☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » ווערט א איסור 'אוטאמאטיש' אויך א איסור הנאה?

ווערט א איסור 'אוטאמאטיש' אויך א איסור הנאה?

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6212

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 1, 2014 4:56 pm

· #194140
ווערט א איסור 'אוטאמאטיש' אויך א איסור הנאה?
דא בשכינות האבען פילע ידידי ואנ''ש לבית סאטמאר שטארק ארומגעשמיעסט איבער אן אלטער טאפיק צו מען מעג יא אדער נישט חתמענען דברים הגובלים עם כפירה ומינות, בכדי צו מאכען פראגראמען און געלטער פון די רעגירונג,
דארטען זענען געווען צוויי חשובע אידען @שעפטל און @שרייבער וואס זענען מורא'דיגע מחמירים, און זיי זענען מחליט בלי ספק, אז על הצד אז דער איסור איז בתוקף, ברויך עס גיין עד הסוף, און זיי באשמיצען דערויף פילע רבנים און אידען וואס האבען אנדערש מחליט געווען ווי זיי, מאידך גיסא איז דא א גאנץ ליבעראלער שרייבער וואס קען יא הערן אביסעל אנדערש ווי מען לערנט ביי אים אין חדר אין פרעגט יא אן צו מען קען טיילען דעם איסור פון שאפען אזא פראגראם ביזן איסור הנאה,
איז אזוי קודם כל @גאלד, איך בין בכלל נישט באהאווענט אין אלע פרטים און ארום, אבער אזויפיל ווייס איך אז פילע סוגיות הש''ס קאכען זיך ארום די נושאים איבער וועלכע זאכען זענען נאר אסור אויף א ספעציפישער פרט, און הנאה האבען דערפון איז יא מותר.
בעל בתיש גערעדט, וועל איך דיר געבן א בעל בתיש דוגמא, פילע אידען ספעציעל פארמעגליכע זענען זיך מונע פון אסאך פראגראמען צוליב נישט וועלן דורכגיין די אלע להלכה ולא למעשה מיט נאך פארשידענע אומ'בעטעמטע זאכען, יעצט וועסטו טאקע נישט פארשטיין אז אט די זעלבע וואס זענען פרום און אפגעהיטען נישט צו טאהן די אלע סארט זאכען, וועלן זיך יא ערלויבען נהנה זיין פון @עפל סיידער צו @גאלד וואס געניסט יא דערפון?
איך קום דא נישט מגדיר זיין אז די צוויי פראבלעימען זענען אייניג אדער די היתר הנאה איז דומה, נאר דאס ווערן ווילד און גלייך אפ'אסערען עד הסוף יענעמ'ס אן איסור שמעקט מיט עפעס אנדערש

שרייבער » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:13 pm

· #194145
רבי עפל, די סלאגאן בימים ההם איז געגאנגען ס'איז עבודה זרה, און ס'איז יהרג ואל יעבור, עבודה זרה איז אסור בהנאה!

