☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » שלום עליכם » שלום עליכם » חדש: אויטאמאטישע "וואטערמארק" פאר בילדער

חדש: אויטאמאטישע "וואטערמארק" פאר בילדער

29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6054

Root » מוצ"ש מערץ 8, 2014 11:26 pm

· #189429
חדש: אויטאמאטישע "וואטערמארק" פאר בילדער
מיר האבן אינסטאלירט א פרישע באדינונג, אז יעדע בילד וואס ווערט ארויפגעשטעלט באקומט אויטאמאטיש א וואטערמארק.

ביישפיל:
📎 IMG-20140303-WA0077.jpg

שעפטל » זונטאג מערץ 9, 2014 12:18 am

· #189444
כ'מיין אבער אז נישט יעדע בילד וואס מ'לייגט ארויף קריגט אטאמאטיש. ווי ס'קוקט מיר אויס, טאמער לייגט מען ארויף איטליכע בילדער באקומען נישט אלע.

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 9, 2014 12:32 am

· #189449
שמריה האט נישט א גוטע נאכט היינט. ער פארשטייט נישט פארוואס די קאווע שטיבל חברה מוזן איהם פארלויפן דאס וועג... פארוואס לאזט מען מער נישט גנב'ענען אן געבן קרעדיט אזוי ווי ביז יעצט?...

שעפטל » זונטאג מערץ 9, 2014 12:37 am

· #189450
און גראדע האב איך נאך אזאך באמערקט, אז אויף די וואס באקומען דעם וואסער-צייכן איז אוועקגעגאנגן די שורה וואס שטייט די נאמען פונעם בילד און וויפיל מענטשן ס'האבן עס שוין געזעהן.

נאך א נייע זאך צוגעקומען מיטן סימני מים, ווען מ'דריקט אויפן בילד עפענט זיך אויף א נייע בלאט, ס'ווערט שוין נישט סתם גרעסער אויפן זעלבן בלאט.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 9, 2014 12:43 am

· #189452
@root קענסט מיר נישט געבן קרעדיט?

בעיסיקלי שעפטל מ'האמיר שוין אויסגעשמועסט דעם פראבלעם אינעם אשכול פון פראגרעס באריכט.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 1:04 am

· #189456
דאס איז ע"פ רוב א מעלה אבער טיילמאל א חסרון. קען איך ארויפשטעלן א בילד און פארלאנגען עס זאל בלייבן וואסערמארק-לאז?

שעפטל » זונטאג מערץ 9, 2014 1:16 am

· #189462
לאליפאפ
@root קענסט מיר נישט געבן קרעדיט?

בעיסיקלי שעפטל מ'האמיר שוין אויסגעשמועסט דעם פראבלעם אינעם אשכול פון פראגרעס באריכט.

סארי נישט געזעהן

רויטע וואנצעס » זונטאג מערץ 9, 2014 3:14 pm

· #189604
די watermark איז צו נידריג, מ'געט עס א שנייד אפ און געגאנגן. ס'דארף זיין אביסל העכער אין בילד, אויבן, אדער ליכטיג אינמיטן.

פישלע העררינג » זונטאג מערץ 9, 2014 5:07 pm

· #189665
רויטע וואנצעס
די watermark איז צו נידריג, מ'געט עס א שנייד אפ און געגאנגן. ס'דארף זיין אביסל העכער אין בילד, אויבן, אדער ליכטיג אינמיטן.

אויך אזוי געהאלטן.

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 9, 2014 7:30 pm

· #189711
קודם א שקויעך פאר די הנהלה, מ'זעט טאקע אסאך מאל בילדער וואס קומען לכאורה פון דא, און פארן ארום אויף וואטסעפ, און אנדערע סייטס, אן געבן קרעדיט און אונזערע חשובה חברים וואס לייגן זיי ארויף. הלואי ווען מ'קען ווען מאכן די זעלבע זאך פאר טעקסט, אנאנים'ס ארטיקל איז היינט פיין ארומגעפארן אן עם צו געבן קרעדיט.

רויטע וואנצעס
די watermark איז צו נידריג, מ'געט עס א שנייד אפ און געגאנגן. ס'דארף זיין אביסל העכער אין בילד, אויבן, אדער ליכטיג אינמיטן.

