☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » מוזיק! » יוסי גרין - אידיש נחת

יוסי גרין - אידיש נחת

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #7059
בלאט: 1 2

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 8:55 pm

· #219950
יוסי גרין - אידיש נחת
בשעת מיר זיצן און בייסן די עקן פון די קאצקע צוקער איבער א הייסן שאל קאווע, זיצט יוסי גרין ביים פיאנא אין סיגעיט און ארבעט אויפן נייעם אלבום זיינער אידיש נחת.

אידיש נחת איז אויסגעוועלט געווארן צו דינען אלץ די נאמען פאר דעם נייעם קינדער פראיעקט, דאס הייסט א טאטע סידי ווי קינדער זינגען, פארשטייט זיך אז די קינדער קווייער ווערט דירעקטירט דורך די אלעמען באקאנטער קווייער דיירעקטאר מושי קרויס פון MK Studios, און איז ערווארטעט צו זיין א גאר רייכער פראיעקט אזוי ווי עס פאסט פאר אזעלכע ריזן.

די מוזיק ווערט ארעינדזשד דורך נפתלי משה שניצלער וועלכער איז באקאנט מיט זיינע הערליכע עיבודים, און ווי עס שיינט וועט נישט זיין אינעם אלבום קיין עלעקטראנישע מוזיק בכלל. לייק.

ווער האט צוצולייגן ידיעות?

שמעקעדיג » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 9:36 pm

· #219953
וואס מיינט עס וועט נישט זיין עלעקטראנישע מוזיק?

יואב » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:04 pm

· #219956
שמעקעדיג
וואס מיינט עס וועט נישט זיין עלעקטראנישע מוזיק?

לכאורה אז ס׳וועט זיין מוזיק אך ורק אויף דעם אלטן שטייגער, לאפוקי DJ, אדער אזא געמיש, אזוי ווי רוב לעצטערע סידיס.

לאליפאפ » מוצ"ש אוגוסט 30, 2014 10:28 pm

· #219964
יא יא גוט אריינגעלערנט פשט עטץ אלע.

יעצט באמערקט אז @MK Studio דרייט זיך דא!

ר' משה געב אונז א ריפארט פליז.

MK Studio » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:02 pm

· #220165
א גוטן אייך אלע שותי קאווע.
שקויעך פאר די איינליידענונג אריינצוקומען איבערגעבן ס'ווארט.

איך האב נישט קיין סאך וואס מוסיף צו זיין לדברי לאליפאפ.

דער אלבום האט 10 ניגונים ממיטב נגוני יוסי גרין, 9 פרישע ניגונים און איין באקאנטע ניגון וואס דער חידוש דערפון איז אז ס'איז דאסמאל געזינגען געווארן דורך קינדער.
די עיבודים מאכט נפתלי משה שניצלער, וואס האט אראפגעלייגט א מייסטערהאפטיגער ארבייט, די מוזיק איז עכטע מוזיק, (עס זענען גראדע דא עטליכע ניגונים וואס האבן געהאט מער אן עלעקטראנישע פיהל, דעריבער זענען די דראם'ס דארט עלעקטראניש)

די קינדער קווייער ב'"ה איז אויסגעקומען איינס אין דער וועלט, וואו דער עולם וועט אליינס מעיד זיין גלייב איך, ווי אויך האב איך ארייינגעלייגט עטליכע פרישע ילדי פלא וואס מ'האט נאכנישט געהערט פון זיי ביז היינט.

בעת די שורות ווערן געשריבן האט יוסי נארוואס פארענדיגט זיינע לעצטע וואקאלס פאר דעם אלבום, נעקסט סטאפ איז מיקס….

לאליפאפ » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:36 pm

· #220181
אה מיי גאש.. עקסייטינג!

