הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6093
הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
דער באבובער רב פון 48 איז באקאנט ביי די גאנצע וועלט אלץ א רבי וואס איז דא אסאך צי רעדען איבער זיין פרעזענדליכקייט,
ער מאכט "העדליינס" יעדע שני וחמישי, ער פארמאגט א פראכטפולער הדרת פנים, ממש ווי "פון די מחניים ביכלעך", אפילו זיין זיידע דער קדשות ציון האט דאס נישט געהאט, א גרויסער "קענער" אין חסידות און אין היסטערי, א שיינער בעל תפלה, א הערליכער בעל מנגן, א שיינער מגיד און א זיסער בעל מחדש,
אפילו ביי זיינע שונאים ווערט ער באטראכט אלץ "איש האשכולות" ווען אפילו זיינע שונאים האלטען אז ער "האט וואס צי פארקויפען",
עס איז קלאר אז ר' בנציון ("בנציונן'דל דער רב'ס" ווי איך געדענק עם אלע יארען) איז געווען און איז און וועט אייביג פארבלייבען אלץ א פיגור וואס איז א עסק א געשעפט צי שמיסען פון עם,
ס'האט מיר געזאגט אמאל א 45 באבובער איד, גיב א קיק אויף די היינטיגע בנשקלעך, ניטאמאל זענען זיי בכלל א מדובר אויף וואס מען קען רעדען כאטש אפילו שלעכטס, זיי זענען כאפס וכאין, משא"כ די אלטע געווארדיע ווי דער היינטיגער בעלזער רב אדער ר' בניציון באבובער און נאך זענען פארט "עפעס" ביי יעדעם, און זיי זענען נאכאלץ א "יש", משא"כ די אלע נייע, ניטאמאל זענען זיי ווערד אז מען זאל עפענען דאס מויל אויף זיי....
עס זענען טאקע דא וואס פארגלייכען עם היבש צי דער בעלזער רב, (ר' בנציוןנס מאמע איז גאר א נאנטער קרוב צי בעלזער רב) כאטש דער בעלזער רב האט געהאט די מעגליכקייט צי טין זיינע ווילדע שטיק אלץ יונגערמאן אזוי האט ער יעצט א "פתח תשובה" אז ער איז געווען יונג און אימערפארען,
משא"כ ר' בניציון איז קוים 9 יאר אין די ליין, און ווען ער וועט זיך כאפען אויף זיינע מיסטעיקס וועט ער שוין זיין צי אלט צי ציען דאס שטריקעל פארקערט
אזוי ווי עס איז דא אסאך צי רעדען וועגען דער ר' בנציון, וואלט איך מציע געווען אז ווער עס האט צי דערציילען פאקטען איבער דעם רב זאל זיך אנריפען
איך וויל אבער קלאר מאכען אז איך וויל נישט אז דאס זאל ווערען פאר'צימעסט, אזוי אויך זאל מען נישט רעדען פון גאר פרעזענליכע אישוס שהשתיקה יפה להם
וויאזוי איז רב"צ א נאנטע קרוב מיטן בעלזער? דריטע קאזינס?
טיט איך בעהט דיר די צוויי זענן לא קרוב זה אל זה כלל.
אוי עס בענקט זיך ביי אזעלכע מאמנטען
מ'זאגט אז זיין גדלות האט זיך ארויסגעוויזן גלייך ווען ער איז געווארן רבי. זיין איינציגסטע ברידער מנרנ"ץ איז נסתלק געווארן צוויי טעג פאר פורים אבער ווען עס איז געקומען פורים האט זיך גארנישט דערקענט אויף אים און מ'האט געפראוועט מיט די זעלבע שמחה ווי אלע יארן.
וואס איז אמת איז אמת, ער קען אסאך ער האט א געוואלט מיט ידיעות, אבער היות פאר סומ'ריזן טרעפט ער זיך קייממאל נישט מיט קיין רבנים קען ער נעשט ארויס ווייזן זיינע ידיעות פאר די גאס,
ער אליין איז א נערוועזע יונג אז אסאך מאל דארפן די גבאים עיהם ממש קאנטראלען, ער ממט געבט נישט קיין שיט וועגען קיינער, מה יאמרו הברית איז ביי עיהם גארנישט, ס'גייט עיהם נישט אן טאמער די סקולענע רבי אין נאך גדולי הדור זאלן עיהם בעטען עפעס אינטער שרייבען, אז ער וויל נישט טוט ער נישט,
מדות האט ער אין זיין לעבן נישט געהאט אפי' נישט באגעיגענט.
האט מער וויניגער די מאדערנע עולם פון באבוב נאכדעים וואס קרוב צו האלב אין בעסערע זענען געגאנגען צו צד השני,
איך האב גארנישט מיט רב"צ, איך קען אים נישט, אבער אז מ'האקט וויל איך דערמאנען אז די איינציגעסטע מאל איך האב מיך אנגעשטויסן אין אים איז ער גראדע געווען מענשטליך.
