☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נארישע גאונ'ישע קשיות

נארישע גאונ'ישע קשיות

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6299
בלאט: 1 2 3

בן בג בג » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:08 pm

· #197043
נארישע גאונ'ישע קשיות
דיאשכול איז געמאכט פאר אלע מיני קשיות וואס פון איין זייט האט עס א שטארקע (נארישע) דערהער אבער בעצם איז עס נאריש מעיקרא. אלזא לאז מיר אנהייבן מיט ערשטע.

והנה: אויב איז אמת אז מען איז ריין נאכדעם וואס מ'נעמט א שויער, צו וואס פעלט אויס צו אויסוואשען די האנטוך נאכדעם וואס מ'האט זיך אפגעווישט דערמיט???

לית דין בר נש » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 2:10 pm

· #197044
מען דארף טאקע נישט, וואש עס נישט אויס. אבער פליז רוף מיר קיינמאל נישט אהיים צו דיר אין שטוב.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 3:55 pm

· #197075
באמת דארף מען נישט, אבער היות אין מקוה איז די מנהג צו שטיין אויפן האנטוך, און ווישן די נאז מיט די האנטוך, האט מען משום לא פלוג איינגעפירט אז מ'וואשט אויס אלע האנטוכער, סיי אין מקוה און סיי אינדערהיים, ווייל מ'ווייסט דאך נישט וועלכע זענען געווארן טישוס און אויערען קראצערס נאכן זיין האנטוכער.

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:07 pm

· #197112
רויטע וואנצעס
באמת דארף מען נישט, אבער היות אין מקוה איז די מנהג צו שטיין אויפן האנטוך, און ווישן די נאז מיט די האנטוך, האט מען משום לא פלוג איינגעפירט אז מ'וואשט אויס אלע האנטוכער, סיי אין מקוה און סיי אינדערהיים, ווייל מ'ווייסט דאך נישט וועלכע זענען געווארן טישוס און אויערען קראצערס נאכן זיין האנטוכער.

רויטע וואנצעס: דו האסט עפעס פארגעסן אויס צו רעכענען... 😕 😎 😂 🙄 😠 😛 😳 😮

נאך א פשט » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 8:41 pm

· #197117
ווי האט יענער געזאגט, פארוואס הענגט די גרויסע האנטוך אין בית המדרש נעבען די סינק?

....אז גלייך נאכדעם וואס מען ווערט שמוציג פון זיך אפווישן אינעם האנטוך זאל מען זיך קענען אפוואשן די הענט אינעם סינק

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:40 am

· #197161
אויב איינער האט נישט קיין מצה פסח, פארוואס זאל ער נישט מעגן עסן חלה אלץ עשה דוחה לא תעשה?

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:12 am

· #197172
@קאווע טרינקער, איז א עשה דוחה א לא תעשה שיש בו כרת?

גנדי » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:26 am

· #197173
פארוואס איז דא אין נוי יורק סיטי.

FDNY און NYPD

קומט NY קודם אדער נאכדעם?

דריידל » פרייטאג אפריל 25, 2014 8:04 am

· #197177
א דייעט דארף לכאורה פארמינערן גראבקייט. דעמאלטס פארוואס זענען אלע וואס גייען אויף דייעט, גראב?
א דאקטאר דארף מאכן מענטשן געזינט. פארוואס זענען מענטשן וואס גייען צום דאקטאר עפי"ר קראנק?

צדיק נסתר » פרייטאג אפריל 25, 2014 12:50 pm

· #197211
וויאזוי מעג מען מישן מעל מיט וואסער ביים באקן די מצות? פסח מישט מען דאך זיך נישט?

elter-zeide » פרייטאג אפריל 25, 2014 1:17 pm

· #197219
drive way - parkway
פארוואס הייסט דארט ווי מ'פארקט דע כאר, דרייוו-וועי?, אין דע גרויסע ברייטע גאס וואס מעפארט הייסט, פארק-וועי?

יאיר » פרייטאג אפריל 25, 2014 2:11 pm

· #197228
צדיק נסתר
וויאזוי מעג מען מישן מעל מיט וואסער ביים באקן די מצות? פסח מישט מען דאך זיך נישט?

