☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » נארישע גאונ'ישע קשיות

נארישע גאונ'ישע קשיות

123 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6299
בלאט: 1 2 3

ירא שמים » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:39 pm

· #296883
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
געוואלדיג
יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל,
וואס איז די יוצא מן הכלל פון די כלל?
אלס מלמד וואלסטעך געדארפט וויסען , יעדער דארף קענען די וואך די גמרא קיין שום יוצא מן הכלל.

שמעקעדיג » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 11:54 pm

· #296887
זעמיל מילכיגער
צו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????

דו האלטסט פון שעבודא דר' נתן... הא?

ירח בן יומו » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:23 am

· #296892
שמעקעדיג
זעמיל מילכיגער
צו וואס עסן און דערנאך אויסמאכן?? קענסט דאך לכתחילה אריינגיסן דעם טשולענט אינעם ברייטהארציגן בית הכבוד????

דו האלטסט פון שעבודא דר' נתן... הא?

ווי האט דער עלטערע יוד געזאגט. פלאגטס אריין די פידינג טאאב אין די קאטעטער און לאזט מיר ארויס פון דא, ווער דארף מיר האבן דא?

שמעון וואלף » דאנערשטאג אוגוסט 20, 2015 12:24 am

· #296893
פארוואס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס דרייען ארויף די פיאות העכער די אויער? די וואס קרייזלען עס שבת אדער די וואס האבן א מסורה בכלל נישט צו שניידן פיאות קען איך פארשטיין אבער די וואס שניידן יא און האלטן עס אויפ'ן אויער אויך שבת, קענען דאך עס שניידן און איבערלאזן א צוויי-דריי אינטשעס ס'זאל זיך האלטן אויפ'ן אויער ותו לא.

ציבעלע-קיגל » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:28 pm

· #297778
שמעון וואלף
פארוואס זענען פארהאן אסאך מענטשן וואס דרייען ארויף די פיאות העכער די אויער? די וואס קרייזלען עס שבת אדער די וואס האבן א מסורה בכלל נישט צו שניידן פיאות קען איך פארשטיין אבער די וואס שניידן יא און האלטן עס אויפ'ן אויער אויך שבת, קענען דאך עס שניידן און איבערלאזן א צוויי-דריי אינטשעס ס'זאל זיך האלטן אויפ'ן אויער ותו לא.


פרעג בעסער.

פארוואס זענען דא בחורים און אינגעלייט וואס אגאנצען טאג, דרייען זיי די פיאות, ממש מען לאזט עס נישט אפ קיין מינוט. לעצטע שבת איז אריין געקומען א אינגערמאן אין בית המדרש און האט שוין געהאלטען אין מיטן דרייען און האט נישט אויפגעהערט אפי' ביים קידוש אין מיטן די טשולענט, בין לעפל ללפל נאך א דריי. הער שוין אויף, אדער גיי נעם א קורס אין העיא סטיילונג. איך פארשטיי שוין פארוואס אסאך מענטשען האבען פיינט חסידים. ווייל איך אליין האב איהם שוין שיעור אויסגעריסען די פיאות. וויפיל איז די שיעור.

שמעון וואלף » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 5:39 pm

· #297811
וויזוי קען זיין אז מ'דרייט אגאנצן טאג די פיאות, ס'בלייבט דאך נישט קיין צייט צו שפילן מיט'ן בארד

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:14 am

· #319562
בקרוב גייט ערשיינען די נייע עפאכע פון דרייווערלאזע קארס. מיין שאלה איז, וועלן פרויען זיין ערלויבט צו דרייוון די סארט קארס (מטעם המוסדות)? אויב דארף דער דרייווער גארנישט טאן כדי צו דרייוון דעם קאר, נאר זיצן אין פארנט, וואס איז א נפק"מ צי די פרוי זיצט אויף די רעכטע פאסאזשיר זייט צי די לינקע? מה לי הכא מה לי התם? אויב איז דער פראבלעם אז די פרוי פירט די קאר כרצונה, דאס איז דאך גענוי ווי יעצט, אז די פרוי טיילט באפעלן און דער מאן פאלגט ווי א שעפעלע. איז בפשטות איז משמע אז עס וועט זיין מותר. אדער נישט? וואס זענען די צדדים אויף נישט?