שכוח ערעב עם קעי.. (באווייז דיר פון צייט צו צייט פליז)

מנחם » זונטאג אוגוסט 31, 2014 5:44 pm

· #220187
א דאנק פאר אייער באריכט.
עס איז ריפרעשינג צו הערן אז עס קומט נאך אמאל ארויס אן אלבוים מיט א רייכע קוואליטעט.
איך האף דער עולם וועט האבן שכל און קויפן, נישט קאפיען און דראפשאכטלן.

סאשי פיש » זונטאג אוגוסט 31, 2014 6:05 pm

· #220195
היינט אינעם סטאדיא יוסי גרין מיט מושה קרויס
image.jpg

טעפל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 10:01 am

· #220393
ווער גייט זינגען? יוסי גרין מיט די קינדער? אדער גאר מוישי קרויס?

שעפטל » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 2:04 pm

· #220459
הער איך אז ס'דא נאר קינדער, און שטייצעך אליינס די "קווייער..." פון ר' יוסל'ן....

כ'קען עס זעהן די טעיפ אויף וואס מ'ווארט...

נאך דערציילט מיר איינער, אז די אלבום גייט הייסן "מתנה טובה" (מסתמה ע"ש איינע פון די ניגונים דארטן אויפן אלבום) און די סעריע (אהההה, ס'קומט ארויס נאך???) הייסט "אידיש נחת"

לאליפאפ » מאנטאג סעפטעמבער 1, 2014 2:16 pm

· #220462
שעפטל
הער איך אז ס'דא נאר קינדער, און שטייצעך אליינס די "קווייער..." פון ר' יוסל'ן....

כ'קען עס זעהן די טעיפ אויף וואס מ'ווארט...

נאך דערציילט מיר איינער, אז די אלבום גייט הייסן "מתנה טובה" (מסתמה ע"ש איינע פון די ניגונים דארטן אויפן אלבום) און די סעריע (אהההה, ס'קומט ארויס נאך???) הייסט "אידיש נחת"

דאס לעצטע מיינעך איז נישט ריכטיג, זעה דא.

MK Studio » זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:25 pm

· #229117
דער נייער אידיש נחת אלבום "מתנה טובה" וועט אי"ה זיין אין די געשעפטן דעם מיטווואך.

דיסטריביוטעד ביי ניגון דיסטריביוטערס, און דא האט איר דעם קאווער.

א דעטאלירטער באריכט וועט אי"ה נאכפאלגן.
📎 1606989_10204994382043048_6980001390278806088_n.jpg

לאליפאפ » זונטאג אקטאבער 19, 2014 12:55 pm

· #229126
Wow! מתנה טובה בא לעולם!

MK Studio » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:14 pm

· #229159
אין די סעריע פון אידיש נחת ברענגען מיר אייך די ערשטע אלבום "מתנה טובה" וואס באשטייט פון 10 ניגונים קאמפאזירט דורך אונזער אלעמען באקאנטער קאמפאזער יוסי גרין וואס ברויך נישט קיין ספעציעלער אינטראדאקשאן יעדער ווייסט ווער דאס איז, און אסאך פון דא זענען אויפגעוואקסן מיט גאר אסאך פון זיינע ניגונים.

די 10 ניגונים באשטייען פון 9 נייע ניגונים און איין אלטע ניגון.
די ניגונים זענען געווארן אראפגעזינגען דורך מיינע קינדערלעך קווייער און קינדערלעך סאלא'ס, און כ'האב אריינגעלייגט א שווערע און שיינע ארבייט, סיי אין די הערליכע סאלא'ס און סיי אין די קוייער און אין די הארמאני'ס, אויף וואס איך ארבייט שוין באלד צוויי יאר אז דאס זאל זיין א דבר השלם.

אויך האב איך אויף דעם אלבום א שיינע סורפרייז, א נייער ילד הפלא וואס איז שוין לאנג נישט געווען אזוינס. א אינגעלע מיטן נאמען "ישראלי לויפער" וואס לייגט אראפ זיינע שטיקלעך אז מ'קען אויסגיין פאר מתיקות.

