☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!

מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!

121 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6051
בלאט: 1 2 3

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 8, 2014 7:44 pm

· #189383
מאלעזשיען עירליינס פליגער פארשוואונדן!
א אינטערנאציאנאלע אינוועסטיגעשן גייט אן אין די יעצטיגע שעות איבער א פארלוירענע מאלעזשיען עירליינס פליגער וועלכע איז פארלוירן געגאנגען גאר פלוצלינג זייענדיג אין די וויעטנאמער הימלען.

די פליגער MH370 האט זיך געהויבן אום 12:41 שבת אינמיטן די נאכט לאקאלע צייט פון די קואלא לאמפור לופטפעלד אין מאלעזשיע, און איז געווען ערווארטעט דעם זעלבן טאג אינעם בעידזשינג אינטערנאציאנאלע לופטפעלד אין כינע, אבער צום באדויערן זענען משפחה און פריינט פון די רייזנדע אויף פלייט 340 געבליבן ווארטן אויף זייערע נאנטע, און זיי ווארטן נאך אלץ אין א דערנעבנדע האטעל אין בעידזשינג.

וויבאלד היינט צוטאגס איז דאס א גאר זעלטענע פאסירונג אז א פליגער זאל קראכן אין די לופטן, נאך וואס די סיסטעמען זענען גאר פארגעשריטן און מעלדן שנעל איין וועלכע פראבלעם עס קען זיך נאר מאכן איז עס ווי געזאגט זעלטענע געשעעניש, ממילא שליסן די אויטאריטעטן נישט אויס די מעגליכקייט אז מ׳רעדט פון א טעראריסטישע אקט, בפרט אז עס איז געווארן אז צוויי פאסאזשירן אויפן פליגער האבן אויפגעשטיגן מיט גע׳גנבטע פאספארטן.

וואס מאכט די געשיכטע נאך מער מיסטעריעז איז אז די פליגער איז (געווען) א באואינג 777, א מאדעל מיט גאר גוטע מעכאניזם וואס האט זעלטן ווען אמאל געהאט מעכאנישע פעלערן אין די לופטן מיט אן אויסנאם פון איין פאל לעצטע יאר אין סאן פראנציסקא ווי אזא פליגער האט געהאט גאר א שווערן קראך לאנדונג אין וועלכע דריי קינדער זענען אומגעקומען, אבער אדערווייז איז דער 777 דער לעצטער נחשד צו ווערן אויף עפעס בייזן, וואס דאס מאכט מער מסתבר אז ס׳זאל האבן פארגעקומען עפעס מיט שלעכטע כוונות.

דער פילאט פונעם פלייט איז אויך נישט קיין לערנינג סטודענט פלייער, נאר א פילאט אין דעם פירמע פאר איבער 30 יאר און איז שוין געפלויגן 18,000 שעה.

אין דעם פאל זענען אויפן פליגער געווען 239 מענטשן פון פערצן פארשידענע נאצינאליטעטן, אריינגערעכנט צוויי בעיביס און צוועלף קרו מעמבערס ווען די פליגער איז גאר פלוצים פארשוואונדן געווארן פון העכער די דרום כינעזער ים ארום 2:40 שבת פארטאגס, אן איבערלאזן די מינדעסטע צייכן פון נויט אדער דאס גלייכן.

עטליכע לענדער אינעם געגנט האבן ארויסגעשיקט מיליטער לייט און רעטונגס אגענטורן אפירצוזוכן דעם מאלעזשיען עירליינס פלייט, אריינגערעכנט כינע וועלכע האט געהאט 160 בירגער אויפן פליגער, וויעטנאם אין וועמענס הימלען די ער׳ט פלאנען האבן זיך צום לעצט באוויזן אויף די ראדארן, און מאלעזיע צו וועמען די פליגער און פילע בירגער געהערן.

אין פאקט האבן די רעטונגס אגענטורן געטראפן צוויי אויל צייכענעס אין יענעם געגנט וועלכע זענען נישט צו א גוטער סימן, אבער חוץ פון דעם נישט קיין שפור פון א גאנצן, האלבן, אדער פערטל עראפלאן. ס׳איז אינטערעסאנט צו אנדייטן אז די וועטער אינעם געגנט ווייזט צו האבן געווען א קלארע און בכלל נישט קיין שטורעמישע אין יענעם צייט אויף יענעם ארט.

עס כאפט א שוידער ווען מ׳דערמאנט זיך ווילאנג עס האט גענומען ביז מ׳האט געטראפן א שפור פונעם עיר פראנס פליגער אין 2009 נאך וואס זי איז אין א ענליכן פאל פלוצלינג פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן ערגעץ העכער די אטלאנטיק.

