☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!

לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!

78 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6121
בלאט: 1 2

סאשי פיש » מיטוואך מערץ 19, 2014 12:26 am

· #191240
לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
יעצט קומט אריין די נייעס אז די באקאנטע זינגער ווי מען רופט אים לוי פאלקוויטש גרייט זיך שוין ערענסט ארויסצוגעבען זיין ערשטע סידי.

אויסער איינמאל וואס פרייליך בענט האט אים גענומען צו זינגען אויף זייער סידי וואס איז נאר געווען א קאלעקציע פון אלטע ניגונים.

ער האט אנגעפאנגען זיין קאריע ביי שירה קווייער אבער מען האט גלייך געזען אז ער באלאנגט נישט דארט נאר ער קען וואקסען אסאך העכער, ער זינגט אסאך מיט פרייליך בענט.

אויפען בילד רעכטס: די באקאנטע נייע שטערן אין די עולם הנגינה ובפרט בעולם הבדחנות אברהם מרדכי שווארץ.
לינקס מיט די אראנטשירער יואלי דיקמאן מיט יוסי רובין.
image.jpg

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 19, 2014 1:28 pm

· #191303
סאשי פיש

אויפען בילד רעכטס: די באקאנטע נייע שטערן אין די עולם הנגינה ובפרט בעולם הבדחנות אברהם מרדכי שווארץ.
לינקס מיט די אראנטשירער יואלי דיקמאן מיט יוסי רובין.

ביסט אפשר לעבן א שפיגל?

רעכטס צו לינקס: יוסי רובין, יואל דיקמן, לוי פאלקאוויטש (אזוי ווי דו רופסט נישט ליפא - אלעזר ליפא), און אברהם מרדכי שווארץ.

טעפל » דאנערשטאג מערץ 20, 2014 12:59 pm

· #191529
לוי מיט יואלי דיקמאן, דאס דארף זיין פיינע נייעס!!

גאנצל » דאנערשטאג מאי 8, 2014 8:50 pm

· #199689
איז אפשר איינער נעכטן געווען ביי די דינער פון מקוה u s a וי ר' לוי יצחק מיט ר' רברהם מרדכי האבן געדארפט אראפצולייגן עפעס א גוט'ס

איז עס טאקע געלונגען?

פיקציע » זונטאג מאי 11, 2014 10:51 am

· #199894
באקומען די מקוה יו עס עי פרעזענטעישאן, לוי יצחק זינגט בלויז עטליכע שטיקלעך סאלא, אבער איז זייער פיין.

אגב ווייסט איינער אויף וועלכע טאן זיי זענען ביים סוף?

משבק » מיטוואך יולי 9, 2014 12:31 pm

· #211032
געהרט יעצט אז לוי פלאנט ארויסצוקומען תיכף נאך דריי וואכן

משבק » זונטאג יולי 13, 2014 12:51 pm

· #211529
לוי מיט א נייע קנייטש און די ניגון השבעתי <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=nyQ7WVkZzsg">http://www.youtube.com/watch?v=nyQ7WVkZzsg</a>

קליגער אינגערמאן » זונטאג יולי 13, 2014 1:09 pm

· #211532
זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

דברים ככתבן » זונטאג יולי 13, 2014 9:05 pm

· #211577
קליגער אינגערמאן
זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

ווייסט פארוואס? שא זאג נישט קיינעם ער קען פשוט נישט זינגען.

מאטי » זונטאג יולי 13, 2014 11:01 pm

· #211588
ס'איז נישט קיין פרישער קנייטש, ער פאלואט פשוט דעם אומקאנווענסיאלע "מיינאר קארד" וואס די קווייער זינגט אונטער...
דאס איז ארגינעל פונעם סידי.

רויטע וואנצעס » זונטאג יולי 13, 2014 11:25 pm

· #211594
שוין לאנג נישט געזעהן שירה אין אזא דעפרעסטע צופארעניש. זענען פארלוירן ווי אזוי מיט צו גיין מיט דעם אומערווארטענע השבעתי סטייל.

ברעט מענינג » זונטאג יולי 13, 2014 11:46 pm

· #211595
דאס פאסט מער פאר יואלי גרינפעלד אזוי צו זינגען

משבק » מאנטאג יולי 14, 2014 12:27 am

· #211601
וועמענס דורכפאל ביי 32? <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI">http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI</a>

קליגער אינגערמאן » מאנטאג יולי 14, 2014 12:52 am

· #211603
משבק
וועמענס דורכפאל ביי 32? <a class="postlink" href="http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI">http://www.youtube.com/watch?v=RUJlr7EJ5hI</a>

זיי זענען פשוטע יומענבינס.. פרעה האט נישט געמאכט קיין מיסטעיקס...

משבק » פרייטאג יולי 25, 2014 2:37 pm

· #213761
דברים ככתבן
קליגער אינגערמאן
זייער קיוט געזינגען... אבער נאטירלעך/אריגינעל איז נאך אסאך שענער..

ווייסט פארוואס? שא זאג נישט קיינעם ער קען פשוט נישט זינגען.

