☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » קאווע שטיבל » **קאווע געלעכטער** לכבוד פורים

**קאווע געלעכטער** לכבוד פורים

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6094

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:44 pm

· #190641
**קאווע געלעכטער** לכבוד פורים
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

מיר לעבן היינט אין א וועלט ווי יעדע גוטע זאך קאסט געלט. די מנהלים פון קאווע שטיבל האבן אבער צוגעשטעלט פאר אונז א הערליכע מקום, א רואיגע ווינקל, ווי מיר קענען שמועסן, פארברענגן, און ארויסגעבן די טאלאנטן פאר בחינם ממש.

יעצט, צום 2'טן יארטאג זינט די גרינדונג פון קאווע שטיבל, ווילט זיך אביסל ארויסצייגן א הכרת הטוב פאר באריסטא והיושבים אתו ראשונה במלכות, און איהם ווייזן "ראה גידולים שגדלת" זוי צו זאגן.

א ריכטיגע שבת והודייה ברויך מען ארויסווייזן פאר די חשוב'ע חברים - ניקס וואס באמיען זיך צו-צושטעלן די סחורה צום לייענען, וחיתה נפשינו בגללם. געדענט זיי צו לייקן כראוי וכנכון.

***
די דאזיגע 232 בלעטער, זענען לפי ראות עיני המלקט (לויט מיין סענס אוו הומאר...) קאווע 'געלעכטער'. מען לייענט און מען שמייכעלט זיך אונטער. צו ווייל מען קוקט זיך אין שפיגל. צו ווייל מען האט קיינמאהל נישט באטראכט דעם ענין פון אזא קוקפונקט, צו ווייל עס איז געשריבן מיט א גוטע הומאריסטישע שפראך.

אויב איינעם געפעלט נישט א געוויסע מאמר אדער א געוויסע מחבר, זאל ער זיך פילען פריי נישט צו דרוקען יענע בלעטער פון זיין פרינטער. איך וויל נישט, און איך קען נישט, בודק זיין קיינע ציצית.

ועל הכל, לויבט'ס השם יתברך פאר אונזער שטיבל, און האטס א לב משתה ושמחה תמיד!

<!-- l --><a class="postlink-local" href="http://www.kaveshtiebel.com/PDF/Kave-Purim-5774.pdf">PDF/Kave-Purim-5774.pdf</a><!-- l -->

פישלע העררינג » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:52 pm

· #190644
נ.ב. ראה עניי ועמלי. 232 בלעטער שטעלן זיך נישט אויס פון זיך אליינס. סחורה פאר 232 בלעטער זוכן זיך נישט אפיר פון זיך אליינס. די 50 בלעטער פאר'ן "מושכל ראשון" ארטיקל וואס איך האב צאמגעשטעלט איז נישט נישט אראפגעפאלן פון א בוים אין גארטן...

אין אנדערע ווערטער, לאזט מיך וויסן וואס עטס זאגטס דערצו. וויאזוי זאגט שעפטל? א שטופ אויף פראנויס.

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג מערץ 13, 2014 11:57 pm

· #190645
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

מיר לעבן היינט אין א וועלט ווי יעדע גוטע זאך קאסט געלט. אונזער טייערע חבר פישעלע פון די חשובסטע חברים דא אין קאווע שטיבל האט אונז אבער צוגעשטעלט א הערליכע קונטרס לכבוד פורים - קאווע געלעכטער, א שמייכעל'דיגע ווינקל, ווי מיר קענען לייענען, לאכן, און הנאה האבן פאר בחינם ממש.

יעצט, צום 2'טן יארטאג זינט די גרינדונג פון קאווע שטיבל, ווילט זיך אביסל ארויסצייגן א הכרת הטוב פאר חברינו היקר פישעלע זאל זיין געזונט, און איהם ווייזן אן "הכרת הטוב" זוי צו זאגן.

א ריכטיגע שבת והודייה ברויך מען ארויסווייזן פאר אים פאר'ן זיך באמיען צו צו-צושטעלן די קאווע בלעטער סחורה צום לייענען, במשך די יאר, וחיתה נפשינו בגללם. געדענט אים צו לייקן כראוי וכנכון.