כך הוה, איך בין געווען באזוכן א פארם מיט מיינע קינדער אין א קאנטרי אפאר יאר צוריק. ביים אוועקפארן איז א קאר געווען האלב אויפן פריוואטן קאנטרי ראוד ווייל ס'איז נישט געווען ווי צו פארקן. האב איך געשיקט מיין אינגעל אריין אין די דערנעבעדיגע באנגעלוי רופן דעם בעל הבית. מיין אינגל קומט צוריק זאגן אז עפעס א רבי האט אים געפרעגט זיין נאמען מיט א שמייכעל, און געזאגט, זאג פאר דיין טאטע אנשולדיגס איך קום שוין. והנה רב"צ פאפט ארויס מיט'ן גבאי, ווינטשט מיר אנשולדיגס און פיצט אפ.
ער ליידט פון א רייע פרעבלעמען אין געזונט מענטעל און כבוד
רמ"ד קעשט זיי גוט איין
מ'עפנט א צימעס אשכול אין מ'בעט אז ס'זאל נישט אריינגעפירט ווערן אין צימעס....
בעל הביתאוי עס בענקט זיך נאך איהם ביי אזעלכע מאמנטען
אוודאי דער וואלט גיט געוויסט ווי צי שיפלען דעם טיטאניק שיף
פון די יחידים אין דור וואס העלפן דעם קאנקורענץ זיך בויען...
געפירט א יארצייט סעודה לע"נ אחיו י"ב אדר, ער האט קיין איינציגס מאהל אפילו עפ"י טעות דערמאנט א כי הוא זה עפעס א משהו אז די יעצטיגע סעודה איז א יארצייט פון דער ברודער.
אבער דאס יא, נאכ-אמאל פארלוירען זיין זיין סעלף-קאנטראל, געכאפט אן אטאק זיך גענומען שרייען איבער דאס רעדן ביים דאווענען. "
ער גייט שטעלן שומרים ער האט געשטעלט שומרים ער גייט שטעלן נאך שומרים, ער אליינס גיבט אכטונג ער גייט געבן נאך מער אכט מ'זאל נישט רעדן, ער וויל זיין שוואגערס זאלן ארויס העלפן ועל ראשם דער דיין שליט"א זאל זעהן צו האלטן קאנטראל".
א קיצור לויט ווי עס האט אויסגעזעהן איז דאס רעדן ביי איהם אין בית מדרש בפרט ביי זיין מנין אינגאנצען ארויס פון די ראמען, ס'איהם ארויף דער בלויט דרוק, די שוואכע נערווען האבען געפלאצט, ער איז אריין אין מלחמה קעגן די רעדנערס בלי שום יוצא מן הכלל.
אגב, נישט אלעמאל איז דאס וואס מ'זאגט, נאר ווי אזוי מ'זאגט דאס. אויך דא זענען די אויגען געוועהן אויף די בני וחתני האדמו"ר ומשמשיו...
נאך איבער איהם זעה דער אשכול:
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5642">viewtopic.php?f=33&t=5642</a><!-- l -->
איינער קען מיר זאגן וואס ער האט אינזינען? ס'זעהט אויס ווי ער ווייסט די עולם די מאס פון עפעס.....
📎 BjBrtAyCAAEThQS.jpg
רבי בנציון ה"ש איז א מענטש מיט שטארקע פירערשאפט קוואליפיקאציעס, אבער מיט זייער שטארקע פערסאנאליטי דיסארדער וואס מען קען זייער גוט פארשטיין ער איז אויפגעוואקסן ביי א עלטערע טאטע און געווען א בן יחיד פאר זיין מאמע, זיינע עלטערן זענען געווען קריגס איבערלעבער, און בנוסף לזה האט ער מיטגעמאכט א שווערע גט,
פון די אנדערע זייט איז ער א פענאמענאלע ידען, א אוצר בלום און דרוש און אין חסידות, זיינע תורה'ס זענען געוואלדיג קונצליך, ער פארשטייט צו נגינה, תולדות, אנטיק, כתבי יד, א ריכטיגע קענער און ווייסער, און א גוטע שמועסער, א הערליכע בעל תפלה.
ער איז א אינטרעסאנטע צוזאמשטעל, פון איין זייט א ריכטיגע בארא פארקע אינגל מיט'ן גאנצן קנאק, אבער האט אויך א ארגינעלע גאליציאנע חן און א טעם זקנים, דאס מאכט אז סיי די יונגע עולם גייט פאר אים, און די עלטערע עולם איז פארשיכור'ט אויף אים.
ער איז א מומחה אין זיך איינקויפן שונאים, אבער די זעלבע אויך פארקערט ער איז א מומחה אין זיך איינקויפן געשוואוירענע פריינט.
