רייכערן
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #614
רייכערן
שוין לאנג נישט געווען אזאלעכע שלעכטע טעג פארן ציגערעטל, ווי מ'שטייט און ווי מ'גייט רייסט מען אים אראפ, ווער ס'האט נאר עפעס א טיטל מיט עטליכע בוכשטאבן ווייסט צו פארציילן די שעדליכקייט פונעם ציגערעטל. וואס דארף מען מער אז אויף די שאכטלען פון מארלבארא און פארלעמענט [מסתם נאך פירמעס אויך, אבער דאס זענען דאך די צוויי היימישע קאמפעניס, א שטייגער ווי ספרינט און האנדא וואס ווערט מסתמא געפירט דורך היימישע אידן מיט גארטלעך] שטייט געשריבן מיט קידוש לבנה אותיות "סמאקינג קילס!.
פון אירע גלאארייכע טעג - ווען אלע אריסטאקראטן פלעגן פארייכענען ציגארן, און אין אלע האליוואוד פליקן פלעגן די העלדן בלאזן רויעך - איז קיין זכר נישט געבליבן, דאס ארומגיין מיט געלע רויעך אנגעפולטע וואנצען איז שוין היינט נישט נאר "נישט קוהל" נאר איז אויך א סעמפעל פון ביליגקייט. אנקעטעס ווייזן אז א גרויסע פראצענט רייכע מענטשן איבער די וועלט זענען עקס רייכערער אריינגערעכנט אונזער מעיאר מיכאל בלומבערג יר"ה,
בקיצור, רייכענען איז היינט צוטאגס פאפולער נאר אין די דריטע וועלט לענדער, אין אמעריקע איז דאס שוין היינט פארבאטן אין 'אלע' פאבליק פלעצער,
איין מינוט.. נישט אין אלע, ביי אונז אין די היימישע בתי מדרשים גייט נאך אן דאס רייכענען פונקט ווי אין די 70ער יארן, די קילע יונגעלייט האלטן פרישע שאכטלען אין די בוזעם, און די יארצייט ליכט ווערן נישט מיד פון צינדן איין ציגאר נאכן אנדערן.
פארוואס דערצייל איך דאס, ווייל איך בין א קרבן פון 'צווייטע האנט רויעך' פאר א לאנגע צייט יעצט. יעדן טאג אין די הכנות קאמערלעך מיז איך מיך שטיקן פון די אומפאראנטווארטליכע רויכערער וואס ניצן דאס ציגערעט אלס פראאן זשוס, און פארפעסטיגן די שוין אזוי אויך פארפעסטיגטע לופט.
האב איך היינט בייגעוואוינט ווי א גערעגטע איד האט עס נישט געקענט פארנעמען מער האט ער געכאפט א פילע טעפל וואסער און אריינגעגאסן פארן מזיק ברשות הרבים איבער קאפ למען ישמעו ויראו.
ממנו ילמדו וכן יעשו, ובא לציון גואל.
ר' גדעון די דארפסטו גארנישט זאגן, עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די מעשה האט פאסירט אין ראדני.... יחי המלך!
עסן עסט'זיךר' גדעון די דארפסטו גארנישט זאגן, עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז די מעשה האט פאסירט אין ראדני.... יחי המלך!
lol, גראדע דאס מאהל איז עס נישט געווען אין ראדני
ממנו ילמדו וכן יעשו. רייכענען אין א פובליק פלאץ איז פארבאטן להלכה און, להבדיל, לויטן געזעץ.
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב אמאל מיטגעהאלטן אזא מעשה וואס גדעון האט מיטגעהאלטן, אין ווען יענער איז ארויסגעקומען פון ביה"כ
האט ער מיר אנגעמקלט ממש ביז בלוט
איך בין נאך דעמאלטס געווען א יונגער בחור, און פרעסו טשארדזשעס [ליין: מסר'ן] איז נאך בכלל נישט געווען אין סטייל.
איך האף אז יענער רויכערער האט קיינעם נישט בעוולהעט וועגן די מעשה
א געפערליכע מעשה דאס, כ'האב שוין אויך געהאט צו טון מיט מערערע אידן וואס פארשטייען [נעבעך] נישט וואס מ'וויל פון זייער לעבן האבן ווען מען פרעגט זיי פארוואס זיי רייכערן אין פאבליק.
אגב, דער טיטל פונעם אשכול דארף זיין "רייכערן", נישט "רייכענען". טעות סופר הוא.
ווער קען מיר העלפען בייקומען 3 קארטען צוגארעטלעך חצי חנם, ווי למשל DUTY FREE?
