☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער אסיפה לייוו

דער אסיפה לייוו

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5978
בלאט: 1 2

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:30 pm

· #187313
דער אסיפה לייוו
יעצט רעדט דער ראסלאוויצער.

דער פותח המעמד האט נאך געזאגט א מאור ושמש וועגען די געגועין פין די אידען וואס האבען געגעבען די נדבות.


דער ראסלאוויצער זאגט וועגען דער רבנים פין שטאט וואס זאגען אז עס ברענט א פייער אין די גאסען פין בארא פארק.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:31 pm

· #187315
איש ואשה שזכו שכינה שרויה ביניהם, זאגט רש"י בעניני קדושה.

ווען א פרוי גייט נישט בצניעות ברענט ארום איר א פייער.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:32 pm

· #187316
דער פייער לעשט מען דורך אנערקענען אז די אחריות ליגט אויף דער טאטע פין דער הויז.

ער דארף דאס תובע זיין.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:34 pm

· #187320
חס ושלום ווען דער מאן פארלאנגט דאס פארקערטע דעמאלס וערט דער פייער פיל גרעסער

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:36 pm

· #187321
איחוד, יישר כח פאר די אפדעיטס!

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:36 pm

· #187323
דער מעשה החסד פין דער שטאט איז געוואלדיג, און עס איז טאקע גוט, אבער מענטשען ניצען עס פאר א קאוועראפ.


אבער מען דארף וויסען אז עבירה מכבה מצוה ואין מצוה מכבה עבירה

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:37 pm

· #187324
איחוד פעלד

אבער מען דארף וויסען אז עבירה מכבה מצוה

שקרן וואס ער איז
פוי

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:39 pm

· #187327
דער (פינטעל) איד
איחוד פעלד

אבער מען דארף וויסען אז עבירה מכבה מצוה

שקרן וואס ער איז
פוי


די חלק פון עבירה מכבה איז אמת אבער די איבריגע איז
פאדרייט אז ס'זאל פיטן זיין דרעק.
עבירה מכבה מצוה ואין עבירה מכבה תורה (סוטה כא ע"א)

מצטמק ויפה » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:41 pm

· #187328
איחוד, עס איז נאך דא פלאץ פאר מיר דארט, אדער מ'קען זיך שוין נישט רירען?

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:44 pm

· #187329
דער כיור וואס מען האט געגעבען די שפיגלעך, מען האט אוועקגעגעבען די יצר הרע.

יעדער דארף אוועקגעבען די יצר הרע פארען אויבערשטען.

דער חתם סופר'ס טאכטער רייזא איז געוועהן זעכצען ביי זיין פטירה, דער כתב סופק הרא זי א כלה געמאכט איז זי אחז נעדר געווארען אלץ כלה ביי די אכצען.

ביי דער הספד האט דער כתב סופר געזאגט, דער מעשה פין ר' מאיר אז זינע קינדער זענעם געשטארבען, וכו', די קינדער זענען א פקדון האט זיין ווייב געזאגט, מען טאר נישט וויינען.

כתב סופר זאגט אז ר' מאיר איז יא גערעכט, ווייל דער רבש"ע האט גענומען דעק פקדון פאר דער צייט דאס ווייזזט אז דער רבשע איז נישט צופרידען מיט מיין שמירה.

דער כתב סופר געזאגט דער טאטע איז נישט געוועהן צופרידען מיט מיין שמירה.

ממילא זאל יעדיר זיין א גוטער שומר.......

הערת הכותב, ער סטראשעט שוין.


און ער ענדיגט.

ויקהל איז בגימטריא מקוה, א אסיפה איז א מקוה.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:44 pm

· #187330
נייטרא רב יעצט

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:46 pm

· #187332
שלמה המלך, לכה דודי נצא השדה, די גמרא לאמיר קוקען אויף די אומות העולם. זיי זענען ערגער.

שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:46 pm

· #187333
מצטמק ויפה
איחוד, עס איז נאך דא פלאץ פאר מיר דארט, אדער מ'קען זיך שוין נישט רירען?

