☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » רעגן-פאל און טעמפראטור-רעקארדס פאר סענטראל פארק

רעגן-פאל און טעמפראטור-רעקארדס פאר סענטראל פארק

92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #598
בלאט: 1 2

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 7:36 am

· #11066
רעגן-פאל און טעמפראטור-רעקארדס פאר סענטראל פארק
מיר אלע זענען דריי מאל א טאג מתפלל ברך עלינו את השנה הזאת, און מ'בעט אז ס'זאל זיין ושבעינו מטובה, ס'זאל זיין א זאט יאר, אזוי אויך ביי ר"ח בענטשן בעט מען אז ס'זאל זיין "גשמים בעתם", און אויך אין פארשידענע אנדערע זמנים בעט מען שטענדיג השי"ת אז ס'זאל ח"ו נישט זיין קיין טרוקעניש.

אבער אסאך מאל קען זיך דאכטן אז ס'האט דאך אזויפיל גערעגענט די לעצטע פאר טאג, אדער וואכן, ווי צב"ש אזוי ווי מיר שטייען יעצט, און דעריבער האט מען נישט אזוי ערליך אינזין ביי ברך עלינו, אבער פאר די עוורידזש פארן יאר איז מען היפש אונטערשטעליג, דעריבער עפן איך דעם אשכול ווי איך וועל אי"ה יעדן טאג אפדעיטן דעם עולם ווי ס'האלט די רעגן פאל אין ניו יארק סיטי, וואס עס ווערט געמאסטן אין סענטראל פארק מאנהעטן, צו איז מען אינטערשטעליג אדער ב"ה ס'איז דא א שפע, און אינאיינוועגס וועט מען שוין באריכטן צייט צו צייט פון אנדערע רעקארדס אין סענטראל פארק ווי צב"ש די טעמפראטור וכדו'.


---
נעכטן מיטוואך מאי 9 איז אין סענטראל פארק געפאלן 0.33 פון א אינטש רעגן.

די מערסטע רעגן פאר דעם טאג איז געווען 1.42 וואס איז געשאפן געווארן פאר 14 יאר צוריק אום יארע 1998.

פון אנפאנג מאי ביז יעצט איז שוין געפאלן 1.65 אינטשעס, בעת וואס אין עוורידזש איז די נומער 1.15, דאס מיינט אז דערווייל איז מען אין דעם חודש מיט 0.50 איבערוואגיק.

ווען מ'קוקט אבער אויפן גרעסערן בילד שטעלט זיך ארויס אנדערש, מ'איז נאך יעצט היפש אונטערשטעליג... פון אנפאנג יארע 2012 ביז יעצט איז געפאלן 10.77 אינטשעס, בעת וואס אין דורכשניט וואלט מען יעצט געדארפט האלטן ביי 16.75 אינטשעס, דאס מיינט אז מ'איז הינטערשטעליג מיט 5.98 אינטשעס (כמעט 6 אינטשעס).

פאראיאר אין די צייט האט מען שוין געהאלטן ביי 20.44 אינטשעס.

---
די העכסטע טעמפראטור נעכטן איז רעקארדירט געווארן 5:13 נאכמיטאג ביי 69 דעגרי, וואס איז פונקט די נארמאלע טעמפראטור פאר די צייט פון יאר.
די נידריגסטע איז געווען 57 וואס איז רעקארדירט געווארן 11:44 נעכטן נאכט (ביז 12:00 ביינאכט הייסט עס נאך איין טאג ביי די גוים) וואס איז מיט 5 דעגרי מער ווי די דורכשניטליכע נידריגסטע טעמפראטור וואס איז ביי 52.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 10:19 am

· #11090
אויב קוקט מען אויף די אידישע קאלענדער איז מען אויך צוריקגעבליבן.