דולה ומשקהווער קען מיר העלפען בייקומען 3 קארטען צוגארעטלעך חצי חנם, ווי למשל DUTY FREE?
מזל טוב ביסט א חתן געווארן? 😉
אין גיבראלטער.
איך אויךאין גיבראלטער.
דאס איז א ענפער אויף מיין פראגע?
מיר זענען טאקע אין פארברענגען, אבער מיין בקשה איז א ערנסטע, קען מיר איינע ארויס העלפען?
ווער קען מיר בייקומען DUTYFREE אדער ביליג ציגארעטלעך?
א דאנק
טי מיר איין טובה אין רייכע נישט אין קאווע שטיבל
יישר כח למפרע
אמאהל איז איינער פון די קרובים פון מרן הגה"ק ה'שערי הישר' מליסקא זי"ע הי"ד איהם געקומען באזוכען, און דער 'שערי הישר' האט דעמאלטס געוואלט פארייכערן זיין לולקע, כידוע אז ער איז געוועהן א שטארקע רויכערע. ער האט געבעטן זיין קרוב זאל אים העלפען אנצינדן די לולקא, און דער שערי הישר גיט אים א זאג: "אז וויפיל שוועבעלעך ער וועט דארפען אנצוצינדען די לולקא, אזוי פיל מדרש פליאה'ס וועט ער אים פארענפערען". ווייל כדי אנצוצידען די לולקא'לעך האט מען געוועהנטליך גענוצט פינעף זעקס שוועבעלעך אויף איין מאהל, אויב האט זיך דאס אויס געבלאזט האט מען באדארפט נאך מער. מרן השערי הישר האט טאקע אזוי געטוהן, און אויפן פלאץ פארענפערט עטליכע מדרש פליאה'ס.
און זיין גרויסע הייליגע חיבור שערי הישר על ספר תהלים זעהט ווי ער פארענפערט כמה מדרשי פליאות בדרך דרוש ופלפול.
,
שמעקעדיגאגב, דער טיטל פונעם אשכול דארף זיין "רייכערן", נישט "רייכענען". טעות סופר הוא.
גם אני מצטרף "רייכענען" איז געשריבן קינדיש.
די עלעקטראנישע ציגארעטן טויג עפעס?
וועלעכע זאל מען קויפן? ווי לאנג האלט זיך דער באטארי?
והמסתעף
עטליכע פון מיינע פריינד רייכערן ״דראפ סמאוק - סמאוק דראפס״, קוקט אויס גאנץ קיל, סדא 40, 60, 80, און 100 דאלארדיגע דערפון בערך, לכאורה אין דעם ווענדט זיך די באטערי, אבער איך מיין אז אלע האלטן זיך לכה״פ 12 אקטיווע שעות. די ליקוויד קאסט 5!! דאלאר א באטל, און אנטהאלט אזויפיל פאפס ווי א גאנצע קארטן!!
ווי קען מען זעהן וואס דאס איז? ווי שאפט מען עס?
<a class="postlink" href="https://www.dropsmoke.com">https://www.dropsmoke.com</a>
they have a store in Williamsburg on Division Ave in Boro Park on 13th ave or if you want to pay shipping go to their site
לעמילטי מיר איין טובה אין רייכע נישט אין קאווע שטיבל
יישר כח למפרע
ווי דען אז נישט אין קאווע שטיבל?
טאמער איינער דא איז אינטערסירט צו סטאפן רייכערן אויף א געשמאקע באקוועמע וועג, קען ער מיר נאכמאכן. איך בין געווען א שווערע רויכערער פאר עטליכע יאר ביז איין טאג האט מיר איינער פארבארגט א בוך פון א שרייבער
אלען קערר, וואס ווי יענער האט מיר מסביר געווען טוט ער דיר לאגיש העלפן קוויטן, אוו סאיז ממש נישט מצוי כמעט פאר איינער וואס פארשטייט וואס ער שרייבט צו בלייבן רייכערן, האב איך מחליט געווען אז איך וועל דעם יונגערמאן אויפווייזן אז איך וועל עס ליינען און יא ווייטער רייכערן (איך האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו אויפהערן דאן), איך האב עס דורכגעליינט און דאס איז דאס. צוויי און א האלב יאר האב איך שוין נישט צוגערירט קיין פאפיראסל און עס איז אסאך געשמאקער צו זיין א נאן-סמאוקער ווי איך האב געמיינט אז ס׳איז.
איך האב א חבר האט דאס אויך געליינט ער האט טאקע אויפגהערט פאר א שיינע שטיק צייט אבער שפעטער נאכאמאל אנגעהויבן
וואס איז די נקודה פון זיין מהלך?