אז די קומסט אריין דארט מיט דיין גרין העמעדל אין נעק-טיי אין א מודה במקצת קאפל אויפן קאף וועסטו פילן ווי א מצורע.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:53 pm

· #187335
זיי גייען אדורך די תשעה ירחי לידה פאר אונז, ציען אויף אונזערע קינדער, ומצילנו מן החטא, זיי וואשען און רייניגען פאר אונז.

קעגען זיי גייען אונז ארויס.

פארוואס? מעג מען?

די תירוץ איז א סוד, ווייל אונז זענען שלוחים פין די בנות ישראל, זיי אליין דארפען א תיקון, אונז אויך, אבער יעצט רעדט מען נישט פין דעם. זיי אליין וויינען פין דער בית האסורים וואס זיי זענען, זיי פארלאנגען זייער נפש, די מורה הוראות פין דער שטאט ווייסען צו זאגען לפי פשוטו, אז די בנות ישראל פארלאנגען און זאגען נעם אונז ארויס פין דער מצב.

ווער לאזט זיי נישט ארויס פין דער מצב? עס איז נישט נוגע,

אונז קומען נישט קעגען די בנות ישראל, אונז זענען זייערע שלוחים, זיי וויינען רצונינו לעשות רצונך, זיי זענען נישט צופרידען ווען מען זאגט אז זייערע מעלה איז לכה דודי נצא השדה נלינה בכופרים, זיי ווילען דאס נישט הערען, עס איז א לימוד זכות, זיי ווילען א בעסערע טיטעל, זיי ווילען עפעס אנדרעש,

אין עירובין צ"ו, ב"מ פשעטלעך, יעדער קען די גמרא, אבער דארט שטייט א אינטרעסאנטע זאך, א מחלוקת אויב תפילין איז א מצות עשה שהזמ"ג אדער נישט.

ר"מ ור"י נשים זענען מחויב אין תפילין, אין זייער ביהמ"ד פין די הייליגע הייליגע תנאים אין די ווייבער שוהל וואלסטו געזעהן אז פרויען לייגען תפילין, לפי פשוטו נישט קיין משל. אבער די הלכה בלייבט נישט אזוי, און עס איז אסור בהחלט, אנדרעש ווי אנדערע מצות עשה שהז"ג.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:56 pm

· #187337
אלו ואלו דברי א"ח, אבער דא ר"מ ור"י

ער זאגט זיך איבער אסאך.

און היינט איז דא תפילין פאר נשים ווי מען טוט זיך אהן אויף די האנט און אויף די קאפ.

און עס איז נישט קיין משל, עס איז ממש תפילין.

יעצט זאגט ער איבער זיינע ערשטע ווערטער, אז זיי אליין ווילען.

די הלכה איז יא ווי ר"מ און ר"י, לגבי תפילין פין צניעות.

נאך אמאהל און נאך אמאהל,

הפך בה והפך בה.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:58 pm

· #187338
מען האט שוין אסאך מאל פראבירט צו רעדען וועגען דעם.

די פראבלעם איז אז עס שטייט זייער ווייניג אין הלכה וועגען דעם.

נאר אביסעל אין סימן ע"ה.

פארוואס טאקע?

ווייל אמאהל האט מען נישט געדארפט מער ווי איין סימן אויף דעם.

מען איז געגאנגען מער בצניעות, מען האט נישט געדארפט קיין אסיפות.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:05 pm

· #187340
שלום עליכם פאר ר' פאלק, אונז זענען שוין אלטע ידידים פין יארען יארען פריער.

אזא קלארקייט, אז זעלטענע קלארקייט, זייער א גרויסע צבור דא זענען תלמידים פין רב פאלק, ווייל כמעט יעדער ספר וואס קומט ארויס נאשט מען פין רב פאלק, און קיינער ווייסט נישט ווי עס איז נולד געווארען, און עס קומט אלץ פין רב פאלק, מען לערנט אין די חדרים, אין די סקולס.

