☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » וואון און יודן

וואון און יודן

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #628

ישובניק » מאנטאג מאי 14, 2012 5:03 pm

· #11955
וואון און יודן
ס'איז דא אין אידיש היינט א היפשע ערבוביא צווישן וואון און יודן וואס ווערן אויפגעטוישט ביי אסאך ווערטער. נו, ווער איז דער נחשון?

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 5:13 pm

· #11959
געווינען, געוואונען.

ווינטש, געוואונטשן.

געפינען, געפונען.

ווי, וואו.

ניץ, נוץ.

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 5:15 pm

· #11960
שמיץ, שמוץ.

שטימע, שטומע.

שטיל, שטול.

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 14, 2012 5:18 pm

· #11961
די, דו (דאכט זיך אז די איז the און דו איז you, פליז קארעקט מי איף איים ראנג.)

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 5:22 pm

· #11962
געזיכט, געזוכט.

פיל, פול.

שליס, שלוס.

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 5:32 pm

· #11965
וויסן, געוואוסט.

ווינקען, געוואונקען.

זין, זון.

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 5:38 pm

· #11967
קלינג, געקלונגען.

בינד, בונד.

בינד, געבונדן.

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 5:48 pm

· #11968
און, אין.

צו, צי.

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 5:51 pm

· #11969
מיט, מוט.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 14, 2012 5:52 pm

· #11970
געפילטע פיש
די, דו (דאכט זיך אז די איז the און דו איז you, פליז קארעקט מי איף איים ראנג.)

זייער גוט! אויסגעצייכנט אאאא+

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 6:00 pm

· #11972
פוס, פיס.

שוך, שיך.

שטוב, שטיבער.

ברודער, ברידער.

הונט, הינט.

בוך, ביכער.

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 6:01 pm

· #11973
פיטער, פוטער.

ישובניק » מאנטאג מאי 14, 2012 6:29 pm

· #11974
אה, א נחת! זייט ממשיך.

ידען » מאנטאג מאי 14, 2012 7:23 pm

· #11986
ווי/וואו ניצט/נוצט מען יעדע ווארט?

איך קען נישט די אלע חילוקים. איך שרייב געווענליך לויט וויזוי כ׳געדענק.און וויזוי סע שרייבט זיך...

קרעמער1 » מאנטאג מאי 14, 2012 7:25 pm

· #11987
ווי = ווי אזוי
וואו = באיזה מקום
שטימע = וואויס
שטומע = אלם
די = די זאך
דו = לשון נוכח
געזיכט = פנים
געזוכט = מחפש
פיל = אסאך
פול = מלא
זון = בן (מאנכע שרייבן "זוהן" מיט א ה"א אונטערצושיידן פון זון = חמה)
זין = שכל (אראפ פון זינען)
און = וא"ו המוסיף (און ער איז געגאנגען)
אין = תוך
פיטער = די פיטער פון א מאנטל\פעלץ (פ"א רפה)
פוטער = חמאה

אסאך מאל איז דער חילוק פשוט אז איינס איז א לשון יחיד און די אנדערע לשון רבים.

ותן לחכם ויחכם עוד

ישובניק » מאנטאג מאי 14, 2012 7:54 pm

· #11995
א דאנק פינטאו און קרעמער 1.

2 הערות:

זין איז אויך ל' רבים פון זון.

פיטער מיינט נאר פיטערן/קארמען.
פוטער מיט א פינטל אין פא איז חמאה.
פוטער אן א פינטל איז דער פוטערנער מאנטל, דער פעלץ (ווי פעטער עשיו האט אויסגעזען, כאדרת שער).

פינטאו » מאנטאג מאי 14, 2012 8:04 pm

· #11997
פיל האט אויך נאך באדייטן. פיל עס אן, איך פיל דיין ווייטאג.

געפילטע פיש » מאנטאג מאי 14, 2012 11:16 pm

· #12106
פינטאו
איך פיל דיין ווייטאג.

דאס איז בכלל אידיש? איז עס נישט די ענגלישע feel שפיר?

ישובניק » מאנטאג מאי 14, 2012 11:55 pm

· #12137
יא, פילן מיט'ן באדייט פון רגש און געפיל איז אויך אידיש.

גוט פאר'ן דערמאנען שפיר
ס'איז אויך דא שפור מיט א וואו - א שפור פון עפעס, קומען אויף די שפורן.
אבער אויסשפירן און נאכשפירן זענען מיט א יוד.