הלוואי זאלן אלע "נישט קענערעס" אויסזען אזוי ווי אים

סאשי פיש » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:57 pm

· #219978
לוי פאלקוויטש איז יעצט אין ארץ ישראל וועגן זיין נייע סידי. אויפן בילד זעט מען די ארענזשיר יואלי דיקמאן!
image.jpg

כוכב » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:59 pm

· #219981
אה אה. דער אלטער סאשי איז צוריק. נעתר לבקשתינו.

סאשי פיש » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:00 pm

· #219982
ווי אויך האט ער זיך געטראפען מיטען בעל מחבר פון די באקאנטע ״הסתרה״ ניגון יואלי קליין.
(מיט די שווארצע בארד)
image.jpg

מצטמק ויפה » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 11:52 pm

· #220005
די ניגון אני ישנה, אדער ווי אנדערע קענען עס אין אידיש "מאורות נתן" פון יואלי קליין, גייט זיין אויפן אלבום אי"ה.

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:06 am

· #220010
מיינסט דאס ?
די ווערטער
“אני ישנה וליבי ער, קול דודי דופק: פתחי לי”
פתחי לי, יעצט פאר מיר, עפענט אויף דיין טיר, פתחי לי.
קלאפ, קלאפ, קלאפ ביים טיר, קלאפ, קלאפ רעדט צו מיר, קלאפ, קלאפ, איך בין מיט דיר, קלאפ, איך קלאפ צו דיר.

מצטמק ויפה » זונטאג אוגוסט 31, 2014 12:11 am

· #220013
יאפ! לכתחילה האט ער עס געמאכט אויף אנדערע ווערטער פאר ישיבת מאורות נתן, און הערשט נאכדעם האט ער עס ארויפגעלייגט אויך אויף אני ישנה.

לאליפאפ » מיטוואך סעפטעמבער 17, 2014 8:51 pm

· #224543
מצטמק ויפה
יאפ! לכתחילה האט ער עס געמאכט אויף אנדערע ווערטער פאר ישיבת מאורות נתן, און הערשט נאכדעם האט ער עס ארויפגעלייגט אויך אויף אני ישנה.

וואטש עס דא

משבק » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 1:17 pm

· #227994
wow
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=niqmUmzipl4">https://www.youtube.com/watch?v=niqmUmzipl4</a>

קרעמער1 » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 4:36 pm

· #228076
סאשי פיש
ווי אויך האט ער זיך געטראפען מיטען בעל מחבר פון די באקאנטע ״הסתרה״ ניגון יואלי קליין.
(מיט די שווארצע בארד)

דאכט זיך אז ישעיה גראס איז דער בעל מחבר
יואלי קליין איז געווען דער זינגער און פארשפרייטער

בשבילי! » דינסטאג אקטאבער 7, 2014 4:50 pm

· #228079
יא, גראס איז דער בע''מ

סאשי פיש » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:21 am

· #268432
לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
חברה די סידי קומט שוין אט אט ווארטס אויס.

לוי ביים זינגען ביי שרגי געשטעטנער סטאדיאImageUploadedByTapatalk1429679945.560418.jpg

מענדי הערשקוויטש פון פרייליך מיט אברהם מרדכי שווארץ ביים ארבעטען אויף די סידיImageUploadedByTapatalk1429680086.650546.jpg

ישמעאל הכהן » מיטוואך אפריל 22, 2015 1:25 am

· #268433
קוקט נישט אויס ווי הערשקאוויטש אין די לעצטע בילד

קאנצעפט » זונטאג אפריל 26, 2015 6:38 pm

· #269835
איינער ווייסט ווער ס'גייט מיקסן דעם סידי?
מיר האבן לוי און דיקמאן... גאר גוטע נייעס. א גוטע מיקס וועט זיין די וויכטיגסטע חלק צו פארענדיגן דעם אלבום פראפעסיאנאל.

לאליפאפ » זונטאג אפריל 26, 2015 8:55 pm

· #269863
די בילדער זענען ביידע שרגי געשטעטנער.

סאשי פיש » דאנערשטאג מאי 7, 2015 12:11 pm

· #273210
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
מיט משה קרויסImageUploadedByTapatalk1431015078.299959.jpg

יענער פויגעל » דינסטאג יוני 2, 2015 9:44 pm

· #280010
נו ווען קומט עס ארויס?

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 2, 2015 10:20 pm

· #280020
ס'געווען געפלאנט אויף פאר שבועות אבער א צווייטער איז ארויס דער זעלבער צייט, מוז ער יעצט ווארטן אויף א שפעטערע זמן כדי צו זיין אליינס דער היט אן קאמפעטישאן, און מיט די פילע אטענשאן געריכטעט בלויז פאר זיין סידי

יענער פויגעל » דינסטאג יוני 2, 2015 10:29 pm

· #280023
ווי לאנג פלאנט ער צו ווארטען?

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 2, 2015 10:35 pm

· #280026
ביז דער עולם וועט בארד ווערן פון יענע סידי

כמעט אלסווייסער » מאנטאג יולי 20, 2015 7:56 am

· #290162
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
סאשי פיש
מיט משה קרויס📎 ImageUploadedByTapatalk1431015078.299959.jpg

מערקט דעם טעיפ ריקארדער אויפן טיש.

