☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » רעגן-פאל און טעמפראטור-רעקארדס פאר סענטראל פארק

רעגן-פאל און טעמפראטור-רעקארדס פאר סענטראל פארק

92 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #598
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » מיטוואך אוגוסט 15, 2012 11:26 pm

· #36039
אייגענארטיג
עס איז אינטערעסאנט אויף די גאס איז דא מער ווי זיי דארפן

ווי אזוי לייג איך פיקטשערס

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/3608">viewtopic.php?p=3608#p3608</a><!-- l -->

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:58 am

· #36074
Flushing.jpg

אויף פלאשינג

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:59 am

· #36075
lee and middletown
Lee &amp; Middelton.jpg

אייגענארטיג » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:00 am

· #36076
this is in monsey
Monsey 1.jpg

שמואל הלוי » דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 3:49 pm

· #36283
<a class="postlink" href="http://hatzibur.co.il/%D7%92%D7%A9%D7%9D-%D7%97%D7%96%D7%A7-%D7%91%D7%A0%D7%95%D7%90-%D7%99%D7%90%D7%A8%D7%A7-%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%94-%D7%A8%D7%97%D7%95%D7%91%D7%95%D7%AA-%D7%A0%D7%A9%D7%98%D7%A4%D7%95/">http://hatzibur.co.il/%D7%92%D7%A9%D7%9 ... %A4%D7%95/</a>

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 19, 2012 12:49 pm

· #36893
שמואל הלוי
האלטענדיג 14 טאג אין אוגוסט, איז נאך אלס אין דורכשניט מיט 3 גראד ווארעמער ווי געווענדליך.

די דורכשניט פון אוגוסט 1 ביז היינט איז מיט 1.9 ווארעמער ווי געווענדליך.

אזוי ווי די קומענדיגע פאר טאג וועט זיין אביסל קילער ווי געווענדליך איז ערווארטעט אז די דורכשניט פונעם גאנצן מאנאט ביי ענדע אוגוסט וועט זיין פונקט די עוורידזש, אדער אפילו אביסל נידריגער ווי געווענדליך.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:35 am

· #37174
די היינטיגע דורכשניטליכע טעמפרעטור פארן גאנצן מאנאט איז געפאלן צו נאר 1.5 העכער ווי נארמאל.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:38 am

· #37175
רעגן איז דערווייל אין דעם מאנאט געפאלן אלעס אינאיינעם 2.16 אינטשעס, וואס איז מיט 0.69 ווייניגער ווי געווענדליך.

די סך הכל וואס מען איז אפגעריקט פונעם דורכשניטליכן רעגן פאל פאר 2012 איז 7.81 אינטשעס.

אזוי גאר » מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:35 pm

· #37472
איך מיין אינז זעמער עדווענסד נאך אזא גאס

שמואל הלוי » זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:14 am

· #39620
מ'איז שוין מיט 8.66 אינטשעס אפגעריקט פון די דורכשניט.

אזוי גאר » זונטאג אוגוסט 26, 2012 11:48 pm

· #39885
גייט די האריקען אין פלארידא האבן א אפפעקט אויף אינזערע נומערן

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 8:58 am

· #39949
די האריקען אין ניו ארליענס מיינסטו... למעשה גייט ער נישט אויף פלארידא, ס'האט נאר געקראסט גאר נאנט צו די ברעגעס פון פלארידא, אבער ער פארט ווייטער אינעם גאלף אוו מעקסיקא און וועט אנפאלן אין די געגנט פון ניו ארליענס.

צו ס'וועט האבן אן אפעקט? דערווייל קוקט אויס אז די שיריים דערפון וועט זיך ארויפריקן שפעטער אין די וואך צו די מידוועסט, און פון דארט וועט זיך עס ריקן קומענדיגע וואך צו די נארט איסט, אלזא דערווייל איז נאך נישט קלאר אבער ס'איז מעגליך.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 1:18 pm

· #40045
0.58 פון א אינטש איז געפאלן אין די לעצטע שעה אין סענטראל פארק, און ס'איז נאך נישט פארטיג.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:09 pm

· #40068
אלעס צוזאמען איז געפאלן היינט דערווייל 0.61.

