☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!

רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #8867

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מאי 14, 2015 2:54 pm

· #275100
רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!
עס קומט אריין די נייעס אז דער באוואוסטער מגיד משרים, נועם בחסד עליון, הרה"ג רי"ד שלעזינגער שליט"א ארבעט איצט אויף א נייעם סידי!!!

דער נייער סידי וועט לויטן פלאן ערשיינען לכ' יו"ט קבלת התורה און וועט פארשטייט זיך זיין אין א יו"ט שבועות'דיגן גייסט.

לויט ווי איך הער איז דער סידי ווי רוב פריערדיגע סידיס אראנדזשירט געווארן דורך די באוויסטע מייסטערן פון ובלכתך בדרך, און עס ווערט ערווארטעט צו ווערן צוכאפט פון די שעלפן.

צוליב וואס די רעקארדירונגען אוון מיקסן איז אלעס פארגעקומען אין א פשוט'ן ביהמ"ד וועט די פרייז פונעם סידי (אויב מיינע קוועלער זענען אקוראט) זיין א שפאטישן צוויי טאלער!!!!!

העמיר זען צו ובלכתך וועט דאס מאל אויך דעליווערן!

@סאשי פיש און @לאליפאפ ווערן געבעטן צו לאזן הערן זייערע אינסייט'ס.

לאליפאפ » דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:30 pm

· #275115
וויכי האט גארנישט באריכטעט..

גדעון » מאנטאג מאי 18, 2015 9:02 am

· #276205
Re: רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!
איך האב שוין געהערט צוויי טרעקס שטייטסעך ביי נאפטאלע מוישע אין סטודיו, דער עולם גלייבט מיך שוין נישט אבער איך האב מיך געטראפן אינטערטאנצן הערענדיג די געוואלדיגע ענין פון קרעפלעך.

בעק טו יו מיכאאל

רויטע וואנצעס » מאנטאג מאי 18, 2015 9:10 am

· #276206
יעצט געהערט, ס'איז א מייסטערווערק. אן א שיעור חידושים מחדש געווען אינען קאסעטע. דא איז נאר עטליכע וואס כ'האב דערווייל אויפגעכאפט:

מ'הערט ווי די בענקלעך און טישן זינגען מיט.

די שטענדער ווערט גענוצט אלטס די בעיס.

מ'הערט טישא בלאזערייען דורכאויס.

איין זאך וואס באדערט מיר נאר, איז די חוצפה אז הצלה האט גענוצט די סידי פאר עדווערטייזמענט. כ'מיין, איך צאל פאר דעם אז ס'זאל נישט זיין קיין אדווערטייזמענס. אפשר לכה"פ נעקסט טיים זאל די הצלה סייערענס זיין אביסל שטילער.

משבק » מאנטאג מאי 18, 2015 9:53 am

· #276217
פארוואס האט ער געטוישט צו ובלכתך בדרך? איך פערסאנעלי האב מער געגליכן די אררענזשמענטס פון קרן שמואל ישעי . שוין די היינטיגע יונגווארג

ציבעלע-קיגל » מאנטאג מאי 18, 2015 2:52 pm

· #276308
ישמעאל הכהן
רבי ישראל דוד שלעזינגער קומט ארויס מיט א נייע סידי!!


פשייייי
א גליק!

קאווע טרינקער » מאנטאג מאי 18, 2015 8:12 pm

· #276495
מ'ארבעט יעצט אויף די cover design. ס'גייט זיין א hit!

שמעקעדיג » מאנטאג מאי 18, 2015 8:23 pm

· #276502
א פלאטשיגע אדער א קראך?

קאצקע ציקער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:56 am

· #276586
איינער האט א פריוויו?

וכדומה.. » דינסטאג מאי 19, 2015 1:07 am

· #276590
חברה.. אזאנע ליצים....

I'm back » דינסטאג מאי 19, 2015 10:03 am

· #276639
[ציטאט אראפגענומען]


ס'איז זינגען, נישט רעדן.