אלע ניגונים ווערן אויך באגלייט דורך יוסי אליין, וואס ווארפט אריין זיינע געפילן דא דארט, וואס דאס גיבט צו א געוואלדיגע רייכקייט צו יעדן ניגון באזונדער.

דער אלבום איז פראדוסט געווארן דורך אני הקטן. די מוזיק איז מייסטערהאפטיג אראפגעשפילט געווארן דורך אונזער אלעמען באקאנטן נפתלי משה שניצלער, וואס האט דאסמאל איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען, און אהערגעשטעלט די מוזיק כדבעי.

געמיקסט געווארן דורך לערי געיטס און נפתלי משה.

יידל » זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:19 pm

· #229162
יש פריוויו?

סאשי פיש » זונטאג אקטאבער 19, 2014 10:47 pm

· #229260
די נייע איבערגעמאכטע פריוויא דא

קינד_אן_קייט » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:11 am

· #229280
די ערשטע פריוויו איז בעסער לדעתי, ס׳הערט זיך מער ווי א קינדער כאור (דוגמת מב״ק און יב״ק, אבער היימיש), די צווייטע הערט זיך אביסל צו ערנסט (מער ווי א מחנה שלוה אלבוים).

א שיינער חידוש אין עולם פון היימישע נגינה! כ׳וועל עס קויפן בלי״נ.

רויטע וואנצעס » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:49 am

· #229283
הערליך, ארגינעל זייער נאן טיפיקעל סחורה. די שבת ניגון געפלאכטן מיט די קינדער כאר און יוסי איז סאמטינג ספעשיל!

ודי למבין » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 8:44 pm

· #229457
אין א שמועס מיט יוסי גרין האט ער מעך געזאגט אז די אלבוים איז ארויס געקומען סאך בעסער ווי ער אליין האט ערווארטעט. ער גיבט פיל קרעדיט פאר עם קעי און פאר די קינדער וועלכע זינגען זייער ווארים און הארציג.

לך לך » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:34 pm

· #229459
בערגער זרילי זינגט דארט?

יאיר » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:51 pm

· #229462
טאקע הערליך און ווארעם.

לאליפאפ » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:47 pm

· #229467
לך לך
בערגער זרילי זינגט דארט?

טעג @MK Studio, וועט ער אויסזאגן.

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:05 pm

· #229469
סאו יעדער וואס וויל קען דא עפענען אן אשכול עדווערטייזן זיינע סחורה? איך בין נישט דערעגען איך פרעג נאר. וואס איז די פאליסי לגבי אשכולות וואס זענען לויטער עדס פאר א פראדוקט? מארגן קען קליינס אייזקרים עפענען אן אשכול וועגן די נייע פלעיוואר אייזקרים וואס זיי געבן ארויס?

קאווע טרינקער » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:09 pm

· #229473
דו פארגלייכסט שירות ותשבחות פארן אייבירשטען צו אן אייזקרים ביזנעס?? חלילה לך!!

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:14 pm

· #229474
לעיקוואד
סאו יעדער וואס וויל קען דא עפענען אן אשכול עדווערטייזן זיינע סחורה? איך בין נישט דערעגען איך פרעג נאר. וואס איז די פאליסי לגבי אשכולות וואס זענען לויטער עדס פאר א פראדוקט? מארגן קען קליינס אייזקרים עפענען אן אשכול וועגן די נייע פלעיוואר אייזקרים וואס זיי געבן ארויס?

ווילסט מען זאל פארשפארן די מוזיק פארום?
ווי זעסטו לויטער עדס?
עס איז דא אשכולות איבער די איד. די בלאט. מאמענט. שטערן. שפאקטיוו.
וואס איז דא אנדערש?! אדרבה ילמדנו רבינו.


נ.ב. לאליפאפ האט געפענט די אשכול נישט די בעל מחבר.