נאך רעגן איז ערווארטעט היינט נאכט, און בעיקר מארגן.

שמואל הלוי » מאנטאג אוגוסט 27, 2012 2:10 pm

· #40069
אין לאגווארדיע עירפארט איז געפאלן 0.74, און אין נוארק 0.48

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 7:05 am

· #40310
פרישע 0.13 פון א אינטש איז געפאלן במשך די פארטאגס שעה'ן און יעצט צופרי.

שמואל הלוי » דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:39 am

· #40347
נאך 0.01 פון א אינטש איז צוגעקומען היינט צופרי, אלעס אינאיינעם נעכטן און היינט איז געפאלן אין סענטראל פארק פונקטליך א דריי פערטל אינטש (0.75).

שמואל הלוי » מאנטאג סעפטעמבער 3, 2012 10:20 am

· #42431
די DEPARTURE FROM NORMAL רעגן פאל אין סענטראל פארק, האלט שוין ביי איבער 9 אינטשעס, אבער במשך די וואך איז ערווארטעט אסאך רעגן (איבערבלייבענישן פון שטורעם אייזעק) וואס קען ברענגען צווישן 2 און 4 אינטשעס רעגן אין די טריי סטעיט געגנט.

אייגענארטיג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:38 am

· #46983
ר שמואל א אפדעיט ביטע אויף די רעגן פאל ווייל איך בין געפארן יעצט אויף די עף די אר האב איך געזען גאנצעטע פאדלעך איך שטעל זיך אר אז עפעס א רושם האט עס געמאכט

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:43 am

· #47028
1.54 אינטשעס רעגן איז נעכטן געפאלן אין סענטראל פארק, וואס איז בערך אזוי ווי 16 אינטשעס שניי.

אייגענארטיג » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:50 pm

· #47136
ני ווי זענען מיר פונעם עוורידש

שמואל הלוי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 4:54 pm

· #47139
9.13

שמואל הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:21 am

· #48989
היפש אסאך רעגן איז היינט געפאלן אין סענטראל פארק, בלויז אין די לעצטע דריי שעה אליין איז געפאלן 1.71 אינטשעס, אלעס אינאיינעם זינט נעכטן נאכט איז שוין געפאלן איבער צוויי אינטשעס רעגן, און נאך רעגן איז ערווארטעט צו פאלן היינט במשך די טאג.

שמואל הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:30 am

· #48991
די נארמאלע צאל רעגנפאל פאר די מאנאט פון סעפטעמבער אין סענטראל פארק איז 4.28 אינטשעס, און ביז די היינטיגע רעגן איז געפאלן אין דעם מאנאט בלויז 2.43 אינטשעס, אבער מיט די יעצטיגע רעגן וואס האלט שוין דערווייל ביי איבער צוויי אינטשעס איז מען שוין העכער ווי די דורכשניט פאר דעם מאנאט, פארן יאר איז מען אבער נאך אלס אונטערשטעליג מיט ארום אכט אינטשעס.

שמואל הלוי » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2012 11:33 am

· #48992
די רעקארד רעגנפאל פארן היינטיגן טאג אין סענטראל פארק איז 3.84, דערווייל האט מען נאך צוגיין היפש ביזן ברעכן די רעקארד פארן היינטיגן טאג.

שמעקעדיג » זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 1:37 am

· #49091
וואס וועט זיין סוכות?
זיי זאגן פאר אביסל רעגן אויף די ערשטע טעג.
מאכט גרייט אייער שלאק!

שמואל הלוי » פרייטאג אקטאבער 26, 2012 6:28 am

· #55711
מ'האלט יעצט ביי 10 א האלב אינטשעס אפגערוקט פון נארמאל, אבער מיט די ערווארטעטע האריקעין נעקסטע וואך וואס קען ברענגען 5 ביז 10 אינטשעס רעגן, וועט זיך עס היפש היפש עפראוון, אויב נישט אינגאנצן.

