הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
147 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6093
מאיר הערשדער מהרנ"ץ זצוק"ל האט געהאט א good sense of humor, און איז געווען אן עניו גדול מאד, נישט געפאדערט כבוד, נישט געדארפט כבוד, נאר פארקערט, כבוד האט אים פארעקלט אין גרויסן. אוי, האבן די חסידים פארלוירן א רבי'ן. אזא רבי וועלן ביידע באבאווער קיינמאל מער נישט האבן.
פיין און וואיל, כ'גלייב דיר אויפן ווארט, זיי מיר נאר מסביר פשט אין דעם קליפ?
סאבסיטוטמאיר הערשדער מהרנ"ץ זצוק"ל האט געהאט א good sense of humor, און איז געווען אן עניו גדול מאד, נישט געפאדערט כבוד, נישט געדארפט כבוד, נאר פארקערט, כבוד האט אים פארעקלט אין גרויסן. אוי, האבן די חסידים פארלוירן א רבי'ן. אזא רבי וועלן ביידע באבאווער קיינמאל מער נישט האבן.
פיין און וואיל, כ'גלייב דיר אויפן ווארט, זיי מיר נאר מסביר פשט אין דעם קליפ?
וועלכע קליפ?
איינער ווייסט וועלעכע שטיקעל איז דער הוספה פון ימי צעירתו אויף וואס דער טאטע האט געגעבען זיין הסכמה?
דאס טיילט מען און מ'לערנט אויס פאר כתה א' יונגעלעך. גארנישט ראנג...
אביסעל שכלסתם פאר אינטרעסאנקייט פונוואנעט וטייסים אז כבוד האט עם
עם פארעקעלט?
ער איז געווען א אדם גדול מאוד, א אמת'ער צדיק. מען רעדט דא נישט פון קיין חדר אינגעל.
אינטערעסאנט ווי ער פלעגט שיקן מענטשן וואס זענען געקומען צו אים פאר א ישועה אז זיי זאלן גיין צו הרב (בני ח.י.??) האלברשטאם און 'ער' וועט פועל'ן. ער האט געוואלט מחזק זיין יענעם רב, האט ער געשיקט צו יענעם אזוי אז עס זאל אויסקוקן אז יענער האט געמאכט דעם מופת און יענעם דורעך דעם מחזק געווען.
ווען ער איז געווען רבי האט מען געזען ביי אים אפענע רוח הקודש.
דרייט זיך ארום א ווידעא ווי רב"ץ זעצט אריין אין פענסטער מיט זיין שטעקן ביז די גלאז צעברעכט זיך. איך האב עס באקומען אויף וואטסעפ און קען עס נישט אפלאודן אהער.
מנהג רומפלען.
וואס הייסט? די מנהג איז מ'זאל ברעכן פענסטער?
יא
דער אלטער רויטע בחור המפורסם דארט אין באבוב 48 האט האט מיט עקלקייט מבזה געוועהן א בחור דעם פארגאנגענעם פורים, דער פערצן יעריגע בחור האט געוואלט צו גיין צום רב שליט"א מזכיר זיין דעם פאטער וואס ראנגעלט זיך שוין מיטן מלאך המות פאר א לענגערע תקופה ליידענדיק אויף יענער מעשה ר"ל, נאך דעם וואס דער גבאי מ. צ. האט נישט צוגאלאזט דעם בחור וועלעכע האט זיך געבעטן ביי איהם מיט טרערען אין זיין אויגען אז אין די געהויבענע מינוטן וועל ער דערמאנטען לרפואה שלימה, אבער דער משוגעת הרושעת פון דעם מ. צ. האט געברענט ווי אחשורוש מלך טיפש, און נישט צוגעלאזט דעם בחור.
דער אומשולדיגע בחור וואס זעהט ר"ל ווי יעדע פארבייגייענדיגע טאג קען זיין דאס לעצטע מאל וואס יתכן ער גייט זיך שיידען מיט זיין טאטע, האט פרובירט א אנדערע מאל מיטל איבער קריכענדיק א טיש צו קענען צו גיין מיט א קוויטעל מזכיר זיין פאטער, וועלעכע אגב איז געוועהן א גאר א נאנטע בן בית ביים מהר"ש, שוין זייענדיק אויף דער טיש, איז געקומען דער אנדערע מוך דחוק דער אלוער רויטע ווילדער צאפ, א שטאלץ פון יענע קהלה, מיטן נאמען נ.מ.ב. אין מיט גרויס בזיונות און איינזאטיגע רשעות פארשיקט דעם בחור.