היינט איז דא א זאך וואס איז עולה על כולם.

אפאר יאר צירוק האט רב פאלק ארויסגעגעבען א ספר אויף צניעות, א זעלטענער ספר, ווייל דער מחבר האט זיך אראפגענידערט פשוטו כמשמעו, און עס זייער שווער פאר א ת"ח שכמותו זיך אראפנידערען אין אזעלכע ענינים.

א ספר בפרטות יעדער נקודה וואס איז שייך צו עניני צניעות.

אזוי איז דער הלכות צניעות געווארען אזוי גרויס ווי הלכות תפילין.

זייט דער ספר איז ארויס, איז דא הונדרעטער צו טויזענטער וואס ווען זיי ווילען וויסען וואס צו טוהן מישט מען אויף דער ספר עוז והדר לבושה צו וויסען וואס דער הלכה איז.

רב פאלק שרייבט כמה פעמים אין דער ספר אז עס נישט געמאכט פאר יעדעם איינעם. דארט שטייט נאר עיקרי הלכה. און כמה קהילות האבען מנהגים מיט שרשים אין הלכה וואס שטייגען העכער פין דער ספר.

אבער ס'איז נישט מעגליך ווייטער צו גיין אהן דער ספר.

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:06 pm

· #187341
איחוד פעלד
נייטרא רב יעצט

@איחוד פעלד וועלכע? אונגאר? וייסמאנדל?

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:07 pm

· #187342
די רבנים ווילען מאכען א קונטרס יעדער פאר זיין קהלה.

ממילא איז דא א דוגמה פין זיין ספר, וואס אלע קהלות זאלען מאכען.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:07 pm

· #187344
פונקט אזויווי מענער האט יעדער קהלה א וועג וויאזוי מען טוט זיך אהן, אזוי אויך פרויען, גייט יעדער קהלה האבען א לבוש וואס מען זאל טראגען.

נישט ממש זיין לשון.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:08 pm

· #187345
לאליפאפ
איחוד פעלד
נייטרא רב יעצט

@איחוד פעלד וועלכע? אונגאר? וייסמאנדל?


עפעס א ישיבה ... חמד שלמה

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:11 pm

· #187346
יעצט רעדט אריין שטותים ווי קהלות ווילען באמת נישט האבען א קונטרס, ווייל זיי לאזען זיך אראפ, א שטארקע טענה, אבער מען מוז האבען א דרך ממוצע.

און אדרבה יעדער קהלה זאל מאכען א אייגענע קונטרס, די גרויסע זאלען אנהייבען וועלען שוין די אנדערע אויך מאכען.

און דער אויבערשטער וויל דאס.

א חלק האבען שוין א קונטרס, א חלק ווילען דאס טאן.

עס איז דא פארווייטאגטע זאך, דער טיטשערס זאגען מען דארף גיין אזוי, און אין דער זעלבער סקול איז דא טיטשערס פין ענגליש און ארבייטערס וואס גייען נישט מיט דער פארשריפט.

אבער איינמאל עס איז דא א קונטרס, וועלען אלע מוזען גיין לויט דער קונטרס, יעדער אידיש נפש. ווייל דאס איז דער עשרת הדברות פין דער קהלה.

ווען דאס וועט זיין וועט זיין א געוואלדיגע תיקון אין די ענינים.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:16 pm

· #187348
פארוואס רופט מען דער מענער נישט דער בנות ישראל.

כה תאמר לבית יעקב, לשון רך. ותגיד דברים קשים כגידין לבני ישראל.

וואס איז דער לשון רכה? שטיל? אויב מען זאגט דער זעלבער זאך.

פשט איז, פרעה האט געארבעט עבודת פרך מיט אידען, פרך איז פה רך (סוטה), לשון רך אז פרעה אליין האט געארבעט מיט דער אידען. און האט געזאגט פאר די אידען ארבעטס מיט מיר.

לשון רכה מיינט, ווען מען טוט אליין.