אזוי אויך זענען דא נאך ווערטער וואס זענען מיט א וואו, און ביים ווערן גענוצט אלס ווערב האבן זיי א יוד.
קרום, קרומער
אבער זיך קרימען, אויסקרימען, פארקרימען, נאכקרימען.
רום, רימען

אויך זענען דא ווערטער וואס זענען מיט א וואו, אבער אלס פארקלענער-ווערטער זענען זיי מיט א יוד.
הוט, היטל
פוס, פיסל
בוך, ביכל
שטוב, שטיבל
קוכן, קיכל

ישובניק » מאנטאג מאי 14, 2012 11:56 pm

· #12139
אייגנטום
אבער דער אייגנטימער

שמעקעדיג » דינסטאג מאי 15, 2012 11:10 pm

· #12494
שוך - ל' יחיד
שיך - ל' רבים

פוס - ל' יחיד
פיס - ל' רבים

צו - אל (מיט א סגול)
צי - קען מיינען ציען (שלעפן), אדער ל' קשיא (אזוי צי אזוי, צי זאל איך שרייבן)

רוב ווערטער מיט י' און וא' איז לשון עבר אדער עתיד

קויף דעם גורל, קענסט געווינען... כ'האב טאקע געוואונען! וכן השאר.

יידל » מיטוואך מאי 16, 2012 1:10 am

· #12532
[ציטאט אראפגענומען]

און אויך ליטוויש אידיש.

פינטאו » מיטוואך מאי 16, 2012 8:10 am

· #12551
[ציטאט אראפגענומען]

אין אידיש ווערטער אוצר שרייבן זיי יא אז רוב ניצן 'צי' אין דעם פאל.

ישובניק » מיטוואך מאי 16, 2012 12:29 pm

· #12597
צי איז נישט נאר אלס א פראגע, נאר אויך בניחותא, מיט'ן באדייט פון "אויב" און "אדער".

ישובניק » מיטוואך מאי 16, 2012 12:44 pm

· #12599
ביי ווערטער וואס זענען בל' הוה/עתיד מיט א יוד און בל' עבר מיט א וואו, זענען געווענליך די כללים אזוי:

ווען מ'רעדט פונעם ווערב אלס א זאכווארט איז עס מיט א וואו.
דער/דעם קלונג, א קלונג, און אויך מיט הילפס-ווערבן "טון" און "געבן": א קלונג טון.

ווען מ'רעדט פונעם ווערב אלס שם-דבר, אדער מיט "דאס", אדער "צו", אדער מיט "טון" און "געבן" (הילפס-ווערבן), איז עס מיט א יוד.
קלינגען
דאס קלינגען
צו קלינגען

ווען מ'רעדט פון א באפעל איז עס מיט א יוד.
קלינג!

ווען מ'רעדט בל' הוה/עתיד איז עס מיט א יוד.
מיר/זיי קלינגען
איך קלינג
דו קלינגסט
ער/זי/איר קלינגט
קלינגענדיג

ווען מ'רעדט בל' עבר איז עס מיט א וואו.
געקלונגען


נאך א כלל:
ווען בל' עבר ענדיגט זיך דער ווערב מיט א טית, איז געווענליך (ס'זענען דא אויסנאמען) נישטא קיין חילוק צווישן הוה/עתיד/עבר און ס'איז אלעמאל מיט א יוד אדער וואו.

פוצן, געפוצט
צופן, געצופט
רוקן, גערוקט
פירן, געפירט
שיקן, געשיקט

שרגא » דאנערשטאג מאי 17, 2012 12:28 am

· #12836
אפשר קומט דאס אין א באזונדערע אשכול, אבער נאך עפעס וואו עס איז דא א שטיקל ערבוביא און ווערן אומריכטיג פארמישט, איז דער ו' מיט'ן ע', ביי אזעלכע ווערטער ווי:
צולייגן (א פלייצע; אויפ'ן בעט), צעלייגן (דעם ענין)
צולויפן (צום חבר), צעלויפן (אויף אלע עקן)
צוטרעטן (צום עמוד), צעטרעטן (די מוראשקע)
צוטיילן (אן אויסצייכענונג), צעטיילן (פונעם ווייב ל"ע)
צולאזן (אזא עולה?), צעלאזן (די אייז)
צעפארן (אומארגאניזירט), צופארן (צום כינוס)

בקיצור, איר כאפט? ביים צוזאמברענגען איז "צו", ביים צעשפרייטן אדער פונאנדערטיילן איז "צע".
"צי" שטימט?

ישובניק » דאנערשטאג מאי 17, 2012 1:32 am

· #12862
א גרויסן דאנק פאר'ן שרייבן דאס און מסביר זיין אזוי ריכטיג.
אויף דייטש, דוכט זיך, זאגט מען "צער-" אנשטאט "צע-", און דאס ווייזט ווידער אז ס'איז אן אנדער סארט צוגאב.
עס זענען דא נאך פארשידענע חילוקים. צום ביישפיל, אז די ווערטער פון "צו-" קען מען צעטיילן: (פארן צו, ער לייגט זיך צו, וכדו') און אריינלייגן אפילו א ווארט אינצווישן (פארן שנעל צו...), אדער עפעס אינמיטן ווארט בל' עבר: "צוגעפארן". אויך קען מען צוגעבן נאך א "צו" אין זעלבן ווארט (צוצולייגן). דאס אלץ איז נישט שייך ביי "צע". נאך א חילוק: ביי "צו-" איז דער קוועטש אויפ'ן "צו", בעת ביי "צע-" איז דער אקצענט אויפ'ן איבעריגן טייל ווארט.