דער פאסט איז אראפגענומען געווארן
אשכול אן א טיטל #6042
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #6042
הפלא ופלא
WOW! ימים מיט פרישע סחורה אדורכצוגיין, איך האף עס צו קענען ערלעדיגן ביז פסח.
משוגע צו ווערן! אזא ארבעט! יישר כח.
כעלמער הערליך שיין אבער גדר גדרתי בעדי שמי שאינו מלייקק אין מלייקקין אותו
איש עבריכעלמער הערליך שיין אבער גדר גדרתי בעדי שמי שאינו מלייקק אין מלייקקין אותו
פאר אזא ארבעט מעגסטו פורץ גדר זיין...
איך קען נישט צוקוקן אזא אומבאלאנס
האט שוין געלייקט: 1
שוין באקומען לייקס: 224
האט שוין געלייקט: 1
שוין באקומען לייקס: 224
בכל אופן לאמיר נישט פארקריכן, איך נעם אראפ דעם היטל פאר'ן מגיד א מייסטער פראפעסיאנעלע שטיקל מיט אלע טעמים, ער דערמאנט די "חד ביתא" פון די לאטמה חברה, אוי זענען דאס געוועהן זיסע לצים א שאד אז סאיז אונטערגעגאנגען אט איז זייער מגילת אסתר שלום עכשיו ווערסיע, מענייני דיומא
<a class="postlink" href="http://youtu.be/dlhDtLZ5lbI">http://youtu.be/dlhDtLZ5lbI</a>
<a class="postlink" href="http://youtu.be/dlhDtLZ5lbI">http://youtu.be/dlhDtLZ5lbI</a>
אז איינמאל פסח שפעט ביינאכט האט א קעצעלע אויפגעגעסן א גאנצע ציגעלע. ווי אזוי?! דאס איז שוין אן אנדערע קשיא.
הברמן צייכענט אן אז לויט שמרוק'ס נוסח 'חד גדיא' וואו ציווישען דעם גדיא מיטן קאץ קומט אריין א מייזעלע וואס פארצוקט דעם ציגעלע און דער קאץ איז מסדר דעם מייז וכו' און אזוי ווייטער, פאלט אוועק די גאנצע קשיא.
האיך יתקיימו שניהם א קעצעלע א ציגעלע נישט. אבער א מייזעלע א ציעגעלע יא ????
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו
א געוואלדיגע ארבעט! איך בין נבהל ונשתומם פון די ידיעות וואס ווערן דא צוזאמגעווארפן. א גרויסן דאנק פאר'ן צוזאמשטעלן און אהערברענגען כשולחן עורך.
אין א זייטיגע נאטיץ בין איך פונקט די וואך געקומען אקעגן אן ענליכע לידל וואס רופט זיך The house that Jack built, די וואס זענען אינטערעסירט קענען זען אן אנימירטע קליפ וואס לייגט אראפ די גאנצע געשיכטע אין שיינע הגדה בילדער:

אוי אגב חורפתיה לא דק אינגאנצן פארגעסן ארויס צו ברענגען מיין התפעלות זייער שיין א מייסטער ארבעט שרייב עס כאטש אין א גליון, עיתון, ירחון וכו' עס איז מסתמא חדשים ארבעט כהאב אלץ געוויסט אז די חוזק פון כעלעם איז געווען וועגן עין הרע אזא מגיד פוי פוי פוי (מיט א פה דגוש) ר
וואו! הערליכע ארטיקל, און פיינע פארש ארבעט! איך וואלט אויך געזאגט אז די ארטיקל באלאנגט אין א ירחון, אבער דארט קען מען נישט לייגן קיין לינקס, באלאנגט עס יא דא.
שכויך הרב המגיד.
שכויך הרב המגיד.
<a class="postlink" href="https://www.youtube.com/watch?v=17G6uf9ZgHk">https://www.youtube.com/watch?v=17G6uf9ZgHk</a>
ווען איך האב פארציילט די מעשה פון חד גדיא פאר מיים 4 יעריג קינד זאגט ער מיר בתוך המעשה "מ'קען קויפן א נייע" ווי איינער זאגט מאי כולו רעש, קויף א נייע אין פארטיג, ס'איז דאך נאר צוויי גולדן
@אנאנים, זייער שיין צוזאמגענומען און אראפגעשריבן. יישר כח.
פון חוזה פון לובלין זאגט מען אז דער פיוט איז א סגולה קעגן עין הרע. אזוי ווי די מלאכים זענען זייער מקנא די אידן וואס רעכטן אפ אזא שיינעם סדר, זאגט מען דעם פיוט אלס סגולה קעגן עין הרע.
האב איך געקלערט עפ"י פשטות אז די בעסטע סגולה קעגן עין הרע איז אראפ צו שפילן די זאך אז עס נישט אזוי גרויס ווי עס זעהט אויס, און דעריבער האט מען איינגעפירט צו זינגען נאכן סדר א פשוטער פאלקס לידל, און מיט דעם אראפ שפילן אז נאכן גאנצן סדר זענען מיר נאך ווייטער פשוטע מענטשן.

