די רייכערסט? האסט אין פלאן אויפציהערען?
קודם א מזל טוב פאר מיר אליינס , פארן ערשטען מאל עפענען א אשכול.
איך אליין האב אנגעהויבען צי רייכערען אלץ יונג בחור'ל , אין איך האב גערייכרט [heavy] ביז ממש לעצטענס.
וויפיל מאל דער דר. האט מיך געפרעגט ווען איך פלאן אויפציהערען האב איך געשמייכעלט.
ביז ביז דער דר. האט מיר זייער ערענסט געווארענט אז מיין לעבען איז אין געפאר, דעס האט מיך שוין געמאכם םראכטען ערענסט.
דעס איז געווען מיט 6 וואכען ציריק אין ב"ה פרייטיג איז געווען מיין לעצטע [איך האף] ציגערעטעל
סאיז נאר 3 םעג שפעטער אין איך פיעל ב"ה אסאך בעסער, דער פין אויבען זאל העלפען איך זאל האבען א גאנצע רפואה בתוך שאר חולי ישראל..אמן
אסאך מאל איז די ארומיגע'ס לעבן אין א געפאר אויב מ'ריייכערט נישט...
וידוע דברי הרה"ג בעל מנחת יצחק זצ"ל וואס פלעגט שווער רייכענען, און מען האט אים געזאגט אז די דאקטער זאגט אז עס פארמינערט די לעבן, האט ער געזאגט " בעסער זיבעציג רואיגע יארן ווי ניינציג נערוועזע"...
איך האב שוין ב"ה אויפגעהערט צו רייכערן איבער 10 מאל די לענגסטע איז גיוועהן פאר אכט חדשים! כהיום רייכער איך יא אבער א שמינית שבשמינית (קיינע זאל נישט אויסרעכענען וויפיל איך פלעג אמאל רייכערען) איך האב נישט אין פלאן אויפצוהערן מיין דאקטער זאגט מיר אז וויפיל איך רייכער וועט נישט שאטן! איז א שאד עס אוועקצולייגן!!!
ב"ה א עלעקטריק ציגארעטל האב איך אין מיין לעבן נישט צוגערירט! איך האלט אז עס איז מבזה די אמתע ציגארעטיל! איך קען דאס נישט טוהן בירא דשתית מיניה.....!!!
@יין שרף
ייש"כ פאר דע שיינע ווארט, איך האב עס נאכנישט געהערט.
@ לית דין בר נש
כהאב שוין לאנג געהאלםען בי 2 פעקלעך א טאג אין כהאב נאך קיינמאל נישט אויפגעהערט.
מען זאגט אז 5-6 ציגערעטלעך א טאג איז נישט שעדלעך, איך בין נישט איבערצייגט אין דעם
אין אויך , בלייבט עס ביי 5-6 אדער פארט עס ארויף אימוועלענדיג?
oish , just realized that I forgot to mention abt the electronic cig's
I didn't touch them either, cuz my dr told me that filling yourself with nicotine is not the answer, one needs to break the desire to nicotine , so there fore I am on Chantix and I will say yes it works great.
Ben-Shishim
@ לית דין בר נש
כהאב שוין לאנג געהאלםען בי 2 פעקלעך א טאג אין כהאב נאך קיינמאל נישט אויפגעהערט.
מען זאגט אז 5-6 ציגערעטלעך א טאג איז נישט שעדלעך, איך בין נישט איבערצייגט אין דעם
אין אויך , בלייבט עס ביי 5-6 אדער פארט עס ארויף אימוועלענדיג?
יא ביי מיר האלט זיך עס ביי 3 4 א טאג שוין אפאר יאר אין עס גייט נישט ארויף חוץ ווען איך בין אונטער וועגענס ווי ארץ ישראל אייראפע וואס דעמאלס צולאז איך זיך אבער ווען איך קום צוריק גיי איך גלייך צוריק צו 3 4 א טאג!!!
מענטשן טענהען צו סמאקערס, ווען די לייגסט ווען אוועק די געלד פון די אלע ציגארעטלעך וואלסטו געווען א באלבאטישע יוד היינט, אדער גאר א גביר, אפצופרעגן די טענה האב איך אמאל געהערט די מעשה: א מענטש קומט אמאל אהן אין א שיינע רייכע ריזיגע האטעל, אזוי אריינקומנדיג אין לאבי זעהט ער ווי עס זיצט א אלטע מענטש און רייכערט, נאכן זיך מסדר זיין די צימער גייט ער אביסל ארויס שפאצירן טרעפט ער נאכאמל די אלטע מיט א ציגארעטל, אהיימקומענדיג עודך יענער מיטן ציגארעטל, ווען צומארגנס האט ער עם נאך אפאר מאל אנגעטראפן אזוי סמאקן האט ער זיך נישט געקאנט איינהאלטן אין ער איז צוגעגאנגן צו יענעם און פרעגט עם :
זאגט נאר וויפיל יאר רייכערט איר שוין אזוי ?
אלטע: אההה דאס איז שוין א מעשה פון קנאפע 48 יאר,
גאסט: וואוווו איר ווייסט ווען איר לייגט ווען אוועק די געלט "דאס האטעל איז אייערס",
אלטע: זאג נאר יונגערמאן, איר סמאקט?
גאסט: ניין,
אלטע: דאס האטעל איז אייערס?
גאסט: ניין,
אלטע: מיינס יא!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
איך רייכער שוין נישט 2 יאר און איך האב דערווייל נאך קיין איין פעני מער געשפארט
Ben-Shishim
מען זאגט אז 5-6 ציגערעטלעך א טאג איז נישט שעדלעך, איך בין נישט איבערצייגט אין דעם
אין אויך , בלייבט עס ביי 5-6 אדער פארט עס ארויף אימוועלענדיג?
אזוי ווער זאגט? דאס וואלט געווען גאר גוטע נייעס פאר מיר. איך רייכער שוין יארן א פעקל יעדע פיר פינף טעג, וואס מיינט 4-5 ציגרעטליך א טאג.
אז איך קען דאס באשטעטיגען וועט עס מאכן מיין ציגעראטל זאל האבן א פיל בעסערן טעם!
לאגיש איז זייער גוט גע'טענה'ט אז מ'קען גרינג ווערן א בעל בתישער פון אויפהערן רייכערן, אבער פאקטיש ווען דער רבוש"ע געט אייך געלט פאר א פושקע ציגארעטן וויל ער איר זאלט האבן אויף דעם תאווה'לע און מיטן אויפהערן רויכערן וועט איר נישט קאנווינסן דעם בורא ומנהיג צו רידיירעקטן די געלט צו אייער באנק קאנטע אין שווייץ.
גראדע האב איך שוין צוגעלייגט מיינע צוויי סענט וועגן רייכערן און אויפהערן
דא.
יין שרף " בעסער זיבעציג רואיגע יארן ווי ניינציג נערוועזע"...
One of the problems with this reasoning is that smoking also kills others
יין שרףאסאך מאל איז די ארומיגע'ס לעבן אין א געפאר אויב מ'ריייכערט נישט...
וידוע דברי הרה"ג בעל מנחת יצחק זצ"ל וואס פלעגט שווער רייכענען, און מען האט אים געזאגט אז די דאקטער זאגט אז עס פארמינערט די לעבן, האט ער געזאגט " בעסער זיבעציג רואיגע יארן ווי ניינציג נערוועזע"...
דאס פארציילט מען אויף ר' יעקב בלוי זצ"ל מדייני העדה. איך האב עס שוין אראפגעברענגט אין מיין אשכול שמח בחור בילדותך.