איך האב נאר געענטפערט לשיטתכם

און דאס נאך בעפאר מ'וועט רעדן פון די מרכבת פרעה מיט די ענגליש אותיות

יעצט עפן נאך עטליכע אשכולות

שעפטל » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:36 pm

· #194156
ליין איבער וואס איך שרייב דא און זאג מיר צו איך בין דער מחמיר, צו די לאנג יעריגע מחמירים האבן פייייייינעלי געטראפן א היתר....
שעפטל
@עפל סיידער האסט איין גרויסע טעות דא, איך אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן דערמיט ווייסט אז די זנות פון די דארט איז אויפן העכסטן פארנעם! מ'דרייט דעם דאטשעק אקוראט אויפן וועג מ'דארף, ולא עוד, פון די אלע עלטערן דארטן אין מוסדות וועלן זיין אפשר א 10-15% וואס זענען שוין טראבל מעיקערס מיום עמדם על העולם (דוקא נישט געשריבן 'דעתם' וק"ל...) און זייער ראדיקאלקייט וועט זיי פירן צו מערכות חרמות און פראטעסטן, א שטייגער טאקע ווי די נעכטיגע ריקארדינג וואס איז ארום נעכטן אין קרית יואל. די פאפעלערע עולם דארטן האט קיינמאל קיין פראבלעם נישט געהאט מיט וויזניץ, קיינמאל נישט מיט חלב, קיינמאל נישט מיט סקול דיסטריקט און קיינמאל נישט מיט קיין ערכאות וכו' וכו'. זיי האבן נישט מעריץ געווען קיין רבי משה ארי' ז"ל, קיין קאשוי רב, קיין מאנטיווידעיא, קיין ר' יחזקאל רוטה, קיין ר' ישראל חיים מנשה, קיין הר' יואלי'ש, קיין הר' מאיר יודל און קיין הר' ישעי' יענקל שטויבער, סך הכל האט מען יעדע יאר צווויי געדארפט ניצן א צווייטן תירוץ און א צווייטער תלמוד פון רבי ז"ל ווי אזוי צו קענען שטויסן וועם זיי ווילן.

דעריבער איז בכלל נישט קיין וואונדער אז זייער היפאקריזאם ארבייט יעצט ווייטער אויפן העכסטן פארנעם, טאקע ווי @signout האט געשריבן, אז בשעת מ'האט געפענט די מוסדות דארט האט מען טראמפייטערט אז מ'וועט ח"ו נישט נהנה זיין ממקורות זרים און ס'איז צום ערווארטן אז זייערע קינדער וועלן אויפוואקסן ערליכער און בעסער ווי דע וואס פארן ליידער אפ יעדן טאג מיט די מרכבת פרעה (דערמאנונג קרעדיט: @שרייבער), אבער אז ס'קומט אויס בעסער פארן טאש זאל זיך ר' ישראל חיים מנשה אינטערווישן מיטן צוריקצוען צעטיל און עס שיקן קיין ירושלים... אונז וועלן מיר נישט זינקן אין חובות און שלעפן ווי מער געלטער!

ס'איז נאר ערווארטעט צו הערן די הסבר פון הר' מנשה פילאפף איבערן חילוק פון נעמען געלט פונעם טריפה'נעם פאבליק סקול איינמאל ס'שטייט שוין סיי ווי און פון נעמען געלט פון די מדינה איינמאל ס'שטייט שוין....

אזוי צו אזוי... איך זאג פאר אביסעלע פאן דארט.. כ'כאפ דעם ערשטן רייע זיץ...

כ'ווייס באמת נישט וואס די פשט פון די אשכול איז... וואס קען מען נישט איבערשמועסן אינעם אנדערן

עפל סיידער » דינסטאג אפריל 1, 2014 5:57 pm

· #194161
איר זענט אלע ערלויבט צו האלטען אסור/מותר עס איז מיר נישט נוגע,
@שרייבער מיין אשכול דא האב איך געשריבען עפ''י בקשת @גאלד וואס האט געבעטן א בירור איבער די נושא האב איך אנגעהויבען די סאבדזשעקט צו אן איסור גייט פון זיך אליין עד הסוף אז מען טאר מער גארנישט הנאה האבען פינעם שטאט קרית יואל, אדער די איסור איז שטעקן געבליבען דארט ביים חתמ'ן די דברים הגובלים עם מינות.

signout » דינסטאג אפריל 1, 2014 6:58 pm

· #194168
לשטיתם איז עס אסור ווי ע''ז אין יהרג ואל יעבור אבער מותר בהנאה, זאג מיר ווער מאכט ליצנות פין יענע דיינים

גאלד » דינסטאג אפריל 1, 2014 7:39 pm

· #194173
איך פארשטיי נישט וואס איז דען דער ארגינעלער איסור? איסור אכילה? ס'אלעס איסור הנאה,