בקיצור א אינטרעסאנטע קאלירפולע פארשוין, א פילזייטיגע כאראקטער, דעריבער ווער ס'האט אים ליב קען זעהן אין אים געוואלדיגע מעלות, און ווער ס'האט אים נישט ליב קען זעהן אין אים געפערליכע חסרונות
והבוחר יבחר.
נאך א בילד פון פורים ביים טיש פון באבוב (48)
דער עלטערע בחור זעהט אויס לפי דער 'באדי שפראך' אז ער איז אויף א מיסיע צו דערלאנגען איינעם א געזונץ, וואס לשיטתו פונעם קטנות המוחין פון דעם רויטער מיטן הוט האט זיך איינער מתחצף געוועהן צום רב.
ואולי טעיתי.
קישט זיך מיט א גוי ברבים.
📎 orig_B6420DF3EAEA42518FA8937049CD4BD5.jpg
ר' בן ציונ'ס אויף פירנונג קומט אין א געוויסן פין אויף געקומענע רבי'ס וואס האבן נישט קיין מוסדות קיין קהילה
זיי האבן בלויז א שול מיט א א נאמען פין זייער רעביסטווע אין אסאך צייט
די אלע רבי'ס וואס טראגן נישט קיין אחריות אויף קיין ציבור פשוט אין פראסט ווייל זיי האבן נישט קיין קהילה ( אפשר 30 יודען )
מאכן יעדן שני וחמישי מסיבות מיט פארזאמלנונגען שטעלן צי תקנות פארן ציבור מאכן אסיפות הרבנים וכו.
קודם פילט זיך ר' בן ציון ווי ער איז א רבי אין ער ווייסט ווי אזוי צי פירן זיין ציבור אין ער וויל נישט א צווייטער בענעשעק זאל אים איינטיילן וואס צי טיען
צווייטנס אנפאנג ווען ער איז געווארן רבי איז ער געגאענגען צי די מסיבות וואס מען מאכט א יעדן שני וחמישי פאר די אלע רעוועלעך וואס האבן נישט קיין ציבור קיין מוסדות די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן איז צייט אין מען האט אים געזעצט שלא בכבוד
ער איז געקומען צי די הכרה אז די אלע זאכן איז בלויז פאליטיק ווי מען זעצט דיך ווי דיין אינטערשריפט וועט זיין
האט ער געזאגט צי די אלע זאכן ביי ביי ס'איז נישט פאר מיר
איך וועל פירן מיין קהילה ווי אזוי מיר געפעלט אין קיינער האט מיר נישט וואס איינציטיילן נישט מיך אין נישט מיין קהילה
ס'קען זיין ער איז געגאנגען עקסטרעם אבער אין א געוויסן איז ער גערעכט
דריידלמ'זאגט אז זיין גדלות האט זיך ארויסגעוויזן גלייך ווען ער איז געווארן רבי. זיין איינציגסטע ברידער מנרנ"ץ איז נסתלק געווארן צוויי טעג פאר פורים אבער ווען עס איז געקומען פורים האט זיך גארנישט דערקענט אויף אים און מ'האט געפראוועט מיט די זעלבע שמחה ווי אלע יארן.
ער האט מקבל געווען די יסורים ״באהבה״ די פראבלעם וואלט געווען אויב ר נפתלי זי״ע וואלט נסתלק געווארן אין תשעה באב
איך בין א אפשטאמיגע פין חסידי באבוב אין ווי פארשטייט זיך אז די משפחה איז צי טיילט ממילא וויל איך נישט אריינגיין אין דעם אבער איין זאך שטערט מיר זייער איך האב געפרעגט א 48 חסיד וויפיל רבי׳ס זענען געווען זינט די גרינדונג פין חסידי באבוב ענפערט ער מיר וואס הייסט פיר
הרה״ק ר׳שלמה הראשון ר׳ בן ציון ר׳ שלמה און ר׳ בן ציון
איינער קען מיר אפשר זאגן ווי הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל איז ?
זלמן זאפירר' בן ציונ'ס אויף פירנונג קומט אין א געוויסן פין אויף געקומענע רבי'ס וואס האבן נישט קיין מוסדות קיין קהילה
זיי האבן בלויז א שול מיט א א נאמען פין זייער רעביסטווע אין אסאך צייט
די אלע רבי'ס וואס טראגן נישט קיין אחריות אויף קיין ציבור פשוט אין פראסט ווייל זיי האבן נישט קיין קהילה ( אפשר 30 יודען )
מאכן יעדן שני וחמישי מסיבות מיט פארזאמלנונגען שטעלן צי תקנות פארן ציבור מאכן אסיפות הרבנים וכו.