משה רוקח » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 11:44 am

· #58976
ווי האלט מען יעצט נאך סענדי?

שמואל הלוי » דינסטאג נאוועמבער 6, 2012 12:20 pm

· #58984
סענדי האט למעשה איבערגעלאזט נאר עטוואס מער ווי א אינטש אין סענטראל פארק, און זינט סענדי האט גארנישט גערעגענט, סוי מ'איז נאך ווייטער היפש אונטערשטעליג.

שמואל הלוי » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:20 pm

· #79332
למעשה האט זיך 2012 געענדיגט מיט 11.43 אינטשעס אונטערשטעליג.

שמואל הלוי » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:22 pm

· #79334
אין יארע 2013 איז דערווייל שוין געפאלן 0.57 פון א אינטש, וואס איז מיט 0.89 ווייניגער ווי די דורכשניט פארן היינטיגן דאטום.

שמואל הלוי » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:23 pm

· #79335
[ציטאט אראפגענומען]

49.94 פארן גאנצן יאר

שמואל הלוי » מוצ"ש יאנואר 12, 2013 11:31 pm

· #79339
דערווייל איז נישט דא קיין שולדיגער... ניטאמאל א קאורט קעיס צו באשולדיגן עמעצן.

שמואל הלוי » זונטאג יאנואר 13, 2013 10:52 am

· #79438
נישט די "הייסטע" יאר, בלויז די "ווארעמסטע".

אגב; א יאר פריער 2011 איז געווען די צווייט פייכסטע יאר אין ניו יארק סיטי, במשך די גאנצע יאר איז געפאלן כמעט אכציג אינטשעס רעגן אינאיינעם מיט די וואסער פון די שניי.

שמואל הלוי » דינסטאג יאנואר 15, 2013 9:13 am

· #80013
נאך 0.18 פון א אינטש רעגן איז צוגעקומען במשך די נאכט, סך הכל איז שוין דעם יאנואר געפאלן אין סענטראל פארק 0.75 פון א אינטש.

ס'איז ערווארטעט נאך ארום א האלבע אינטש רעגן היינט נאכט און מארגן.

שמואל הלוי » דינסטאג יאנואר 15, 2013 10:15 am

· #80030
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט די וואסער פאל פאר יאנואר זיך ענדיגן נידריגער ווי געווענדליך.

שמואל הלוי » מיטוואך יאנואר 16, 2013 11:10 am

· #80259
1.45 אינטש איז שוין געפאלן דעם חודש.

לעת עתה איז עס אביסל מער ווי די דורכשניט פארן היינטיגן דאטום.

שמואל הלוי » דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:15 pm

· #84005
שמואל הלוי
לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועט די וואסער פאל פאר יאנואר זיך ענדיגן נידריגער ווי געווענדליך.

איך האב פיין צוגעטראפן... הגם נעכטן נאכט איז געפאלן א שיינע אפותיקו רעגן, ס'איז געפאלן 0.94 פון א אינטש, אבער יאנואר ענדיגט זיך מיט נידריגער ווי געווענליכע רעגן פאל.

אלעס אינאיינעם איז געפאלן במשך יאנואר 2.76 אינטשעס, וואס איז מיט 0.89 פון א אינטש ווייניגער ווי די דורכשניט.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 10:39 am

· #85290
עס קומט א בליזארד שטורעם מיט א הויכע שניי דעם קומענדיגן שב"ק.
שמואל הלוי, וואו ביסטו ווען מען דארף דיר?

שמואל הלוי » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 6:44 pm

· #85421
דא בין איך

לעמיל » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 6:47 pm

· #85424
אז דו ביסט דא לאז דיך הערען אונז דארפען א וועטער באריכט פאר שבת

שמואל הלוי » דאנערשטאג פעברואר 7, 2013 7:08 pm

· #85431
נישט אין דעם אשכול, ראנג אשכול...

ס'איז דא א ספעציעלע וועטער אשכול.
בלאט: 1 2