בשעת איך שרייב די שורות איז פארהאן עטליכע הונדערט משפחות וועלכע ווארטן צו הערן א ברעקעלע אינפארמאציע, און די אויגן פון די מידיע און פון די גאנצע וועלט איז געוואנדן קיין אזיע צו הערן וועלכן באריכט איבער פלייט 370.

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 8, 2014 8:01 pm

· #189387
[ציטאט אראפגענומען]

קוקט אויס אז ניין. ס'איז נישט זיכער אז דאס איז פארבינדן צום פליגער, עס איז באמערקט געווארן דורך א וויעטנאמער זוך פליגער.

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 8, 2014 8:02 pm

· #189388
א פחד. א דאנק לאלי פארן שיינעם באריכט.
יעדע מאל מען זעהט אזא נייעס גיט עס א טיוכע אין הארץ, מען האפט פארן בעסטן און מען איז גרייט פארן ערגסטן, עס איז דאך א מאסן טראגעדיע.

בפרט, ווי דו שרייבסט, אז דער פליגער האט א ריינע היסטאריע און איז גאר פארזיכערט, און בכלל איז פליען היינט דאס זיכערסטע אופן פון טראנספארטאציע, כאפט א שוידער ווען מען הערט אזעלכע מיסטעריעזע געשיכטעס.

זאל מען הערן גוטע בשורות.

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 8, 2014 8:11 pm

· #189389
דער ספעציפישער באואינג 777 פון מאלעזשיען עירליינס
📎 IMG-20140309-WA0001.jpg

שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 8, 2014 8:11 pm

· #189390
עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 8, 2014 8:13 pm

· #189391
שמעקעדיג
עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 8, 2014 8:32 pm

· #189397
מאפע פונעם געגנט
📎 _73452720_china_malaysia_plane_464.gif

berlbalaguleh » מוצ"ש מערץ 8, 2014 8:35 pm

· #189398
לאליפאפ
שמעקעדיג
עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!

ווען ס'איז א קרימינאלע אינוועסטיגעישן איז עס די ארבעט פון די עף.בי.איי. 🙄 😕

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 8, 2014 9:02 pm

· #189409
berlbalaguleh
לאליפאפ
שמעקעדיג
עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!

ווען ס'איז א קרימינאלע אינוועסטיגעישן איז עס די ארבעט פון די עף.בי.איי. 🙄 😕

מאן יימר? קליינער פארדאכט אויף טעראר, אינטערעסאנט. זעהט אויס אמעריקא האלט אז ס'איז שטארק מעגליך פארבינדן מיט טעראריזם.

אליצפן » מוצ"ש מערץ 8, 2014 9:44 pm

· #189416
לאליפאפ
שמעקעדיג
עף בי איי זענען אהינגעפלויגן צוצוהעלפן מיט די אויספארשונג, נאך וואס 3 פאסאזשירן זענען אמעריקאנער.

נישט NTSA? לכאורה מער פאסיג אין אזא פאל!

דו מיינסט אוודאי
NTSB (National transportation safety board)
און אויף דעם איז די תשובה ניין. זיי
פארשן אויס טראנספארטאציע עקסידענטן נאר אין אמעריקע, אויסער אויב מ'בעט זיי זייער הילף פון אנדערע לענדער. משא''כ די FBI פארשט אויס קרימינאלע אקטן אקעגן אמעריקאנער בירגער בכל מקומות מושבותיהם.
בנוגע דער 777, אמת טאקע עס האט דער סאמע בעסטע זיכערקייט רעקארד פון סיי וועלכער פליגער. נאר צוויי מאל האט עס געקראכט, און ביידע מאל אויפן ערד ביים לאנדן, נישט ווי אנדערע עראפלאנען וואס פאלן ארויס פון הימל. איין מאל איז וואס דו דערמאנסט פאראיאר אין סאן פראנסיסקא, דער צווייטער מאל איז געשען ארום 6-7 יאר צוריק אין לאנדאן היטראו ווען ביידע מאטארן האבן זיך פארלאשן ביים לאנדען, און דער עראפלאן האט געמאכט א קראך לאנדונג אן קיינע געשעדיגטע.
דעריבער קומט דער נייעס ווי א שטארקע שאק צו יעדן אין דער אינדעסטרי.