ראש השנה היי יאר איז געווען סעפטעמבער 29, און די דורכשניט פון סעפטעמבער 29 ביז נעכטן מאי 9 איז 29.49 אינטשעס, און געפאלן איז בלויז 25.03 אינטשעס, דאס מיינט אז מ'איז צוריקגעבליבן מיט 4.46 אינטשעס.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 13, 2012 12:50 pm

· #11567
היינט איז מען שוין מיט 6.17 אינטשעס אינטערשטעליג, ס'איז אבער ערווארטעט אז במשך די וואך וועט מען קומען נענטער צו די נארמאלע רעגן צאל, צוליב די רעגענדיגע וועטערס פון היינט נאכט ביז דאנערשטאג.

שמואל הלוי » זונטאג מאי 13, 2012 12:52 pm

· #11569
ארום 1 ביז 3 אינטשעס איז ערווארטעט במשך די וואך אין די ניו יארק סיטי אומגעגנט.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 17, 2012 10:03 pm

· #13201
למעשה האט סענטראל פארק באקומען קוים א אינטש.

לעמיל » פרייטאג מאי 18, 2012 10:00 am

· #13268
על כגון דא נאמר א מענטש טראכט אין גאט לאכט

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 4:52 pm

· #13961
היינט איז ב"ה געפאלן גשמי ברכה אין די טריי סטעיט געגנט (ניו יארק, ניו דזשערזי, קאנעטיקוט).

דערווייל איז שוין היינט געפאלן אין סענטראל פארק 1.22 in, און ס'איז ערווארטעט נאך, בעיקר שפעטער אין די אווענט שעה'ן.

די רעקארד רעגן פאל אינעם היינטיגן טאג איז געשאפן געווארן אין יאר 1883 ווען ס'איז געפאלן 1.94 in.

אינעם חודש מאי אליין איז שוין געפאלן 3.69 in, וואס איז בערך א אינטש מער ווי די דורכשניטליכע 2.70 in פון מאי 1 ביזן היינטיגן דאטום.

ווען מ'רעכנט אבער פון אנהייב 2012 איז מען נאך אלס היפש אינטערשטעליג, לעת עתה איז מען צוריקגעבליבן מיט 5.49 in.

יידל » מאנטאג מאי 21, 2012 5:59 pm

· #13991
די אונטערשטע אייר רעגן היי יאר.

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 21, 2012 9:40 pm

· #14068
שמואל הלוי
דערווייל איז שוין היינט געפאלן אין סענטראל פארק 1.22 in, און ס'איז ערווארטעט נאך, בעיקר שפעטער אין די אווענט שעה'ן.

שוין צוגעקומען נאך אביסעלע רעגן.
ביז 8:30 איז רעקארדירט געווארן אין סענטראל פארק 1.24 אינטשעס.
אין ברוקלין איז דערווייל געפאלן 1.48 אינטשעס.

שמואל הלוי » דינסטאג מאי 22, 2012 8:59 am

· #14133
ס"ה רעגנפאל נעכטן (ביז 12:00 ביינאכט) איז געווען 1.40 אינטשעס.
היינט איז דערווייל שוין געפאלן 0.16 פון א אינטש.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:05 am

· #14726
לאמיר האפן אז די איצטיגע רעגן אין ניו יארק סיטי וועט ברענגען נאך א שיינע פארציע רעגן, און נענטער ברענגען צו די נארמאלע צאל רעגן וואס מען איז דערווייל נאך היפש אונטערשטעליג (הגם פיל בעסער ווי אנפאנג מאי צוליב די פארמערטע רעגענעס די לעצטע וואכן).

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:43 am

· #14747
די צענטער פון די שווערע רעגענעס איז יעצט העכער סענטראל פארק, ווי ס'ווערט אפיציעל געהאלטן די חשבונות פון די רעגן פאל.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 24, 2012 1:03 pm

· #14759
א פרישע רונדע פון טאנדער-שטורעמס באגיסט יעצט חלקים פון ניו יארק סיטי, און אויך דאס מאל וועט סענטראל פארק באקומען א שיינע פארציע דערפון.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 24, 2012 4:48 pm

· #14809
דערווייל איז היינט געפאלן 0.71 אינטש רעגן (כמעט א דריי פערטל אינטש).

