☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » אדמו''ר מקלויזענבורג: פייערלעשער'ס זענען ווי נאציס?

אדמו''ר מקלויזענבורג: פייערלעשער'ס זענען ווי נאציס?

80 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6269
בלאט: 1 2

יאיר » פרייטאג אפריל 18, 2014 5:26 pm

· #196428
איך האלט מיט ממי שאמרו. מילא דער פייער לעשער מיינט נעבעך אז דער רבי איז א געהויבענער איד מיט אויסגעארבעטע מידות וועלכער האט שווער געארבעט זיך צו פארדינען דעם דיקן פעלץ , אבער די קאווע שטיבל חכמים וואלטן דאך געמעגט וויסן אז דער איד איז גארנישט שולדיג אז זיין טאטע, א געליטענער, קוריאזער י"א עילוי'שער איד, וועלכער איז געווען פון די געציילטע איבערגעבליבענע רבנים פון אינדערהיים האט מקרב געווען אפאר צובראכענע נשמות נאכ'ן קריג און אויפגעשטעלט א רביסטעווע פאר אים איבערצונעמען. פארוואס איז ער מחוייב צוליב דעם אויפצוגעבן זיינע רעכטן זיך צו צובייזערן אויף א פייערלעשער? און אז גאט האט אים נישט געשאנקען צופיל שכל און ער האט נישט געטראפן א בעסערע וועג אויסצודרוקן זיין כעס ווי צו נוצן חוקי גודווין אלס א געווער דארף מען אים נאכנישט אטאקירן. מ'קען בלויז שאקלען מיט'ן קאפ און רחמנות האבן און דאנקען דעם באשעפער אז די איינציגסטע מאלן וואס גויים באגעגענען זיך מיט אונזערע רבי'ס איז אין זייער באצירטן דיינונג רום פאר די וואלן.

berlbalaguleh » פרייטאג אפריל 18, 2014 5:29 pm

· #196429
מאטי
פון אן עקשן ביז א נאצי איז דא א גאר לאנגער מהלך..

נאר בעידן רותחא קענמען נישט מבחין זיין... 🙄 😕 😈 😈 😛 😳 😢 😞 😮

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:49 pm

· #196442
דריידל
אז זיי ווילן דווקא אויסלעשען די פייער, קען ער מאכן א קליין פייערעל אויף זיין פארטש און פארברענען די 10 ברעקלעך.

נאר פון די קליין פייערל אויף זיין פארטש קען ח"ו ווערן א גרויס פייער, און דאן וועט מען שוין עכט דארפן רופן די פייערלעשערס.... 😎 😈 😈 😠 😳 😢 😞 😮

לאליפאפ » מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:51 pm

· #196443
[ציטאט אראפגענומען]


Do all of you agree?

איש עברי » מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:55 pm

· #196444
איך האלט אויך אז עס באלאנגט נישט זיך צו אנטשולדיגן נאר צו פארדאמען דעם נארישן אינדיווידועל

berlbalaguleh » מוצ"ש אפריל 19, 2014 9:59 pm

· #196445
ר' לאליפאפ שליט"א: א גוטן מועד. תוס' אין מס' כתובות פרעיגט א קשיא: וואס האסטו דא מחדש געווען? דו ברענגסט נאר די קוואוט פון "ממי שאמרו". אפשר האטציך דער "סענד" בוטטאן געגעיבן א דרוק שלא בזמנו. 😎 🙄 😂 😃 😉 😳 😳 😳 ❓ 😐 😮

טאמבל סאס » מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:02 pm

· #196446
[ציטאט אראפגענומען]

ווען די נאַר איז ווען נישט מיינס וואלט איך אויך געלאכט. ס'גייט נישט אויף ביידע וועגן. מ'קען נישט ביי שטארק הי"ד, שרייען אז מ'האט אלע היימישע אידן פארשעמט און אצינד שרייען אז יעדער מענטש פאר זיך.