גערעכט, אבער דו קענסט דאך נישט פארשמירן די גאנצע בילד, און אויב פארשניידט מען קען מען זען אז ס'איז פארשניטן, און פאר איינער מיט א סעלערי פאון איז עס נאך אפאר מינוט ארבעט עס אראפ צו נעמען, און רוב מענטשען וועלן זיך נישט משוגע מאכן. מאכט סענס?

לאליפאפ » זונטאג מערץ 9, 2014 8:14 pm

· #189719
געפילטע איך בין מחולק אין ביידע חלקים

1 ) אנאנים'ס ארטיקל וואלט געמעגט האבן א watermark פון וואטצעפ וויבאלדד ער האט עס פון דארט און נישט פארקערט.

2 ) ניין עס איז גאר גרינג צו אפשניידן אזא שטיקל אויפן טעלעפאן און מענטשן וועלן עס גערן טון כדי נישט צו ווייזן זייער מקור, עס מוז נישט זיין אזוי שטארק ווי אידיש נוז אויף טוויטער, אבער מעג זעהן אזוי ווי פעילד מעסייע וכדו'

געפילטע פיש » זונטאג מערץ 9, 2014 9:21 pm

· #189736
אה, נישט באמערקט.

לאליפאפ » זונטאג מערץ 9, 2014 10:09 pm

· #189745
[ציטאט אראפגענומען]

כל המכנה שם לחבירו... ווילעך נישט אויספירן

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 10:50 pm

· #189758
געליפטע'ס פוינט איז אמת?

סאשי פיש » מוצ"ש מאי 3, 2014 10:06 pm

· #198743
קודם א ישר כח פאר די הנהלה פארן צושטעלן די וואטערמארק.

ווי מען האט שוין אויפן געשמוסט דארף עס אבער זיין אביסעל העכער.
און עס דארף ווען זיין אן אפציע צו מאכן די וואטערמארק שווארץ פאר ווייסע צעטלעך למשל.

איך האב פרייטאג ארויפגעלייגט דא א בילד און איינער האט עס קאפירט אויף אייוועלט און פארשנידען די וואטערמארק.
מיין בילד.
image.jpg
די גניבה!
image.jpg

קאווע טרינקער » מוצ"ש מאי 3, 2014 10:54 pm

· #198752
דאס זעלבע איז געשהען צו די שוין יעצט וואצעפפ בארימטע תפילין כולל, אז די ווייסע וואסער-צייכען איז נישט זעהבאר.

סאשי פיש » מוצ"ש מאי 3, 2014 11:00 pm

· #198753
און פאר איך פארגעס די גנב איז דער זעלבער וואס האט אויפגעהערט צו לייגען די וועטער ווייל מען קאפיט עס צו די כפירה׳דיגע וועבסייט...!!
נאר ער מעג....

פישלע העררינג » מוצ"ש מאי 3, 2014 11:25 pm

· #198756
קל קנ"א ונוקם...

שמעקעדיג » מוצ"ש מאי 3, 2014 11:42 pm

· #198758
מיך גראדע שטערט די וואטערמארק.
איר וועט באמערקן אויף אלע מיינע בילדער וואס איך שטעל ארויף ערשיינט עס נישט. איך טשוז "ניין" אויפן וואטערמארק. אויף רוב בילדער פעלט עס נישט אויס, נאר וויבאלד דער default איז אז עס זאל יא ערשיינען קומט עס ארויס. לדעתי זאל מען טוישן דעם default אז עס זאל נישט ארויפקומען, וויבאלד רוב בילדער איז אבי געזונט און האט נישט קיין פראבלעם פון קאפירייט.

סאשי פיש » זונטאג מאי 4, 2014 7:13 pm

· #198883
שקויעך פאר די הנהלה פארן ארויפריקען די וואטערמארק!
image.jpg

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:20 pm

· #220246
וואטערמארק נערווירט
כשמעקעדיג ואחרים, וויל איך מעורר זיין עטליכע נקודות איבערן וואטערמארק:

ערשטנס, דער דיפולט איז אז די בילד זאל באקומען א וואטערמארק, א זאך וואס פעלט רוב מאל נישט אויס ביי בילדער וואס מקורן איז פון וואטסעפפ ודומיו, און טייל מאל שטערט דאס שטארק למשל ביי א דיסק ווי איינער שטעלט ארויף די קאווער און ס'קומט מיט א קאווע שטיבל וואטערמארק. . פארוואס למען השם?