קודם פילט זיך ר' בן ציון ווי ער איז א רבי אין ער ווייסט ווי אזוי צי פירן זיין ציבור אין ער וויל נישט א צווייטער בענעשעק זאל אים איינטיילן וואס צי טיען
צווייטנס אנפאנג ווען ער איז געווארן רבי איז ער געגאענגען צי די מסיבות וואס מען מאכט א יעדן שני וחמישי פאר די אלע רעוועלעך וואס האבן נישט קיין ציבור קיין מוסדות די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן איז צייט אין מען האט אים געזעצט שלא בכבוד
ער איז געקומען צי די הכרה אז די אלע זאכן איז בלויז פאליטיק ווי מען זעצט דיך ווי דיין אינטערשריפט וועט זיין
האט ער געזאגט צי די אלע זאכן ביי ביי ס'איז נישט פאר מיר
איך וועל פירן מיין קהילה ווי אזוי מיר געפעלט אין קיינער האט מיר נישט וואס איינציטיילן נישט מיך אין נישט מיין קהילה
ס'קען זיין ער איז געגאנגען עקסטרעם אבער אין א געוויסן איז ער גערעכט
זייער קלאר אין אמתדיג, די זעלבע פאר רבי'ליך לויפן צו יעדע עצרת פין יענע מאכערס אין באקומען דארט די הויפט אויבן אן אין די שונאים מאכט מען צונאר (בשעת, ווען עס קומט א גרויסע עצרת ווי גיוס אד''ג וואס איז נאך אזוי וויכטיג ווי די אלע אסיפות אין כינוסים זעהט מען נישט די מאכערס מיט זייערע רביס)
ציגלייכן ר בנציון צום בעלזער מנהיג , אין ווי איינער גלייכט צי, סקולענער רבי צום גערער
שטעל זיך אוועק אויף 15 עוו. קארנער 48 סט.
אבער דאס יא, נאכ-אמאל פארלוירען זיין זיין סעלף-קאנטראל
גראדע גירעדט מיט א באבובער איד נעכטן גארנישט פארלוירן קיין סעלף קאנטראל גיוועהן א פאררופענע דרשה געלאזט וויסן אלע אינגעלייט א נאכט פריער אז ער גייט רעדן צום ציבור.
געכאפט אן אטאק זיך גענומען שרייען איבער דאס רעדן ביים דאווענען.
דער איד האט מיר גיגעבן די טעיפ צו הערן אף פעם אחד נישט געהויבן די שטימע.
איינער קען מיר זאגן וואס ער האט אינזינען? ס'זעהט אויס ווי ער ווייסט די עולם די מאס פון עפעס.....
דאס איז פורים נאכמיטאג דאס איז די מאס וויין וואס ער האט געטרינקען.
קישט זיך מיט א גוי ברבים.
זעהט מער אויס ווי א סוד שיח.
שטעל זיך אוועק אויף 15 עוו. קארנער 48 סט.
אין וואס זאל איך טוהן דוירט?
ביים ל"ג בעומר טיש האט דער 'רב' ווידער געשאסען א באמבע,
אנטקעגן ווי דער רב זיץ איז אויפגעשטעלט פארעצעס פאר די קינדער, הארט פאר די 'תורה' האט דער רב געהייסען אלע קינדער ארויסגיין, וויבאלד זיי מאכן גרידער, אין געהייסען אפרים [בארענשטיין] "גיי בעשעפטיג זיך מיט זיי".
בכלל לעצטנס ווערט ער שטארק אנגעצויגען אויב רעדט מען בשעת ער רעדט.
מסתמא האט ער געוואלט רעדן עפעס וואס נאר טאטעס מעגן הערן...
הרבישראלאיך בין א אפשטאמיגע פין חסידי באבוב אין ווי פארשטייט זיך אז די משפחה איז צי טיילט ממילא וויל איך נישט אריינגיין אין דעם אבער איין זאך שטערט מיר זייער איך האב געפרעגט א 48 חסיד וויפיל רבי׳ס זענען געווען זינט די גרינדונג פין חסידי באבוב ענפערט ער מיר וואס הייסט פיר
הרה״ק ר׳שלמה הראשון ר׳ בן ציון ר׳ שלמה און ר׳ בן ציון
איינער קען מיר אפשר זאגן ווי הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל איז ?
יעצט באמערקט דיין תגובה צום ערשטן מאל
די ביסט א אפשטאמיגע פון באבוב הא?