ס׳איז שווער ארויסצוברענגען אין קורצן א זאך וואס ער ווידמעט פארדעם א גאנצן בוך, אבער בקיצור נמרץ - ער זאגט צו אין די הקדמה אז ער גייט נישט נוצן קיין שום עקלדיגע מיטלען דיך צו מאכן סטאפן ווי למשל קענסער, הארץ אטאקע, און ער האלט זיך צו דעם צוזאג, ער נעמט בעיסיקלי דעם ציגערעטל און צולייגט עס, ער איז מסביר וואס עס טוט פארן מענטש גוט אז דער מענטש האט עס ליב און פארוואס דאס איז באמת נאר אן איינרעדעניש, ער איז מסביר פארוואס עס בארואיגט און וואס ליגט אונטער דעם, ער ווידמעט אסאך קאפיטלעך צו אוועקנעמען די פחד פון קוויטן ער איז מסביר וואס די פחד איז און פארוואס סאיז א שטות וכו׳ וכו׳ ער שמועסט אויס יעדע דיטעיל וואס איז שייך.
בנוגע וואס איר זאגט וועגן עמיצער וואס האט געליינט און צוריק אנגעהויבן איז מסתבר
1) אדער אז ער האט נישט פארשטאנען קלאר דעם בוך
2) אדער האט ער געליינט זייער אויבערפלעכליך
3) אדער אינגאנצן א צווייטע בוך
ווייל פשוט פאר א דוגמא, ער גיבט אוועק א גאנצן קאפיטל וואס הייסט just one cigarette, וואו ער ברענגט ארויס די שעדליכקייט פון דעי מחשבה אז איין ציגערעטל אמאל אמאל און דאס איז עס, ממילא לייגט זיך מיר נישט אויפן שכל וויאזוי אייער פריינד האט צוריק אנגעהויבן..
דראפ סמאהק
איך האב געסטאפט קאלט אן קיין ביך, סתם ווייל אזוי וויל איך, איך האב נישט ליב געהאט דעים גראך, אבער נאך אלץ זיער ליב דעים ציגרעטל, אבער איך רייכער שוין נישט באלד צוויי יאר.
פאר זעקס חדשים ציריק האב איך זיך איינגעהאנדעלט א דראפ סמאק לעקטאריק ציגארעטל, וועלעכס טיט אימיטאטן א ציגרעטל זייער גיט, בעסער ווי אלע כאזעריי לעקטארישע ציגערעטן, וואס וואקסען ווי שווארמען אין א רעיגן צייט, אבער אלע זענען נישט ווערט גארניש, משא"כ דראפ סמאק איז עפעס אנדערש עס איז זייער סעטעספאקטארי פאר א עקס רויכערער, און זייער גיט סתם פאר א שפילצייג אזוי ווי איך פלעיג עס ניצען, אבל נאך א קליינע קאלד האב איך דעוועלאפט א האלז וויי, און א קליינע עכעם וואס כאב נישט געקענט פטור ווערן פאר וואכען, אויך דא דארט האב איך געשפירט ווי איך שלאג זיך מיט א חלק פון מיין לינג, צי א שוועריקייט אין אטעמען אדער ווי איינער וואלט אריין געגאסען א גלעיזעל וואסער אין מיינע לינגען, האב איך מחליט געוועין אוועק צי ווארפן דעים דראפ סמאק, איך האלט נאך ווייניגער ווי א וואך אין איך זעי א זייער שטארקע חיליק, איך כעפע מער נישט, מיין האלז ברענט נישט, איך האב מער נישט שוועריקייטן אין אטעמען, אזוי ווי איך פלעיג, הגם עס איז נאך נישט דא געניג א לאנגע צייט, אבער געניג אז איך זאל שפירן דעים חיליק.
פרישעראון א קליינע עכעם וואס כאב נישט געקענט פטור ווערן
😂 😂 😂 😂
YOU ARE FUNNY
בנוגע וואס איר זאגט וועגן עמיצער וואס האט געליינט און צוריק אנגעהויבן איז מסתבר
1) אדער אז ער האט נישט פארשטאנען קלאר דעם בוך
2) אדער האט ער געליינט זייער אויבערפלעכליך
3) אדער אינגאנצן א צווייטע בוך
איז דער מר. קאר פין דהי ענגלאנד ?