נאך א נקודה אפילו ווי עס איז יא פארהאן א צורך, ווערט דאס בילד טיילמאל שטארק געשטערט ווי צום ביישפיל דא, וואס וואלט געקענט פארמיטן ווערן טאמער די מארק וואלט נישט געווען אזוי ווייסליך נאר דורכזיכטיג אדער לפחות קלענער און גראדער..

און אז מ'רעדט שוין איז דאס אביסל א מאדנער פאנט פאר א וואטערמארק.

און אז איך קום מיט קריטיק וויל איך שוין אין איינוועג אויסדרוקן א דאנק פאר אלע גבאים און בפרט פאר @אנאנים וועלכע געבן זיך אזוי ווארים אוועק שלא על מנת לקבל פרס.. הקב"ה ישלם שכרם!

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:26 pm

· #220255
מען קען דיסעיבלען דעם וואטערמארק בשעת דו לאדנסט ארויף דעם בילד. וכן אני נוהג לפעמים.

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 8:30 pm

· #220259
שמעקעדיג
מען קען דיסעיבלען דעם וואטערמארק בשעת דו לאדנסט ארויף דעם בילד. וכן אני נוהג לפעמים.

רוב מאל אויך, אבער מיין אפיל איז געווען לכבוד די נערוונלאזע ניקס וועלכע לאדענען געזיגלטע סחורה אטאמאטיש.

שמעקעדיג » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:58 am

· #234231
לאור וואס רוב בילדער ווערן אומאקצעפטירבאר מיטן וואטערמארק אויפן גאנצן שיעפן לענג איבערן בילד, וואלט איך געוואלט פארשלאגן אז די DEFAULT פועם וואטערמארק זאל זיין אויף "ניין", ד.ה. עס זאל נישט זיין קיין וואטערמארק, ס'רוב בילדער זענען דאך ממילא נישט אייגענע געכאפטע נאר קאפירט ערגעץ פון דעם אינטערנעט, טא ווער עס וויל דוקא יא, האט דעם אפציע צו דרוקן דעם "יא" קנעפל, אזוי וועלן רוב בילדער אויסקומען בעסער צו זעהן.

ווער איז מיט מיר?

בשבילי! » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:21 pm

· #234238
א ווי אייביג איז דער אמת ערגעץ אינדערמיט וואלט איך פארגעשלאגן אז מ'זאל לייגן דעם וואסער מארק אין דער זייט, נישט אזוי שיף אויפן גאנצן ברייט, וועט עס נישט שטערן דעם בילד.

חסיד » דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 3:19 pm

· #234292
אדער אז עס איז טארנספארינט טיילווייז

שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:37 pm

· #239710
שמעקעדיג
לאור וואס רוב בילדער ווערן אומאקצעפטירבאר מיטן וואטערמארק אויפן גאנצן שיעפן לענג איבערן בילד, וואלט איך געוואלט פארשלאגן אז די DEFAULT פועם וואטערמארק זאל זיין אויף "ניין", ד.ה. עס זאל נישט זיין קיין וואטערמארק, ס'רוב בילדער זענען דאך ממילא נישט אייגענע געכאפטע נאר קאפירט ערגעץ פון דעם אינטערנעט, טא ווער עס וויל דוקא יא, האט דעם אפציע צו דרוקן דעם "יא" קנעפל, אזוי וועלן רוב בילדער אויסקומען בעסער צו זעהן.

ווער איז מיט מיר?

berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 8, 2014 7:44 pm

· #239712
שמעקעדיג: דו ביסט 100% גערעכט. די זאך איז נישט אז ס'מאכט נערוועז אדער ס'שטערט. מיט דעם וואטערמארק זענען א סאך פיקטשערס פשוט אומזעעבאר. ס'איז יצא שכרו בהפסידו.
איין משל וואס קומט מיר אין זיכרון. די "טאטאא" פון די רבי אויפ'ן פוס פון יענעם "חאסיד". מיט'ן וואטערמארק האט מען אינגאנצן נישט געזעען די בילד פון די רבי. און ס'איז נישט געווען פארשטענדליך די מטרה פון ארויפלאדענען די בילד...!

חאצקעל שניידער » מאנטאג מאי 4, 2015 8:13 pm

· #272531
Re: חדש: אויטאמאטישע "וואטערמארק" פאר בילדער
פארוואס איז עס נאך דא? מדארף אינגאנצען אוועקנעמען די אפציע , לפחות דארף מען מעורר זיין דעם עולם עס צו פארלעשן