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:02 am

· #190647
יא מסכים פישלע האט דא געמאכט א הפלאדיגע ארבעט וואס האט געוויס גענומען שעה'ן און א דאונלאוד אן די מינימאלער שכויעח אין דער פארום פון א לייק איז אן עוון פלילי. פאר יעדער חבר וואס לייקט נישט וועל איך עפענען א נייעם ניק, זשאסט קידינג.
הכלל., פישעלע איז אן אייזערנעם עדיטאר צווישן די שורות באמערק איך א געוואלדיגן כשרון וואס צו לייגן און וואס נישט למשל ביי מיין ארטיקל האט ער אראפגעציפט א שטיקל וואס קומט טאקע נישט אריין.
מושכל ראשון איז א מורא'דיגער קאלום א געניאלער איידיא און העכסט אינטערעסאנט, שוין אפגערעדט אז דער נאמען 'מושכל ראשון' און דער עצם נאמען 'קאווע געלעכטער' געהערן אין שנהי' לראש אשכול און זענען געוואלדיגע איינפאלן.
פישלע איך זינק איין פאר בושה כהאב געהאט די חוצפא צו קריטיקירן אין אנהויב פון דיין אינציאטיווע, דו מאכסט א געוואלדיגע ארבעט, ווי לאוו יו דערלי, און אפילו עברי וועט מודה זיין אז דו קוואליפיצירסט אלס א געשמאקער יונגערמאן...

מאראנצןזאפט » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:14 am

· #190651
וויי וויי פעדער געווינט די פארמעסט.

פלא והפלא ווי אפילו די ניסלעך ארטיקל פון היינט פון רויטע האט ער אריינגעשטעלט, אנבעפישלעבל.
זאגשע מיר וואס איז מיט דעם חחח ארטיקל, וועמענס קרעדיט, מה טובו, היימיש?

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:21 am

· #190652
מאראנצןזאפט

זאגשע מיר וואס איז מיט דעם חחח ארטיקל, וועמענס קרעדיט, מה טובו, היימיש?


דאס האב איך געזאמעלט פונעם געוועבעכטס לכבוד דעם "קאווע געלעכטער", כדי שלא להוציא הנייר חלק.
-----------------------
#אנבעפישלעבל

משה געציל » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:24 am

· #190653
וואו!
הערליכע ארבעט!

פון טיפן הארצן
יישר כח א גאנצן
שטויביגע ארטיקלן אפירגעקראצט
לאנגע מגילות אפגעגלאנצט
עבודת פרך אריינגעפלאנצט

הודו מיט כוש צוזאמגעברענגט
ערד באגראבענע ארטיקלן ארויפגעברענגט
ראסטיגע, צוריק צום פולן פראכט
רעדנדיג, פארשלאפענע ליפענס געמאכט
ישלם ה' פעלך
נאום משה געציל רעך
גיי מחיל אל חיל בכחך!

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 14, 2014 12:28 am

· #190654
מיין ווייב וויינט פארוואס איך גיי נישט שלאפן, מיין פרינטער וויינט פארוואס איך לאז אים נישט שלאפן. הערליך, פאני, און פראפעשינעל!
---
א דאנק פאר'ן אריינלייגן מיין ארטיקל.
בד"וו איך האב עס געלייגט אן מגיה זיין געהעריג.
אויב אן הגה איז וויכטיג ביטע זיי מיר מודיע.

יואליש » פרייטאג מערץ 14, 2014 1:15 am

· #190661
אחרים אומרים, מתחיל בגנות ומסיים בשבח.

כ'האב זיך פארויטעלט ביים טרעפן מיין נאמען דארט. אבער יישר פארן עס געפינען פאסיג.

חביבי » פרייטאג מערץ 14, 2014 1:33 am

· #190668
]פישעלע א ריזיגע שכוח פאר די ריזיגע ארבעט וואס די האסט א הער געשטעלט איך מיין אז מען וועט מיזען מתקן זיין 4 טעג חול המועד פורים כדי צו האבען געניג צייט צי קענען דורך ליינען פון דעקעל צו דעקל

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 14, 2014 1:38 am

· #190670
די גראפיקס פון די דעקל איז אויך א געוואלדיגע איידיע.

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 14, 2014 1:44 am

· #190674
רויטע וואנצעס
די גראפיקס פון די דעקל איז אויך א געוואלדיגע איידיע.

