☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » בחצרות הקודש » איך בין דער גרויסער ר' ****

איך בין דער גרויסער ר' ****

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #14285

מושב לצים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 2:42 pm

· #461175
איך בין דער גרויסער ר' ****
איך בין דער גרויסער ר' ****
כ'בין נאריש און אומערפארן
שוין לאנג צוקריגט מיט מיין ברודער
אויך צושלאגן מיט מיין שוואגער
מיט מיין נעפיו כ'טו זיך שלאגן
און מיט מיינע קינדער זיך פלאגן
איך האב גאר ברייטע פלייצעס
כאטש כ'בין גאנץ נידריג
איך האלט פעסט די לייצעס
דער בייטש איז אויך נישט איבריג
כ'קען רעדן אויף אלע רבנים
נאך בעסער ווי אלע דרשנים
איך קעקעץ מיט שווערע קרעכצן
נאך מיין קלוגשאפט יעדער טוט לעכצן
כ'האב צוגעזאגט דעם גאנצן עולם
אז קאראנע וועט נישט שאטן
יעדער וואס גלייבט נישט איז א גולם
מ'האט פיינט מיך און מ'מיינט דעם טאטן
יעדער זאל קומען אויף שמחת תורה
זיך שלאגן שטופן אן קיין מאסקעס
איך האב א גראדע קאנעקשן צום בורא
אויך קען איך טיילן פראסקעס
איך קען פארברענען א קימפעטארן
שוין א מעשה פון לאנגע יארן
איך קען שעלטן און ארויסווארפן
דרך ארץ פאר מיר זיי דארפן
איך בין זייער שיין מסביר
א גאנצע דרשה אין ישיבה
איך בין דאך דער ראש המשביר
מ'קען נישט אפזונדערן פון די סביבה
ווער עס קומט צו מיינע הקפות
געב איך אים מיין הייליגע הבטחות
ער וועט נישט קריגן קיין קדחת
ווילאנג ער לעקט מיין ***
ס'האט טאקע געקאסט מיין ראש הקהל
אבער איך פארשטיי אז פון כלל ישראל
דארפן שטארבן א שיינער צאל
איך בין דער גרעסטער פון יעדן
זאלן מיינע חסידים גיין אין גן עדן
איך בין דער גרויסער ר' ****
עטס קענטס גיין קלאפן בארן

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:04 pm

· #461179
מושב לצים

ווער עס קומט צו מיינע הקפות
געב איך אים מיין הייליגע הבטחות
ער וועט נישט קריגן קיין קדחת
ווילאנג ער לעקט מיין ***


דו עוכר ישראל, נידריגע יונג, וואס דיין תאוה האט נישט קיין ברעג. ווי טיף ליגסטו אין זנות אז דו וואגסט דיך צו עפענען דיין שמוציג פיסק קעגן א שר וקדוש בישראל

מושב לצים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:07 pm

· #461181
@מנחם ציון אז דו האסט נישט וואס צו טוהן מיטן טאג, טוה עס נישט דא
בתקוה להבנה

תפארת » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:19 pm

· #461183
מושב לצים
@מנחם ציון אז דו האסט נישט וואס צו טוהן מיטן טאג, טוה עס נישט דא
בתקוה להבנה

ס' דאך א @מושב לצים? אדער ניין?

גבור חיל » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:21 pm

· #461184
מושב לצים
@מנחם ציון אז דו האסט נישט וואס צו טוהן מיטן טאג, טוה עס נישט דא
בתקוה להבנה

האחד בא לגור וישפוט שפט?

איר זענט אנגעקומען דא, איר ווילט גלייך גראדזשענען און צימעס'ן, נו גוט, זאלן די מנהלים טון וויאזוי זיי פארשטייען מיטן פרישע טרענד...

אבער ביטע אטאקיר נישט קיין עלטערע חברים ותיקים.

בתקוה להבנה.

מושב לצים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:27 pm

· #461186
גבור חיל
מושב לצים
@מנחם ציון אז דו האסט נישט וואס צו טוהן מיטן טאג, טוה עס נישט דא
בתקוה להבנה

האחד בא לגור וישפוט שפט?

איר זענט אנגעקומען דא, איר ווילט גלייך גראדזשענען און צימעס'ן, נו גוט, זאלן די מנהלים טון וויאזוי זיי פארשטייען מיטן פרישע טרענד...

אבער ביטע אטאקיר נישט קיין עלטערע חברים ותיקים.

בתקוה להבנה.


נישט געוויסט ס'דא אזא תקנה, אינטערסאנט. אפשר געב ארויס די סודות פון חדר.
ווי אלט מוז מען זיין צו מעגן אטאקירן?
וואס טוצעך אויב איינער אטאקירט מיך, מעג איך עם אפענפערן כאיולתו אדער כ'מוז ווארטן ביז איך ווער א עלטערע חבר ותיק?

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:39 pm

· #461187
איך וויל מיר באמת אנטשולדיגן פאר אייך, איך האב פארזעהן א שורה אין אייער אינטראדאקשן
איך בין א שטארקע חסיד פון מיין רבי און איינער וואס רעדט קעגען איהם רעגט מיך זייער שטארק אויף.

א רפואה שלימה

מושב לצים » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:52 pm

· #461190
אייער ענטשולדיגונג איז אקצעפטירט
א דאנק.

היכי דמי » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 3:55 pm

· #461193
וועלכע רבי מיינט איר, איינע פון די סערעטע?

חתן בחור » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 4:04 pm

· #461194
״עסט פאפקארען״.

אישתישבי » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 4:31 pm

· #461198
עס איז גוט.

אינטערעסאנט אז דער איינציגסטער סיבה ארויסצוברענגען טאלאנט איז ווייל יענער רבי איז א שטריק.

רביה''ק זי''ע » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 4:43 pm

· #461199
משה זאב פעטש געבער?

מנחם ציון » דאנערשטאג אקטאבער 22, 2020 5:12 pm

· #461201
רביה''ק זי''ע
משה זאב פעטש געבער?

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/461178">viewtopic.php?p=461178#p461178</a><!-- l -->