☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » ואת עמלינו אלו הבנים- קאווע בלעטער לכ׳ פסח

ואת עמלינו אלו הבנים- קאווע בלעטער לכ׳ פסח

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6137

קאוועניק » פרייטאג מערץ 21, 2014 8:35 am

· #191752
ואת עמלינו אלו הבנים- קאווע בלעטער לכ׳ פסח
איך וויל פארגעשלאגען אז לכבוד פסח זאל פישעלע מאכען א קונטרס פון זאכען וואס כקען רואיג געבן פאר מיין אינגעל, בעיקור דברי חכמה נישט סתם שיינע מעשיות ,זאכען וואס סווערט נישט באשריבען אין די צייטונגען און מאגעזינען , כבעט דער עולם זאל צוהעלפן מזאל לינקען פאר פישעלע ארטיקלען וואס מפילט אז סאיז ראוי פאר דעם, די ארטיקלען וואס ער וועט זיין מסופק אויב סאיז ראוי פאר קינדער/ בחורים קען מען דאס לייגען ביים סוף פון די PDF אין יעדע טאטע זאל אליין מחלט זיין

ביבער » פרייטאג מערץ 21, 2014 8:58 am

· #191759
די ערשטע זאך איז אלע מאלעסטעישן ארטיקלעך, די קינדער וועלן עס דורכליינען אין איין אטעם און זיי וועלן האבן נוצן דערפון אויך.
#אינפלוענסדפוןהוגה

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 21, 2014 9:18 am

· #191763
קיין שום פראבלעם קאווע ניק פישלע נעמט פינף און צוואנציג א שעה, און פאר דיר א דיסקאונט פון פינף פראצענט לכבוד פסח.

קאוועניק » פרייטאג מערץ 21, 2014 9:48 am

· #191770
בעליוו איט אר נאט, כבין גרייט צו צאלען כסף מלא
פישעלע please let's discus it privately

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 21, 2014 10:11 am

· #191772
מאראנצןזאפט
קיין שום פראבלעם קאווע ניק פישלע נעמט פינף און צוואנציג א שעה, און פאר דיר א דיסקאונט פון פינף פראצענט לכבוד פסח.

עס איז נישט צום גלייבן, מאראנצןזאפט, אבער איך האב באקומען א שיינע פאר אישי'ס פון ניק'ס וואס האבן מיך געאפפערט געלט, סתם על לא דבר.

@ברסלבער 'ס שלום עליכם ווארענונג איז מיך אבער געשווימען פאר די אויגן, אז מען זאל נישט ווערן איבערגענומען פון שיינע ווארעמע אישי'ס, און היות צו נעמען געלט מיז איך זאגן ווער איך בין, ויתרתי על זה.

דריידל » פרייטאג מערץ 21, 2014 10:56 am

· #191782
לדעתי איז סאך פראקטישער אז מ'זאל געבן עקסעס פאר די קינדער צו קאווע שטיבל'ס סייט. די גבאים געבן סייווי אכט אז זאכן וואס איז נישט געאייגענט פאר קינדער זאל זיך געפינען אינ'ם פריוואטן פארום.
זאלן די קינדער זעהן אז מ'קען ניצן דעם אינטערנעט פאר נארמאלע שמועסן כאשר ידבר איש אל רעהו בקאווע שטיבלעך די בכל בתי מדרשים.
קינדער און בחורים שלא טעמו טעם חטא הערן זיך אזויפיל צאם איבער די שעדליכקייט פון די אינטערנעט און וואס מ'קען אלץ זעהן דארט וואס דאס טיט זיי נאר אנרייצן מתי תבא לידי און אלע מיינע תאוות וועלן ווערן ערפילט. דארף מען זיי ווייזן אז ניין, מ'ליינט און מ'שרייבט נארמאלע זאכן פונקט ווי די געדריקטע צייטונגען און מאגאזינען.

קאוועניק » פרייטאג מערץ 21, 2014 11:04 am

· #191786
כבין נישט דוקא אינאייגעריג מיין אינגעל זאל שמועסען מיט מיינע חברים דא, כקען אבער יא זעהן א פלאן אויף 2016 זאל ק״ש האבען א עקסטערע אפטיילונג פאר קינדער, דערווייל לאמער אנהייבען מיט די בלעטער

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:35 pm

· #191796
גערעכט @קאוועניק.

@דריידל, קאווע שטיבל איז בפירוש נ-י-ש-ט א פלאץ וואס איז מומלץ פאר קינדער. די שמועסן זענען אפשר ריין, אבער פארט טאַטע'ריש.

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 21, 2014 12:36 pm

· #191797
און לגבי דער עצם געדאנק פון דעם אשכול, איי עם אן איט אי"ה.

שמעון וואלף » מאנטאג יאנואר 26, 2015 11:16 pm

· #250334
מארגן איז נישט דא קיין חדר/סקול וואלט געווען פאסיג צאמשטעלן ליין מאטריאל פון די באלערענדע מאמרים אויף ק"ש, פאר די קינדער