איך האב געזוכט דיינע אלטע רויטע וואנצעס מיט לעכט, ואין מושיע לי.

לאליפאפ » פרייטאג מערץ 14, 2014 8:09 am

· #190681
ווי קאמיש עס הערט זיך האב איך א פיקטשער אינעם סאמע צענטער פון דעקל אבער קיין אשכול!

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 14, 2014 8:46 am

· #190683
פרעג דיך נאך ביי די גבירים וואס זיי ווילן ענדערש, צו זיין אויפ'ן דעקל פון דער פארבס ביליאנעירס, אדער צו האבן א ביליאן אין די באנק...

ביבער » פרייטאג מערץ 14, 2014 9:09 am

· #190686
פלצות אחזתני א פחד באפאלט ווען מקוקט די ליסטע, אזויפיל זענען שוין נעבעך מער נישט מיט אונז... והחי יתן אל לבו
נישט אויפהערן צו שרייבן ווילאנג מען קען...

ברסלבער » פרייטאג מערץ 14, 2014 9:44 am

· #190689
א געוואלדיגע ארבעט געמאכט, פישעלע. א גרויסן דאנק! איך וועל דיר באצאלן מיט לייקס, און דער אייבערשטער וועט דיר באצאלן מלוא חפניים מיט געזונט פרנסה און נחת, פארן ברענגן א שמייכל אויף אזויפיל אידישע פנימ'ער.

עס איז מיר אינטערעסאנט צו ליינען מיין "מושכל ראשון", דאן האב איך געמיינט אז דאס וועט זיין מיין ערשטע און אויך לעצטע תגובה...
רבות מחשבות בלב איש ועצת ה' הוא תקום.

לעמיל » פרייטאג מערץ 14, 2014 11:37 am

· #190697
[ציטאט אראפגענומען]

וואס קומט ארויס?

רויטע וואנצעס » פרייטאג מערץ 14, 2014 1:23 pm

· #190722
מ'דארף האלטן די אשכול אויבן ביז ס'האט לפחות 50 לייקס.

פישלע העררינג » פרייטאג מערץ 14, 2014 3:22 pm

· #190746
אידעלעך, כאפטס אריין...

באלד איז עבר זמנו בטל מצוותו...

א פרייליכע שמייכעלדיגע טאטע אום פורים איז די שענסטע שאלעכמאנעס וואס דו קענסט געבן ס'ווייב און קינדער (אזוי וואלט דער עדווערטייזמענט אויף קאלמעוואסער געגאנגען, בערך)...

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 16, 2014 11:14 pm

· #190866
.

שפתים ישק » מאנטאג מערץ 17, 2014 4:53 pm

· #190953
שפתים קישאקTM!

פארוואס? » מאנטאג מערץ 17, 2014 6:44 pm

· #190972
גראדע, איך האב זייער הנאה געהאט פון פעדער.

פישלע העררינג » מאנטאג מערץ 17, 2014 10:59 pm

· #191014
איך האב אויך הנאה געהאט פון איהם, דערפאר האב איך איהם מתחילה אריינגעשטעלט. איך בין נאר מסופק אויב עס באלאנגט אין דער "פורים'דיג פאני" קאטעגאריע, אדער נישט.

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 18, 2014 12:07 am

· #191028
רויטע וואנצעס
מ'דארף האלטן די אשכול אויבן ביז ס'האט לפחות 50 לייקס.

פישלע העררינג » דינסטאג מערץ 18, 2014 5:32 pm

· #191149
[ציטאט אראפגענומען]

האסט נאכנישט ארויסגעוויזן הכרת הטוב פאר דער ערשטע חלק...

לית דין בר נש » מיטוואך פעברואר 11, 2015 2:04 pm

· #253027
עס איז דא אסאך חברים וואס זענען נישט דא גיוועהן פאריאר פורים
עס איז שוין ווייניגע ווי שלשים יום קודם החג ליינטס דוירך די 232 בלעטער און איר וועט זייער הנאה האבן עס וועט לכאורה נעמען שלשים יום דוירך צו ליינען
און פארגעסט נישט צו לייקן @פישלע העררינג פאר זיין שווערע ארבעט אפשר וועלן מיר נאך זוכה זיין צו נאך קאווע בלעטער.