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:19 pm

· #229477
סנישט שווער צו זעהן דער חילוק פון די מיט די.

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:28 pm

· #229480
לעיקוואד
סנישט שווער צו זעהן דער חילוק פון די מיט די.

די מיט די איז שווער
די מיט דו איז גרינגער.

כוכב » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:37 pm

· #229482
א נייע סידי, א נייע ספר איז אלץ או אינטערעסאנטע נייעס ווידעראום אייזקרים אינטערעסירט נישט קיינעם.

לעיקוואד » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:38 pm

· #229483
הוא גופא למה? מסתם ביי די אייזקרים ליבהאבער איז דאס א נייעס פונקט ווי ביי די מוזיק ליבהאבער איז דאס א נייעס.

סאשי פיש » מאנטאג אקטאבער 20, 2014 11:53 pm

· #229484
זעט אבער אויס אז עס איז נישט דא גענוג אייזקריעם ליבהאבערס אז מען זאל גרינדען פאר זיי עקסטערע פארומס ווידעראום אויף ספרים און ביכער און אויף מוזיק האט מען יא געמאכט.
אפשר טאקע דארף מען רעדן צו באריסטא דערוועגן.
קען אפשר זיין אז אייזקריעם האט יא א באזונדערע פארום פאר זיך איך מיין די קונסט פארום, ווי אזוי צו מאכען א גוטע אייזקריעם...

MK Studio » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:21 am

· #229544
לך לך
בערגער זרילי זינגט דארט?



זרילי בערגער זינגט אויפן אלבום אלס א חלק פון די קווייער, (ער האט געזינגען ביי מיר 4 יאר אין די קווייער) אבער נישט אלס סולו.

קאנצעפט » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:23 am

· #229545
צו זאגן אז דא איז נישט די פלאץ פאר אן אשכול אין מוזיק פארום איבער א מוזיק אלבום ארויסגעגעבן דורך די סמעטענע אין אידיש מוזיק, איז נאריש גערעדט. כ'זע נישט וואס קען זיין א גרעסערע מוזיק נייעס ווי דעם
לעיקוואוד, איך בין דיסעפוינטעד!

ודי למבין » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 4:46 pm

· #229607
לעיקוואד האט א פוינט. אבער מאי עמא דבר? די מציאות איז אז אלע (פארשטייט זיך אז איך מיין צו זאגן אסאך...) פארומס, יודישע און גוישע, טוען "עדווערטייזען" מוזיק. איי געס די ריזען איז ווייל ס'נישט דווקא אן עדווערטייזמענט נאר א שמועס איבער דעם און דאס איז א זאך וואס גאר אסאך מענטשן האבן ליב צו דיסקוסירן...

שעפטל » דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:19 pm

· #229609
סאשי פיש
די נייע איבערגעמאכטע פריוויא דא

די קווייער איז הערליך, בקיצור אן @MK Studio פראדוקט. איך קען קוים ווארטן אויף דעם אלבום, טראץ דעם וואס די פריוויו דארף ווען אפשר זיין מער יוסי'ן!

יידל » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:39 am

· #230020
מ'האמיר זיך אקורשט איינגעהאנדלט דעם קאסעטע פון ניגון מוזיק דאט קאם. דער ערשטער ניגון, התקבצו, איז עפעס שלא מעלמא הדין, עס האט מיר נאסטאלגיש צוריקגעטראגן צו די הויעכע מאמענטן וואס כ'האב געהאט הערנדיג גרין'ס התו השמיני בשעתו.

לאליפאפ » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:41 pm

· #230082
לעיקוואד
סאו יעדער וואס וויל קען דא עפענען אן אשכול עדווערטייזן זיינע סחורה? איך בין נישט דערעגען איך פרעג נאר. וואס איז די פאליסי לגבי אשכולות וואס זענען לויטער עדס פאר א פראדוקט? מארגן קען קליינס אייזקרים עפענען אן אשכול וועגן די נייע פלעיוואר אייזקרים וואס זיי געבן ארויס?