גר ותושב » זונטאג יאנואר 31, 2016 12:46 am

· #319566
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
חדש אסור מן התורה סאו די מענער וועלן אויך נישט מעיגן דרייוון די קארן

געוואלדיג » זונטאג יאנואר 31, 2016 1:00 am

· #319568
איך זעה דו האלטס שוין ביי דעם אז די עצם זאך פון א פרוי זיצן אין פארנט איז מותר בשופי, און דיין שאלה איז נאר לגבי וועלכע צד, איך בין נאך נישט אזוי בטוח אין די היתר פון א פרוי צו זיצן אין פארנט פון קאר, בקושי התירו באחורי הקאר כדי שלא לבייש את מי שיש לו, וד"ל.

נעגעל וואסער » זונטאג יאנואר 31, 2016 5:42 am

· #319583
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
דריידל
א דייעט דארף לכאורה פארמינערן גראבקייט. דעמאלטס פארוואס זענען אלע וואס גייען אויף דייעט, גראב?
א דאקטאר דארף מאכן מענטשן געזינט. פארוואס זענען מענטשן וואס גייען צום דאקטאר עפי"ר קראנק?

די לאכסט?!
איך האב געזעהן אין די נייעס נישט לאנג צוריק א שטודיע אז טשאקלאד מאכט א מענטש דאר! ווייל זיי האבן אויפגעוויזן אז 80 פראצענט מענטשען וואס עסען טשאקלאד זענען דארע מענטשען... איי די גראבער ווילן נישט עסען טשאקלאד ווייל זיי ווילן נישט ווערן מער גראב, דאס איז זיי נישט איינגעפאלן... חכמה בגוים תאמין. [emoji1]

אויב כ'וועל טרעפן די לינק, וועלעך עס שיקען בלי נדר.

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 31, 2016 7:06 am

· #319587
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
ווען באסעס אן דרייווער'ס וועלען פארשפרייט ווערען, גייען מיר זען מער תגובות פון בערעל'ן צו ווייניגער?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

קל וחומר » זונטאג יאנואר 31, 2016 2:57 pm

· #319646
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
לכאורה איז תלוי אויב די איסור איז אויף די חפצא אדער אויפן גברא, טאמער איז עס אויפן חפצא וועט מען מעגן ווייל למעשה ווערט עס נישט געדרייווט דורכן פרוי, ווידער טאמער איז עס אויפן גברא וועט זיין אסור ווייל למעשה איז די פרוי בעה"ב אויפן קאר, אדער כלך לאידך גיסא, די חפצא בלייבט א קאר און ס'איז אסור, די גברא איז נישט קיין דרייווער און ס'איז מותר. אדער קען מען מחדש זיין לאמיתה של תורה אז ווען א פרוי קומט זיך צאם מיט א פירערשאפט פון א קאר ווערט געשאפן אן איסור, ויש לפלפל עוד בדבר ואיכמ"ל.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג יאנואר 31, 2016 3:12 pm

· #319650
איין זאך האסטו פארגעסען אין גאנצען מיט דיין פלפול. א פרוי קען קיין גברא נישט זיין.
וועט מען דארפען זאגען אז ס'איז אן איסור איתתא, און אויף דעם האבען מיר נישט קיין מסורה אויף בר מצוה פשעטליך און דער קשיא בלייבט שווער, ואכמ"ל.

שמעקעדיג » זונטאג יאנואר 31, 2016 3:22 pm

· #319651
אודאי איז נישט קיין פרוי א גברא, זי איז דאך א חפצא של איסור רח"ל ורק בדיעבד גמור בהפסד מרובה התירו בקושי ובדוחק וד"ל,
איז אויב גייט זי קליידער ווינציגער ווי 4 אינטשעס אונטערן קני איז אפשר שייך צו זאגן אין איסור חל על איסור, ויש לעיין.

וואלווי » דינסטאג פעברואר 2, 2016 6:18 pm

· #320005
שמעקעדיג
בקרוב גייט ערשיינען די נייע עפאכע פון דרייווערלאזע קארס. מיין שאלה איז, וועלן פרויען זיין ערלויבט צו דרייוון די סארט קארס (מטעם המוסדות)? אויב דארף דער דרייווער גארנישט טאן כדי צו דרייוון דעם קאר, נאר זיצן אין פארנט, וואס איז א נפק"מ צי די פרוי זיצט אויף די רעכטע פאסאזשיר זייט צי די לינקע? מה לי הכא מה לי התם? אויב איז דער פראבלעם אז די פרוי פירט די קאר כרצונה, דאס איז דאך גענוי ווי יעצט, אז די פרוי טיילט באפעלן און דער מאן פאלגט ווי א שעפעלע. איז בפשטות איז משמע אז עס וועט זיין מותר. אדער נישט? וואס זענען די צדדים אויף נישט?