לאליפאפ » מוצ"ש מערץ 8, 2014 10:50 pm

· #189425
אפדעיט:

נייעס קוועלער געבן יעצט אן אז אויטאריטעטן פארשן אויס די אידענטיטעט פון נאך צוויי פאסאזשירן וועלכע שטעלן זיך אויך ארויס צו האבן געווען פאלשע פאספארטן.

די רעטונגס אגענטורן האבן יעצט פארברייטערט די שטח ווי מ'זוכט דעם פארלוירענעם עירקרעפט וויבאלד עס איז דא א קליינע טשאנס אז די פליגער האט זיך צוריקגעדרייט נאכן ווערן אפגעהאקט פון אלע קאנעקשנס און ראדארן.

די פארדאכטן איבער די מעגליכקייט פון טעראר האלט אין איין וואקסן.

NTSB און FBI זענען ביידע טייל פון די פארשונגען.

הדד בן בדד » זונטאג מערץ 9, 2014 5:32 am

· #189485
דערווייל איז דא א מחלוקה צווישן די מאלעיזיער רעגירונגס באאמטע אויב עס איז געוווען נאר צוויי אדער גאר פיר פאסאזשירן מיט פאלשע פאספארטן (נישט פאלשע נאר גע'גנב'עטע, וואס מאכט מיך טראכטן אז מען דארף אויספארשן די בא'גנב'עטע אויך) איין רעגירונגס באאמטער זאגט פיר אבער אן אנדערער שרייט נישט פיר נאר צוויי.

זלמן זאפיר » זונטאג מערץ 9, 2014 8:38 am

· #189495
דער 777 איז שוין א פליגער וואס מען פארקויפט שוין פאר איבער 19 יאר
באוינג האט שוין פארקויפט דערפין 1178 פליגער'ס

איז קיין איין דערפון האט נישט אויפגעריסן אין די לופטן

דאס איז דער חידוש יעצט

לאליפאפ » זונטאג מערץ 9, 2014 11:19 am

· #189520
בנוסף צו וואס אנאנים זאגט אז רעטונגס לייט האבן געזען אביעקטן פלאטירן אויפן וואסער, רודערן אויך די נייעס סטאנציעס אז א כינעזער פאמיליע מיטגליד פון איינע פון די פאסאזשירן האט סוקסעספול זיך פארבינדן מיט א סעליולער טעלעפאן אויפן פליגער, און אז אויטאריטעטן פראבירן צו טרעקן דעם קאל.

טעפל » זונטאג מערץ 9, 2014 11:43 am

· #189529
מ'גיט איבער אז אויפן פליגער איז געוועהן א איד פון אירקוצק סיביר ניקולאי ברוצקי 43 יאר און האט צוויי קינדער, זאל מען הערן בשורות טובות.

שמעקעדיג » זונטאג מערץ 9, 2014 12:37 pm

· #189543
און ער איז ארויסגעפלויגן שבת?
שוין, לאמיר נישט פרעגן, מיתתו תהא כפרתו.
(אויב דער תגובה פאסט נישט, ביטע מעורר זיין און כ'וועל פארמעקן)

sefish » זונטאג מערץ 9, 2014 12:40 pm

· #189545
אין אזעלכע נייעס פעלער ווען מ'רעדט פון א 'איד' מוז עס נישט זיין א רעליגיעזער איד

לאליפאפ » זונטאג מערץ 9, 2014 12:47 pm

· #189551
sefish
אין אזעלכע נייעס פעלער ווען מ'רעדט פון א 'איד' מוז עס נישט זיין א רעליגיעזער איד

טאקע? כ'האב דווקא געטראכט אז ער איז געפארן אויף פיקוח נפש עפעס... גוט אז דו זאגסט

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:52 am

· #189797
שוין 2 טעג שפעטער, און נאך אלץ איז נישט פאראן קיין סימן פונעם פליגער. די זוכעניש שפרייט זיך אויס אויף גרעסערע שטרעקעס.

די פארשער באשטעטיגן אצינד אז די אויל פלעקן וואס מען האט געטראפן עטליכע מייל אוועק אין ים איז "נישט" קיין עראפלאן געז.

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:53 am

· #189799
און די ברוכווארג?