בנות ישראל ווילען זיין גוט. לבם זיכער. אונז מענער האבען א תפקיד, צו מאכען די אוויר אין שטוב תורה'דיג, אז אין שטוב וועט זיין א תורה, וכו', מדות, מדות מדות, אינטערנעט ארויסווארפען און פארברענען, דעמאלס זעהט א פרוי, מיין מאן איז אזוי הייליג אין אידיש, אפילו ער ארבעט, און איז א גרויסע עושר, אבער ער איז ערענסט, דארף מען גארנישט פארלאנגען, זיי אליין וועלען שוין טוהן און אלעס ווי מען דארף.

פארדעם האט מען צוזאמען גערופען די מענער. אז אונז דארפען פירען א תורה'דיגע שטוב.

און ער איז מסיים.

מען וועט הערען פין רב פאלק.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:18 pm

· #187349
אידען גייען ארויסווארפען אלע בגדים וואס זענען נישט אויסגעהאלטען, אפילו עס קאסט אסאך געלט, דער אויבערשטער זאגט לוו עלי ואני פורע. פרנסה ברווח פאר אידישע קינדער אז זיי זאלען קענען מחנך זיין אידישע דורות, שיק דער גואל צדק. ותחזינה עינינו בשובך לציון.

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:18 pm

· #187350
איחוד פעלד
מען האט שוין אסאך מאל פראבירט צו רעדען וועגען דעם.

די פראבלעם איז אז עס שטייט זייער ווייניג אין הלכה וועגען דעם.

נאר אביסעל אין סימן ע"ה.

פארוואס טאקע?

ווייל אמאהל האט מען נישט געדארפט מער ווי איין סימן אויף דעם.

מען איז געגאנגען מער בצניעות, מען האט נישט געדארפט קיין אסיפות.

פאני, אמאל האט קיינער נישט געגעסן קיין חזיר ממילא שטייט נישט אין שו"ע אז מ'טאר נישט עסן חזיר... אויך מיר א טענה.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:21 pm

· #187351
רב פאלק.

ברשות הרבנים והצבור ער רעדט מיט א שטארקע ריש, ווי א חב"דסקער הברה.

ד' אלקיך מהלך בקרב מחניך והיה מחניך קדוש.

דער אויבערשטער כביכול גייט שפאצירען צווישען כלל ישראל, און זיין תפקיד איז מציל זיין כלל ישראל.

שונא זימה, ושב מאחריך. אפילו נאר א שמעק פין זימה.

צרות, שידוכים, ארץ ישראל ישיבה בחורים, ברית מילה, איירופה כנגד שחיטה, א שווערע ענגע צייט. אונז שפירען א ושב מאחריך, דער אויבערשטער איז נישט צופרידען מיט אונז.

טאמער וועט מען מתקן זיין דער אויבערשטער זאל זיך גוט שפירען צווישען אידן, וועט מען דאס מתקן זיין.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:22 pm

· #187352
א מאן און א פרוי זענען אחראי איינער אויף די אנדערע, די מאן איז אחראי אויף די פרוי.

איך סטאפ שרייבען.

אויס מענטש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:26 pm

· #187354
יישר כח פאר די אפדעיטס
פארוואס האסטו געסטאפט צו שרייבן מען האט דיר דערווישט ???

עני וועי א מחי' די אסיפה פול מיט .....

מנחם אבראמאוויטש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:30 pm

· #187355
ס'קוקט אויס אז פאלק וויל נישט רעדן. אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר.

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:34 pm

· #187356
כמיין איך זעה דיר איחוד... הייב אויף דיין פאון א רגע..

מנחם אבראמאוויטש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:34 pm

· #187357
ער איז בכלל נישט באקוועם מיט רעדן ווגען בגדי נשים ברבים.
ער דארף מסביר זיין אז אויב די בריסטען שטעקן זיך ארויס אדער ס'שאקעלט זיך איז עס מושך את העין.

venus » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:36 pm

· #187359
Isn't having a tznius asifa about women's clothes for men the opposite of tznius?