עפל סיידער » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 9:58 am

· #194491
איך כשלעצמי בין בכלל נישט אזוי קלאר אז די איסור איז אזוי חמור ווי שעפטל און נאך ווילען עס דא מאכען, איך פערזענליך האב געקענט עטליכע גדולי ישראל וואס האבען נאטורליך געזאלט געהערן צו די קעגנער פינעם הוראת הר''מ שטערנבוך דער היינטיגער ראש בי''ד בי-ם וואס האט מקיל געווען, און עם כל זה האבען די גדולים הנ''ל וואס איך האב גוט קענען געלערנט בלויז געזאגט דערויף אז די סארט שאלות געהער ענדערש פאר פאנעוויזש און מזרחי אז זיי זאלען זיך דערמיט מתעסק זיין, נישט סאטמאר וואס זענען די שטארקע תומכים פאר די מסירות נפש'דיגע מנהלים אויף חינוך הטהור בארה''ק.
און אפילו לשיטתם פון די וואס האבען גאר שטארק מחמיר געווען איבער'ן חתמענען להלכה ולא למעשה אויף דברי כפירה והודאה למינות ר''ל, מיז נאכנישט אויסקומען ''אויטאמאטיש'' אז אלעס וואס די אנפירער פינעם פראגראם גייען נהנה זיין עד סוף כל הדורות איז רובץ דערויף כל האלות והקללות האמורות בתורה,



גאלד
איך פארשטיי נישט וואס איז דען דער ארגינעלער איסור? איסור אכילה? ס'אלעס איסור הנאה,


@גאלד אויב ווילסטו באמת וויסען די נושא אהן זיכען צו געבן דעקונג דיין חתימה, דענק איך אז די רבנים וואס האבען שטארק מרעיש געווען נגד די הקמת ה'סקול דיסטריקט האבען נישט גערעדט איבער אכילה אדער הנאה, זיי האבען גערעדט איבער א פראבלעים פון סיינען פעיפער'ס וואס האבען זיך גיגרעניצט מיט אסורים חמורים און ווי בערנאדא האט מער מוסיף געווען אויל צום פייער מיט זיינע רעדע'ס, אבער איך דענק נישט אז עס זאל האבען עפעס א שייכות בכלל צו אכילה אדער הנאה, אדרבה אז די רב גאלד קענסט אביסעל בעסער די נושא פתח פיך!

שרייבער » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 12:30 pm

· #194527
עפל סיידער
איך כשלעצמי בין בכלל נישט אזוי קלאר אז די איסור איז אזוי חמור ווי שעפטל און נאך ווילען עס דא מאכען, איך פערזענליך האב געקענט עטליכע גדולי ישראל וואס האבען נאטורליך געזאלט געהערן צו די קעגנער פינעם הוראת הר''מ שטערנבוך דער היינטיגער ראש בי''ד בי-ם וואס האט מקיל געווען, און עם כל זה האבען די גדולים הנ''ל וואס איך האב גוט קענען געלערנט בלויז געזאגט דערויף אז די סארט שאלות געהער ענדערש פאר פאנעוויזש און מזרחי אז זיי זאלען זיך דערמיט מתעסק זיין, נישט סאטמאר וואס זענען די שטארקע תומכים פאר די מסירות נפש'דיגע מנהלים אויף חינוך הטהור בארה''ק.
[/b]


ווייטער מישטו פיקל מיט פיש, די זעלבע סאטמאר וואס זענען די שטארקע תומכים פאר די מסירות נפש'דיגע מנהלים אויף חינוך הטהור בארה''ק זענען נישט נהנה פון קיין רעגירונג פראגראם'ס דא אין אמעריקא בשתי ידים? זיי מיר מסביר וואס איז אנדערש רעגירונג פראגראם פאר געזונטע קינדער פון ר"פ פאר נישט געזונטע קינדער

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 1:03 pm

· #194532
א שאינו יודע לשאול איז א מצוה זיך מטפל צו זיין מיט אים פסח אבער פאר פסח ?