אצינד איז מען אפגעריקט פון די נארמאלע רעגן-פאל מיט 4.79 אינטשעס.

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 24, 2012 6:29 pm

· #14824
א פרישע רונדע רעגן באגיסט יעצט חלקים פון ניו יארק סיטי.

שמואל הלוי » פרייטאג מאי 25, 2012 10:11 am

· #14886
סך הכל איז נעכטן געפאלן כמעט א אינטש רעגן אין סענטראל פארק, 0.95 אינטש.

אצינד איז מען אפגעריקט פון די נארמאלע רעגן-פאל מיט 4.55 אינטשעס.

---
נאך מעגליכע רעגענעס און טאנדער סטורעמס איז ערווארטעט היינט און דורכאויס שבועות, וואס וועט נאך נענטער ברענגען צו די נארמאלע צאל רעגן.

---
אינעם חודש מאי אליין איז מען יא איבערוואגיק (משלים צו זיין וואס מען האט פארפעלט), לעת עתה האלט עס ביי כמעט צוויי אינטשעס רעגן מער ווי די דורכשניט פאר דעם חודש.

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 10, 2012 2:10 pm

· #23011
אזוי ווי אין די לעצטע וואכן האט ווייניג גערעגענט, איז מען היפש צוריקגעפאלן, און יעצט איז מען אפגעריקט מיט 7.24 אינטשעס פונעם דורכשניטליכע רעגן פאל פאר די צייט פון יאר.

שמואל הלוי » זונטאג יולי 15, 2012 8:44 pm

· #24390
מ'איז שוין מיט 8.17 אינטשעס אפגעריקט...

שמעקעדיג » מאנטאג יולי 16, 2012 1:00 am

· #24442
איך קום יעצט פון די מאונטענס. די רעגנס היינט איז געווען איום ונורא. פלאס די לאנגע טרעפיק, דאס האט געמאכט מיט מיר א דזשאב כמו שכתוב, אזש כ׳פאל יעצט אריין ווי א טויטער אין בעט אריין....

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 16, 2012 9:12 am

· #24465
שמעקעדיג
איך קום יעצט פון די מאונטענס. די רעגנס היינט איז געווען איום ונורא. פלאס די לאנגע טרעפיק, דאס האט געמאכט מיט מיר א דזשאב כמו שכתוב, אזש כ׳פאל יעצט אריין ווי א טויטער אין בעט אריין....

יאפס אין די קעטקילס איז געפאלן נעכטן עטליכע אינטשעס רעגן, אבער נישט אין ניו יארק סיטי.

שפעטער ביינאכט האט יא אביסל געערגענט אין ניו יארק סיטי, אבער נישט קיין סאך, אינגאנצן 0.26 פון א אינטש, און יעצט איז מען אפגעריקט מיט 7.91 אינטשעס.

שמואל הלוי » מאנטאג יולי 16, 2012 1:21 pm

· #24524
נעקסט שאנס פאר רעגן אין ניו יארק סיטי איז דעם קומענדיגן מיטוואך, דערנאך וועט ווארשיינליך זיין א ברעיק פאר קרוב צו א וואך, דהיינו ביז דינסטאג אדער מיטוואך דברים.

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 6:04 pm

· #25829
היינט איז געווען צום ערשטן מאל דעם זומער 100 דעגרי אין סענטראל פארק מאנהעטן, און איז מיט בלויז איין דעגרי אפגעריקט פונעם רעקארד פונעם היינטיגן טאג.

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 6:05 pm

· #25830
גאר העפטיגע גשמי ברכה האבן זיך אראפגעלאזט דעם נאכמיטאג אין די ניו יארק סיטי געגנט, און עס איז נאך נישט פארטיג, עס האלט נאך אינדערמיט.

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 6:07 pm

· #25832
שמואל הלוי
נעקסט שאנס פאר רעגן אין ניו יארק סיטי איז דעם קומענדיגן מיטוואך, דערנאך וועט ווארשיינליך זיין א ברעיק פאר קרוב צו א וואך, דהיינו ביז דינסטאג אדער מיטוואך דברים.