יואליש » מוצ"ש אפריל 19, 2014 10:34 pm

· #196455
געפילטע פיש
outspoken
ער איז נאך נישט פערטיג, ס'גייט אסאך טיפער

<a class="postlink" href="http://vocaroo.com/i/s1Iy2A1xxxud">http://vocaroo.com/i/s1Iy2A1xxxud</a>

האלאו, ביזט מכשיל מענטשען מיט זאגן מאוסע ווערטער!


ווער זאגט דאס איז נאך די פייערלעשער-נאצי אינצידענט? ס'איז גאנץ מעגליך א פריערדיגע שמועס, און שטומט אגב מיט זיין פאטער'ס שיטה פון העצן קעגן גוים.

outspoken » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:05 pm

· #196461
צענדליגע טויזענטער אידן האבן פארברענט זייער חמץ ערב פסח און 100טער פייערלעשערס האבן זיי ארויסגעהאלפען סיי אין סעפטי און אז די חמץ זאל זיך גוט פארברענען, קומט איינער א א''ג רבי פון חסידים מאכט אן א חילול השם ברבים, אנשטאטס זיך פארענטפערען אז ס'איז דא געשעהן א מיס-פארשטענדעניש ציווישען זיין קהילה מיט די פייערלעשער און ער האט זיך פארלוירען גייט ער גאר זאגען א דרשה עפ''י קבלה אז די פייערלעשער האט געוויסט מ'וויל אים פארברענען האט ער דאס געוואלט אויסלעשען און נאך שטותים אנצוזייען אנטיסעמיזעם,

היימישער ליטוואק » מוצ"ש אפריל 19, 2014 11:50 pm

· #196468
[ציטאט אראפגענומען]


1 . פאררעכט.
2 . נארישקייט, אויב דער "טעות מאכער" איז א פיהרער ביי א גרופע איז יא די גאנצע גרופע פאראנטווארטליך - כל זמן זיי אנטזאגן זיך נישט פון אים, כל זמן זיי ווערן "גפיהרט" דורך אים.
3. דארף ארויסגברעגט ווערן אז דאס זענן אונטערשריפטן פון זיי קאנגערגיישון.
4. לדאבוני, גלויב איך אז עס וועט נאך באקומן דעקונג. ימים יגידו. ה"י.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 20, 2014 12:10 am

· #196473
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=67286">http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=67286</a>

שמעקעדיג » זונטאג אפריל 20, 2014 2:39 am

· #196490
איך קען נישט די מעשה פונקטליך, איך מיש מיר נישט אריין. אבער איך וויל מוחה זיין אויף יאיר'ס זלזולים און אויך אפאר אנדערע ניקס דברי זילותא. דער קלויזענבורג'ער איז א געוואלדיגער עובד ה' וואס איז שווער צו טרעפן היינט, און אויך א גרויסער גאון, זיצט על התורה ועבודה יומם ולילה, און זיין פאטער איז אויך געווען דאס זעלביגע. זייטיגע חסרונות מיט וואס זיי זענען באשאפן געווארן איז נישט אונזערע דאגות.

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 20, 2014 10:15 am

· #196538
<a class="postlink" href="http://jpupdates.com/2014/04/18/nyc-rabbi-teaches-fire-commissioners-son-tolerance-anti-semitic-twitter-rant/">http://jpupdates.com/2014/04/18/nyc-rab ... tter-rant/</a>
דאס איז א ריכטיגע רבי.

היימישער ליטוואק » זונטאג אפריל 20, 2014 12:33 pm

· #196553
הייתי שם בערב פסח אצל שריפת החמץ של כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א, ומי שראה את היחס המחפיר והמביש של מכבי האש אל מול אדמו"ר ומנהיג גדול המתחנן פעם ופעמיים שיתנו לו רק חמש דקות כדי שהחמץ יישרף, והם בכל זאת מנסים לכבותו, יודע שהכינוי 'גרמנים' הוא תואר להם...
מי שראה את האנטישמיות בעיניים של אותו כבאי, יודע היטב שהגיע לו, ותאמינו לו: הכבאי בעצמו יודע שהגיע לו. עובדה שהוא שקט!...

