עצות און הילף פארן לעצטערע פלו שעדליכער אונטערגאנג
א גאר שטארקער פלו באגלייט מיט פענמאניע און נאך, דרייט זיך ארום ביים אידישער גאס לעצטענס, ווייסט איינער מער דעטאלען איבער סימנים, סימפטמענס, הילף, עצות, און נאך איבערדעם?
ווי עס איז באריכטעט האט עס שוין געקאסט פאר דריי היימיש אידישע נפשות דאס לעבן פון דעם קרענק, ווי איז דער חברה הצלה א.ד.ג. אין דעם פאל עפעס הערט מען נישט פון זיי קיין אנווייזונגען וכדו'
אין שיל הענגט צעטליך איבער א פרישע פאל ווי א אינגע פרוי ראנגעלט זיך פאר איר לעבן,
אידען רייסט איין להעביר כל חלי ונגע ומחלה מבתי בני ישראל.
וואש די הענט מיט זייף, שטיי ווייט פון א היסער, און גיי נישט אין מקוה.
אז די זעסט איינעם היסען אין בהמ"ד אין האלט נישט דע הענט ביים מאהל אין נאז, ווארף עם ארויס, שריי עם גיט אהן "ביסט א בור ברשות הרבים",
אויב קומט אייך צו היסן, הוסט "נישט" אינעם אפענעם האנט פלאך, נאר אינעם מלבוש אויפן ארעם.
גייט באצייטענס צום דאקטער אז איר זענט חייש איר זענט אנגעשטעקט, אפילו אז מען זעהט נישט קיין ערנסטע באווייזען אז די ביסט אנגעשטעקט, בעהט צו מאכען אן עקסרעי אויפען טשעסט די עטליכע וואס האבען צו שפעט געבעטן צו מאכען איז שוין געווען זייער שווער די מצב נעבעך.
ישמעאל הכהןוואס זענען די סימפאטעמן
קאפ וויי, דיהיידרעישען, דייעריע, פיבער,
און ביטע אינזין האבען האשה
הינדל בת חנה וואס איז זקוקה לרחמי שמים מרובים.
און לאמיר נישט פארגעסן, דאס איז שוין נאך אלע וואקסינען, זע מיר שוין וויפיל זיי זענען ווערט
איך מיין דער עולם נעמט נישט אזוי ערליך די וואקסינען, און אזוי אויך ברויך מען רחמי ד' ניצול צו ווערן מכל מרעין בישין וחולאים רעים.
שרייבעראון לאמיר נישט פארגעסן, דאס איז שוין נאך אלע וואקסינען, זע מיר שוין וויפיל זיי זענען ווערט
דער עולם נעמט נישט דע וואקסינען אין אוודאי נישט דע פלו שאטץ, אדרבא. מעהאקט דערויף אין גרויסען,
רבותי: עס איז נישט קיין ווערטל, דער מצב איז גאנץ ערענסט - כמעט אן אינטערגאנג, דאס יונגעל זאגט מיר אז אין חדר פעלט דער מנהל מיט'ן מלמד שוין א וואך
יצמחפרקנירבותי: עס איז נישט קיין ווערטל, דער מצב איז גאנץ ערענסט - כמעט אן אינטערגאנג, דאס יונגעל זאגט מיר אז אין חדר פעלט דער מנהל מיט'ן מלמד שוין א וואך
ביי עפל סיידער אינדערהיים איז דאס זעלביגע רח''ל,
ווייסט איינער צו עס איז נאר ביי כלי קודש אדער אין אנדערע פרנסות אויך? דא אויף קאווע שטיבעל דערקענט זיך גארנישט.
נאך אן עצה, ווישט אייך גוט אריין אין
דעם האנטוך אין ביהמ"ד!
לאליפאפנאך אן עצה, ווישט אייך גוט אריין אין
דעם האנטוך אין ביהמ"ד!
געהערט פון א בדחן: פארוואס אין די בתי מדרשים איז געווענליך די סינק גלייך נעבן די האנטוך? אז אויב מען האט בטעות זיך אפגעווישט אינעם האנטוך, זאל מען זיך גלייך קענען אפוואשן די הענט...
מען וואלט געדארפט אויפשטורעמען א וועלט לפחות וויפיל מען האט געטאהן ביים ניו יארק פאוסט נאכען רציחה אויף המנוח רבי מנחם שטארק הי"ד, געהערט האב איך מבני משפחה פינעם ווייבעל וואס איז נפטר געווארען ר"ל בעצם יום הפורים, און פון די בני המשפחה וואס דער ווייבעל ברויך נאך א רפואה, אז די שפיטאל ווי מען האט געשיקט די פעישענס זיך גיין אינטערזוכען האבען נישט זיך מטפל געווען מיט אן ערנסקייט מיט די באטרעפענדע,
ווי זענען אונזערע עסקנים צו מאכען געוואלדעס? נאר ווען מען זעהט בלוט אין די גאסען דאן הערט מען די קול שופר פון די לעלוס און מאכער'ס?
עפל סיידער
ווי זענען אונזערע עסקנים צו מאכען געוואלדעס?
זיי ליגן מיט די פלו.....
ערנסט גערעדט, איך האב יעצט נישט נאכגעטשעקט, אבער איך ווייס עס פון די פארגאנגנהייט, בדרך כלל ווער ס'האט באקומען די פלו איז עס שוין געווען נאך נעמען וואקסינען, אדרבה טשעקט עס יעצט אויס, ס'איז מסתבר פארוואס אויך, ווייל מ'געבט דאך אריין אביסל פון די קרענק