אבער פונקט דא האט זיך באוויזען דער אינערליכע הארציגע געפיל פון דער רב שליט"א, וועלעכע האט דאס באמערקט, ער האט שטארק פארדאמט דעם אקט, זאגענדיק "נעקסטע יאר ווען ער וועט זיין א יתום, ווען ער וועט זיין א רחמנות וועט דיר בעסער זיין?", בחדא מיתי האט ער אריין געפליקט דעם גבאי מ. צ. "פארוואס לאזט מען נישט אזא בחור צו מזכיר זיין בעידן חדוותא?, ביומא דפורים איז זייער גרינג צו משפיע זיין ישיעות און רפואות".
איך האף דאס קינד האט נישט געהערט זיינע ווערטער וועגן נעקסטן יאר.
דער רויטע גבאי האט זיך געלערנט פין דער פריערדיגע רויטע גבאי א. בצ. ב. דער אלטע האט עס נאר געטוהן מיט דער באבאווער חן משא'כ דער שור הבור.
@דולה ומשקה מעשה גייט פאסירען אפשר תשע״ו, אבער היי יאר האט פאסירט אינגאנצן א אנדערע מעשה אין א חידוש אז אפאר פרטים זענען יא ענדליך צו דולה׳ס מעשה
מעשה שהיה כך היה א בחור וואס זיין טאטע ראנגעלט זיך מיטן מלאך המוות שוין א שטיקצייט איז געווען בגליפון אין ארויף אויפן שלחן הטהור פון רבינו אין געוואלט נעכו א ברכה נאכזעהן יערליך אז די רב טיילט גרויסע ישועות ביום הפורים.
די בחור אעז צוגעגאנגען צום רב איז טאקע באקומען א ברכה, נאכן באקומען די ברכה האט די בחור געטאנצט אויפן טיש אין דערנאך געוואלט נאכאמאל צו גיין צו רבינו דא האט הרב מענדיל ציטראנענבוים שליט״א געבעטן די בחור נישט צו קומען נאכאמאל אלץ געדרענג טאמער יעדער וועט ארויף קומען אין מדארף האלטן סדר, זעהטנדיג דא ארבייט נישט האט דער בחור וואס איז געווען אביסעל אנגעטרינקען פראבירט נאכאמאל אין דא האט הב׳ נ מ ב, שוין פארפירט אין געבעהטן אז דארף זיין סדר.
דער מעשה שטומט נישט מיט דער וואס קען זיך אויס א טראפ ווי ס'קוקט אויס פורים און באבוב, ווי יעדער פשוטע מענטש וואס דארף א ישועה קען זיך רואיגערהייט מזכיר זיין.
וועסטו פרעגן וואס ברענט זיי אויפצומאכען אזא מעשה, איז דער תירוץ אז נאכען קוקען די בילדער האבען זיי נישט געקענט צוקוקען און געדארפט ארויסצוען פונעם הוט א מעשה.
דא האט איר א לינק ווי איר קענט זען בילדער, און אויך איז מערקזאם וועליכע סארט מענטשן קענען צוגיין צום רב שליט"א פועל'ן א ישועה.
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=80841">http://www.bhol.co.il/article_old.aspx?id=80841</a>
האט מען למעשה גע'פועלט ישועות?
petergrifinהאט מען למעשה גע'פועלט ישועות?
ימים ידברו
@חסיד דו ביזט א באבאװער? אויב יא איז װי קומט צו דיר א פריזבי?
זאג נאר!!! אמת מיינע נעגלעך זענען שיין?!
📎 1.JPG
איך וויל נישט אטאקירן דעם שרייבער פון די פריעדיגער תגובה
דערפאר זאג איך גארנישט
מען קען טרעפן די בילד ביי יעדע ערליכער איד וואס באקט מצות
וואס איז ער אזוי פאני?