איך האב דאס פארפאסט פאריאר? א פלא. ביז איך גיי אדורך די אלע לינקס וועט שוין זיין זמן קריאת שמע של שחרית..
עכ"פ, לגבי די הערות אויף די טעותים אין אראמיש, פארשטיי איך נישט אזוי די הוכחה. עס איז אינו דומה די אראמיש פון דער בבלי צו ירושלמי צו זוהר צו מדרש, כ'בין נישט שטארק באקאנט אבער עס זעהט עפעס אויס אראמיש האט געהאט אמאל אזא פנים ווי אידיש היינט, יעדער האט זיך געשריבען מיט זיינע כללים אין זיין דיאלעקט, קען דאך פונקט אזוי זיין דער מחבר פון חד גדיא האט גערעדט עפעס אזא פארגרייזטע אראמיש?

פון דיינע ביידע נקודות איז א ראיה להיפך. נישט איין און נישט צוויי אידיש רעדנער קענען שרייבען אויף אידיש און טאקע מאכען די טעותים און דאס איז נישט סותר אז זיי רעדן אידיש טאג טעגליך, נאר שרייבער זענען זיי שוואכע. איז ממה נפשך איז דער מחבר בסך הכל געווען א שוואכע שרייבער, אזוי צו אזוי קען מען נישט פון דעם דרינגען אויב האט ער גערעדט אראמיש טאג-טעגליך. אמת די אנדערער ראיות בלייבן, אבער זיי ליידן אלע פון דער פראבלעם אז לא ראינו אינו ראיה.
[ציטאט אראפגענומען]
פעלט נישט אויס אויסצורעדן אז פון אן ארטיסטיש פערפעקטיוו הייבט דאס נישט אן צו זיין א תשובה צו אלברשטיין.. צו שרייבן שטינקרא אנשטאטס שטינקער און דאס רופען אן אראמיש פיוט קען יעדער שטינקער..
אמת, נישטא קיין סיבה אנצונעמן אז יא און נישטא קיין סיבה אנצונעמען אז נישט. אין אנדערע ווערטער, מען ווייסט נישט. דער הגדה פון ש"נ האט עס אויך לכאורה נישט מחדש געווען בלייבט מען ווייטער ביים "איני יודע". וואס עס פעלט אויס די החלטיות ווייס איך נישט.
אויס מענטשאוי אגב חורפתיה לא דק אינגאנצן פארגעסן ארויס צו ברענגען מיין התפעלות זייער שיין א מייסטער ארבעט שרייב עס כאטש אין א גליון, עיתון, ירחון וכו' עס איז מסתמא חדשים ארבעט כהאב אלץ געוויסט אז די חוזק פון כעלעם איז געווען וועגן עין הרע אזא מגיד פוי פוי פוי (מיט א פה דגוש) ר
אויס מענטש: איך ווייס נישט אויב דו לעבסט נאך. אפשר ביסטו מגולגל געווארן אין איינעם פון די נייע ניקס, וועלכע זענען ב"ה נתרבה געווארן דא אין קאווע שטיבל, בליעה"ר. כמעט אויף אזא אופן ווי די אידן אין מצרים. "שישה בכרס אחד"...!בכל אופן. אז אונז זעה מיר וויאזוי דער כעלעמער מגיד זעהט אויס. קענמען זיך שוין פארשטעלן וויאזוי דער חעלעמער קהל האט אויסגעזעהן... 😂 🙄
[ציטאט אראפגענומען]
אויב איך האב נישט קיין טעות דארף ווען שטיין אויף אראמיש 'גדיא חדא' (דער נומער איינס דארף קומען פאר'ן שם עצם).
מזל טוב צו די 1000 תגובה
די באלערענדע פארש ארבייט ביי קאווע שטיבל'ס כעלעם'ער מגיד ווערט צוגעצייכענט ביי אנדערע
http://www.jewishfolksongs.com/he/one-only-kid-he#Fox
דרך אגב, צו טרעפן מער פון די זשאנרא סיפורים אדער לידער, זוך פאר Chain-Folktales
http://www.jewishfolksongs.com/he/one-only-kid-he#Fox
דרך אגב, צו טרעפן מער פון די זשאנרא סיפורים אדער לידער, זוך פאר Chain-Folktales
איך ברענג דאס ארויף לכבוד פסח פאר די נייע ניקים
שיח ושיג #פסיכאלאגיש גערעדט: פאר א 4 יעריג קינד איז זייער שווער צו פארנעמען און דיעלן מיט די טראומא אז די קאץ האט אויפגעגעסן די ציגעלע. וויל ער וויסן אז מ'קען קויפן א נייע. דארף דער טאטע זאגן אז מ'האט געקויפט א נייע ציגעלע.ווען איך האב פארציילט די מעשה פון חד גדיא פאר מיים 4 יעריג קינד זאגט ער מיר בתוך המעשה "מ'קען קויפן א נייע" ווי איינער זאגט מאי כולו רעש, קויף א נייע אין פארטיג, ס'איז דאך נאר צוויי גולדן
[ציטאט אראפגענומען]
איך האב געטראכט אז אפשר איז דער מחבר שיר חד גדיא געווען "פאליטיקלי קארעקט" פאר זיין צייט. אזוי ווי די היינטיגע "פרומע" עמי הארץ. וועלכע רופן אלעס אן בלשון זכר.. למשל זיי זאגן ..."דער תורה". (יי וועלן נאך באלד וועלן שרייבן "תורא" מיט אן אל"ף.)