☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » לייטיש געלעכטער

לייטיש געלעכטער

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6156

ישובניק » מאנטאג מערץ 24, 2014 7:26 pm

· #192480
לייטיש געלעכטער
אינטערעסאנט. זעט מיר אויס, דאס ווארט האט מיט לייטן גארנישט.
ווי עס זעט אויס, קומט עס פון דייטש - laut, וואס באדייט הויך - LOUD אויף ענגליש.

איש עברי » מאנטאג מערץ 24, 2014 8:13 pm

· #192486
אויף דייטש הייסט א מענטש א לויטע Leute אין היינטיגע דייטש ווערט עס באנוצט נאר אלס לשון רבים אזויווי people אויף ענגליש

ישובניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 2:16 am

· #192547
וואס האט עס אהער?

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 25, 2014 7:53 am

· #192551

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 25, 2014 1:33 pm

· #192615
@ישובניק

@איש עברי זאגט א פשוטע נקודה, אז לייטישער געלעכטער איז מלשון א לייטישער יונגערמאן וואס מיינט געוויס נישט א יונגערמאן מיט א הויכער שטימע.

ישובניק » דינסטאג מערץ 25, 2014 4:08 pm

· #192669
טאקע דאס האב איך געוואלט אויסשליסן מיט מיין הודעה, אז ווי עס זעט אויס האט עס נישט קיין שייכות מיט לייטן, נאר מיט א הויכער שטימע. דאס דייטשע ווארט פאר LOUD איד אנדערש אויסגעלייגט און נישט דאס זעלבע ווי דאס דייטשע ווארט פאר PEOPLE, און לייטיש געלעכטער שטאמט, ווי עס זעט אויס, פון LOUD און נישט פון דעם דייטשן ווארט אויף PEOPLE.