הוא אינו מיש אבל אחרים הוא משיש.

ביבער » פרייטאג אפריל 25, 2014 4:06 pm

· #197240
פארוואס האט מען חתונה?

צדיק נסתר » פרייטאג אפריל 25, 2014 4:16 pm

· #197244
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?

כדי ס'זאל געבוירן ווערן נאך קאווע שטיבל שרייבער.

קאווע טרינקער » פרייטאג אפריל 25, 2014 4:25 pm

· #197246
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?

מ'פרעגט נישט קיין קשיות אויף קליינע קינדער.

דריידל » פרייטאג אפריל 25, 2014 5:37 pm

· #197248
צדיק נסתר
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?

כדי ס'זאל געבוירן ווערן נאך קאווע שטיבל שרייבער.


דערמאנסט מיך א מעשה וואס מ'דערציילט אויף אן אלטער הויז בחור,גאנץ א קנאפע חכם, פון א רבי אונדערהיים (דאכצעך פון די ראפשיצע גזע) וואס מ'האט עים געפרעגט פארוואס ער האט נישט חתונה? האט ער געענטפערט: וואס פעלט עס אויס, אויף צו האבן קינדער קען מען דאך פארן קיין בעלז און באקומען א ברכה....

למדן » זונטאג אפריל 27, 2014 12:46 am

· #197305
וועסטו זעהן אז נאר א בחור אדער א גרוש האט חתונה, א נארמאלער מענטש (?) וועסטו נישט זעהן חתונה האבן

ישמעאל הכהן » זונטאג אפריל 27, 2014 12:48 am

· #197306
דאס איז צוליב חרם דרבינו גרשום

פלעין יודיש » זונטאג אפריל 27, 2014 7:31 am

· #197367
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?


תלמוד בבלי מסכת כתובות דף ח/ב
אמר רב חנן בר רב הכל יודעין כלה למה נכנסה לחופה אלא כל המנבל פיו ומוציא דבר נבלה מפיו אפילו נחתם לו גזר דינו של שבעים שנה לטובה וכו'

ביבער » זונטאג אפריל 27, 2014 8:09 pm

· #197541
צדיק נסתר
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?

כדי ס'זאל געבוירן ווערן נאך קאווע שטיבל שרייבער.


קינדער איז נאר א סייד עפעקט..., די מרפסין איגרי קשיא איז געווען פארוואס עפעס זאל א אינגער געזונטער מענטש במיטב שנותיו זיך בידים גיין מתחייב זיין זיין גאנצע האב און גוטס פאר א צווייטן??? און דערצו פאר א גאנץ לעבן????? אן די מעגליכקייט פאר וועקעישן? DAMMIT, די וועלט לויפט שוין אזוי טויזנטער יאר און קיינעם איז נאכנישט איינגעפאלן אז סאמטינג איז ראנג היער? און אויף דעם ענטפערט קאווע טרינקער זייער צום זאך.

איחוד פעלד » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:33 am

· #197647
די וויינסט ווי א ... ביבער

בן בג בג » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:48 am

· #197651
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?

ווייל יעדער האט חתונה, איך האב חתונה געהאט ווייל מיין חבר האט חתונה געהאט, מיין חבר האט חתונה געהאט ווייל איך האב חתונה געהאט, וחוזר חלילה.....

מאטי » מאנטאג אפריל 28, 2014 12:57 am

· #197653
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?

פארוואס גיבט מען אוועק לייב און לעבן, שלאפלאזע נעכט פאר געוויסע מענטשן וואס זענען פראדעצירטגעווארן דורך קאלעטארעל דעמעדש פון עפעס א מעשה .....
ביאלאגיש אהער אהין לאזט אייך אפ פון די שטותים.

Yossy » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:34 pm

· #197853
ביבער
פארוואס האט מען חתונה?