פון הרה״ק ר׳שלמה הראשון ביז הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל זיינען אלע אינדערמיט נאר ר' די קדושת ציון איז א ר' הרה"ק ר' שלמה אביו של הרה״ק ר נפתלי צבי איז א ר' און די ווילסט נאך איך זאל דיר ענטפערן פארוואס זיי רעכענען נאר פיר
טאקע וועגן אזעלכע מענטשן ווי דיר
זיי האבן ליב צו רופן א רבי איינע וואס האט געבויט אידישקייט ווי די הייליגע קדושת ציון וואס האט איבערגעדרייט גאליציע מיט זיינע ישיבות (יא איך ווייס אז נישט יעדע האט געהאלטן פון זיין דרך זינגען ניגונים מיט בחורים וכו') אוועקגעשטעלט טויזנטע בחורים אדער ווי הרה"ק ר' שלמה וואס האט נאכן קריג אויפגעשטעלט א חסידות פון זעקס צעשאסענע גאליציאנע אידן און געמאכט דערפון א הערליכע אימפעריא (יא איך ווייס אז נישט יעדע האט ליב געהאט זיין דרך ער האט עס נישט אוועקגעשטעלט די פרומסטע וואס עס קען זיין) אבער א איד וואס איז גיוועהן רבי פינף יאר און ליידער נישט גיוועהן געזונט רוב רובא דערפון ווער רעדט נאך פון אויפבויען דאס פלאץ אפילו פשוט פירן איז ער נישט גיוועהן ביכילות אבער זיי וואלטן אים נאך אויך גערופן רבי ווייל ווי נישט ווי רבי איז ער גיוועהן.
אבער אז עס קומט איינער ווי די וואס שרייבט אויף אים הרה"ק און זיין טאטע און זיידע זענען ר' בסך הכל דאס מאכט זיי אז זיי זאלן אים נישט וועלן באטיטילען אלץ זייער רבי.
דולה ומשקהביים ל"ג בעומר טיש האט דער 'רב' ווידער געשאסען א באמבע,
אנטקעגן ווי דער רב זיץ איז אויפגעשטעלט פארעצעס פאר די קינדער, הארט פאר די 'תורה' האט דער רב געהייסען אלע קינדער ארויסגיין, וויבאלד זיי מאכן גרידער, אין געהייסען אפרים [בארענשטיין] "גיי בעשעפטיג זיך מיט זיי".
בכלל לעצטנס ווערט ער שטארק אנגעצויגען אויב רעדט מען בשעת ער רעדט.
איך פארשטיי נישט די עוולה, רב"צ זאגט אויסנאם לאנגע אין שיינע תורה (עכ"פ ווען איך פאל אריין) וואס מ'דארף נישט זיין קיין מבין צו פארשטיין אז ער לייגט אריין אסאך שעה דערין, ער וויל די עולם זאל עיהם אויס הערען, אן הערן קינדער שפילען אין שרייען בשעת מעשה,
האסט אמאל פראבירט צו רעדן פאר א ציבור בשעת ס'דא גרידער? זייער נישט באטאמט.
לית דין בר נשהרבישראלאיך בין א אפשטאמיגע פין חסידי באבוב אין ווי פארשטייט זיך אז די משפחה איז צי טיילט ממילא וויל איך נישט אריינגיין אין דעם אבער איין זאך שטערט מיר זייער איך האב געפרעגט א 48 חסיד וויפיל רבי׳ס זענען געווען זינט די גרינדונג פין חסידי באבוב ענפערט ער מיר וואס הייסט פיר
הרה״ק ר׳שלמה הראשון ר׳ בן ציון ר׳ שלמה און ר׳ בן ציון
איינער קען מיר אפשר זאגן ווי הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל איז ?
יעצט באמערקט דיין תגובה צום ערשטן מאל
די ביסט א אפשטאמיגע פון באבוב הא?
פון הרה״ק ר׳שלמה הראשון ביז הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל זיינען אלע אינדערמיט נאר ר' די קדושת ציון איז א ר' הרה"ק ר' שלמה אביו של הרה״ק ר נפתלי צבי איז א ר' און די ווילסט נאך איך זאל דיר ענטפערן פארוואס זיי רעכענען נאר פיר
טאקע וועגן אזעלכע מענטשן ווי דיר
זיי האבן ליב צו רופן א רבי איינע וואס האט געבויט אידישקייט ווי די הייליגע קדושת ציון וואס האט איבערגעדרייט גאליציע מיט זיינע ישיבות (יא איך ווייס אז נישט יעדע האט געהאלטן פון זיין דרך זינגען ניגונים מיט בחורים וכו') אוועקגעשטעלט טויזנטע בחורים אדער ווי הרה"ק ר' שלמה וואס האט נאכן קריג אויפגעשטעלט א חסידות פון זעקס צעשאסענע גאליציאנע אידן און געמאכט דערפון א הערליכע אימפעריא (יא איך ווייס אז נישט יעדע האט ליב געהאט זיין דרך ער האט עס נישט אוועקגעשטעלט די פרומסטע וואס עס קען זיין) אבער א איד וואס איז גיוועהן רבי פינף יאר און ליידער נישט גיוועהן געזונט רוב רובא דערפון ווער רעדט נאך פון אויפבויען דאס פלאץ אפילו פשוט פירן איז ער נישט גיוועהן ביכילות אבער זיי וואלטן אים נאך אויך גערופן רבי ווייל ווי נישט ווי רבי איז ער גיוועהן.