די אלע טעמים וואס ווערען געברענגט אין פסחים דף ג' זענען נאך אלס נוגע. משום ביעתותא דגמלים, ביעתותא דליליא, ביעתותא דהר וכו' דברים האסורים משום סכנה אפי' באלף השישי לא בטל...

קל וחומר » מיטוואך פעברואר 3, 2016 12:30 pm

· #320097
גייענדיג אין מקוה היינט אינדערפרי איז מיר אקעגן געשווימען א סטאדע נארוואס אויסגעפליקטע האר, יעדער קען זיך פארשטעלן די איבעל וואס האט מיר אנגעכאפט... יעצט מיין פראגע, פארוואס עקלט מען זיך אזוי פון האר (אפי' געוואשענע)?

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 1:46 am

· #320183
וואסי פשט אז גאט האלט אין איין אראפשיקען מענטשן נאכאנאד, על אף וואס ס'נישט געלונגען זינט אדם הראשון אז דער מענטש זאל עפעס אויפטון דא?

געוואלדיג » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 12:02 pm

· #320219
אז די געשעפט אין נאך אפן, מוז זיין אז ער לייזט נאך.

קל וחומר » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 2:14 pm

· #320237
כ'ווייס נישט וואס מיינט ביי דיר אויפטוהן, אבער פון צדיקים זאגט מען נאך אז ס'יז כדאי דורכצושוויצן זיבעציג יאר אויף דיזען וועלט כדי צו קענען איינמאל לייגן תפילין! פאר מער פון דעם זעה מסילת ישרים בהקדמתו ובספרו דרך השם.

טמיר » דאנערשטאג פעברואר 4, 2016 3:33 pm

· #320250
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
קאווע טרינקער
וואסי פשט אז גאט האלט אין איין אראפשיקען מענטשן נאכאנאד, על אף וואס ס'נישט געלונגען זינט אדם הראשון אז דער מענטש זאל עפעס אויפטון דא?

אהא, כ'הער. ווילסט טרינקען קאווע און פארשטיין גאט. גא עהעד

ליטוואק פון בודאפעסט » מוצ"ש פעברואר 6, 2016 8:30 pm

· #320416
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
מיין אינגעל פון ניין יאר האט מיר געפרעגט א קשיא דער שבת.
דער בעש"ט איז דאך געווען א באהעלפער אלס יונגערמאן. וואס מיינט עס? ער האט געברענגט די קינדער צו און פון חדר, און זיי פארציילט מעשה'ס וכדו'. ט'פון וועמען האט ער פארציילט?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

געוואלדיג » מוצ"ש פעברואר 6, 2016 8:49 pm

· #320418
וואס איז אזוי שווער די שאלה, ער האט פארציילט פונעם ווילנער גאון און הרב שך.

קל וחומר » זונטאג פעברואר 7, 2016 2:39 am

· #320459
הרב ליטוואק, די גמרא איז אויך פול מיט מופתים מעשיות א שטייגער ווי מסכת ברכות, תענית וכו' לאז דיין זוהן וויסן אז חוץ פון לומדעס איז אויך פאראן אסאך אינטערעסאנטע מופתים אין די גמרא. (אז נישט וועט ער חלילה איין טאג טראכטן אז ס'געווען חסידישע תנאים ואמוראים).

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 7, 2016 5:28 am

· #320463
פארגעס נישט, אונז זע'מיר אין שמייכל נישט אין חינוך

רויטע וואנצעס » זונטאג פעברואר 7, 2016 3:51 pm

· #320517
פארוואס דארף מען מכבד זיין אלטע לייט? איז ער א וואוילער דארף מען אים שוין מכבד זיין יונגערהייט, איז ער א שלעכטער, האט ער דאך מער שלעכטס אנגזאמעלט אלץ זקן?

קל וחומר » זונטאג פעברואר 7, 2016 4:28 pm

· #320522
איז כבוד א גוטע זאך אדער א שלעכטע זאך?
איז עס גוט, טא, פארוואס זאל מען אנטלויפן דערפון, איז עס שלעכט, פארוואס קומט דעם בורח דעם עונש אז ס'יז רודף אחריו?