אבער שוין
אויב די שפירסט אז די דארפסט עס פארענטפערן, זעהט זיך אויס אז די האסט א קאמפלעקס מיט דעם בילד, כאטשיג איך פארשטיי נישט פארוואס. פונקט ווי די בילד ווי מרב"ץ האט משתין געווען, דאס קען אויך פאסירן ביי יעדע ערליכע איד (אפשר נישט מיט'ן טיליפ)
אפילו זיינע אייגענע חסודים ווייסן וואס דער מענטש איז 👍 😃 😃
׳שלום׳ 45 👍 😃 😃
וואס עפענסטו אזוי שטארק דיין מויל...
עפן די א שלום 48
והכל על מקומו יבוא בשלו' 😂
צום ערטשן מאל מאל אין באבוב [לפנים 48], וואס דער רבי איז אין שטאט [בארא פארק], פירט טיש, אבער...
צום שטוינונג פון די פארזאמעלטע עולם איז דער רב דעם פארגאנגענעם ליל שב"ק וישלח אריין געקומען צו 'שירות ותשבחות' אנשטאט 'לערוך לפניו שלחן - הטהור', געטיילט משקה און זמירות. מהאי טעמא האט דער רב אויך נישט משמיע געוועהן מדברותיו - אמרי קודש, כנהוג.
געוויסע יודעי דבר אדער ספינערס ווייסען צו זאגען אז דער רב איז געוועהן פארקילט/הייזעריג. א דאקטער האט באזוכט ביים רב מוצ"ש...
דולה ומשקהצום ערטשן מאל מאל אין באבוב
איך האב זייער הנאה ווי די היטסט זיך ח"ו ארויס צוזאגן א ליגנט אבער דאך זאל יענע מיינען דער ליגנט
די האסט געשריבן
ערטשן מאל אנשטא ערשטן מאל אז די האסט כאטש קיין ליגנט נישט געזאגט און דער וואס קען נישט באבוב זאל מיינען אז עס איז די ערשטע מאל.
הגם איך זעה נישט וואס איז א חילוק צו עס איז די ערשטע מאל צו דריי און צוואנציגסטע מאל עס איז א טריקענע נייעס
ליל שבת קודש העבר (פ' וישב) איז דער רב שליט"א ווידער אריין געקומען צו 'כל מקדש'.
ובוך אמריו הקדושים האט דער רב געזאגט:
1) אז דאס טיילען חנוכה פרעסענטס איז חוקת הגוי.
2) פאר די וואס מאכען דאס, זאלען דאס אנרופען א ח'נוכה מסיבה', וואס איהר אינהאלט איז פון שירות ותשבחות און דברי תורה, אז נישט איז דאס א 'זבח משפחה'.
3) דער בית מדרש שטעלט צו גענונג און נאך קאווע, מ'ברויך נישט ארויסגיין אין די געשעפטן דאס קויפן, עס איז געווארען א מכת המדינה די אלע עס-געשעפטן. - דערביי האט דער רב דערציילט - אז קומענדיק קיין בארא פארק נאך איידער מ'איז אריין אין די נייע הויז, האט איהם זיין טאטע (מהר"ש) גענטמען צו 16עוו. קארנער 48 אין ווייזענדיק אויף דעם געשעפט אז "אין דעם געשעפט וויל איך נישט דו זאלסט איבער טרעטען דער שוועל". עכ"פ יעצט חנוכה צייט זאל מען זיך מונע זיין פון קויפן קאווע אין די געשעפטן.
אגב, יענעם געשעפט וואס דער רב האט דערמאנט, האט בשעתו געהאט געימס וכדו', עס איז געוועהן מער ווי א הענג-אוט ווי איידער א קאפי געשעפט, און אט דאס האט זיין טאטע געמיינט. זיין טאטע האט בכלל נישט אינזין געהאט סיי וועלעכע פראבלעם איבער א גלעזל קאווע. והשנית 'יא' דער היינטיגע רב האט זיך דארט אסאך געדרייט מדאי חודש בחודשו בתוך רוב פון די היינטיגע שיינע באבוב'ער חסידים.
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
אויף די ערשטער צוויי נקודות איז ער נישט מער ווי גערעכט
אויף דריי צ"ע
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נעכטן נאכט ליל ב' ד'חנוכה, כ"ו כסלו, האט דער רב שליט"א נאך אמאל דערמאנט אז 'א חנוכה פארטי איז א זבח משפחה', א חנוכה איז מסיבה וואס ווערט דעמאנט אין די פוסקים איז ווען מ'זיצט בדרך ארץ מיט שירות ותשבות הלל וזמרה און מיט דברי תורה, אנדערש זאל מען גארנישט מאכען.