באקומן אין אישי

קאווע טרינקער » זונטאג אפריל 20, 2014 1:03 pm

· #196555
היימישער ליטוואק
הייתי שם בערב פסח אצל שריפת החמץ של כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א, ומי שראה את היחס המחפיר והמביש של מכבי האש אל מול אדמו"ר ומנהיג גדול המתחנן פעם ופעמיים שיתנו לו רק חמש דקות כדי שהחמץ יישרף, והם בכל זאת מנסים לכבותו, יודע שהכינוי 'גרמנים' הוא תואר להם...
מי שראה את האנטישמיות בעיניים של אותו כבאי, יודע היטב שהגיע לו, ותאמינו לו: הכבאי בעצמו יודע שהגיע לו. עובדה שהוא שקט!...

באקומן אין אישי


הייתי שם אלץ שריפת הגופים של ששת מיליון על כבוד קדושת ה', ומי שראה היחס המחפיר והמביש של אותם מבערי האש כלפי ששת המיליון שהתחננו על נפשם, ובכל זאת הרגו ורצחו ונטלו את חייהם, יודע שהכינוי "גרמנים" אינו תואר-מושאל לכל דין ודברים שבין יהודי לשאינו יהודי.


באקומען אין אישי פון א ניצול שואה.

berlbalaguleh » זונטאג אפריל 20, 2014 3:29 pm

· #196581
שמעקעדיג
איך קען נישט די מעשה פונקטליך, איך מיש מיר נישט אריין. אבער איך וויל מוחה זיין אויף יאיר'ס זלזולים און אויך אפאר אנדערע ניקס דברי זילותא. דער קלויזענבורג'ער איז א געוואלדיגער עובד ה' וואס איז שווער צו טרעפן היינט, און אויך א גרויסער גאון, זיצט על התורה ועבודה יומם ולילה, און זיין פאטער איז אויך געווען דאס זעלביגע. זייטיגע חסרונות מיט וואס זיי זענען באשאפן געווארן איז נישט אונזערע דאגות.

שמעקעדיג: ייש"כ פאר דיינע אמת'ע דיבורים. ס'איז ממש כמים קרים על נפש עייפה. מיך האט אויכעט זייער שטארק געבאדערט און ס'האט מיר וויי געטון וויאזוי מ'נעמט און מ'מאכט פון א איד א גאון וצדיק, וועלכער איז אן אמת'דיגער עובד ה' אש און פארעך, כאילו ר'עט וועין געוועין עפעס א פראסטער גאסן יונג, ח"ו. ער (דער קלויזנבורגער רבי, שליט"א) איז זיך מיצר בצערן של ישראל און ס'האט איהם זייער שטארק ווויי געטון אז דער גוי האט איהם געשטערט אין זיין עבודת ה'. 😠 😳 😢 😞 😮

יאיר » זונטאג אפריל 20, 2014 3:30 pm

· #196582
שמעקעדיג
איך קען נישט די מעשה פונקטליך, איך מיש מיר נישט אריין. אבער איך וויל מוחה זיין אויף יאיר'ס זלזולים און אויך אפאר אנדערע ניקס דברי זילותא. דער קלויזענבורג'ער איז א געוואלדיגער עובד ה' וואס איז שווער צו טרעפן היינט, און אויך א גרויסער גאון, זיצט על התורה ועבודה יומם ולילה, און זיין פאטער איז אויך געווען דאס זעלביגע. זייטיגע חסרונות מיט וואס זיי זענען באשאפן געווארן איז נישט אונזערע דאגות.

כל תלמיד חכם שאין בו דעת וכו'.