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג פעברואר 7, 2016 4:30 pm

· #320523
רויטע וואנצעס
פארוואס דארף מען מכבד זיין אלטע לייט? איז ער א וואוילער דארף מען אים שוין מכבד זיין יונגערהייט, איז ער א שלעכטער, האט ער דאך מער שלעכטס אנגזאמעלט אלץ זקן?

כמה הרפתקאי דעדי עלה

בן אדם » זונטאג פעברואר 7, 2016 4:59 pm

· #320531
מ'דארף זיך אויפשטעלן פאר א:

זקן - ס'זאל עם זיין גרינגער אנצוקומען צו זיין פלאץ
ת"ח - טאמער ער'ז פארחלומ'ט און וועט דיר נישט באמערקן
רבי - וייל אז נישט וועט ער דיר איבער טרעטען
רב - ער וועט נאך האבן א חשבון מיט דיר

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 8, 2016 3:02 pm

· #320701
איך הער אסאך מאל דרשות פון רבנים, כ'מיין גאר גרויסע כ"ק רבנים, רעדן צו זייער עולם, די פשוטי עם, וואס ווילן וויסן און מקבל זיין את הדרך אשר ילכון, בלא בלא.... און יעדע צוויי מינוט זאגט דער רבי צום עולם "מורי ורבותי", וואט דע העק? האט דען דער רבי געלערנט אפילו איין אות פון זיי? ווען זענען זיי געווארן זיינע רבי'ס און מורי'ס?

ירח בן יומו » מאנטאג פעברואר 8, 2016 3:04 pm

· #320704
מורי-מלשון ממרים או י"ל מורים את מוריו
רבותי- מלשון ריב. בני מרובה.

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 8, 2016 3:05 pm

· #320705
און וואס טראכסטו ווען דו זאגסט רבותי מיר ווילן בענטשן?

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 8, 2016 3:09 pm

· #320706
ביסט גערעכט, אבער כ'מוז דאך זאגן וואס ס'שטייט אין סידור, מסתמא האט עס גימטריאות און סודות וכו', אבער רופן תלמידים מורי ורבותי מדעת עצמו?

(און לו יהא דו ווענדסט מיך אפ, איז עס דאך אין "נארישע" גאונישע שאלות אשכול..)

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 8, 2016 3:16 pm

· #320707
דאס מיין איך טאקע, פונקט אזוי ווי רבותי פון בענטשן איז אזא נוסח וואס די ערשטע האבן געזאגט מיט כוונה און היינט זאגסטו ווייל עס שטייט אין סידור, די זעלבע דא, דער ערשטער וואס האט געזאגט מורי ורבותי האט אינזינען געהאט די משנה פון ומתלמידי יותר מכולם, דער תלמיד האט דאס געזאגט אלס ענוה, און שפעטער אלס חדש אסור מן התורה און אזוי דארף מען זאגן ומינא לא תזוע ח"ו.

לית דין בר נש » מאנטאג פעברואר 8, 2016 4:39 pm

· #320716
נישט קיין צושטעל ביי די רבי זאגט מען עס משום מוראה של מלכות

שמעקעדיג » מאנטאג פעברואר 8, 2016 5:00 pm

· #320726
ברשות דעם רבי'ן מיינט נישט "מיין" רבי, נאר עפעס א רבי בן בלי שם, און בכלל זענען זיי דאך די "מנהיגים" איז שייך צו נעמען רשות ביי זיי; אבער פאר א גדול בישראל צו זאגן "מורי ורבותי" פאר זיינע תלמידים (בפרט נאכאנאנד) איז א פאלשע אויסדרוק און אן ענוה פסולה.
ווי לענגער די דעבאטע פארציעט זיך, האב איך מורא אז מיין שאלה איז מער גאונ'יש ווי נאריש 😉

געוואלדיג » מאנטאג פעברואר 8, 2016 5:02 pm

· #320728
די לייק איז פאר די לעצטע שורה.

HotCoffee » מאנטאג פעברואר 8, 2016 6:58 pm

· #320735
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
מורי ורבותי מיינט בעיסיקלי "Ladies and Gentlemen"

HotCoffee » מאנטאג פעברואר 8, 2016 6:59 pm

· #320736
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
HotCoffee
מורי ורבותי מיינט בעיסיקלי "Ladies and Gentlemen"

אדער גאר "Gentlemen and Gentlemen"...