איש עברי » מאנטאג מערץ 10, 2014 12:46 pm

· #189828
ווי שיין וואלט געוועהן ווען די רבבות אידן אין מאנהעטן וואלטן צוזאמען געזאגט א תפלה אויף די שוידערליכע מעשה, אז די משפחות זאלן שוין הערן בשורות טובות

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 12:55 pm

· #189830
ווי אזוי קען דאס זיין אז היינטיגע צייטן זאל מען נאך נישט וויסן די לעצטע פאזיציע פינעם פליגער, ווי אזוי קען זיין אז די שווארצע קעסטעל וואס איז גרויס ווי א מילך קעסטל זאל נישט ארויפלאדענען די אינפארמאציע תיקף ומיד אויף א דאטא בעיס, אנע דעים וואס מען זאל ברויכן זיכן דעים דיווייס אין די טיפענישן פינעם ים, איך בין נישט לאנג ציריק געפארן אויפן פליגער, איך האב א גאנצען וועיג געהאט אינטערנעט, אויב וואלט איך געווישט מיין קרעדיט קארטל אויפן ספעציעלן פלאץ אויפן זיץ וואלט איך אויך געקענט פלוידערן אויפן טרייבל וואס האט געשמייכלט צי מיר אויפן זיץ, ווער קען מיר זאגן פארוואס עס שיקט נישט די נויטיגע אינפארמאציע לייו ווען אלע טעכנעלאגיע איז דאך דא,

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 10, 2014 1:59 pm

· #189851
איש עברי
און די ברוכווארג?

איין שטיק וואס מ'האט געמיינט איז א טיר איז למעשה גארנישט געווען.

[ציטאט אראפגענומען]

קאל שומרים..

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 2:23 pm

· #189865
פליקער
ווי אזוי קען דאס זיין אז היינטיגע צייטן זאל מען נאך נישט וויסן די לעצטע פאזיציע פינעם פליגער, ווי אזוי קען זיין אז די שווארצע קעסטעל וואס איז גרויס ווי א מילך קעסטל זאל נישט ארויפלאדענען די אינפארמאציע תיקף ומיד אויף א דאטא בעיס, אנע דעים וואס מען זאל ברויכן זיכן דעים דיווייס אין די טיפענישן פינעם ים, איך בין נישט לאנג ציריק געפארן אויפן פליגער, איך האב א גאנצען וועיג געהאט אינטערנעט, אויב וואלט איך געווישט מיין קרעדיט קארטל אויפן ספעציעלן פלאץ אויפן זיץ וואלט איך אויך געקענט פלוידערן אויפן טרייבל וואס האט געשמייכלט צי מיר אויפן זיץ, ווער קען מיר זאגן פארוואס עס שיקט נישט די נויטיגע אינפארמאציע לייו ווען אלע טעכנעלאגיע איז דאך דא,

אלא מאי, מוז דאך זיין אז עפעס איז נישט אין ארדענונג!
אדער האט מען עס בכוונה פארלאשן, אדער ווען עס פאלט אריין במצולות ים שיקט עס טאקע ארויף אזעלכע שטראלן פאר עטליכע מעת לעת (ביז דער באטערי שטארבט), אבער נישט אלעס קען מען. מיר מענטעשעלעך זענען גאנץ באגרעניצט, און אויסער דורך פאלושען און גלאבעל ווארעמינג, קענען מיר נישט אייננעמען די וועלט (בדרך הלצה).

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 2:33 pm

· #189867
איך רעד פון לייוו אינפארמאציע סטרים, וואס עס כאדעוועט זיך אינעם שווארץ קעסטעל, זאל זיך סטרימען צי די באערדע

הדד בן בדד » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:15 pm

· #189900
מען האט שוין אסאך גערעדט איבער דעם ענין, די פיילאטס יוניאנס האבן דאס געפייט ווייל זיי ווילן נישט אז מען זאל זיי שטענדיג אונטערהערן, און דערפאר טאקע האלט די שווארצע קעסטל נאר א האלבע שעה, די לעצטע וואס עס האט געארבעט, און פאר דעם ווייסט מען גארנישט וואס איז געווען. עס איז טאקע זייער נאריש, ווייל די שווארצע קעסטל טעכנאלאגיע איז אזוי אלט, אז עס איז ערגער פון א חוזק אז דאס איז וואס מען נוצט פאר אזעלכע ערנסטע זאכן, אבער דאס איז דער מציאות. די פילאטן אליינס האבן באקעמפפט דעם געדאנק ווייל זיי ווילן נישט זיין שטענדיג רעקארדירט.