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 9:47 pm

· #187363
מנחם אבראמאוויטש
ער איז בכלל נישט באקוועם מיט רעדן ווגען בגדי נשים ברבים.
ער דארף מסביר זיין אז אויב די בריסטען שטעקן זיך ארויס אדער ס'שאקעלט זיך איז עס מושך את העין.

ווען כהאב דאס געזאגט און כיתה ה' האב איך באקומען זייף אין מויל פון די מנהל

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:05 pm

· #187365
איחוד פעלד
די רבנים ווילען מאכען א קונטרס יעדער פאר זיין קהלה.

ממילא איז דא א דוגמה פין זיין ספר, וואס אלע קהלות זאלען מאכען.

איחוד קענסט זיי פליעז זאגן אז די קהילה דא האט שוין א דוגמה וואס אלע קהילות קענען נאכמאכן

יענקל האט דאס געברענגט,
הוגה האט דאס שוין אמאלבאריכות אויסגעשמיעסט

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:07 pm

· #187366
איחוד פעלד
א מאן און א פרוי זענען אחראי איינער אויף די אנדערע, די מאן איז אחראי אויף די פרוי.

איך סטאפ שרייבען.

יישר כח פארען סטאפען איבער שרייבען די דברי נבלה פון די אפקורסים די בעלי ריב ומדון
געניג מיט די נערשיקייטען געניג

זיי זענען ביזי מיט יעדמס בילקעס אויסער מיט די אייגענע מצות

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:09 pm

· #187368
איך גיי מאכען א אסיפה פון די פריצה נוראה פון מחלוקות און ערכאות
מ'מער זען וויפיל רבנים גייען זיך משתתף זיין...........

(נאר די פאר ליטווישע וואס האבען נישט קיין קאמפעטישענס)

נולד מאוחר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:09 pm

· #187369
טיטאניק
זיי זענען ביזי מיט יעדמס בילקעס אויסער מיט די אייגענע מצות

😂

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:22 pm

· #187375
מנחם אבראמאוויטש
ס'קוקט אויס אז פאלק וויל נישט רעדן. אוי לי אם אומר אוי לי אם לא אומר.

ער האט זיך זעלבסט אריינגעלייגט אין קראנקן בעט. אזוי קוקט מען אויס ווען מען ווידמעט א לעבן דורכצוטון וועלכע איברים, תנועות, קליידונג וכו' זענען מושך די אויגן פון מענער.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:28 pm

· #187379
עס איז געוועהן זייער איראטיש ווען רב פאלק האט מסביר געוועהן דער חמוקי יריכיך, ווי דער מקום הירך דארף זיין אינגאנצען באדעקט, מיט הרחיבי מקום אהלך, ווייל דער מקום איז העכסט ציענד.

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:31 pm

· #187383
איך האלט אז די נייע תקנות דארפען זיין אזוי:
אלע פרויען מיזען זיך קליידען ווי די רעבעצינס, דהיינו:
גראבע דיקע שווארצע זאקען
צינעמען אסאך וואג
לאזען וואקסען די וואנצע
מאכען זיכער אז מען האט א באנטש פימפעלס
גיין מיט קליידער וואס איז מער נישטא בנמצא אין סטארס
נישט גיין אין שאוער משבת לשבת
זיך וואשען אין שאוער נאר מיט בליטש, חלילה נישט קיין שמעקעדיגע זייף
פארצען ברבים
און אזוי וועלען די מענער נישט האבען קיין תאוות בכלל, די קדושה וועט שפריצען און בליען אין אלע גאסען

און נאכדעם וועט מען זיך ווינדערען פארוואס אזויפיל יונגעלייט פארען אזויפיל קיין אומאן...........

