☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » נייע סידי פון יוסי גרין, "The 10th note"

נייע סידי פון יוסי גרין, "The 10th note"

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6111

סאשי פיש » זונטאג מערץ 16, 2014 9:36 pm

· #190859
נייע סידי פון יוסי גרין, "The 10th note"
היינט אום פורים קומט אריין די פרייליכע נייעס אז די וועלט בארימטע מוזיק שטערן יוסי גרין הייבט יעצט אן צו ארבעטען אויף נאך א סידי, פון די "note" סערייעס מיטען נאמען The 10th note.

יוסי האט זיך פארענטפערט פארוואס ער מאכט נישט קיין 9th note, נאר ער גייט גלייך צו 10th ער זאגט ווייל אין חז״ל שטייט נאר ״על השמינית״ (8) אין ״עלי עשור״ (10) אבער גארנישט וועגן ניין.
image.jpg

ישמעאל הכהן » מאנטאג מערץ 17, 2014 1:29 pm

· #190919
די 8TH NOTE האט נישט געהאט א אידישן טעם

סאשי פיש » מאנטאג מערץ 17, 2014 6:23 pm

· #190963
הגה: ויש חולקין, וכן נוהגין וזה עיקר
(קרעדיט @שמעקעדיג)

מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 17, 2014 6:38 pm

· #190970
סאשי פיש
הגה: ויש חולקין, וכן נוהגין וזה עיקר

מג"א: וטעם החולקין הוא, דאף שיש שאינם נהנים מהשירים יוסע'ל חבר מיינער, ספור, בשבתך וכדו' משום טעם כמות. אבל השירים בשעה שמלך, קנא לשמך, הסח הדעת, וודאי דעולה על כולם, ואין בדומה להן. ובוודאי נכון לנהוג כדעת החולקים.

קאווע טרינקער » מאנטאג מערץ 17, 2014 6:44 pm

· #190973
סאשי פיש

יוסי האט זיך פארענטפערט פארוואס ער מאכט נישט קיין 9th note, נאר ער גייט גלייך צו 10th ער זאגט ווייל אין חז״ל שטייט נאר ״על השמינית״ (8) אין ״עלי עשור״ (10) אבער גארנישט וועגן ניין.

ורמז לדבר, בתשעה (באב) אין אומרים מזמור (לתודה).

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 17, 2014 8:59 pm

· #190987
איינער ווייסט וואס א 8th note hater זוכט אין מוזיק פארום?