פליקער » מאנטאג מערץ 10, 2014 5:26 pm

· #189903
זאלן זיי ניצען סניפטשאט וואס טיט דיליטן נאך א האלבע שעה

ווילן נישט די פילאטן אויך לעיבן,

אגב עס איז דא עטליכע קעסטלעך, איינס טאקע הערט אינטער, אבער די דאטא וואס עס טיט זיך מיט די מעכאניק חלק פינעם פליגער איז דאס אויך א פראבלעים

דער (פינטעל) איד » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:03 pm

· #189938
א קנעכטישע (פרייע בלע"ז) איד האט געזען השגחה פרטית ער האט געוואלט בוקן א טיקעט אויף יענע פלייט ביי א פרומע טרעוועל אגענט, ער האט נישט געוואלט בוקן א טיקעעט פאר א איד צו פליען אין שבת האט יענער גענומען א טיקעט פאר א טאג פריער און יעצט איז ער א לעבעדיגער.
וחי בהם!

געפילטע פיש » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:27 pm

· #189944
דער (פינטעל) איד
א קנעכטישע (פרייע בלע"ז) איד האט געזען השגחה פרטית ער האט געוואלט בוקן א טיקעט אויף יענע פלייט ביי א פרומע טרעוועל אגענט, ער האט נישט געוואלט בוקן א טיקעעט פאר א איד צו פליען אין שבת האט יענער גענומען א טיקעט פאר א טאג פריער און יעצט איז ער א לעבעדיגער.
וחי בהם!

מקור


@ברעסלאווער, חיזוק צו אמונה צו נישט, א שיינע מעשה איז זיכער.


טעגינג @חזקיהו המלך, די גאנצע עראפלאן פארשווינדען ווערן מעשה איז רייף פאר קאנספיראציעס. עליענס? אדער מוסד?

חכם עדיף מנביא » מאנטאג מערץ 10, 2014 7:44 pm

· #189946
דער פליגער, וואס איז געפלויגן בעצם יום השבת קודש, איז געפירט געווארן קיין תרשיש דורכ'ן סמאל וכת דיליה. גאט צערענט אויף אונז אידן, וואס לייגן אן אלע פראבלעמען פון דור אויף דאס פארבליבענע קומץ קטנה ערליכע אידן, און ווארפן אן דאס שולד פון אלע צרות, אנגעבליך אויפן אינטערנעט און צניעות.
מיט'ן דאזיגן אינצידענט וויל גאט קלארשטעלן: "נישט אייך תורה-טרייע אידן צארן איך, נאר די מחללי שבת ואוכלי נבילות וטריפות".

שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:54 pm

· #189968
נו צו וואס גיסט ער אויס דעם צארן אויף אומשולדיגע גוים וועלכע זענען ערליך מקיים דעם גוי ששבת חייב מיתה?

לאליפאפ » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:42 pm

· #189987
@חכם עדיף מנביא נאום ה' האסטו פארגעסן ביים סוף

מ גפני » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:05 am

· #190012
געפילטע פיש
@חזקיהו המלך, די גאנצע עראפלאן פארשווינדען ווערן מעשה איז רייף פאר קאנספיראציעס. עליענס? אדער מוסד?

יא דא האסטו עס

שעפטל » דינסטאג מערץ 11, 2014 12:26 pm

· #190037
Malaysia military tracked missing plane to west coast: source

(Reuters) - Malaysia's military believes a jetliner missing for almost four days turned and flew hundreds of kilometers to the west after it last made contact with civilian air traffic control off the country's east coast, a senior officer told Reuters on Tuesday.

In one of the most baffling mysteries in recent aviation history, a massive search operation for the Malaysia Airlines Boeing 777-200ER has so far found no trace of the aircraft or the 239 passengers and crew.

Malaysian authorities have previously said flight MH370 disappeared about an hour after it took off from Kuala Lumpur for the Chinese capital Beijing.

"It changed course after Kota Bharu and took a lower altitude. It made it into the Malacca Strait," the senior military officer, who has been briefed on investigations, told Reuters.

That would appear to rule out sudden catastrophic mechanical failure, as it would mean the plane flew around 500 km (350 miles) at least after its last contact with air traffic control, although its transponder and other tracking systems were off.

A non-military source familiar with the investigations said the report was one of several theories and was being checked.

LOST CONTACT

At the time it lost contact with civilian air traffic control, the plane was roughly midway between Malaysia's east coast town of Kota Bharu and the southern tip of Vietnam, flying at 35,000 ft.

The Strait of Malacca, one of the world's busiest shipping channels, runs along Malaysia's west coast.

Malaysia's Berita Harian newspaper quoted air force chief Rodzali Daud as saying the plane was last detected at 2.40 a.m. by military radar near the island of Pulau Perak at the northern end of the Strait of Malacca. It was flying about 1,000 meters lower than its previous altitude, he was quoted as saying.