שים לב, אז איך האב געעפנט דעם אשכול און נישט MK, און בכלל דעדיקעיט קאווע שטיבל א מוזיק פארום און נישט א נייע עסן פראדוקטן פארום, ממילא איז נישט מער ווי שכלדיג צו אריינלייגן דא פשוט'ע נייעס פון מוזיק. וואס איז דיין תמיהה?

שמעקעדיג » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:09 pm

· #230129
און וואס איז מיטן אשכול אז גפן עפנט א נייע מילכיגע ליין?

סאשי פיש » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 2:11 pm

· #230130
עס איז מער א פאליטיק אשכול פארוואס גפן טוט עס און אז זיי האבען די מאנפאל אויף די כשר׳ע מארקעט און אז מען טאר עס נישט צולאזען

הרב_שלום » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 5:32 pm

· #230154
וואס איז פשט אז ער זינגט אויף יעדע נוגין וואס ער קאמפאזט

יין שרף » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:09 pm

· #230158
ווייל ער האט א שיינע קול.

איך אויך » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:35 pm

· #230183
חחח.

לאליפאפ » דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:14 pm

· #230225
הרב_שלום
וואס איז פשט אז ער זינגט אויף יעדע נוגין וואס ער קאמפאזט

ער בעט ביליגער אזוי

MK Studio » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:37 am

· #230720
דער אלבום איז אקורשט געווארן עוועילעבל אויף עמעזאן, האפענטליך וועט עס נישט נעמען לאנג עס זאל זיין אויף גוגל פלעי און אייטונס.

איך אנטשולדיג זיך פאר די דילעי, די קאמפאני וואס לייגט ארויף די זאכן אנליין האט געמאכט פראבלעמען ארויפצולייגן אויף אייטונס, און אונז האמער נעכטן נאכט געטוישט צו א נייע קאמפאני.

מ גפני » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 11:50 am

· #230721
כ'האב נעכטען אויסגעהערט דעם CD כ'זאג אייך רבותי אזא "מתנה טובה" האמיר שוין לאנג נישט באקומען, @MK Studio כה לחי!!!

שעפטל » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 1:02 pm

· #230729
ס'וועט זיין אפשר אביסעלע באורינג און קינדעריש צו שרייבן אז אויף דעם האמער געווארט, מ'זאגט עס נאכאמאל און נאכאמאל אויף יעדע צווייטע אלבום.

גראדע איז אבער די אלבום א חידוש נפלא! ביז יעצט האט מען געהערט גוטע אלבום'ס מיט קינדער פון קינדערלעך, יעשיווע בויס, צו מיאמי (פוי!) בויס, העכסטענס א קעמפ שלוה... אבער אזאנס פראפעשענאל פון @MK Studio קווייער איז העכער אלע ערווארטונגן! שיין, זיס און אזוי פראפעשענעל, מ'קען (עכ"פ איך) דאס הערן און הערן נאכאמאל און נאכאמאל.

פאר ווער ס'האט ליב וויאזוי יוסי זינגט און קרעכצט איז דאס ממש וואונדערבאר, סיי זיין ווילדע זינגן ביים ערשטן ניגון, סיי זיין קרעכצט ביי "קדוש".

האט פיינע סאולא'ס, שיין און טייל קוקט מיר אויס גאר אינגע וואס געבן צו אביסל ספייס צום נייעם אלבום.

די קווייער פון די קינדער בשעת יוסי זינגט איז מלא חידושים, זייערע געשרייערייען זענען ווערט אלע געלטער, איך האב שוין באלד מורא אז משי געט זיי צופיל קולעי וואסער צו העכערן זייער ציקער און צולאזענקייט... יו נאו וואט? איך ספאנסער נאך א פולע קעיס פון קולעי..!