ב"ה די מידות השחתה פין מלכות באבוב אכט אין פערציג האט שון א ממשיך,
אזא פאדוראבן קייט איז שון לאנג נישט געווען, די מעשה איז אזוי חיים שלום האלבערשטאם זון פין באבובע רב איז א שוואגער מיט זלמן לייב מייזליש, די וואך האט הרב זלמן לייב מייזליש חתונה געמאכט מיט הערשל ראבינוויטש איידעם פין הרה"ג ר' יושע רובין אבד"ק באבוב 45 , איז דער חיים שלום נישט געווען ביים חתונה , שעם אן הים
פארוואס ביסטי ברוגז אויף חיים שלום, אפשר האט זיין טאטע אים געזאגט נישט צו גיין?
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
בעל הביתב"ה די מידות השחתה פין מלכות באבוב אכט אין פערציג האט שון א ממשיך,
אזא פאדוראבן קייט איז שון לאנג נישט געווען, די מעשה איז אזוי חיים שלום האלבערשטאם זון פין באבובע רב איז א שוואגער מיט זלמן לייב מייזליש, די וואך האט הרב זלמן לייב מייזליש חתונה געמאכט מיט הערשל ראבינוויטש איידעם פין הרה"ג ר' יושע רובין אבד"ק באבוב 45 , איז דער חיים שלום נישט געווען ביים חתונה , שעם אן הים
טאקע נישט קיין שיינע זאך נישט אנטייל נעמען אין א שוואגערס שמחה צוליב פאליטיק אבער כבר היה לעולמים ביי די זעלבע משפחה.
ווען חיים שלום האט געמאכט א ברית ביים זיידן דעם ברך משה אין קווינס קעמפ, זלמן לייב מייזליש אין קיין איינע פון זיינע ברידערס זענען נישט געקומען צום שוואגערס שמחה צוליב די פאליטיק וואס זיי האבן געפירט מיט זייער אייגענע זיידע.
I guess now was payback time!
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
ענבי הגפן בענבי הגפן.
אבער אונז 'פשוט'ער אידען' זענען שטארק מומלץ צו שטייען ווייט פון די סארט פארשוינען.
ס'פעלט נישט קיין עכט חשוב'ע אידען אין די וועלט אז מ'דארף אריינפאלען ביי די באנדע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
ליטוואק פון בודאפעסטענבי הגפן בענבי הגפן.
אבער אונז 'פשוט'ער אידען' זענען שטארק מומלץ צו שטייען ווייט פון די סארט פארשוינען.
ס'פעלט נישט קיין עכט חשוב'ע אידען אין די וועלט אז מ'דארף אריינפאלען ביי די באנדע
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
I'm completely with you on that, just wanted to set the record straight that they're both even partners in crime.
מר. חיים שלום האלבערשטאם
(לפי התקנות ברויך מען שרייבען א טיטול)איז ער די עלצטער זין פון מרב"ץ 48?
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
Yes
📎 IMG_20160228_220233.jpg
א נייע פיוט צו זאגן אינעם הייליגען יום טוב שבועות.
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
מ'זאגט עס ווען די ש"ץ האלט ביי ותחזינה עינינו בשובך ל(בנ)ציון.
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
קענסט לאכן, אבער אויב נישט קונסט, איז עס זיכער א קונץ.
ערגעץ געהערט אז באבוב 48 האט פאלוירען קרית באבוב בת ים, עני 45 מיט א אפדעיט פליז
בעל הביתערגעץ געהערט אז באבוב 48 האט פאלוירען קרית באבוב בת ים, עני 45 מיט א אפדעיט פליז
יא עס איז אמת
פארוואס הערט מען גארנישט ? וואס מיינט דאס אז יעקב ישראל פליט פין דארט ?
אביסעל מסביר זיין די עולם זאל וויסן וואס האנדעלט זיך.
דריי בנינים אין קרית באבוב זענען אונטער א LLC כמו וואס די באבובער רב ז״ל איז געווען די פריזדענט פונעם LLC.