סביב העולם » מאנטאג יולי 20, 2015 9:44 pm

· #290419
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
Official release date of my debut album B"H this coming Monday July/27. #AchakeLoi <a class="postlink" href="http://t.co/yQVSZVRdHq">http://t.co/yQVSZVRdHq</a>

📎 uploadfromtaptalk1437443097809.jpg

סביב העולם » מאנטאג יולי 20, 2015 9:49 pm

· #290421
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
[ציטאט אראפגענומען]

זעליג אייגער final touch

ברעט מענינג » מאנטאג יולי 20, 2015 10:17 pm

· #290431
סידי
image.jpg

דור האחרון » מיטוואך יולי 22, 2015 6:19 pm

· #291063
אי קען קוים ווארטען עס צו קויפען. דאכט זיך אז היי יאר קען מען שוין להלכה הערען מוזיק גראד מוצאי תשעה באב אלץ א תענית נדחה. איינער ווייסט מער?

כמעט אלסווייסער » זונטאג יולי 26, 2015 8:08 am

· #291719
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
שוין דא צו באקומען אין די געשעפטן, אין אויף mostlymusic.com

סאשי פיש » זונטאג יולי 26, 2015 8:14 pm

· #291828
און פון קאווע שטיבעל רעד ער נישט?
image.jpg

ראוונע » מאנטאג יולי 27, 2015 1:20 am

· #291975
די סידי איז א היט פין א סידי
סהאט זיך געלוינט דאס ווארטען

סאשי פיש » מאנטאג יולי 27, 2015 1:46 pm

· #292070
לוי מיט יוני ז.
image.jpg

סאשי פיש » מאנטאג יולי 27, 2015 1:47 pm

· #292071
בעס גיטאר פונעם סידי
image.jpg

ודי למבין » מאנטאג יולי 27, 2015 5:13 pm

· #292129
קען זיין אז צוליב דעם וואס די עקספעקטעישענס זענען געווען גאר הויך אדער עס איז פשוט נישט צו מיין טעיסט, אבעד די אלבוים האט נישט דעליווערט וואס עס האט אנטשפרעכט צו דעליווערן.

יואליש » זונטאג אוגוסט 2, 2015 9:05 am

· #293273
דער ויעזור ויגן איז א וואוילער ניגון, אבער דערמאנט מיך זיעער עהנליכע תנועות צו "שבתי דער בינדער" פון מיכאל / פינקי.
אזוי אויך אנדערע תנועות דורכאויס די אלבום, כאטש עהרליך פרעזענטירט, שפירט זיך ריסייקעלט.

ראוונע » זונטאג אוגוסט 2, 2015 10:14 am

· #293282
ספעציעל די ואתם הדבקים חלק
איך האב אלץ געשפירט ביי מיר אז לוי יצתק איז זייער ענליך צו מיכאל

סביב העולם » זונטאג אוגוסט 2, 2015 10:21 pm

· #293408
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
C/p



Dear Levi Falkowitz,,,

Hi my name is Esther Mandel, I'm 31 and OTD for over 11 years now & before I was raised in a modern family that didn't even talk any Yiddish. Here's the story I wanna share with you... I went away this weekend with one of my ex chasidisha BF's, Saturday night we decided to go for dinner and had to drive for a few minutes, as we drove my friend put on some Yiddish music, (something I probably didn't listen to for years) to make a long story short, I got glued to the talented beautiful music and got really TOUCHED by every single song... All I can tell you is that I'm writing now with tears as I decided if some chasidisha guy can give out such a heart warming CD that should actually make me cry, I am making a total 360 and I feel like I have to share this with you... THANKS FOR BEING THE FIRST AND RIGHT PERSON TO SPARK ANY FLAME although I don't exactly understand every word, I asked around for your number and I really hope as soon as I feel like I can keep shabbat fully, that I can spend it with you (if your family is OK with that) I recommend every OTD person to listen to the beautiful talented work and realize how even from Chasidem know how to sing and bring out the real Yiddisha love.

-Esther-

.

קאצקע ציקער » זונטאג אוגוסט 2, 2015 10:34 pm

· #293416
זאג פאר דעי אסתר אז זי זאל גיין אביסל הערן מרדכי ווערדיגער, און רעדן ווייניגער שטיתים!

קאסטנער » זונטאג אוגוסט 2, 2015 10:44 pm

· #293420
Re: לוי יצחק פאלקוויטש געט ארויס א סידי!!!
קאצקע ציקער
זאג פאר דעי אסתר אז זי זאל גיין אביסל הערן מרדכי ווערדיגער, און רעדן ווייניגער שטיתים!

זי זאגט דאך קלאר אז זי האט שוין אפאר יאר נישט געהערט קיין היימישע מוזיק, סאיז פונקט געלונגען אז סאיז געווען לוי דער זינגער,

-----

זי זוכט זיין פאן נאמבער, אויב איינער קען איר אויסזאגן איבער די קאנצעפט פין א טעלפאן ביכל..
בלאט: 1 2