גר ותושב » מאנטאג פעברואר 8, 2016 8:52 pm

· #320747
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
שמעקעדיג
איך הער אסאך מאל דרשות פון רבנים, כ'מיין גאר גרויסע כ"ק רבנים, רעדן צו זייער עולם, די פשוטי עם, וואס ווילן וויסן און מקבל זיין את הדרך אשר ילכון, בלא בלא.... און יעדע צוויי מינוט זאגט דער רבי צום עולם "מורי ורבותי", וואט דע העק? האט דען דער רבי געלערנט אפילו איין אות פון זיי? ווען זענען זיי געווארן זיינע רבי'ס און מורי'ס?

ומתלמידי יותר מכולם קומט דאך אויס אז די תלמידים זענען גאר די רבי'ס

קל וחומר » דינסטאג פעברואר 9, 2016 12:05 pm

· #320812
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
פארוואס ווען מ'זעהט א שורה פון שטייעדיגע ביה"כ'ס וועט מען שטענדיג גיין צום צווייטן ביה"כ?

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 9, 2016 12:19 pm

· #320815
גר ותושב
ומתלמידי יותר מכולם קומט דאך אויס אז די תלמידים זענען גאר די רבי'ס

דאס איז טאקע מיין שאלה, ותלמידי יותר מכולם מיינט מען אז א רבי לערנט תורה מיט די תלמידים, און די תלמידים פרעגן אריין און פרובירן זיך מתווכח זיין בהלכה, קומט אויס אז מען לערנט זיך דאס מערסטע פון תלמידים, אבער די היינטיגע רבי'ס? וואס ס"ה זאגן זיי אפשר שאלעשידעס תורה און די חסידים טאנצן ביי די שמחות, וואס איז שייך מורי ורבותי?

קל וחומר » דינסטאג פעברואר 9, 2016 12:22 pm

· #320816
מ'קען לערנען פשט אז היינטיגע רבי'ס וואלטן נישט געלערנט דעי ביסל שאלעשידעס טורעס ווען נישט די חסידים, ממילא איז עס ווידער מתלמידי יותר מכולם.

שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 9, 2016 12:41 pm

· #320817
וואס קען איך זאגן אויף אזא נארישע גאונ'ישע תשובה?
ניצחתני בני, נצחתני! 😛

שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 2, 2016 2:30 pm

· #323143
מעג מען געבן פאר א גוי א המן טאש? אדער מאך איך חוזק אז איך גיב עס אים, ווייל דאס איז דאך מרמז אויף די מפלה פון די גויים? 😉

לית דין בר נש » מיטוואך מערץ 2, 2016 2:41 pm

· #323145
איך האב געמיינט די פרעגסט צו מען מעג געבן פאר א בני ברק'ע א המן טאש

בן אדם » מיטוואך מערץ 2, 2016 3:00 pm

· #323148
אויב איז ער פון די חסידי אומות העולם איז מעג מען עם געבן, ווייל ער איז דאך משלנו (און מסתם איז ער א איד) אבער פאר אן אנדערע גוי איז טאקע א שאלה.

בן אדם » מיטוואך מערץ 2, 2016 3:10 pm

· #323150
מיין אינטערשטע שכן'טע קאמפלעינט היינט אז זי האט א פלאד דורך מיין ביה"כ, בין איך מחויב איר צו פארציילן אז באמת'ן גיס איך דארט אויס דאס נעגל וואסער יעדן טאג (אלס חשש מזיקים וכדו') ?

קל וחומר » מאנטאג מערץ 7, 2016 3:04 pm

· #323526
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
א חבר מיינער זאגט מיר אז ער האט זיך היינט ביים שיר של יום געכאפט אז נעכטן האט ער בטעות געזאגט די אומריכטיגע יום, זיין שאלה: דארף ער יעצט זאגן אתמול היה יום כו'?

גאלד » מאנטאג מערץ 7, 2016 3:34 pm

· #323529
איז מען יוצא משלוח מנות אויב מ'שיקט מיט א דראון

קל וחומר » מאנטאג מערץ 7, 2016 4:21 pm

· #323535
Re: נארישע גאונ'ישע קשיות
וואס איז עס בעסער פון א קוף?
בלאט: 1 2 3