למעשה קוקט אויס ווי ס'וועט יא רעגענען פאר קומענדיגע דינסטאג אדער מיטוואך, ס'איז דא א מעגליכקייט אז פרישע גאר העפטיגע רעגענעס וועלן אראפקומען אין ניו יארק סיטי במשך פרייטאג.

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 6:17 pm

· #25838
שמואל הלוי
גאר העפטיגע גשמי ברכה האבן זיך אראפגעלאזט דעם נאכמיטאג אין די ניו יארק סיטי געגנט, און עס איז נאך נישט פארטיג, עס האלט נאך אינדערמיט.

דערווייל איז שוין געפאלן נאנט צו צוויי אינטשעס היינט אליין, ברעכענדיג די רעקארד פארן היינטיגן טאג וואס איז געשטאנען ביי 1.59 זינט 2007.

chosen people » מיטוואך יולי 18, 2012 7:04 pm

· #25877
📎 imagejpeg_2.jpg

שמואל הלוי » מיטוואך יולי 18, 2012 7:27 pm

· #25885
ווי איז די בילד?

געפילטע פיש » מיטוואך יולי 18, 2012 11:11 pm

· #25993
שמואל הלוי
ווי איז די בילד?

זעט אויס ווי די BQE

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:04 am

· #26097
דאס ווייס איך, איך פרעג נאר ווי ס'כאפט (אויף קול מבשר האב איך געהערט אז נעבן די עקסיט צו קווינס בולעווארד איז געווען אפגעשפארט)

שמואל הלוי » דאנערשטאג יולי 19, 2012 11:10 am

· #26104
די שטארקע רעגענעס נעכטן אין ניו יארק סיטי האט צוריק נענטער געברענגט צום צאל רעגן פאר די צייט פון יאר, לעת עתה איז מען אפגעריקט מיט 6.61 אינטשעס, אבער פאר די מאנאט פון יולי איז מען שוין א משהו איבערוואגיק ווען אלעס אינאיינעם איז שוין דעם מאנאט געפאלן 2.67 אינטשעס, און די נארמאלע צאל פאר ביז דעם דאטום איז 2.55 אינטשעס.

נאך אביסל רעגן איז ערווארטעט היינט נאכמיטאג, און היינט ביינאכט, און אויף מארגן פרייטאג איז ערווארטעט שווערע רעגענעס.

נאמען » דינסטאג יולי 31, 2012 4:28 pm

· #30354
😢 שמואל האסט אינז שוין לאנג נישט updated

שמואל הלוי » דינסטאג יולי 31, 2012 4:45 pm

· #30358
סענטראל פארק ענדיגט די מאנאט פון יולי מיט 4.21 אינטשעס רעגן (חוץ אויב ס'וועט נאך אביסל צורעגענען ביז היינט 12:00 אויפדערנאכט), וואס איז מיט 0.39 פון א אינטש ווייניגער ווי די נארמאלע דורכשניט פאר דעם חודש, און איז מיט 7.12 אינטשעס ווייניגער ווי נארמאל.

אזוי אויך איז די מאנאט פון יולי געווען מיט 2.3 דעגרי ווארעמער ווי נארמאל.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 1, 2012 4:10 pm

· #30796
די מאנאט פון אוגוסט האט זיך אנגעהויבן מיטן רעכטן פיס, היינט איז דערווייל שוין געפאלן 0.63 פון א אינטש אין סענטראל פארק, און נאך רעגן איז אויפן וועג.

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 5, 2012 9:14 pm

· #31910
אין די לעצטע שעה צוויי איז צוגעקומען 0.20 פון א אינטש אין סענטראל פארק.

שמעקעדיג » זונטאג אוגוסט 5, 2012 9:19 pm

· #31915
אזוי ווייניג? עס האט דאך גע'מבול'ט איבער א שעה!