פליקער » זונטאג אפריל 20, 2014 4:10 pm

· #196587
איך האב געזעין די לאנגע ווערסיע פינעם אינצינדענט דארט, די פייער לעשער זענען קלאר געוועין נישט בארעכטיגט אויסצילעשען דעים פייער, בשעת דער פייער איז געוועין און קאנטראל דורך אן ערוואקסענען, וואס האט זיי געשטערט אז ער פארברענדט זיין חמץ, וועימען איז ער געשטאנען און וועיג, ני א וודאי אז ער רייסט זיך אריין צווישען א ציבור בחורלעך, מיט א פייער עקסטינגישער, נעמט זיך שפריצען קעיגען יעדעם'ס רצון, מיט א ספעציעלע כוונה מצער זיין א ציבור אידן, פארשטייט מען זיין אויסברוך, נישט דא קיין שום סיבה פארוואס דער פאליציי מאן מיטן ביקס האט גענימען רידערן, און נישט אויסגעארבייט א פלאן ווען זיי קענען איבערנעמען די פייער צי די ציפרידענהייט פון די קלויזענבורגער, זיי האבן נישט געברויכט זיך לאזן פירן פון די קאפריזן פינעם אטענטשן דארשטיגן פייער לעשער, וואס ברויך סך הכל א לעקציע ווי אזוי מען קימט זיך דורך מיט א ציבור, נישט אויף אלעם איז דער ענטפער א האק מיט א שפריץ.

מאטי » זונטאג אפריל 20, 2014 4:11 pm

· #196588
קאווע טרינקער
היימישער ליטוואק
הייתי שם בערב פסח אצל שריפת החמץ של כ"ק אדמו"ר מקלויזנבורג שליט"א, ומי שראה את היחס המחפיר והמביש של מכבי האש אל מול אדמו"ר ומנהיג גדול המתחנן פעם ופעמיים שיתנו לו רק חמש דקות כדי שהחמץ יישרף, והם בכל זאת מנסים לכבותו, יודע שהכינוי 'גרמנים' הוא תואר להם...
מי שראה את האנטישמיות בעיניים של אותו כבאי, יודע היטב שהגיע לו, ותאמינו לו: הכבאי בעצמו יודע שהגיע לו. עובדה שהוא שקט!...

באקומן אין אישי


הייתי שם אלץ שריפת הגופים של ששת מיליון על כבוד קדושת ה', ומי שראה היחס המחפיר והמביש של אותם מבערי האש כלפי ששת המיליון שהתחננו על נפשם, ובכל זאת הרגו ורצחו ונטלו את חייהם, יודע שהכינוי "גרמנים" אינו תואר-מושאל לכל דין ודברים שבין יהודי לשאינו יהודי.


באקומען אין אישי פון א ניצול שואה.


די נאציס האבן זיך געבעטן ביי די ווארשעווע פראוואקירער זיי זאלן אראפלייגן ס'געווער נישט איינמאל נישט צוויי מאהל נאר פינעף זעקס מאהל. קען מען האבן טענות אויף די דייטשן......?

berlbalaguleh » דינסטאג אפריל 22, 2014 10:01 pm

· #196622
איך וועל (בלי"נ) זאגן נאך איין ווארט (אדער עטליכע ווערטער) איבער דעים נושא. און נאכדעים וועל איך מיך קערן צו אנדערע סיגיע'ס מעניינא דיומא. מיט א צוואנציג יאר צוריק, בערך בין איך אמאל אריינגעפארן מיט מיין באס אין א בלאק וואו א שטאטישער אי.עמ.עס. אמבולאנס איז געווען אויסגעשטרעקט אין מיטן די גאס. ביים קארנער איז געשטאנען א פאליסמאן, וועלכער האט מיר אויס געזעען צו זיין אן אינטעליגענטער מענטש. בין איך צוגעגאנגען צו איהם און געפרעיגט אויב איך מעיג ארויסבעקן פון בלאק. אנשטאט צו ענטפערן מיר "יא" אדער "ניין" האט ער מיר אנגעהויבן צו זאגן א גאנצע דרשה אז דאס וואס איך בין סטאק איז "פאעטיק דזשאסטיס". מדה כנגד מדה. ס'הייסט אזוי. די אידעלעך שטערן דאס לעיבן פון די פיינע בירגער און מאכן אן אלערליי פראבלעימען, ממילא קומט זיך פאר זיי צו ליידן. דאס איז שוין א שטאטישער אנגעשטעלטער, וועלכער איז געשטעלט צו האלטן ארדנונג און העלפן וועים מ'דארף (לכאורה). ומה יאמרו אזובי קיר. וואס זאלן שוין זאגן די פשוט'ע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל. 😕 😎 🙄 😂 😈 😈 😠 😛 😳 😢 😞 😮

