כבדהו וחשדהו - היט אייער פריוואטקייט
(איך האב דאס געשריבן אין אן אנדער אשכול, אבער מען האט מיר מעורר געווען אז דאס איז א וויכטיגע נושא וואס איז ווערד א באזונדער אשכול להשמר ולהיזהר)
די ערשטע כלל וואס מען דארף צו וויסן ווען מען גייט אריין אינעם ווירטואלן וועלט איז: "כבדהו וחשדהו". אויב אין די רעגולער וועלט איז דאס שטארק נוגע, מען קען נישט אייביג דערקענען א מענטש לויט זיין אויסקוק, איז דאס על אחת כמה וכמה אין די ווירטואלע וועלט, וואו דו קענסט יענעם נאר פון זיין ניק-נעים און אביסל לויט ווי אזוי יענער שרייבט, און עס איז כמעט נישט מעגליך צו וויסן ווער יענער איז. עס קען גאנץ מעגליך זיין אין בעסטן פאל אז יענער איז א אפגעריסענער נאר, און אין ערגסטן פאל אז יענער איז א גנב און באטריגער וואס זוכט צו הויערן אויף שוואכקייטן פון אנדערע, און אין ביידע פעלער וואלסטו נישט געשטאנען מיט יענעם אין ווארט ווען דו באגעגענסט אים פנים אל פנים.
אשר על כן, דארף מען דאס געדענקן דא אין שטיבל אויך. עס איז טאקע זייער געשמאק צו פארברענגן דא מיט יעדעם איינעם, מען טיילט זיך מיט אינפארמאציע, עס איז דא אסאך צו זאגן, צו הערן, צו לאכן, און צו וויינען, זייער א געשמאקע פלאץ, מיט זייער געשמאקע חברים, אבער למעשה איז דאס אלעס נאר ניק-נעימס און מען ווייסט נישט ווער עס שטייט אונטער זיי.
עס מאכט זיך ביי נייע ניקס וואס כאפן נאכנישט די גאנצע הלוך ילך, און ווערן פארלוירן ווען מען באקומט אן אישי פון אן אלטגעזעצענעם. "ס'טייטש? פלוני אלמוני בכבודו ובעצמו אישי'ט זיך אזוי מיט מיר", און דאס מאכט אז מען זאל ארויסגעבן אינפארמאציע וואס מען וואלט קיינמאל נישט געזאגט פאר צווייטן.
דערפאר, ווען מען הייבט באקומען אישית'ן פון אנדערע, און מען זעהט אז יענער וויל וויסן צופיל פריוואטע זאכן, סטאפ גלייך, ווייז אים גלייך די אנדערע זייט טיר. קיינער איז נישט פארזיכערט אז זיין אידענטיטעט וועט נישט איין טאג נתגלה ווערן, סא האלט דיך איין אביסל.
כלל היוצא, לאזט אייך נישט פארפירן פון קיין אישית'ן. נעמט אייך אריין אין קאפ דעם כלל פון "כבדהו וחשדהו". און איך מיין אז אין אישית איז אויך דא א באריכט קנעפל צו נוצן ווען נויטיג.
כן דרך אישי מנאפת, אכלה ומחתה פיה, ואמרה לא פעלתי און.