און יא, דער אדרבה ניגון, איז גראדע גאנץ א גוטע אויסוואל פון זיינע אלטע ניגונים!

אוי ווי מעכטיג אוי ווי הייליג... אפפס סארי ס'ארבייט יעצט דא

פליקער » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 3:52 pm

· #230761
איך האב איצט געקויפט זיין קאסעט, עס איז א מייסטער אלבאם, הגם זיין שטימע איז עפעס א מאדנע שטימע, ווי ער זאל וועין אינהעילען םוילעה, ווער עס האט אים איינגערעדט אז זיין שטים איז גראד פון געניידעם גייט גראד אין געהענם, אבער די קינדער זענען עפעס הערליך, די קאמפאזישן'ס זאנען גאר גיט, אפילו אדרבה האט באקימען א נייעם צורה, א כלל עס האט געלוינט די צעינער.

ציגרעטל » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:15 pm

· #230772
?is it on the play store yet
?link

שמעקעדיג » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 5:59 pm

· #230794
פליקער
ווי ער זאל וועין אינהעילען םוילעה

תם מה הוא אומר מה זאת?

מצטמק ויפה » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 6:17 pm

· #230797
יא! איך האב שוין מסיים געווען דעם סידי בלי גוזמא 30 מאל און איך קען ענק זאגן דאס איז וואָן אָוו עי קיינד. און די סיבה פארוואס איך האב געווארט ביז דרייסיג מאל צו שרייבן עפעס אויפן סידי איז פשוט ווייל געווענליך נאך דריי מאל הערן א סידי קען איך שוין די גאנצע זאך אויסעווייניג מיט יעדע קנייטש, און מפּאקט עס אוועק אז עס זאל זיין וואס צו מסדר זיין פאר פסח. אבער עפעס דא איז עס בכלל נישט אזוי, איך הער עס איבער און איבער און איבער און יעדעס מאל הער איך א נייע חידוש א נייע קנייטש א נייע הארמעני עס איז עפעס געוואלדיג.

די ניגונים איז א הערליכע קאלעיקשן ספעציעל געקליבן אז עס זאל זיך הערן שיין מיט א קינדער כאר יעדע ניגן איז מלא חידושים און געשמאק. די קינדער כאר איז עפעס וואס די וועלט האט נאך נישט געזעהן מושי האט אריינגעלייגט שעות שעות ארבייט, די הארמעני, די נאכפאלגן, עס איז געוואלדיג. יעדע פאל פונעם ניגון האט ער א פרישע איינפאל א פרישע געדאנק בקיצור א מעסטער פּיס.

יוסי איז דאך נישט קיין סוד אז ער איז א שטיק ניגון און ווען מ'הערט א ניגון פונעם קאומפוזער אליין האט עס גאר א אנדערע טעם, ער זינגט געוואלדיג אויף דעם אלבוים און אויך אלעס מיט א חשבון וואו יא און וואו נישט אז עס זאל זיך הערן פּערפעקט.

די מוזיק אויפן אלבום האט נפתלי משה געמאכט. איך מיין אז מ'קען זאגן אז ער האט נאך אזאנס נישט באוויזן עס אעז טאקע נישט די סארט מוזיק וואס א נישט-מוזיק גלייכער האט ליב ווייל עס האקט נישט און זעצט נישט אבער אז מען לייגט צו קאפ הערט מען ממש פלאים אויף יעדע ריר "נפתלי משה ביסט ריזיג".

ישראל קאפקע » מאנטאג אקטאבער 27, 2014 7:08 pm

· #230810
שמעקעדיג
פליקער
ווי ער זאל וועין אינהעילען םוילעה

תם מה הוא אומר מה זאת?


העליום צוריקצעוועגס, ווען מען רעדט נאכן אריינאטעמען העליום גאז קומט די קול ארויס זייער נידריג, (סאיז זייער פאני צו זען, גראדע)
בלאט: 1 2