אבער אז עס קומט איינער ווי די וואס ווייל יום הקדוש ביינאכט פאר כל נדרי האט ער געקטן'ט אין די הויזן און ער האט נישט גיקענט צוגיין און ער האט געזאגט פאר די משמשים אז ער קען נישט צוגיין ווייל ער זעהט די הייליגע ראפשיצער רב (כידוע ביי ענק אז ער איז גיוועהן א גלגול) ווערט ער הרה"ק און זיין טאטע און זיידע זענען ר' בסך הכל דאס מאכט זיי אז זיי זאלן אים נישט באטיטילון אלץ זייער רבי.
didn't Rabbi Naftula get sick because he owed people $that h3 borrowed for the mosdoa?
אײנער פון די סיבות פארװאס באבוב האט זיך צוטײלט איז טאקע צוליב אזעלכע עקלדיגע מענטשן װי די װאס האבן געזאגט װען ער האט נאך געלעבט
לית דין בר נש האט געשריבן:
יום הקדוש ביינאכט פאר כל נדרי האט ער געקטן'ט אין די הויזן און ער האט נישט גיקענט צוגיין און ער האט געזאגט פאר די משמשים אז ער קען נישט צוגיין ווייל ער זעהט די הייליגע ראפשיצער רב
petergrifinאײנער פון די סיבות פארװאס באבוב האט זיך צוטײלט איז טאקע צוליב אזעלכע עקלדיגע מענטשן װי די װאס האבן געזאגט װען ער האט נאך געלעבט
לית דין בר נש האט געשריבן:
יום הקדוש ביינאכט פאר כל נדרי האט ער געקטן'ט אין די הויזן און ער האט נישט גיקענט צוגיין און ער האט געזאגט פאר די משמשים אז ער קען נישט צוגיין ווייל ער זעהט די הייליגע ראפשיצער רב
דער עיקר סיבה,
בארא פארקערקישט זיך מיט א גוי ברבים.
בארא פארקער,
אין א קורצער איבערבליק אויף דיינע תגובות צייגט אז די ביסט א פייערדיגע שונא פון באבוב 45 און האסט דיך געפענט דא א ניק פון זיי חוזק צו מאכן דא ברבים, אפשר בעיני די ניקס דא געלונגט דיך עס, אבער סיי ווער עס קען אביסל באבוב 45 באמערקט גאנץ שנעל אז דאס איז א פאלשער שפיל.
דער שפראך אין באבוב 45 לויפט נישט ארום באבוב 48 א גאנצען טאג, ווי דיינע תגובות פרובירן אנצושטעלן, און מען איז דארט גאנץ פיין ריעליסטיש, קיינער רעדט זיך נישט איין אז באבוב 48 האט נאר 400 חסידים (פארקערט גראדע איז יא אזוי), ווי די שרייבסט אין אן אנדערע אשכול,
אין א באבוב'ער פון 45 זוכט נישט צו קומען עדווערטייזן א נייעם בנין וואס באבוב 48 קויפט, ער לאזט פאר זיי אליינס צו מאכן די ארבייט.
אצינד
לאז דיך נישט פון מיר, שפיל ווייטער דעם שפיל, אז די ביסט א באבוב'ער פון 45, און ברענג אלע נייעס פון באבוב 48 בבחינת הפוך על הפוך,
אכשיר דרא דיין צווייטע ניק איז אפשר אשכולות וועקער 😉 🙂 🙄 😉 🙂 🙄
אין וועלעכע אשכול ס'איז נאר דא א זכר פון בארא פארקער וועקסטו אויף?
פלעין יודישאכשיר דרא דיין צווייטע ניק איז אפשר אשכולות וועקער 😉 🙂 🙄 😉 🙂 🙄
אין וועלעכע אשכול ס'איז נאר דא א זכר פון בארא פארקער וועקסטו אויף?
די ערשטע זיבן אשכולת אין צימעס איז װעגן באבוב!
איך האב נישט געװיסט אז די באבוװער מחלוקת איז אזוי אינטערסאנט.
הקפות דאס יאר אין באבוב [48] איז געוועהן גאר שוואך, דער רב שליט"א האט זיך זייער שווער מאנעווירט.
בכלל זעהט זיך אן אין איהם עפעס א שוואכקייט, עס האט זיך דערקענט ביי די תפילות ימים נוראים אז ער קען שוין מער נישט ארויף צוען זיין שטימע ווי אמאל.
ודוק כי קצרתי
דולה ומשקההקפות דאס יאר אין באבוב [48] איז געוועהן גאר שוואך, דער רב שליט"א האט זיך זייער שווער מאנעווירט.