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 5, 2012 9:21 pm

· #31918
מן הסתם אין ברוקלין איז געווען מער, ביי די סארט זומער'דיגע שטורעמס, קען זיין א גרויסע חילוק פון איין פלאץ צו די צווייטע.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 6, 2012 2:29 am

· #32053
למעשה איז סך הכל געפאלן 0.22 פון א אינטש, און מ'איז יעצט אפגעריקט פונעם נארמאלע צאל רעגן פאר די צייט פון יאר מיט 7.07 אינטשעס.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 8, 2012 11:04 am

· #32870
היינט איז מען שוין מיט 7.37 אינטשעס אפגעריקט פון די נארמאלע צאל רעגן פאר די צייט פון יאר, נארמאל וואלט מען געדארפט איצט האלטן ביי 29.92 אינטשעס, דערווייל האלט מען בלויז ביי 22.55 אינטשעס זינט יאנואר 1.

אין די קומענדיגע פאר טאג דאס הייסט פון מארגן דאנערשטאג ביז מוצ"ש איז ערווארטעט רונדעס פון שווערע רעגענעס פון צייט צו צייט, וואס קען מעגליך ברענגען פרישע עטליכע אינטשעס.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:49 am

· #33371
היינט איז מען שוין מיט 7.52 אינטשעס אפגעריקט, אבער שפעטער נאכמיטאג צו ביינאכט איז ערווארטעט א טאנדער סטורעם, און אזוי אויך מארגן און שב"ק.

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 9, 2012 11:50 am

· #33372
די ערשטע 8 טאג פון אוגוסט איז געווען גאנץ ווארעם אין ניו יארק סיטי, ס'איז געווען מיט 3.1 דעגרי (איבער דריי גראד) ווארעמער ווי געווענדליך.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:06 am

· #35065
האלטענדיג 14 טאג אין אוגוסט, איז נאך אלס אין דורכשניט מיט 3 גראד ווארעמער ווי געווענדליך.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 11:07 am

· #35067
אינעם היינטיגן טאג איז מען שוין מיט 7.99 (כמעט אכט אינטשעס) אפגעריקט פונעם נארמאלן רעגן צאל פאר די צייט פון יאר.

היינט איז ערווארטעט נאך גשמי ברכה, וואס קען מעגליך ברענגען א פרישע אינטש.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:43 pm

· #35185
דערווייל איז אין סענטראל פארק געפאלן היינט קוים 0.01 פון א אינטש (א הונדערסטל פון א אינטש), אבער אין לאגווארדיע עירפארט איז געפאלן אביסל מער 0.05.

משה רוקח » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:36 pm

· #35821
עט דיס טיים מיין איך איז מען שוין איבערגעשטיגן דעם געווענליכן רעגן פאר דעם צייט אין יאר. אזא רעגן געוועהן היינט WOW!

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 5:39 pm

· #35824
ניין, בכלל נישט.

די העווי רעגענעס זענען געווען בעיקר קאנצעטרירט איבער טיילן פון ברוקלין און קווינס, אבער די אפציעלע חשבון ווערט געהאלטן אין סענטראל פארק, ווי ס'איז דערווייל היינט געפאלן אביסל ווייניגער ווי א פערטל אינטש.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 6:16 pm

· #35849
יעצט רעגנט גאר שטארק אין סענטראל פארק, באלד וועלן מיר שרייבן אי"ה וויפיל ס'איז געפאלן.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 7:05 pm

· #35874
אלעס אינאיינעם איז שוין היינט געפאלן אין סענטראל פארק איבער א האלבע אינטש רעגן (בערך ווי זעקס אינטשעס שניי), און ס'האלט נאך אינמיטן פאלן.

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 8:07 pm

· #35904
דערווייל האלט די סך הכל פארן היינטיגן טאג ביי 0.56

שמואל הלוי » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:04 pm

· #35958
ס"ה פאר היינט האלט ביי 0.57

אייגענארטיג » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 9:15 pm

· #35972
עס איז אינטערעסאנט אויף די גאס איז דא מער ווי זיי דארפן

ווי אזוי לייג איך פיקטשערס
בלאט: 1 2