☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » **קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!

**קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6248
בלאט: 1 2

עפל סיידער » פרייטאג אפריל 18, 2014 11:41 am

· #196348
ישמעאל הכהן
א גוט מועד! (קרעדיט: שלמה שמש)

פילע אידען האבען געהאט א צושטערטער יו"ט, אבער לפי השמועה האט מען ווייניגער צאן געברויכט אויסהאקען דעם סדר נאכט.

משה געציל » פרייטאג אפריל 18, 2014 2:49 pm

· #196382
פשוט, אז מען גיסט נישט קיין עפל סיידער ביים סדר, האקט מען נישט קיין צאן.

רויטע וואנצעס » פרייטאג אפריל 18, 2014 2:56 pm

· #196383
אילו נתן לנו פישעלע, ולא נתן לנו בלעטער דיינו.

פישלע העררינג » פרייטאג אפריל 18, 2014 3:48 pm

· #196394
הגדה של פסח * קאווע בלעטער * 148 עמודים!
אט האט עטס, אידעלעך! די ערשטע 148 בלעטער פון די קאווע בלעטער הגדה של פסח.

לייענטס און האטס הנאה.

<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8%20%D7%A4%D7%A1%D7%97%20%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%93%20%D7%97%D7%9C%D7%A7%D7%99%D7%9D%20%D7%90%20%D7%91%20%D7%92.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%92.pdf</a>

דריידל » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:15 pm

· #196404
הויזן טראגער
דריידל
נא, עמיר זיך מחזק זיין מיט אפאר דפים אין מס' פסחים און א שטיקל בני יששכר אנשטאט די בלעטער. איך פראביר נאך צו ארלעדיגן ביי זיין יונגעל אז ער זאל נישט צוריק געבן די אפיקומן ביז ער זאגט צו אז די בלעטער וועלן זיין אוועילעבעל פאר די צווייטע טעג.
דער עיקר איז אז דער עולם, ובפרט פישעלע וואס גיט אוועק אזויפיל טייערע צייט אונז מהנה צי זיין, זאל האבן א שמחת יו"ט.

פישל׳ע האט אוודאי געהאט גאר א פרייליכער יום טוב, וואס איך בין נאך יא נייגעריג צו וויסן איז צו איין בלאט אין פסחים האט דיר געגעבן גענוג חיזוק אדער האסטו געמוזט אדורך לערנען מערערע בלעטער ביז די ביזט גיווארן מחוזק 😂 ??


איך בין זיכער אז יעדער וואס ניצט אויס די איבריגע צייט וואס איז דא יו"ט מיט לערנען משניות צו גמרא מסכת פסחים אדער עני אנדערע זאך וואס מ'לערנט, שפירט א סיפוק און א דערהויבענקייט אונעם יו"ט. אונז דארף מיר אפרישיעטען די ימים טובים וואס גיט אונז א געלעגענהייט צו זיין אביסול אפגעהאקט פון די גוישע וועלט (און יא, אויך פון ק"ש דארף מען אמאל א ברעיק).

קליגער אינגערמאן » פרייטאג אפריל 18, 2014 4:35 pm

· #196408
ס'דא ליינען ק"ש אין ס'דא זיין עדיקטעט. ליינען איז א עונג יו"ט. און צו זיין עדיקטעט איז טאקע א פראבלעם.

עפל סיידער » מיטוואך אפריל 23, 2014 2:17 pm

· #196739
משה געציל
פשוט, אז מען גיסט נישט קיין עפל סיידער ביים סדר, האקט מען נישט קיין צאן.

עס גייט צוריק אויכעט, זינט מען האט אויפגעהערט צו האקען מיט די צאן, גיסט זיך נישט קיין עפל סיידער.

קרעקער » זונטאג אפריל 27, 2014 2:31 pm

· #197463
מקען נאך ערגעץ באקומען די אויסגאבע?

אפטעמיסט » זונטאג אפריל 27, 2014 2:45 pm

· #197471
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/6278">viewtopic.php?f=4&t=6278</a><!-- l -->

@קרעקער

קרעקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 9:28 am

· #197687
די לינקס ארבעטען שוין נישט א וואך ציין

ראש הישיבה » מאנטאג אפריל 28, 2014 4:59 pm

· #197797
לכבוד מזכה את הרבים, הרב @פישל'ע העררינג שליט"א

די לינקס ארבעטן נישט. ביטע צושטעלן אן אנדערע לינק וואס מיר וועלן קענען גומר זיין דורך לערנען דיין הפלא'דיגע הגדה.
יישר כח

פישלע העררינג » מאנטאג אפריל 28, 2014 6:03 pm

· #197815
@קרעקער

@ראש הישיבה

און אלע אנדערע וואס ווילן עס נאך האבן.

דא איז די לינק נאכאמאהל.

<a class="postlink" href="https://dl.dropboxusercontent.com/u/13002565/%D7%A7%D7%90%D7%95%D7%95%D7%A2%20%D7%91%D7%9C%D7%A2%D7%98%D7%A2%D7%A8%20%D7%A4%D7%A1%D7%97%20%D7%AA%D7%A9%D7%A2%D7%93.pdf">https://dl.dropboxusercontent.com/u/130 ... %D7%93.pdf</a>

לייענטס און האטס הנאה.

קרעקער » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:09 pm

· #197821
יישר כח
הערליכ ארבעט
בלאט: 1 2