מ. גליקמאן....צווייטע איבער די וואוקס פון די קרית יואל'ע מוסדות אז אפילו זיי האבן ממש יעצט באקומען דריי שפאגל נייע באסעס איז עס נישט גענוג און זיי ברויכן שוין פארברייטערען די פלאטע...
האלא!! האסטו געהערט אז מ'זאל פיטערן בוירט קאנטראל פילן אין קרית יואל, זענען עפעס די נשי קרית יואל עקרות?
ווי זאגט אונזער חז"ל אין מס' ע"ז ערגעץ וואו, "עולם כמנהגו נוהג ושוטים שקלקלו...."
איך מיין חלילה נישט דוקא דער שרייבער דא, איך שרייב נאר בכלליות איבער אזאך וואס עגבערט מיך שוין זייער לאנג,
ווי די אלע יורשי החסידות קלאפן זיך דעם בויך שישו מעי, לי יאורי ואני עשיתיני,
יא איך בין א ר' אהרן חסיד און איך מיין פונקט אזוי די אהרונים,
מ'פארגלייזט זיך די אויגן "די מוסדות הקדושים וואקסן עפעס מיט א אויסערגעווענליכע סייעתא דשמיא!", "בזכותו של אותו זקן"
וויזוי קלערט דען איינער אז ע"פ דרך הטבע זאלן די סיוויליזאציע זיך דען נישט מערן און פרוכטבארן,
אזוי האט דער אייבישטער באשאפן זיין וועלטעל,
מילא נאך די האלאקאסט האט עס נאך געהאט א פירוש,
ס'האט סימבאליזירט אינגאנצן אן אנדערע קאנצעפט ווי וואס עס מיינט היינט
און איך פארשטיי אויך דער רעיון אז מ'שעפט נחת אז אידישקייט בעצם וואקסט
פיין און וואויל איך זעה עס,
אבער בימינו איז עס סילי,
הערטס מיך אויס רבותי, די מוסדות הקדושים תחת נשיאות רבינו שליט"א (הו עווער דעט איז)
וואסקט אין בליעט לשם ולתפארת,
נישט פאר קיין איין רגע ווייל כלל ישראל ווערט מער און מער פארגלייבט און דיין רבי,
נישט ווייל כלל ישראל איז מעדלי און לאוו מיט רבינו שליט"א אזש יעדן טאג באווארפט מען זיי מיט נאך קינדער און זייער ירושה חדר,
לא מינהו ולא מקצתו,
פאר איין סיבה, ווייל אידישע מאמעס גייען דורך ביטערע שווערע תשעה ירחי לידה און אידישע טאטעס צירייסן זיך צו מפרנס זיין די געבענטשטע משפחות
הגיע הזמן אז ביי די אלע פאמפע דינערס זאל מען כאטש געבן עפעס א שטיקלע הכרה עפעס קרעדיט פאר די פארפלאגטע און פאריאגטע מאמעס
וואס זענען במלא מובן זיך מוסר נפש זייער גאנצער לעבן צו מגדל זיין די אלע "טויזענטער" קינדערלעך קע"ה
און די אלע יורשים רבי'ס האבן די העזה עס צו איינקעשן פאר זייער פאליטיק חאזעריי,
צוליב כל הנ"ל שיק איך נישט מיינע קינדער צו מוסודות ווי די מנהיגים קאפיטילייזן אויף זייער פאליטיק
מוז נישט זיין דוקא דער רבי אליין אבער אז די המון עם האבן די סארט עטיטוד איז מיר גענוג,
מיינע קינדער זענען נישט קיין קרדום לחפור בו,
כאב חלילה קיין טענות אויף שאר העם,
אבער דאס איז מיין פילינג,