געהערט אמאל פון
רבי יענקעלע סהאט עם איינער אמאל געפרעגט רבי וואס איז
די חיליק צווישן מיך אין די
רבי איך האב א ווייב אין קינדער אין די רעבבע האט א ווייב אין קינדער . האט ער עם גיענטפערט איך האב א ווייב ווייל כוויל האבען קינדער , אבער ביי דיר איז פארקערט ודפח"ח

צדיק נסתר » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:06 pm

· #197947
פארוואס ווען מ'ברעקלט אן מיט ברויט ווערט די שטוב חמץ'דיג, אבער ווען מ'ברעקלט אן מיט מצה ווערט עס נישט פסח'דיג?

רויטע וואנצעס » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:48 pm

· #197956
צדיק נסתר
פארוואס ווען מ'ברעקלט אן מיט ברויט ווערט די שטוב חמץ'דיג, אבער ווען מ'ברעקלט אן מיט מצה ווערט עס נישט פסח'דיג?


פאר די זעלבע סיבה פארוואס ווען מ'ברעקלט אן מיט ברויט ווערט עס נישט וואכענדיג.

פלעין יודיש » דינסטאג אפריל 29, 2014 3:22 pm

· #197992
צדיק נסתר
פארוואס ווען מ'ברעקלט אן מיט ברויט ווערט די שטוב חמץ'דיג, אבער ווען מ'ברעקלט אן מיט מצה ווערט עס נישט פסח'דיג?

ווייל מצות האט נישט קיין פאפי סידס, און ברויט און חלה האבן ווי באוויסט יא

עוד מישהו » דינסטאג מאי 6, 2014 3:13 pm

· #199227
פארוואס ווען א שטיקל נבילה פאלט אריין אין א טאפ מיט פלייש וואס האלט אינמיטן קאכן ווערט אלעס טריפה, אבער ווען א כשר שטיקל פלייש פאלט אריין אין א טאפ פון נבילה ווערט נישט די נבילה כשר?

berlbalaguleh » דינסטאג מאי 6, 2014 9:09 pm

· #199309
עוד מישהו
פארוואס ווען א שטיקל נבילה פאלט אריין אין א טאפ מיט פלייש וואס האלט אינמיטן קאכן ווערט אלעס טריפה, אבער ווען א כשר שטיקל פלייש פאלט אריין אין א טאפ פון נבילה ווערט נישט די נבילה כשר?

ווייל ס'איז א סאך גרינגער אז די גוטע זאלן פארדארבן ווערן ווי אז די פארדארבענע זאלן גוט ווערן. דאס איז א מוסר השכל פאר געוויסע יחידים אדער גרופעס וועלכע מאטיווירן זייער התנהגות אז זיי טוען דאס צוליב "קירוב"... 😕 😎 🙄 😳 😞 😢 😮

עוד מישהו » מיטוואך מאי 7, 2014 7:46 am

· #199355
נאך איין שאלה וואס איך האב, פארוואס ווערט אונזער הויכגעשעצטע מנהיג ישראל, דער וואס טראגט ארום קאווע שטיבל ביי זיך אין קעשענע.
צומישט, קיל, א גערער, פארשעמט, טרויעריג, דעפרעסט און סורפרייזט, אין אלע תגובות וואס ער שרייבט?

פלעין יודיש » מיטוואך מאי 7, 2014 2:19 pm

· #199421
עוד מישהו
נאך איין שאלה וואס איך האב, פארוואס ווערט אונזער הויכגעשעצטע מנהיג ישראל, דער וואס טראגט ארום קאווע שטיבל ביי זיך אין קעשענע.
צומישט, קיל, א גערער, פארשעמט, טרויעריג, דעפרעסט און סורפרייזט, אין אלע תגובות וואס ער שרייבט?

ביז די וועסט נישט ארויס שרייבן ברחל בתך הקטנה וועם די מיינסט וועט ער נישט כאפן אז ממיינט אים,
א בעל עגלה כאפט נישט אזוי שנעל (just kidding)
😂 😂 😂 😃 😃 😃 🙄 🙄 🙄

לית דין בר נש » מיטוואך מאי 7, 2014 2:51 pm

· #199427
עוד מישהו
נאך איין שאלה וואס איך האב, פארוואס ווערט אונזער הויכגעשעצטע מנהיג ישראל, דער וואס טראגט ארום קאווע שטיבל ביי זיך אין קעשענע.
צומישט, קיל, א גערער, פארשעמט, טרויעריג, דעפרעסט און סורפרייזט, אין אלע תגובות וואס ער שרייבט?