דא האט האב ר' שיע רובין געטאנהעט אז קרית באבוב איז געווען א פריוואטע ביזנעס אינוועסטמענט פון די באבוב רב ז״ל אין זיין שווער איז דאך פונקט אזא זוהן ווי די היינטיגע באבובער רב ממילא קומט עיהם האלב.
ווי לעכערלעך אין מאדנע דאס הערט זיך, ( ביי יעדער דרשה ווא די רב ז״ל האט געוויינט ווי נאנט קרית באבוב איז צו עיהם אין סאיז כאילו זיין קראנק קינד וואס איז עיהם נאנט צום הארץ אין געבעהטן די עולם זאל זיך אנרופן ווארעם, ווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיר נעמען ווייל ער וויל אין ישראל אויפשטעלען א פלאץ פאר באבובער אידן.
די לעצטע זאך ווא די רב ז״ל האט געטראכט איז פערסענל ביזנעס, אלץ די וואס האבן געקענט דער איש קדוש, קיינמאל נישט נהנה געווען פון פדיונות אין אלץ געגעבן פאר צדקה, געלעבט א low standard לעבן וואס קיין רבי האט נשיט געלעבט אלץ געהאט די מינומעם,
סקאסט א לאך א ער האט געוואלט קרית באבוב פאר א פריוואטע אינוועסטמענט, ווען ער זיכט פריוואטע אינוועסטמענט וואלט ער גענומען בארא פארק אלץ א אינוועסטמענט איידער ווי קרית באבוב ווא איז דעמאלטס נישט געווען ווערד 3 א האלב דולר.
כוויל נישט פארקריכן, למעשה האבן די קינדער פון רנ״צ געזאגט אז זיי קומט האלב פון דע דריי בנינים, זייערע attorney האט זיי געראטען אז מזאל נאר בעהטן אויפ מכאן להבא, דאס הייסט טאמער מגייט פארקויפן, אדער מגייט ארויפ ציען אראפ שטאק אויף יענער בנינים.
ביי איינער פון די ערשטע זיצונג האבן די געלט הונגרי די חיות געבעהטן באבוב זאל סעטלען מיט זיי אויף 200 אלפים, פארשטייט זיך באבוב האט נישט מסכים געווען, מקען נישט פארהאנדלען מיט טערראריסטען, אין מאיז געזעצן.
חמישה מיט דריי וואכן צירוק האט די קאורט געפאסקענט אז משפחת רנ״צ איז בעה״ב אויפ 49 פראצענט פונעם עתיד אויפן בנינים,
דאס מיינט decisions קענען זיי נישט מאכן, אבער טאמער באבוב פארקויפט די בנינים אדער ציעט ארויפ שטאקן זענען זיי בארעכדיגט מיט 49 פראצענט.
קודם כל גיין זיי נישט זעהן א פיאסטער פון שרית באבוב, ווייל באבוב וועט קיינמאל גארנישט טוען מיט די בנינים טאמער וועלען זיי זעהן מער ווי א ניקל דערפון, והשנית טאמער זיין זיי יא זעהן געלט גייט עס פריוואט פאר משפחת רמ״ד אויפ צאלן גויטע אין די היים אין פארן ליעס פון די קאר.
(לאסט זיך שווער גלייבן ווי שי חיות שעמען זיך נישט צו שרייען נכסי פרטי נאכדעים וואס יעדער קינד ווייסט ווי שטארק דע פארקערטע סאיז געווען)
צו שלאס, קיין דולר גיין זיי נישט זעהן דא, אלץ בלייבט ביים אלטן, זיי האבן 49 פראצענט פון air rights אויפ דריי בנינים.
Re: הרב בנציון אריה לייבוש הלברשטאם שליט"א מבאבוב
בארא פארקער ווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיק נעמען
נחתום מעיד על עיסתו ...
סוי 45 האט 49 פראצענט פון 48.
בארא פארקערווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיק נעמען.
וואס הייסט נעמען קעיק?
ליפאבארא פארקערווי ער האט ממנה געווען הרה״ח יוסף שמואל זאל דערפון קעיק נעמען.
וואס הייסט נעמען קעיק?
די ר אויפן קאמפיוטער איז א שכן מיטן ק, סאו אפשר מיינט ער גאר קעיר נעמען?
אדער רעיק, אדער רעיר
און וואס איז מיט די הבטחה פון אונזערע גבאים, אז לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! ???