אין די לעצטערע חדשים איז כלל ישראל באשאנקן געווארן מיט פרישע משפיעים און מחזקים, מענטשן וואס מ'האט זיי אלעמאל אנגערופן אלס משמח אלקים ואנשים, זיי פלעגן צו זינגן אויף חתונות און קאנצערטן האבן זיך גאר אריינגעלייגט אפצוראטעווען אונזער דור יתום פון אונטערגאנג.
יעדער אינדיווידואל איז בארעכטיגט צו זאגן א דעה, שעפטל מעג ארויסברענגען זיין אנטריסונג אויף קאווע שטיבל, און מיכאל שניצלער מעג זאגן וואס ער וויל אויף וואצעפ. די חילוק ציווישן עם און רוב פון אונז אז זיי האבן די פלאטמארמע און אונז האמיר די בושה.
אז שאן הענעטי איז דער משל, האבן מיר דעם נמשל ולשנינה. כ'זאג נישט אז די חברה ברויכן זיין די ווארט-זאגערס איבער ציבור'שע פראבלעמען. אבער ווי אזוי גייט דאס ווארט? אז ס'טוהט וויי, שרייט מען. אז מ'ווארפט ארויס בחורים פון ישיבות, רעדט זיך ר' מיכאל שניצלער אפ. טעיק איט אר ליוו איט. (מיכאל שניצלער, דער 'באמישער' זינגער פונעם פאריגן יאר הונדערט וועמענס נאמען איז פארשטויסן ביי שלומי אמוני צוליב דעם חטא פון זינגן סיפורי צדיקים אויף זיינע קאסעטעס).
כ'ווייס נאכנישט ווער ס'זענען יא די ווארט זאגערס. אז איינער ברענגט ארויס גוט א נקודה, ער שלאגט פאר זאכליכע רעפארמען, ער האט אן אלטערנאטיווער צוגאנג, א פאזאטיווער לעזונג, הערט מען איהם אויס. נאמאנירט אלס פארשטייער לויט זיינע קוואלעפיקאציעס, האבן מיר קיין סאך נישט. פארהאן צאללאזע וואס סך הכל זייערס א טאטע אדער זיידע איז געוועזן א פוסק, א רבי, צו א רב, מילא האט ער שוין רעזעווירט א זעקסטן הקפה טאנץ ביי חתונות. נו, מיכאל איז דאך א טשאבער אייניקל, קען מען דאך זאגן א מיגו.
ליפא איז דאך אליינס א רב, העכסטנס אז מ'האלט אנדערש ווי איהם, איז דאך דא דער עצה פון איהם פאר'שטערנבוך'ן אויף די גאסן.
ר' בערל וועבער אויב ס'נישט גענוג ייחוס עצמו ווייס איך טאקע נישט פון וואו ער נעמט די חוצפה צו לופטערן דברי שמחה וצהלה למכיכי רוחא. למעשה האב איך איין לימוד זכות אז ער זאגט דאך במילא נאר נאך פון ר' נחמן, און פונעם בית ישראל. נו, אז האסט א פראבלעם מיט תורת ברסלב, צו מיט תורת גור, איז דאס סך הכל א שטיקל דיסעגרימענט, ער ברויך נאך דעריבער נישט פארקלאפן דאס מויל.
בכלל, איך זעה נישט דער ציהל פונעם אשכול. איינער האט עפעס ג'גנב'ט דא? ער רעדט זיך אריין א וואויסנאוט אויף וואטסעפפ, איז דאס אמת, כל הכבוד. איז דאס אינטערסאנט, איז דאך גוט. און אז נישט איז דאס ווי צענדליגע אנדערע וואויסנאוטס און קליפס וועלעכע קורסירן פון איין מעסעדזשינג גרופ צום צווייטן. וואס באדערט דיך ר' בערל וועבער? זיין פלאטערנדע תכלת ציצית? זיינע קעדאטשקעס אינעם רינג פון הצדיק ר' מאטא פראנק? ער פירט אפ מענטשן? ער מאכט נערוועז? וועמען שטערט די ברסלב קאמפיין? איי דזשאסט דאונט געט איט. אגב, איבער האדמו"ר מעירמאנט האב איך נאך נישט זוכה געוועזן צו הערן די השגחה פרטית מיט הרב באב"ד. ביטע ציטיר.
אבער שעפטל טאר נישט ארונטעררייסן די זינגערס וואס האלטן דרשות?
יא, וואטסעפפ ביי די זינגערס איז ווי די פאדיום ביים דינער פאר די רבנים.
דארט האבן די רבנים די כח זיך אויסצוגעבן און מפרסם זיין זייערע געדאנקען פארן ציבור, און די זינגערס האבן נישט דעם פלאטפארמע, האבן זיי די פלאטפארמע הנקרא וואטסעפפ. אבער עס איז די זעלבע דרשות.
פונקט אזוי ווי מען זאגט נישט אויף א רב'ס דרשה, עס געפעלט דיר נישט הער נישט אויס, נאר מען איז ביזי מיט זיין קופה של שרצים וואס ער האט, ווייל אנדעם וואלט מען דאך אים נישט ממנה געווען צו זיין א פרנס על הציבור.... עס איז א קוואליפיקאציע וואס יעדע רב דארף האבן, ווי גרעסער די קופה איז, אלס גרעסערע רב מעג ער זיין. די זעלבע מעג מען קאמענטירן אויף ליפא בערי שניטצלער.
קיינער האט נישט קיין טענות אויפן רב פארן עצם האלטן א דרשה, נאר ענדערש פאר די תוכן דערפון, משא"כ דא האט שעפטל א פראבלעם אז א זינגער זאגט א דעה. זעהסט די חילוק?
עס איז דאך ידוע אז גדולי הדור מיינט נישט דווקא דער גרעסטער אין תורה אדער אין יראה אדער אין חסד, נאר דער וואס פירט פאקטיש און האט פאקטיש אן השפעה אויפ'ן דור, נישט קיין חילוק צו ער האט געירש'נט זיין בעקיטשע פון זיין עלטער זיידע אדער זיי מרן'שאפט פון נתי גראסמאן. ממילא איז דער וואס האט פאקטיש אן השפעה ער איז אחראי אויף דער מצב הדור און ער דארף אויסניצען זיין פאזיציע און השפעה צו פראבירען מוחה זיין אויף וואס ער האלט אן עוולה, און פארעכטן וואס מען דארף.
איז וואזשע זאל מען טוהן אז פאקטיש האט מיכאל שניצלער און ליפא שמעלצער מער השפעה אויפ'ן יונגווארג ווי דער סענפעטער רב. אויב דזשאן לענאן האט געטענה'ט אז ער איז מער פאפולער אין אמעריקע ווי דזשיסעס, קענען מיר אוודאי זאגען אז ליפא איז מער פאפולער אין מאנראו ווי דער ויואל משה, און זיין אחריות איז צו פירען דער דור.