בכלל זעהט זיך אן אין איהם עפעס א שוואכקייט, עס האט זיך דערקענט ביי די תפילות ימים נוראים אז ער קען שוין מער נישט ארויף צוען זיין שטימע ווי אמאל.
ודוק כי קצרתי
אוי דולה, דא שרייט ארויס געפערליכע ווייטאג
אין אנדערע ווערטער זאגסטו
"הקפות דער יאר אין באבוב איז געווען גאר שטארק די רב האט זיך זייער גוט מאניווערט
בכלל זעהט מען אן אין עיהם עפעס א שטארקייט, עס האט זיך דערקענט ביי די תפילות ימים נוראים אז ער קען נאך אלץ ארויף ציען זיין שטימע ווי אמאל
ודוק כי קצרתי"
petergrifinפלעין יודישאכשיר דרא דיין צווייטע ניק איז אפשר אשכולות וועקער 😉 🙂 🙄 😉 🙂 🙄
אין וועלעכע אשכול ס'איז נאר דא א זכר פון בארא פארקער וועקסטו אויף?
די ערשטע זיבן אשכולת אין צימעס איז װעגן באבוב!
איך האב נישט געװיסט אז די באבוװער מחלוקת איז אזוי אינטערסאנט.
אזוי אינטרעסאנט און וועט אין די קומענדיגע וואכן ווערן אסאך אסאך אינטרעסאנטער!
בדרך אגב: דער עולם ווארט צו זען צו צד 45 וועט פאלגן דעם פסק אום כ''ו חשון, דער פסק איז שוין אנגעפיפן געווארן ווען די גע'גנב'טע ספרי תורה וועלכע האבן געדארפט תיכף ומיד צורוקגעגעבן ווערן זענען נישט אנגעקומען לבעליהן!
סמבטיוןציגלייכן ר בנציון צום בעלזער מנהיג , אין ווי איינער גלייכט צי, סקולענער רבי צום גערער
קענסט אפשר רעדן צום זאך איך מיין אז זיי ענדלען גראדע יא בכ''ד
יעצט הער איך אז די באזיך וואס מרב"צ האט אפגעשטאט ביי מרז"ל מסאטמר (נאכ'ן זיך נישט טרעפן 9 יאר) איז צישטאנד געקומען נאכדעם וואס מרז"ל בית מדרש אין ב"פ האט זיך ארויסגעצויגן פון בנין המתיבתא של מרמ"ד.
רעדאגירט. זעה תקנות "לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן".
באצויגן אויף די פריעדיגע הודעה וואס איז רעדעגירט געווארן
דער באבוב (לפנים 48) רבי שליט"א איז פארגאנגענע שבת קודש פרשת בא, אף עך פי וואס ער איז געוועהן אין בארא פארק, איז ער נישט אריין געקומען, צוליב געזונהייט פראבלעמען, דער רב שליט"א האט געהאט דער FLU, ה' ירחם.
מ'בעט דער עולם ווייטער צו איינרייסען לרפואתו השלימה פון דער רב שליט"א.
ווען קומט פאר די גרויסע נסיעה קיין ישראל?
BAL TSHIVAלית דין בר נשהרבישראלאיך בין א אפשטאמיגע פין חסידי באבוב אין ווי פארשטייט זיך אז די משפחה איז צי טיילט ממילא וויל איך נישט אריינגיין אין דעם אבער איין זאך שטערט מיר זייער איך האב געפרעגט א 48 חסיד וויפיל רבי׳ס זענען געווען זינט די גרינדונג פין חסידי באבוב ענפערט ער מיר וואס הייסט פיר
הרה״ק ר׳שלמה הראשון ר׳ בן ציון ר׳ שלמה און ר׳ בן ציון
איינער קען מיר אפשר זאגן ווי הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל איז ?
יעצט באמערקט דיין תגובה צום ערשטן מאל
די ביסט א אפשטאמיגע פון באבוב הא?
פון הרה״ק ר׳שלמה הראשון ביז הרה״ק ר נפתלי צבי זצ״ל זיינען אלע אינדערמיט נאר ר' די קדושת ציון איז א ר' הרה"ק ר' שלמה אביו של הרה״ק ר נפתלי צבי איז א ר' און די ווילסט נאך איך זאל דיר ענטפערן פארוואס זיי רעכענען נאר פיר
טאקע וועגן אזעלכע מענטשן ווי דיר
זיי האבן ליב צו רופן א רבי איינע וואס האט געבויט אידישקייט ווי די הייליגע קדושת ציון וואס האט איבערגעדרייט גאליציע מיט זיינע ישיבות (יא איך ווייס אז נישט יעדע האט געהאלטן פון זיין דרך זינגען ניגונים מיט בחורים וכו') אוועקגעשטעלט טויזנטע בחורים אדער ווי הרה"ק ר' שלמה וואס האט נאכן קריג אויפגעשטעלט א חסידות פון זעקס צעשאסענע גאליציאנע אידן און געמאכט דערפון א הערליכע אימפעריא (יא איך ווייס אז נישט יעדע האט ליב געהאט זיין דרך ער האט עס נישט אוועקגעשטעלט די פרומסטע וואס עס קען זיין) אבער א איד וואס איז גיוועהן רבי פינף יאר און ליידער נישט גיוועהן געזונט רוב רובא דערפון ווער רעדט נאך פון אויפבויען דאס פלאץ אפילו פשוט פירן איז ער נישט גיוועהן ביכילות אבער זיי וואלטן אים נאך אויך גערופן רבי ווייל ווי נישט ווי רבי איז ער גיוועהן.