לויט די תגובות פון דעם עפל סדר איז מיין עסטימעיט אז ער איז געבוירן בשנת תשנד ער ווייסט דען וואס סאטמאר איז דעמאלס דורך וויפיל שקרים וכזבים ס'האט זיך דעמאלט געגאסען באסעס זענען ארומגעפארן שמח"ת אויפפיקן די קינדער צו די סקול אז מ'האט אויפגעשטעלט א קראצמעך בוים ווי זוי ווי נענטער ס'איז געקומען צו די וואלן איז די מדריגת איסור געוואקסן פון שב ואל תעשה צו איסור צו איסור חמור צו יהרג ואל יעבור ציונות כפירה ע"ז בית מינות

פלוצים מאכט ער עס דא פאר א אומשולדיגע איסור עפעלע איך זעי נישט וואס דו זוכסט צו פארענטפערן טו וואס אלע דיינע חברים טוען נעמליך גארנישט מ'טוט וואס מ'האט צו טון און מ'גייט ווייטער

ס'איז נישאט קיין קשיא אלעס ווענדט זיך אין ווי אזוי איך וויל

בימי הב"מ האט מען בכלל נישט געטארט האבן קיין רבי אבער היינט מעג מען
בימי הב"מ האט מען געזאגט ואת"ל ווילסט האבן א רבי נעם א ערליכע רבי נישט איינער וואס פירט טיש מאכט א שוי כאילו ער ווייסט וואס פירן טיש איז נעם א ערליכע איד א ת"ח כגון ר' אברהם אבער היינט מ'דארף נישט קיין ת"ח א צדיק גענוג איינער וואס שמייכלט

פון א איסור צו פארן קיין א"י איז געווארן א מצוה
ר"ח ניסן מעג מען זיך מתחבר זיין לרשעים און ער"פ נישט

אויף וועם פרעגסטו קשיות

גאלד » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 2:17 pm

· #194564
@עפל סיידער כ'זעה האסט עפעס א קפידה נישט צו דעבאטירן די נושא דירעקט נאר בשלילות און סארקאסטיש, מסכים, היות איך זיך שוין מיט לעכט איינער וואס איז גרייט צו אויסשמועסן דער נושא, העלעך נעמען וואס מ'געבט מיר,

איז אזוי, ראשית וויל איך אויפמערקזאם מאכן אז דער עצם ווארט "סקול דיסטריקט" מיינט לגמרי נישט דער עצם המוסד, דער בנין די שטאב וכדומה,
די ווארט "סקול דיסטריקט" הייסט א געגנט א מחוז, א ראיאן,
ווען מ'האט זיך געשלאגן אין געריכט, איז אינגאנצן נישט געווען דער מדובר דער עצם הקמת המוסד, לא מינהו ולא מקצתו, דער מדובר איז געווען צו די סטעיט מעג ע"פ הקאנסטעטוציע אנערקענען מחוז קרית יואל אלס א געגנט בפני עצמו וואס זאל פירן איר אייגענע ווירטשאפט, זה הוא
אין אנדערע ווערטער דאס האבן א אייגן סקול דיסטריקט איז נאך נישט מחייב צו עפענען דער עצם מוסד, והא ראי' ס'נישטא קיין פובליק סקול פאר געזונטע קינדער אין קרית יואל, טראץ וואס זיי זענען בארעכטיגט דערצו,
יעצט אזוי, דאס פארלאנגען אז קרית יואל זאל זיין א דיסטריקט בפני עצמו, זעה איך נאך נישט ווי אפי' לפי שיטת האוסרים זאל זיין א פראבלעם, ס'וואלט דאך פונקט אזוי געקענט זיין אז קרית יואל וואלט אטאמאטיש אן קיין אינטערווענצן ווען געווארן א אייגען דיסטריקט מחמת רבוי אוכלוסין, אזוי איז דער געזעץ לויט די מספר איינוואוינער שניידט מען אויס א דיסטריקט, און קיינער צווינגט דיר נישט צו שיקן אדער פארלאנגען א פובליק סקול.