אז יא איז דאס יא די זעלבע בוך, קען זיין פאר איינעם איז דאס גיט אין פאר איינעם נישט
לאליפאפטאמער איינער דא איז אינטערסירט צו סטאפן רייכערן אויף א געשמאקע באקוועמע וועג, קען ער מיר נאכמאכן. איך בין געווען א שווערע רויכערער פאר עטליכע יאר ביז איין טאג האט מיר איינער פארבארגט א בוך פון א שרייבער
אלען קערר, וואס ווי יענער האט מיר מסביר געווען טוט ער דיר לאגיש העלפן קוויטן, אוו סאיז ממש נישט מצוי כמעט פאר איינער וואס פארשטייט וואס ער שרייבט צו בלייבן רייכערן, האב איך מחליט געווען אז איך וועל דעם יונגערמאן אויפווייזן אז איך וועל עס ליינען און יא ווייטער רייכערן (איך האב נישט געהאט קיין שום אינטערעסע צו אויפהערן דאן), איך האב עס דורכגעליינט און דאס איז דאס. צוויי און א האלב יאר האב איך שוין נישט צוגערירט קיין פאפיראסל און עס איז אסאך געשמאקער צו זיין א נאן-סמאוקער ווי איך האב געמיינט אז ס׳איז.
דא האט איהר א פי-די-עף פון דעם בוךאפגעטיילט פון דאאלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.
#אשמנו מכל עם!
שמעקעדיגאלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.
#אשמנו מכל עם!
אינטערסאנט מיין עקספיריענס איז געווען פונקט קאפויער, די ישיבה האט נישט געלאזט רייכערן, און מהאט גע'קנס'עט וועמען מהאט נאר געכאפט רייכערען, און דאס האט געברענגט די פארקערטע רעזולטאטען אז די בחורים האבען באקומען א רייץ דייקא יא צו רייכענען, בשעתו האב איך געהאלטען אז די סיבה פארוואס א בחור זאל נעמען א ציגרעטל אין האנט איז נאר צוליב ווייל די ישיבה פירט א מערכה קעגן, און מיינענדיג אז ער טוט אפ די ישיבה.. רייכערט ער,
@שמעקעדיג, כמעט 23 פראצענט היי-סקול סטודענטן רויכערן.
#אח עשו ליעקב
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
איך מערק אז ווייניגער און ווייניגער בחורים און יונגעלייט רייכערען. ס'איז אכשר דרא אין דער הינזיכט און פארשטייט זיך איז אלס צום קרעדיט פונ'ם וועלטס בארימטען משב"ק ר'יחזקאל אשחייק שליט"א
ונבנתה העיר@שמעקעדיג, כמעט 23 פראצענט היי-סקול סטודענטן רויכערן.
#אח עשו ליעקב
וויפיל פראצענט דערפון זענען היימישע בחורים..?
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
שמעקעדיגאלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.
#אשמנו מכל עם!
קענדי מיט סאדע מיט נאש און כמעט נישט קיין עקסערסייז זענען אויך נישט געזונט.
זינט ווען איז די ישיבה אחראי אויף דעם בחור'ס געזונטהייט?
די ישיבה ברויך דען לשיטתך זיכער מאכן אז בחורים עסן נישט צופיל קענדי?
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
שמעקעדיגאלע ווערטלעך אין דער זייט - עס איז באמת א שאנדע און א מורא'דיגע עוולה אז אין די היינטיגע ישיבות טוט זיך אן הפקירות מיטן רייכערן. בו בזמן ווען די גאנצע וועלט זעהט שוין איין די שרעקליכע געזונטהייט אפעקטן וואס דאס איז גורם, און מער און מער יוגענטליכע פרובירן זיך צו האלטן ווייט דערפון, זענען אונזערע יונגע אויבער-חכמים קלוגער ווי יעדן, זיי רייכערן גאנצעטע שאכטלען, און די ישיבות טאלערירן דאס און שטעלן זיך נישט אנטקעגן.
#אשמנו מכל עם!
סא די ווילסט אז עס זאל אסור? וויאזוי? דורך די מנהל... דאס הייסט אז די מנהל זאל זיך נעמען און קנסנען? ער האט גענוג ארבייט געב עם נישט נאך... און א איסור האט נאך קיינמאל נישט געארבעט ספעציעל א מנהל וואס איז אנדערסטעפט
אבער א שאנדע איז עס.
מען דארף נישט קנס'ענען, מען דארף פשוט אויפקלערן די בחורים. זיי ווייזן די שרעקעדיגע בילבאורדס. מיט די שווארצע לונגען. סתם זיי ווייזן די פאקטן, און זאגן אז מען איז מיט זיי אויף איין פעידזש, יעדער וויל די טובה פונעם תלמיד, מען זוכט נישט קיין געפיכטן.
אז עס ארבעט אין אזויפיל פלעצער, פארוואס קען עס נישט ארבעטן ביי אונזער עולם?