דאכט זיך מיר אז דער שאלה באלאנגט נישט אין דער אשכול עס איז נישט נאריש און נישט גאוניש.

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 8, 2014 11:13 am

· #199561
א איד קומט אריין אין בית המדרש נאס פון קאפ ביז פיס וועט איהם אלעמאהל א חכם פרעגען...
עס רעגענט אינדרויסן?

איך ענאפער ניין איך גיי אין מקוה מיט די קליידער

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 8, 2014 11:27 am

· #199567
פלעין יודיש
צדיק נסתר
פארוואס ווען מ'ברעקלט אן מיט ברויט ווערט די שטוב חמץ'דיג, אבער ווען מ'ברעקלט אן מיט מצה ווערט עס נישט פסח'דיג?

ווייל מצות האט נישט קיין פאפי סידס, און ברויט און חלה האבן ווי באוויסט יא


פאפי סידס איז נישט חמץ

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 8, 2014 1:40 pm

· #199589
פלעין יודיש
עוד מישהו
נאך איין שאלה וואס איך האב, פארוואס ווערט אונזער הויכגעשעצטע מנהיג ישראל, דער וואס טראגט ארום קאווע שטיבל ביי זיך אין קעשענע.
צומישט, קיל, א גערער, פארשעמט, טרויעריג, דעפרעסט און סורפרייזט, אין אלע תגובות וואס ער שרייבט?

ביז די וועסט נישט ארויס שרייבן ברחל בת הקטנה וועם די מיינסט וועט ער נישט כאפן אז ממיינט אים,
א בעל עגלה כאפט נישט אזוי שנעל (just kidding)
😂 😂 😂 😃 😃 😃 🙄 🙄 🙄

א ראיה צו דיינע ווערטער, אז ס'האט מיר גענומען א טאג און א האלב צו טראכטן 🙄 ❓ בכלל אז דו מיינסט מיך... 😕 😎 😂 😠 😛 😛 😛 😳 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג מאי 8, 2014 1:58 pm

· #199599
עוד מישהו
נאך איין שאלה וואס איך האב, פארוואס ווערט אונזער הויכגעשעצטע מנהיג ישראל, דער וואס טראגט ארום קאווע שטיבל ביי זיך אין קעשענע.
צומישט, קיל, א גערער, פארשעמט, טרויעריג, דעפרעסט און סורפרייזט, אין אלע תגובות וואס ער שרייבט?

ייש"כ פאר דערמאנען: איך מיין פלעין יודיש איז גערעכט. ווילאנג דו שרייבסט נישט ארויס ברחל בתך ה----ע וועל איך נישט כאפן בכלל אז דו רעדסט פון מיר!.. איז לאמיר לערנען פשט אין דיינע דיבורים הקדשים!. (ס'איז בכוונה נישט געשריבן געווארן מיט א "וואוו"). א) מנהיג= בעל עגלה: ב) "טראגט ארום ק"ש אין קעשענע"?: ג) "צומישט,@: ד) קיל#: ה) א גערער ❓ ❓ ❓ : וכו', וכו':... 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😛 😳 😈 😈 😮 . מילא אויב דו ברענגסט די (אלטע) פיקטשער פון פישל'ע הערינג, קענמען זעהן אז ר'איז א גערער (אויף די זאקן/הויזן,. אבער אויף די צורת הפרצוף, וויאזוי גקענמען זעהן???... 😕 😮

קאוועניק » דאנערשטאג מאי 8, 2014 3:46 pm

· #199621
מה דאך א לייט וואס האט נישט קיין פיס קען ברענען, איז דאך כש״כ א מענטש וואס האט פיס דארף זיכער קענען ברענען?

לית דין בר נש » דאנערשטאג מאי 8, 2014 3:50 pm

· #199622
מה דאך א בענקל וואס קען נישט ברענען קען מען זיצן אויף עס, א לייט וואס קען יא ברענען דארף מען זיכער קענען זיצן אויף עס?

ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג מאי 8, 2014 4:20 pm

· #199629
אויב מען רעדט שוין פון קל וחומר...

מה דאך מיין טאש ווי דו טארסט נישט אריינלייגן די האנט און ארויסנעמען געלט מעג איך יא...
דיין טאש ווי דו מעגסט יא מעג איך אוואדאי...

פלעין יודיש » דאנערשטאג מאי 8, 2014 4:30 pm

· #199630
דיו לבא מן הדין להיות כנידון

עוד מישהו » דאנערשטאג מאי 8, 2014 4:34 pm

· #199632

ייש"כ פאר דערמאנען: איך מיין פלעין יודיש איז גערעכט. ווילאנג דו שרייבסט נישט ארויס ברחל בתך ה----ע וועל איך נישט כאפן בכלל אז דו רעדסט פון מיר!.. איז לאמיר לערנען פשט אין דיינע דיבורים הקדשים!. (ס'איז בכוונה נישט געשריבן געווארן מיט א "וואוו"). א) מנהיג= בעל עגלה: ב) "טראגט ארום ק"ש אין קעשענע"?: ג) "צומישט,@: ד) קיל#: ה) א גערער ❓ ❓ ❓ : וכו', וכו':... 😕 😎 😂 🙄 😃 🙂 😉 😛 😳 😈 😈 😮 . מילא אויב דו ברענגסט די (אלטע) פיקטשער פון פישל'ע הערינג, קענמען זעהן אז ר'איז א גערער (אויף די זאקן/הויזן,. אבער אויף די צורת הפרצוף, וויאזוי גקענמען זעהן???... 😕 😮


ארום טראגן איז אויך א לשון וואס ווערט באנוצט פאר א בעל עגלה (דברי רבי זי"ע בס"ג על פסוק ויאכל וישת וישמחו בני מעיו עד שהתפוצצו מרוב אושר).
האסטו אמאל געזען גערע רבי ווי ער דרייט מיט די אויגן? 🙄 דאס איז אן אייקון פון גערע רבי.

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 20, 2014 3:07 pm

· #201352
ווי אזוי איז שייך אויסצומעקן יעדן זכר פון עמלק, אויב מען איז מחוייב מדאורייתא אים צו דערמאנען יעדן יאר נאכאמאל?

און די פאראדאקס איז, דערמאנען אים אויסצומעקן! דבר והפיכו?

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:55 pm

· #296631
יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל,
וואס איז די יוצא מן הכלל פון די כלל?

ונבנתה העיר » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:07 pm

· #296635
די כלל גופא.

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:42 pm

· #296650
נו, דעמאלטס האט דאך טאקע יעדע כלל א יוצא מן הכלל?

געוואלדיג » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:48 pm

· #296661
דעמאלטס איז די כלל נישט אנדערש פון יעדע כלל, איז די כלל נישט קיין יוצא מן הכלל פון יעדע כלל, ודו"ק.

ציבעלע-קיגל » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 8:47 am

· #296736
פארוואס האט איעדע רעבא שוויצערס און שלעגערס? מען נעמט זיך אן פאר'ן רעבאס כבוד...

ער וועט דיר סייווי נישט נעמען פאר א איידים, נישט דו און און נישט דיין זוהן. דער רעבא זיצט זיך שיין אויב'ן אן (און פאטשט זיך די בויך) און די בחורים און אינגעלייט שוויצערס און שלעגערס לויפע'ן ארום.

ער בלייבט רעבא און דיר וועט מען אלעמאהל געדענקען אלץ דער ווילדער שלעגער

chusid » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 4:55 pm

· #296827
,

זעמיל מילכיגער » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:18 pm

· #296869
צו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????

געוואלדיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 10:51 pm

· #296875
האט שוין ר' מרדכי חנא געפרעגט, פארוואס ווארפן די באלי כדי צו צוריק כאפן, זיי מחליט ווילסטו עס האלט עס, ווילסטו נישט כאפ עס נישט שפעטער, ועמוק הוא מי ימצאנו.
בלאט: 1 2 3