דאס הייסט ס'עכט נישט שייך צו זיין קעגן די "סקול דיסטריקט", ווייל ס'איז א דבר שאין בו ממש,

העמיר גיין א שטאפל ווייטער, איינמאל קרית יואל איז א דיסטריקט בפני עצמו, איז כל תושבי הקריה וואס וויל סיי וועלכער סארט סערוויסעס פון די "ניו יארק סטייט בארד אוו עדיוקעשן", מוז נישט זיין דוקא בעצם גיין אין א פובליק סקול, ס'קען זיין צענדגליגע סארט סערוויסעס, וואס אידן מכל השיכטן בכל רחבי ניו יארק ניצן שטענדיג מאז עד הלום, ווי למשל באסעס, טעראפיסטס, טוטערס, וכדומה וכדומה, מוז מען זיך ווענדן צו די דיסטריקט ווי יעדער וואוינט, און אין קרית יואל איז דאס די KJ סקול דיסטריקט,

האט זיך געמאכט אז מאנכע תושבי קרית יואל האבן פארלאנגט א געוויסער סערוויס פון די סטעיט, אזא מין סארט סערוויס וואס אלע פרומע אידן ברחבי ניו יארק געניסן שוין לאנגע יארן צום גוטן, דהיינו ספעציעלע הילף פאר אינוואלידע קינדער, האט דער סטעיט בארד אוו עדיוקעשן אהערגעשטעלט א בנין מפואר פונקט ווי אלע דיסטריקטס אין די סטעיט, אזוי ווי אין וומ"ב, בארא פארק, פלעטבוש, מאנסי וכדומה,
און ווי שאר הדיסטריקטס האבן זיי איבערגעגעבן די ווירטשאפט פאר די מנהיגים פונעם יענעם דיסטריקט, פערצופאל אין קרית יואל זענען זיי פרומע אידן, אבער די אינטערשטע שורה איז, די זענען אלע ארבייטער פון די סטעיט, פונקט ווי איינער זאל ארבעטן ביי די מעדיקעיד אפיס אדער ביי די פאסט אפיס, דאס אלעס געהער פאר די רעגירונג,

יעצט, עס ברויך אונטערגעשטראכן ווערן זייער וויכטיג, אז אפי' אלימלא די ווילעדש וואלט זיך אנטזאגט פון אדמיניסטרירן די סקול ווירטשאפט, וואלט דער סטעיט ווען געווען געצווינגען צו אויפנעמען א שטאב פון אינדרויסן קרית יואל, דאס מיינט א אייגענע סקול אין קרית יואל וואלט געווען אזוי צו אזי, די חילוק וואלט נאר געווען ווער די באצאלטע אדמיניסטראטורן זאלן זיין פרומע אידן אדער גוים,

השתא דאתיין להכי איז קלאר, דער עצם סקול דיסטריקט איז נישט שייך צו זיין דערקעגן ס'א דבר שאין בו ממש, דער בנין און די שטאב איז אויך נישט שייך צו זיין דערקעגן ווייל דאס איז מיוסד און תחת בעלות הסטעיט, און דאס איז נתייסד נאר צו סערווירן די איינוואוינער וואס ברויכן ציקומען צו די סערוויסעס נישט צו סערווירן די מנהיגי הקרי',

בלייבט נאר איבער, אויב איז בכלל דא א שאלה, איז נאר צו א איד מעג אנעמען א פאסטן פאר די בארד אוו עד, ווייל אויב ארבייטסטו פאר די בארד אוו עד ביסטו דיך מחייב זיך צו האלטן צו די סטעיט געזעצן, וואס איז אונטער די קאנסטיטוציע, וואס פארבאט צו שטיצן אדער שטערן רעליגיע,

כידוע, עס זענען דא פילע פרומע לייסענסד איינגעשטעלטע אידן ברחבי ניו יארק פאר די בארד אוו עד וואס זיי ארבעטן אין באקומען געהאלט פון די בארד אוו עד, די אידן וואלטן לכאורה אריינגעפאלן אין די זעלבע שאלה, מאי שנא?