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
לדעתי, וכן כתבתי במקומות אחרות אין שטיבעל, די סבה פארוואס בחורים רייכערען איז צוליעב דעם אז זיי זענען זיך נישט גענוג מחשיב, זיי זע'ען נישט זייער לעבען אלס עפעס אן ערנסטע וויכטיגער זאך. וואס מער תקנות, וואס מער דערדרוקט זענען זיי, וואס ווייניגער וועלען זיי זיך מחשיב זיין און וואס מער רייכערען וועט מען זען
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
שמעקעדיגמען דארף נישט קנס'ענען, מען דארף פשוט אויפקלערן די בחורים. זיי ווייזן די שרעקעדיגע בילבאורדס. מיט די שווארצע לונגען. סתם זיי ווייזן די פאקטן, און זאגן אז מען איז מיט זיי אויף איין פעידזש, יעדער וויל די טובה פונעם תלמיד, מען זוכט נישט קיין געפיכטן.
אז עס ארבעט אין אזויפיל פלעצער, פארוואס קען עס נישט ארבעטן ביי אונזער עולם?
לדעתי איז די סיבה דערצו וויבאלד מ'האלט די בחורים אזוי איינגעצוימט אין ישיבה, אן קיין ספארטס אדער סיי וועלכע עמטליכע אויסלופטערונגען ווילן זיי לאזן א מקום פאר די בחורים זיך אביסל אויסגעבן. דער ציגערעטל איז בעוה"ר דער איינציגסטער כשר'ע אויסגעבונג וואס דער בחור קען האבן בתחומי הישיבה.
כ'האב נישט געוואלט שרייבן זאכן וואס באלאנגען נישט דא וד"ל.
קל וחומר לאו דוקא הוא, ווייל אין ליטווישע און אמעריקאנע ישיבות רייכערען בחורים אסאך, אפשר נאך מער ווי ביי די חסידישע ישיבות. אזוי אויך אין די סעקיולערע וועלט רייכערען אסאך הייסקול טינעידשזערס אין בפרט אין קאלעדזשעס און מ'רייכערט נאך געשמאקע געווירצען אויכעט. ענד געס וואט, זיי געבען זיך אסאך מער אויס מיט ספארטס ווי אונז.
נ"ב דיין וד"ל איז היבש פארשפרייט אין ליטווישע ישיבות אויכעט. ביי די גוים איז נאך ערגער מיט אנדערע וד"לס.
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
שמעקעדיגמען דארף נישט קנס'ענען, מען דארף פשוט אויפקלערן די בחורים. זיי ווייזן די שרעקעדיגע בילבאורדס. מיט די שווארצע לונגען. סתם זיי ווייזן די פאקטן, און זאגן אז מען איז מיט זיי אויף איין פעידזש, יעדער וויל די טובה פונעם תלמיד, מען זוכט נישט קיין געפיכטן.
אז עס ארבעט אין אזויפיל פלעצער, פארוואס קען עס נישט ארבעטן ביי אונזער עולם?
כאטשיק איך האלט אז די ביסט גערעכט אין פרינציפ קען עס לפי עניות דעתי נישט ארבייטן ביי חסידישע בחורים וואס זענען אנגעהאסט און אנגעהעצט אויף די גויאישע וועלט... גיי זיי מסביר פאר א בחור סייענס... עס וועט אפשר יא ארבייטן פאר בחורים וואס זענען נישט אזוי ברעינוואשט... ממילא טראכט אז עס איז נישט אן אפציע...
גראדע טראכט איך פארוואס חברה הצלה מאכט נישט קיין פאסטערס און יעדע בית מדרש??? אפשר קען זיי די רעד קראס העלפן אדער די העלט דעפארטמענט... אפשר...
גוטע חלומות, אונזער קאמיוניטי איז נישט רייף דערפאר.
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
געדענק אז אין ליטווישע ישיבות וויילט מען צען יאר, נישט פינף און ס'איז דא פיהל מער צייט אנצוהויבען רייכערין
ליטוואק פון בודאפעסטלדעתי, וכן כתבתי במקומות אחרות אין שטיבעל, די סבה פארוואס בחורים רייכערען איז צוליעב דעם אז זיי זענען זיך נישט גענוג מחשיב, זיי זע'ען נישט זייער לעבען אלס עפעס אן ערנסטע וויכטיגער זאך. וואס מער תקנות, וואס מער דערדרוקט זענען זיי, וואס ווייניגער וועלען זיי זיך מחשיב זיין און וואס מער רייכערען וועט מען זען
ווען מען וואלט זיי פארשטיין געגעבן וויפיל damage דאס מאכט פאר אנדערע וואלטן זיי דאס מער געהערט