אבער אז עס קומט איינער ווי די וואס ווייל יום הקדוש ביינאכט פאר כל נדרי האט ער געקטן'ט אין די הויזן און ער האט נישט גיקענט צוגיין און ער האט געזאגט פאר די משמשים אז ער קען נישט צוגיין ווייל ער זעהט די הייליגע ראפשיצער רב (כידוע ביי ענק אז ער איז גיוועהן א גלגול) ווערט ער הרה"ק און זיין טאטע און זיידע זענען ר' בסך הכל דאס מאכט זיי אז זיי זאלן אים נישט באטיטילון אלץ זייער רבי.
didn't Rabbi Naftula get sick because he owed people $that h3 borrowed for the mosdoa?
נאך ווייניג געזאגט! הרה"צ ר' נפתל'טשע זצוק"ל האט געטון אלעס פאר זיין טאטען און א געוויסע זון נאכמער ווי די טאטע אליין. ער האט אסאך פארארבעט אז זיין טאטע זאל קענען אנגיין מיט די עבודת הקודש. ווען דער קליינער זיסער ברודערעל זיינע איז נאך געווען אין די ווינדלען (פעמפערס בלע"ז) האט ער שוין געשוויצט און געבלוטיגט פאר זיין טאטע'ן און פאר באבובת די עול פון פירן אזא קהילה קדושה. די פאר יאר זיין רבי איז שוין נאר געווען א קניפ אין בעקל. א חוץ פון האט מען ביי אים געזען א כח דקדושה מופתים גלוים.
דולה ומשקהדער באבוב (לפנים 48) רבי שליט"א איז פארגאנגענע שבת קודש פרשת בא, אף עך פי וואס ער איז געוועהן אין בארא פארק, איז ער נישט אריין געקומען, צוליב געזונהייט פראבלעמען, דער רב שליט"א האט געהאט דער FLU, ה' ירחם.
מ'בעט דער עולם ווייטער צו איינרייסען לרפואתו השלימה פון דער רב שליט"א.
דער גורער רבי האט זיך גטראפן מיט אים עפעס לעצטענס בבתו נאווה. עפעס א ביזנעס פלאן?... אפשר כשר'ע סעלפאוןס?
אז מ'רעדט שוין פון ר' נפתלטשע באבובער, כ'בין נישט קיין באבובער כ'האב נאר לעצטענס געזעהן א קליפ וויאזוי ער רעדט ביי א כולל חיבת ירושלים דינער, ס'האט מיר אויסגעזעהן עפעס זייער אויפפאלענד און פאני, ער רעדט וועגן זיין חכמה,זיין קדושה וכו' ווייסט איינער פון וואס כ'רעד? האט שוין איינער אמאל געזעהן דעם קליפ?
וואס איז די פשט דערפון, איז דאס פשוט געווען זיין סטייל פון רעדן?
דער בעל דרשן וואס רופט אים אויף זאגט הרב הצדיק און גאון, האט הרה"ק רבי נפתלטשע זצ"ל געזאגט בדרך מליצה אז מיין נישט ער רופט מיך סתם אויף אזוי, ער האט מיך פארהערט פאר די דרשה און זיך איבערגעצייגט אין מיין קדושה און גאונות.....
דער מהרנ"ץ זצוק"ל האט געהאט א good sense of humor, און איז געווען אן עניו גדול מאד, נישט געפאדערט כבוד, נישט געדארפט כבוד, נאר פארקערט, כבוד האט אים פארעקלט אין גרויסן. אוי, האבן די חסידים פארלוירן א רבי'ן. אזא רבי וועלן ביידע באבאווער קיינמאל מער נישט האבן.
סתם פאר אינטרעסאנקייט פונוואנעט וטייסים אז כבוד האט עם
עם פארעקעלט?
אביסעל שכלסתם פאר אינטרעסאנקייט פונוואנעט וטייסים אז כבוד האט עם
עם פארעקעלט?
א פאקט וואס אלע באבאווער חסידים וועלן מודה זיין.