יעצט צו די עצם שאלה,
דאס וואס מאנכע זאגן אז מ'האט געדארפט סיינען פאפירן אויף "דברי כפירה והודאה למינות" דאס איז פשוט אומעגליך זאל זיין אמת, ווייל די אמעריקאנער רעגירונג האט אונטער קיין שום אומשטענדן די קאנסטוטציענאלע רעכט צו כופה זיין סיי וועלכער בירגער זאל כופר זיין אדער מודה זיין און סיי וועלכער רעליגיע אנשוינונג, דאס פלעגן די טרויעריגע קרייציגלער מיט די אינקוויציע טאן רח"ל, און היינט די אלא אכבאר'ניקעס, אמעריקא איז נתייסד געווארן אויף די יסודות אז יעדער האט א רעכט צו גלייבן וואס ער וויל, עס רופט זיך "פרידאם אוו רעלידשן", וואס יא, די רעגירונג מעג פארלאנגען אז מיט "אונזער געלט" טארסטו נישט שטיצן רעליגיע, ווייל מיר דארפן שטיין אינדרויסן, אבער קיינמאל טארן זיי נישט כופה זיין וואס דער יחיד זאל גלייבן,

דאס וואס מאנכע טענה'ן אז מ'טאר נישט דארט מזכיר זיין שם ה', איז אויך נישט אמת, פשוט אלס מציאות וואס איז גלוי לכל יעדער קען דארט אריינגיין און זעהן במו עניו ווי מ'איז מזכיר דארט שם ה' רעגלמעסיג, אונטער כלערעליי לעגאלע אויסריידן און תירוצים כידוע ואכמ"ל, אזש עס קוקט אויס ווי סיי וועלכער אידישער חדר, און שם ה' ווערט נתגדל ונתקדש,

חילול השם איז אויך נישט שייך ווייל פונקט פארקערט, די רעגירונג ווילן דוקא למען השם זאלסט נישט כופר זיין אדער מודה אין עפעס, און צוליב דעם האט מען טאקע באשיינפערליך נישט געזעהן אין ערגעץ אין די גוי'אישע פרעסע אז די קרית יואל'ע האבן נאכגאלזט פון זייער רעליגיע, אדרבא מ'האט נאר פארפירט פה אחד אז דאס איז א רעפונירטער שפיל צו שטיצן רעליגיע, וואס נאר צוליב דעם איז עס אנגעקומען צום סופרים קאורט, און שמו יתברך איז טאקע נתקדש געווארן,

(אנדערש ווי למשל אין בני ברק ווי די איזראעלישע מידיע האט באריכטעט אז די זאליס האבן נאכגעלאזט פון זייער התנגדות צו ציונות, נאר א משל)

אין לאמיר שוין יא זאגן אז אפשר איז יא דא א שאלה פון אנעמען א פאסטן ביי די בארד אוו עד, מסכים,
איז צוויי זאכן, איינס דער פראבלעם איז א יחידישע שאלה, ס'האט נישט מ'קיין מייסד זיין א מוסד, ווייל קיין איד איז נישט מייסד גארנישט,
צווייטנס, לכל היותר קענסטו זאגן יש מקום לחוש, והמחמיר תבוא עליו ברכה, ווייל ווי ערווענט קיין חילול השם איז נישטא ווייל איין הבריות מרננין, ביסט נישט מודה אדער כופר אין גארנישט, ממילא ווילסט זיין פרום און שטראק מחמיר זיין, געזונטערהייט, נעם נישט אן דארט קיין פאסטן,
אבער ווי פאר א שווארץ יאר האסטו די רעכט ע"פ יושר, ע"פ תורה, ע"פ נימוס, ע"פ שכל הישר, צו פארשרייען יענעם אלס "כופר", "מעמיד צלם",
דאס איז אדער דום און נערוון קראנק אוואו צימערמאן, אדער איינער וואס איז פשוט מיסאינפאמירט,

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 2:33 pm

· #194569
די גאנצע שאלה האט מיט קיין הלכה ניט געהאט ס'איז געווען בלויז פרומע קוועטשענישן ס'איז געווען אויף די וועג ווי זזוי דו רעדסט צו די רעגירונג איך וועל דיר געבן איין דוגמא

