☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » * * * "ק-א-ו-ו-ע ג-ע-ל-ע-כ-ט-ע-ר" * * * פורים תשע"ד

* * * "ק-א-ו-ו-ע ג-ע-ל-ע-כ-ט-ע-ר" * * * פורים תשע"ד

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6076

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 12, 2014 12:15 am

· #190221
* * * "ק-א-ו-ו-ע ג-ע-ל-ע-כ-ט-ע-ר" * * * פורים תשע"ד
געערטע לייענער!

צום צווייטען אניווערסערי פון אונזער באליבטע קאווע שטיבל, פאבלישען מיר לכבוד פורים א ספעציעלע אויסגאבע פון קאווע בלעטער, הכי קרא שמו קאווע בלעטער.

אסאך אסאך אסאך עמודים.

סחורה ווי גאלד. אדער רויטע וויין.

זאגטס אן אין שטוב אנצוגרייטן א גרעסערע טאפ טשולענט די וואך, ווייל עס וועט זיין וואס צו לייענען נאכן רבי'נס טיש.

וועט זיין צו באקומען אי"ה אסתר תענית נאכמיטאג.

------------
@אנאנים

ישמעאל הכהן » מיטוואך מערץ 12, 2014 12:16 am

· #190222
omg!
טאטעל שאק!
ווי לאוו יו פישעלע!!!

מאראנצןזאפט » מיטוואך מערץ 12, 2014 12:33 am

· #190225
👍
קיש אין שטערן!

מצטמק ויפה » מיטוואך מערץ 12, 2014 12:40 am

· #190226
פישל'ע טייערע, פארוואס ווארטען ביז נאכמיטאג? מעג מען דען נישט לאכן פאר חצות?
א גרויס'ן דאנק פישל'ע, האלט אן, חזק חזק!

מ גפני » מיטוואך מערץ 12, 2014 1:47 pm

· #190295
@פישל'ע העררינג איך קען קוים ווארטן, נאכאמאל א ישר כח פאר דיין ארבעט

פישלע העררינג » מיטוואך מערץ 12, 2014 2:31 pm

· #190302
מען רעדט דא פון גאנצע פעקלעך פון פאפיר, חברה. עס קומט א "חיבור".

דא האט עטס קיופאנס פאר בחינם'דיגע פאפיר... זעהטס צו באשטעלן 1 דעי שיפפינג. 😂

לעמיל » מיטוואך מערץ 12, 2014 2:47 pm

· #190306
פישל'ע איך וועל קענען גיין זוכען ארבעט צוזאמען מיט דיך אויב איך פרינט אזויפיל און ארבעט...
אבער איך גלייב אז עס וועט זיך לוינען ווי אייביג וועסטו דאס מאל אויך טון א מעכטיגע ארבעט

רויטע וואנצעס » מיטוואך מערץ 12, 2014 4:55 pm

· #190337
מזל אדר פישעלע!!!!!!!!!! איי קענט וועיט!!!!!!!!!!

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:17 pm

· #190467
דער countdown הייבט זיך אן.

עס פרעגלט זיך שוין פון לאנג.

די עקן ווערן שוין ברוינלעך.

עס סיזזעלט שוין.

די האנדטוך איז שוין אויף די פלייצע.

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:26 pm

· #190470
דער פישל שפילט קאץ-און-מויז מיט אונז. האלא הערינג, ס'איז א תענית, מ'טאר נישט טרינקן בלוט! געב עס שוין ארויס. ב-י-ט-ע!!!

ברסלבער » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:29 pm

· #190473
פישל'ע העררינג
וועט זיין צו באקומען אי"ה אסתר תענית נאכמיטאג

ס'איז שוין 12:30. שוין א האלבע שעה דורכגעלאפן פונעם נאכמיטאג.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:30 pm

· #190474
ס'שוין די זומער זייגער, אויפן נייעם זייגער ווערט 1 נאכמיטאג...

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:45 pm

· #190479
אפטעמיסט
דער פישל שפילט קאץ-און-מויז מיט אונז. האלא הערינג, ס'איז א תענית, מ'טאר נישט טרינקן בלוט! געב עס שוין ארויס. ב-י-ט-ע!!!

אגב, @אפטעמיסט, You made it on the cover! ווארט און זעה.

אפטעמיסט » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 12:50 pm

· #190480
אה מיי גאד!!! מיין הארץ קלאפט ...

שמעקעדיג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:04 pm

· #190485
שוין חצות היום.
לאמיר זעהן!!

מצטמק ויפה » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 1:59 pm

· #190499
אוי פישל'ע פישל'ע די שיינסט און די ברענסט
שמחה פאר אונז ברענגען דו קענסט
ווייל די ביסט דער איינציגסטער דזשאב-לעס פערזאן וואס איך פארמאג......

@פישל'ע העררינג טייערע זיי נישט ברוגז, אז קיינער נעמט דיך נישט אויף ביי איהם און אפיס אלס סעקרעטערי; מיר דא אין שטיבעל, ארבייטען אויף קעסל און כלים, אז קיינער זאל דיך נישט חלילה נעמען אלס ארבייטער, ווייל נאכדעם זענען מיר דערנאך, 'נאָו מאָר' קאווע בלעטער און קאווע געלעכטער.