There was no word on what happened to the plane thereafter.

The effect of turning off the transponder is to make the aircraft inert to secondary radar, so civil controllers cannot identify it. Secondary radar interrogates the transponder and gets information about the plane's identity, speed and height.

It would however still be visible to primary radar, which is used by militaries.

Police had earlier said they were investigating whether any passengers or crew on the plane had personal or psychological problems that might explain its disappearance, along with the possibility of a hijack, sabotage or mechanical failure.

There was no distress signal or radio contact indicating a problem and, in the absence of any wreckage or flight data, police have been left trawling through passenger and crew lists for potential leads.

"Maybe somebody on the flight has bought a huge sum of insurance, who wants family to gain from it or somebody who has owed somebody so much money, you know, we are looking at all possibilities," Malaysian police chief Khalid Abu Bakar told a news conference.

"We are looking very closely at the video footage taken at the KLIA (Kuala Lumpur International Airport), we are studying the behavioral pattern of all the passengers."

A huge search operation for the plane has been mostly focused on the shallow waters of the Gulf of Thailand off Malaysia's east coast, although the Strait of Malacca has been included since Sunday.

Navy ships, military aircraft, helicopters, coastguard and civilian vessels from 10 nations have criss-crossed the seas off both coasts of Malaysia without success.

The massive search for the plane has drawn in navies, military aircraft, coastguard and civilian vessels from 10 nations.

STOLEN PASSPORTS

The fact that at least two passengers on board had used stolen passports has raised suspicions of foul play. But Southeast Asia is known as a hub for false documents that are also used by smugglers, illegal migrants and asylum seekers.

Interpol Secretary General Ronald Noble named the two men as Iranians aged 18 and 29, who had entered Malaysia using their real passports before using the stolen European documents to board the Beijing-bound flight.

"The more information we get, the more we are inclined to conclude it is not a terrorist incident," Noble said.

Malaysian police chief Khalid said the younger man, who he said was 19, appeared to be an illegal immigrant. His mother was waiting for him in Frankfurt and had been in contact with authorities, he said.

"We believe he is not likely to be a member of any terrorist group, and we believe he was trying to migrate to Germany," Khalid said.

Asked if that meant he ruled out a hijack, Khalid said: "(We are giving) same weightage to all (possibilities) until we complete our investigations."

Both men entered Malaysia on Feb 28, at least one from Phuket, in Thailand, eight days before boarding the flight to Beijing, Malaysian immigration chief Aloyah Mamat told the news conference. Both held onward reservations to Western Europe.

Police in Thailand, where the Italian and Austrian passports were stolen and the tickets used by the two men were booked, said they did not think they were linked to the disappearance of the plane.

"We haven't ruled it out, but the weight of evidence we're getting swings against the idea that these men are or were involved in terrorism," Supachai Puikaewcome, chief of police in the Thai resort city of Pattaya, told Reuters.

About two-thirds of the 227 passengers and 12 crew now presumed to have died aboard the plane were Chinese. Other nationalities included 38 Malaysians, seven Indonesians, six Australians, five Indians, four French and three Americans.

China has deployed 10 satellites using high-resolution earth imaging capabilities, visible light imaging and other technologies to "support and assist in the search and rescue operations", the People's Liberation Army Daily said.

The Boeing 777 has one of the best safety records of any commercial aircraft in service. Its only previous fatal crash came on July 6 last year when Asiana Airlines Flight 214 struck a seawall on landing in San Francisco, killing three people.

U.S. planemaker Boeing has declined to comment beyond a brief statement saying it was monitoring the situation.

ברסלבער » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:20 pm

· #190122
געפילטע פיש
טעגינג @חזקיהו המלך, די גאנצע עראפלאן פארשווינדען ווערן מעשה איז רייף פאר קאנספיראציעס. עליענס? אדער מוסד?

עלעקס דזשאנס האט פיר טעאריעס וואס עס האט געשעהן מיטן פליגער. בויענדיג אויף דעם אז ווען מען רופט צו די טעלעפאנען פון די פאסאנדשירן קלינגט עס נאך אלץ.