איינע פון די טענות אין קארט איז געווען אז די רעגירונג געט געלד פאר א פלאץ ווי מ'לערנט רעליגיע וואס לכבוד דעם דארף אדער די סקול בארד אויפהערן לערנען רעליגיע זאכן ווי קדש וכדו' אדער די רעגירונג דארף צו מאכן די סקול

האט מען געטון אזוי ווי מ'טוט ביי יעדע מוסד וואס נעמט עני רעגירונג'ס פראגרגם און געזאגט אז מ'לערנט דאס אלס היסאריע און נישט מ'צווינגט דורכדעם די רעליגיע

האט הר' לייטנער זיך אראפ געבויגן דעם היטל יעצט גייט מען שפילן מעשה קנאות און געפסקעט אז אויב כדאי צו באקומען די פראגרעם דארף מען זאגן אזעלכע ווערטער אין קאורט דעמאלס טאר מען נישט נעמען קיין געלט

האט אים ר' געציל געפרעגט ווי זוי קענסטו נעמען געלט פאר דיין ישיבה מ'דארף דאך זאגן די זעלבע זאך
(דאכט זיך מיר אז ס'איז געווען א גרויסע מיטינג דעמאלס אין די למ"ד יארן מיין איך איז עס געווען ווען מ'האט גערעדט פון דעם דוכט זיך אז דעמאלט האט די גאווערמענט אנגעהויבן צו געבן געלט פאר ישיבה גדולות אלס קאלעזש און ס'איז אויך געווען די זעלבע אישו אין דער זעלביגער הר' לייטנער מיט'ן זעלביגן ברייטן ביבער היט האט מסכים געווען צום געשעפט)

גאלד » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 2:54 pm

· #194571
די אלע ווערטער וואס מ'מוז זאגן איז מובן לכל סיי בעיני הגוים וכ"ש בעיני היהודים, אז דאס איז דאמירן בעלמא, ממילא קיין בריות מרננין איז נישט שייך,
און קיין הודאה אדער כפירה איז אויך נישט שייך, ווייל דאס איז אויסדרוקליך נישט וואס די רעגירונג איז דא אויסן, כמבואר לעיל הדק היטב,

גאנצל » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 3:11 pm

· #194574
דאס האבן דאך דעמאלט אלע פוסקים געשריבן נאר דעמאלט איז הר' לייטנער מיט הר' בלום דעווען אזוי ווי היינט ר' דוד שמידל און להבדיל רז"ל אז אין להשיב וואס זיי זאגן איז קדוש און מ'קען ניטאמאל זאגן פארקערט און פונקט זוי ביי בי"ש האבן זיי געקידנעפט דעם גאב"ד האבן זיי דעמאלט געטאן מיט ר' מ"א די חילוק איז נאר אז ר' מ"א האט שוין נישט געהאט קיין כח און מ'האט גארנישט געהערט פון אים און געלייגט טעראר מיט דעם גאב"ד אויף הר' וואזנער וכו' וכו'

שרייבער » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 3:28 pm

· #194576
גאלד, זייער שיין ארויסגעברענגט דאס ענין, איין נקודה האסטו נאר פארגעסן צו ערווענען, אז די גאנצע איסור פון זיין אויף די באורד איז אויך נאר נולד געווארן נאכדעם וואס יאסל וואלדמאן איז געלאפן פאר סקול באורד און ער האט מיאוס פארלוירן 😕

Ben-Shishim » דאנערשטאג אפריל 3, 2014 3:55 pm

· #194582
הודעה דורך גאלד » דאנערשטאג אפריל 03, 2014 2:17 pm

Gold!! as always written in gold


👍 👍 👍 👍 👍 👍 👍

Is that enough?

עפל סיידער » זונטאג אפריל 6, 2014 12:42 pm

· #194874
@גאלד, שיין צאמגענימען, די לשונות נגד רבנים איז אביסעל ארויס פינעם גדר, אבער איך האף איבער צוקוקען דעם צווייטען זייט און אביסעל מעיר זיין.