אבער פישל'ע וואס וועט דא זיין? איך בין שוין געלאפען דאווענען ותיקין, ווייל איך דארף מיך זעצען ליינען קאווע בלעטער, און מיט איין אטעם אנגעצונדען דעם כלי, און גארנישט, לא דוב ולא יער, מיין פינגער טוט שוין וויי פון דריקען אזוי פיל מאל די ריפרעש קנעפעל אויפן כלי, אז אפשר יעצט האט זיך שוין פישל'ע מרחם געווען, אבער ......... איך ווארט און ווארט אינדערהיים און א ווינקעל .....

לעמיל » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 2:48 pm

· #190505
@פישל'ע העררינג
ווען וועט דאס שוין זיין... אוי ווען וועט דאס שוין זיין???
יבנה המקדש...

מ גפני » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:22 pm

· #190508
נא!! כבר פנה יום!!

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:32 pm

· #190510
מ'האט גערוקט דעם זייגער (פורים ווערטל: ווילאמסבורגער יונגערמאן רוקט נישט די זייגער. וואס איז? אין זיין קליינע דירה האט ער נישט ווי עס אהינצוריקען...חחחחחח) און איך האב מרויח געוועהן נאך א שעה. אליהו לא נענה אלא בעת המנחה.

פלעין יודיש » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:39 pm

· #190512
איך מיין אז די זאלסט שוין אויסווארטן ביז מ'קען צידעם ציטרינקען א קאווע

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 3:57 pm

· #190519
[ציטאט אראפגענומען]

אנאנים שטעלט צו ענטערטעינמענט ווילאנג מען ווארט...

shem-tov » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 4:59 pm

· #190541
פישעל, דאס זאל בעסער זיין זאפטיגע סחורה

דריידל » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 5:19 pm

· #190554
עד מתי... זונגץ אלע מיט (די שטיייטע פון שלומי דאסקל)

לעיקוואד » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 5:29 pm

· #190557
קאלארוואר!!

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 5:33 pm

· #190558
shem-tov
פישעל, דאס זאל בעסער זיין זאפטיגע סחורה

געדענק אז די שרייבערס זענט עטס, נישט מיך. איך בין בלויז א מלקט. אויב עטס שרייבטס שיין האב איך וואס צו נעמען. ב"ה אז דערווייל איז דא סחורה. זעהט אויס אז אמאהל זענען דא געוועהן געלונגענע חברה, פעדער, ממי שאמרו, משה געציל, קאווע טרינקער, יואב. זיי אלע וואקסן אונטער און באקומען דזשאבס, די קינדער קומען אן פון יו פי עס יעדע ניין חדשים, און מען דארף פרישע כוחות.

אבי גערעדט » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 5:34 pm

· #190560
נעבעך.. פעיגערטס אים נישט.. ער איז דאך נאך אלעם א וואלאנטיר...

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:02 pm

· #190619
פישעלע איז געשטארבן פון געלעכטער בשעת'ן צאמשטעלן.

לאליפאפ » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:07 pm

· #190621
.

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:08 pm

· #190622
עס פאבלישט זיך יעצט צו פי די עף.

צוויי-הונדערט-צוויי-און-דרייסיג-בלעטער!

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:10 pm

· #190623

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:10 pm

· #190624
מיין פרוי פרעגט מיר פארוואס איך פאסט נאך

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:11 pm

· #190626
איף האף וועסט נישט דארפן ווארטן צו לאנג. איך מיין ס'איז ענדערש צו שטארבן פון געלעכטער ווי פון הונגער.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:12 pm

· #190627
ווען אייוועלט געט ארויס א מי רגלים/מנוחות לייגט מען ארויף אזא עד אויף די היים בלאט אינדערמיט אויבן "קליקט דא צו דאונלאדען מי מנוחות". אפשר זאל מען עס דא אויך טון
רויטע האקט
LOL

מצטמק ויפה » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:15 pm

· #190629
די הויזן איז איהם אראפ געפאַלן צענדליגע מאל פון זיך קייקלען פאר געלעכטער..... און הער אויס, צירוק צו מאכן די גער'ע זאקען, נעמט אפאהר מינוט..

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:19 pm

· #190631
יעדע ארטיקל הייבט זיך אן אויף א נייע בלאט, ממילא דער וואס וויל נישט ארייננעמען אין שטוב עפעס פון א געוויסע שרייבער, זאל פשוט אויסלאזן יענע פאר בלעטער ביים פרינטען. עס וועט נאך איבערבלייבן די והותר צום לייענען און צום שמייכלען.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:19 pm

· #190632
פון פרישער נעם איך נישט אריין. ווייל ער וואלט זיך יעצט אליינס אויך נישט אריינגענומען.....

מאראנצןזאפט » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:26 pm

· #190633
שוין דא קלעצער.

ישמעאל הכהן » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:29 pm

· #190634
אזוי איז עס דארט.
📎 nni.JPG