outspoken » דינסטאג אפריל 22, 2014 11:25 pm

· #196633
א גוטע וואך און א גוטען זומער חברים און כלל ישראל, איך וועל אויך (בלי"נ) זאגן נאך איין ווארט (אדער עטליכע ווערטער) איבער דעים נושא.

דאס איז זיכער אז די פייער לעשער האבן געכאפט פון זייער אויבערהארן פארן אויסלעשען דעים פייער (אויב איז דאס געווען א געהעריגע אפגעשמוסטע פלאץ צו מאכן א פייער, ווי ס'קוקט אויס)און וויי טון א קאמיוניטי, אפילו זיי זענען געקומען שפעט. און אז אפילו א בחור'ל וואלט געשריגען 'נאצי' וואלט מען פארשטאנען, אבער אז די רבי אליין זאל דאס צוגלייכען צו 'נאצי' דייטשלאנד, דערנאך האלטען אזא דרשה. COME ON

צדיק נסתר » מיטוואך אפריל 23, 2014 3:31 pm

· #196775
📎 BlsB3W5IgAE2CZ0.jpg

signout » מיטוואך אפריל 23, 2014 6:38 pm

· #196836
יאיר

כל תלמיד חכם שאין בו דעת וכו'.

וכל המבזה ת''ח כו'

גנדי » מיטוואך אפריל 23, 2014 10:17 pm

· #196907
<a class="postlink" href="http://citypeoplenews.com/grand-rabbi-of-klausenburg-calls-new-york-firefighters-nazis-for-extinguishing-fire/">http://citypeoplenews.com/grand-rabbi-o ... hing-fire/</a>

פלעין יודיש » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 7:58 am

· #196976

berlbalaguleh » דאנערשטאג אפריל 24, 2014 5:29 pm

· #197089
גנדי
http://citypeoplenews.com/grand-rabbi-of-klausenburg-calls-new-york-firefighters-nazis-for-extinguishing-fire/

גנדי: ייש"כ פאר ברענגען דעם לינק. דעם אנגעבליכן ווידיא קליפ האב איך נישט באגעיגנט. אבער כ'האב שטארק הנאה געהאט פון דעם הויכן לעוול, און קלארקייט 😂 פון די ענגלישע שפראך. ס'זעהט אויס אז א פאר היימישע אינגלעך האבן אויפגעמאכט א וועבסייט. זייער ענגליש איז היימיש און "הילעריעס"... 🙄 😂 🙄 😂 🙄 😂 😮

צדיק נסתר » פרייטאג מאי 9, 2014 12:10 pm

· #199783
די נאציס האבן נעכטן געראטעוועט א אידיש אינגל אין וויליאמסבורג...

געפילטע פיש » מוצ"ש מאי 10, 2014 11:51 pm

· #199851
ימח שמם וזכרם!

צדיק נסתר » פרייטאג אפריל 3, 2015 9:38 am

· #264040
די יאר איז בליץ שנעל אריבער.

בלייבט נאר איבער צי זען צו די נאציס וועלן אויך היי יאהר אנקומען

BLOOMINGBURG NY » פרייטאג אפריל 3, 2015 12:03 pm

· #264073
He was done at 1115 already half hour before the zman
בלאט: 1 2