☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » דאס לעצטע ציגערעטל

דאס לעצטע ציגערעטל

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #10905

ווייל אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 2:13 am

· #349237
דאס לעצטע ציגערעטל
ער איז געזיצן אין ישיבה און פאררייכערט זיין ערשטע ציגערעטל, ער האט זיך קוים געשטיקט אויפן רויעך.

אנגעפאנגען האט זיך עס מיט איין חתן ציגערעטל א טאג ביז ער איז שוין געווארן א העווי סמאוקער פון רייכענען ביי יעדע בין הסדרים אזוי האט ער דורךגעשטיפט זיינע בחור'שע יארן מיט עטליכע פושקעס ציגערעטן א וואך.

ווען ער האט חתונה געהאט און אריין אין ביזנעס איז ער ממש געווארן צוגעבונדען צום ציגערעטל, פאר יעדע ביזנעס מיטינג האט געקענט גיין א האלבע פושקע, זיין ווייב האט איהם כסדר געבעטן אז ער זאל סטאפן רייכענען פלעגט ער איהר זאגן "איך וועל רייכענען ביז מיין לעצטע טאג".

איין טאג איז ער אפגעפירט געווארן אין שפיטאל פאר קאמפליקאציעס אינמיטן די טעסט'ס איז ער ארויסגעלאפן כאפן א ציגערעטל, די קינדער האבן געוויינט צו איהם "טאטי פליז סטאפ צו רייכענען זעהסט דאך אליינס וואס ס'גייט פאר" אבער ער האט זיי געזאגט "איך שלאג מיך שוין אויפן ציגערעטל פון אלס בחור און איך וועל רייכענען ביז צו מיין לעצטע טאג ", ס'איז געווארן ממש ווי א צוואה אז פאר יציאת נשמה מוז ער פאררייכענן זיין לעצטע מארלבארא האנדרעט.

ער איז עלטער געווארן און איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל מ'האט איהם צוגעטשעפעט צו אייווי און אנדערע מאשינען אזש ער האט נישט געקענט אויספירן זיין באגער ער געדענקט ניטאמאל ווי זיין לעצטע ציגערעטל איז געווען.

אלזא מיט אזויפיל עסקנים וואלטן מען שוין געמעגט אויפקומען מיט א סמאקינג ראום אין די שפיטעלער אזוי זאלן די חולי ישראל קענען געהעריג מאכן א לשם יוחד אויף זייער לעצטע ציגערעטל.

קאצקע ציקער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:12 pm

· #349287
איך האב געקענט א יוד, ביי די הינדערט און פיר האב איך עים נאך געזעהן רייכערען א ציגערעטיל

berlbalaguleh » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:14 pm

· #349288
קאצקע ציקער: אבער רוב רייכערערס ציען ליידער נישט אן ביז די 104... 😢

קאמענטירער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:34 pm

· #349294
קאצקע ציקער
איך האב געקענט א יוד, ביי די הינדערט און פיר האב איך עים נאך געזעהן רייכערען א ציגערעטיל

און איך ווייס פון א יוד -א מלחמה איבענרלעבער- וואס מיר האבן נאך די זכיה און ער לעבט נאך מיט אונז, און ער דרייט זיך ארום מיט אן האלבע לונג נו? דו ווילסט אפשר זיך אויך ארויסאפערירן אן האלבע לונג? סדא אסאך מענטשען וואס דארפען עס ליידער..

פעינטער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:54 pm

· #349301
מען האט געפרעגט אמאל אן אלטע איד וואס רייכערט צי ער האט נישט מורא. האט ער געזאגט אז גערייכעטע פלייש האלטזיך לענגער....

קל וחומר » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:53 pm

· #349350
Re: דאס לעצטע ציגערעטל
פון די אנדערע זייט האט מיר א רויכערער אמאל מסביר געווען אז זיין לעבן פיהלט זיך דאפעלט אין איכות ווען ער רויכערט, ער גייט מיטן גאנג פון טוב מעט בכוונה.

מישו מאוד מעניין » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:30 am

· #349427
איך האב אמאל גפרעגט איינער וואס רייכערט זייער אסאך, די האסט נישט מורא אז די גייסט לעבן ווייניג, ענפערט ער מיך מיט א משל שטעל דיך פאהר עס איז דא איינער וואס לעבט ביזט די 110 אבער גארנישט גייט נישט גוט דאס מיינט גלעבט, איך לעב כאטשיק איך האב הנאה פון דעם און פארטיג איך מאך נישט קיין חשבונות