1. די פליגער איז אוועק געפירט געווארן צו אן אומבאוואוסטע ארט, און אלע מענטשן דערויף זענען געקידנעפט געווארן, און ווערן פארהאלטן אלס משכונות. (ער לייגט צו אז דאס לייגט זיך אבער נישט אויפן שכל).
2. אין די העכערע ספערן איז פארהאן אזא גרופע וואס קענען מאכן א זאך פארשוואונדען ווערן פון איין ארט און אויפקומען אויף א צווייטן ארט (teleportation) און זיי האבן פארכאפט דעם פליגער און געפירט ערגעץ וואו אין די ספערן אריין, אבער אויף א געוויסע וועג איז נאך אלץ דא טעלעפאן קאמיוניקאציע צו אהין.
3. די זוך אקציע איז פשוט נישט אויף די ריכטיגע פלאץ וואו דער פליגער איז פארשוואונדען.
4. א געוויסע מיליטערישע כח, זאל עס זיין א מענטשליכע אדער א אבער-מענטשליכע, האבן אנטוויקלט א נייע סארט וואפן מיט וואס מען קען אפווישן אן ערעפלאן עס זאל ווערן כעפרא דארעא אונטער א סעקונדע. אדער האט עס די כח אוועקצופירן דעם פליגער מיט די אויבנדערמאנטע טעלעפארטאציע כח. און יעצט האבן זיי אויספרובירט די וואפן אויף דעם פליגער.

ער פירט אויס אז מיטן יעדן פארבייגייענדע טאג וואס מען טרעפט נישט די איבערבלייבענישן פונעם פליגער, מאכט עס מער מסתבר אז עס זענען געווען דא פארמישט העכערע מיסטישע כוחות...

יעצט גיי פרעג אים אפ...

ווי עס זעהט אויס איז @חזקיהו המלך העפטיג פארנומען אין די אויספארשונג. אבער עס וואלט געווען שיין פון אים ווען ער רייסט זיך אפ פאר עטליכע מינוט, אונז צו געבן א שטיקל אפדעיט.

שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:33 pm

· #190123
פארשטיי איך נישט, אויב דער פליגער איז כעפרא דארעא, ווי איז שייך אז די טעלעפאנען קלינגען נאך?

מ גפני » דינסטאג מערץ 11, 2014 6:53 pm

· #190128
שמעקעדיג
פארשטיי איך נישט, אויב דער פליגער איז כעפרא דארעא, ווי איז שייך אז די טעלעפאנען קלינגען נאך?

א קשיא אויף קאנספיראטער

ביבער » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:14 pm

· #190144
נו וואו זענען די מקובלים ווען מ'דארף זיי? קרויס עקשטיין סאפרין, עני וואן פליז? יעצט קען מען נאך פארקויפן מופתים נישט קומטס לאחר המעשה.

דער (פינטעל) איד » דינסטאג מערץ 11, 2014 8:19 pm

· #190147
מ'האט געטראפן פלארייד אין דע וואסער ווי ס'פארשווינדן געווארן. זאגן זיי יעצט אז דער פלארייד האט עס אפשר אראפגעווארפן

רויטע וואנצעס » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:30 pm

· #190177
Malaysian Air Force official says flight showed up on radar an hour after losing communications

It appears to have been way off course, heading wrong direction

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:31 pm

· #190178
יא נאר אויף זייער ראדאר. נישט אויף די ציוועלע

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:37 pm

· #190180
איינער האלט ס'איז נאך דא 1% טשענס אז ס'זענען דא איבערלעבער?

למשל געווען אמאל א מעשה באשריבן אין שטערן וועגן א פליגער וואס האט געקראכט ביי די אנדען בערג און עטליכע האבן איבערגעלעבט אויף א משונה'דיגן אופן ביז זיי זענען געקראכן מיילן צו עפעס א דערפל וכו' וכו', לענינינו איז דא א ספק אדער יעצט זוכט מען נאר די באדיס און די בלעק באקס?

ריזנעבל ענטפערס פליז

הערשי » דינסטאג מערץ 11, 2014 10:47 pm

· #190186
ברסלבער
געפילטע פיש
טעגינג @חזקיהו המלך, די גאנצע עראפלאן פארשווינדען ווערן מעשה איז רייף פאר קאנספיראציעס. עליענס? אדער מוסד?

עלעקס דזשאנס האט פיר טעאריעס וואס עס האט געשעהן מיטן פליגער. בויענדיג אויף דעם אז ווען מען רופט צו די טעלעפאנען פון די פאסאנדשירן קלינגט עס נאך אלץ.

