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 3:33 pm

· #319367
דריידל

ילקוט מעם לועז איז נישט קיין מקור, דאס האט איינער געשריבן פאר פופציג יאר צוריק. ער שרייבט סך הכל אז ס'דא וואס פירן זיך אזוי.


אבער ער ברענגט אראפ די מקורות
בלאט: 1 2