1. די פליגער איז אוועק געפירט געווארן צו אן אומבאוואוסטע ארט, און אלע מענטשן דערויף זענען געקידנעפט געווארן, און ווערן פארהאלטן אלס משכונות. (ער לייגט צו אז דאס לייגט זיך אבער נישט אויפן שכל).
2. אין די העכערע ספערן איז פארהאן אזא גרופע וואס קענען מאכן א זאך פארשוואונדען ווערן פון איין ארט און אויפקומען אויף א צווייטן ארט (teleportation) און זיי האבן פארכאפט דעם פליגער און געפירט ערגעץ וואו אין די ספערן אריין, אבער אויף א געוויסע וועג איז נאך אלץ דא טעלעפאן קאמיוניקאציע צו אהין.
3. די זוך אקציע איז פשוט נישט אויף די ריכטיגע פלאץ וואו דער פליגער איז פארשוואונדען.
4. א געוויסע מיליטערישע כח, זאל עס זיין א מענטשליכע אדער א אבער-מענטשליכע, האבן אנטוויקלט א נייע סארט וואפן מיט וואס מען קען אפווישן אן ערעפלאן עס זאל ווערן כעפרא דארעא אונטער א סעקונדע. אדער האט עס די כח אוועקצופירן דעם פליגער מיט די אויבנדערמאנטע טעלעפארטאציע כח. און יעצט האבן זיי אויספרובירט די וואפן אויף דעם פליגער.

ער פירט אויס אז מיטן יעדן פארבייגייענדע טאג וואס מען טרעפט נישט די איבערבלייבענישן פונעם פליגער, מאכט עס מער מסתבר אז עס זענען געווען דא פארמישט העכערע מיסטישע כוחות...

יעצט גיי פרעג אים אפ...

ווי עס זעהט אויס איז @חזקיהו המלך העפטיג פארנומען אין די אויספארשונג. אבער עס וואלט געווען שיין פון אים ווען ער רייסט זיך אפ פאר עטליכע מינוט, אונז צו געבן א שטיקל אפדעיט.

נומער איינס איז ממש נישט מסתבר, משא"כ צוויי און פיר זענען עפעס אויף וואס די גמרא וואלט געפרעגט, פשיטא.
וואס איז באדייטנד אז די טעלעפאנען קלונגען? מיינט דאס אז די טעלעפאנען זענען ריטשארד נאך פיר טעג און אנגעצונדן?

לאליפאפ » דינסטאג מערץ 11, 2014 11:34 pm

· #190212
טשייניז עיר פארס האט יעצט באמערקט א פלעטינג אביעקט וואס איז מעגליך טייל פון פלייט 370

ישמעאל הכהן » דינסטאג מערץ 11, 2014 11:40 pm

· #190214
אין וועלכע וואסער? לינק ביטע

פלעין יודיש » מיטוואך מערץ 12, 2014 8:16 am

· #190240
נאכן טרעפן פעלטשערייען מיט פאספארטן אויפן פליגער איז די פלאן אז די פליגער וועט פון פריש מיזען ארויפארן צי איר דעסטאנאציע
פינקט ווי ביי די בחירות אין בית שמש...

לאליפאפ » מיטוואך מערץ 12, 2014 8:18 am

· #190241
לכאורה איז דעי פליגער פארבינדן מיט די מארד פון שטארק.. ביידן כאפט מען נישט

דער (פינטעל) איד » מיטוואך מערץ 12, 2014 11:28 am

· #190267
לאליפאפ
ביידן כאפט מען נישט

ביידן אין אין וואשינגטאן

יתרו » מיטוואך מערץ 12, 2014 11:29 am

· #190268
הערשי
נומער איינס איז ממש נישט מסתבר, משא"כ צוויי און פיר זענען עפעס אויף וואס די גמרא וואלט געפרעגט, פשיטא.
וואס איז באדייטנד אז די טעלעפאנען קלונגען? מיינט דאס אז די טעלעפאנען זענען ריטשארד נאך פיר טעג און אנגעצונדן?

פאר די אלע וואס פרעגן דא( און אין אנדערע אשכולות) ווי איז געמאלט אז די טעלעפאנען קלינגען נאך נאך פיר טעג, האט שוין די רבי קלאר געשטעלט בשם די עקספערטן אז ווען מען מאכט אינטערנאציאנאלע קאללס נעמט א שטיק צייט ווי לאנג עס גייט דורך די פאן קאלל, און כדי אז דער מענטש זאל נישט אראפלייגן דעם טרייבל בינו לבינו האט מען מתקן געווען אז עס זאל קלינגן דערווייל און אויב ביים סוף זעט דער קאמפויטער אז עס איז נישט אקטיוו הערט עס דאן אויף צו קלינגן.

מורינו הרב » מיטוואך מערץ 12, 2014 2:13 pm

· #190298
די שאלה איז אויב מען קומט אן צו א וואויסבאקס...
בלאט: 1 2 3