די עיקר איז אז מען זאל מבזה זיין אידישע טעכטער אויף די ערגסטע וועג מעגליך
פארגעסט נישט אז אין די תורה שטייט זייער הארבע ווערטער אויף א מוציא שם רע, און דארט רעדט מען פון מוציא לעז זיין אויף א יחיד, טראכט וואס די עבירה איז ווען מען איז מוציא שם רע אויף טויזענטע נשים צדקניות וצנועות, די רבנים דארט איינס ביי איינס גייען פלאקערען אין גיהנום

צניעות איז נאך קיינמאל קיינמאל נישט געווען אזוי שיין ווי היינט
איך בין נייגעריג צי זען א בילד פון ראביי פאלקס מאמע און באבע
און איך וויל אז מען זאל איינפירען אז אלע רבנים וואס שטעלען זיך אויף רעדען פון צניעות זאלען קודם ברענגען צוויי בילדער פארען עולם, איינס א בילד פון זיייער מאמע ביי די 30 יאר און די צווייטע א בילד פון זייער ווייב ביי די 20 יאר, נאכדעם וועלען מיר הערען וואס זיי האבען צי גרעבסען

א באנדע לאו לייוו'ס, ווער האט זיי געפערגט? ווער האט זיי געקרוינט פאר די ווארטזאגער פון גאט?
גייטס ווישט ענק אענקער אייגענע צואה וואס ענק מאכען אן בראש כל חוצות אז יעדער שווארצער ערל ווייסט צי זאגען וועגען יעדע נערישע רעבישע מחלוקה

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:31 pm

· #187385
היטס אייערע ווייבער און קינדער, די עולם גייט זיין העכטס אויפגערייצט די נעקסטע 24 שעה!

venus » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:34 pm

· #187391
This asifa is making me nauseous.

טיטאניק » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:37 pm

· #187393
רויטע וואנצעס
היטס אייערע ווייבער און קינדער, די עולם גייט זיין העכטס אויפגערייצט די נעקסטע 24 שעה!

איך האלט בכלל אז דער עולם גייט מקיים זיין דעם "שובו לכם לאהליכם" ווער עס פארשטייט פארשטייט
ניין חדשים ארים פינקלעך גייט זיין אסאך נייע געבוירענע זכרים פון די נאכט, און אלע גייען אויסזען ווי הרב פאלק
😂 😂 😂

רויטע וואנצעס » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:38 pm

· #187394
טיטאניק
רויטע וואנצעס
היטס אייערע ווייבער און קינדער, די עולם גייט זיין העכטס אויפגערייצט די נעקסטע 24 שעה!

איך האלט בכלל אז דער עולם גייט מקיים זיין דעם "שובו לכם לאהליכם" ווער עס פארשטייט פארשטייט
ניין חדשים ארים פינקלעך גייט זיין אסאך נייע געבוירענע זכרים פון די נאכט, און אלע גייען אויסזען ווי הרב פאלק
😂 😂 😂



און אלע גייען אויסזען ווי הרב פאלק 👍 😂 😂 😂 😂 😂 😂

קאווע טרינקער » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:47 pm

· #187399
פרויען קליידער געשעפטן זענען אפען היינט א גאנצע נאכט פאר די וואס ווארפען ארויס זייערע שיינע קליידער.

איחוד פעלד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:53 pm

· #187402
אין מיין ציילען האט אויסגעזעהן בערך צוויי טויזענט מענטשען.

דאס איז מיט די מענטשען אינדערויסען וואס האבען זיך נישט געקענט אריין שטיפען.

אלץ איז דער שטייגער אז מען בלייבט שטיין ביי דער אריינגאנג. אינדערמיט איז געוועהן פלענטי ליידיגע בענקלעך.

אויס מענטש » פרייטאג פעברואר 28, 2014 6:15 am

· #187486
די בילד מאכט מיר וויינען
כהאב געמיינט עס איז עפעס אקליינע אסיפה אזוי פיל אידן נעבעך אנגעדרייט על לא דבר
א שאד א שאד

טיטאניק » פרייטאג פעברואר 28, 2014 7:16 am

· #187491
אויס מענטש
די בילד מאכט מיר וויינען
כהאב געמיינט עס איז עפעס אקליינע אסיפה אזוי פיל אידן נעבעך אנגעדרייט על לא דבר
א שאד א שאד

יא יא על שבר בת עמי תרתי משמע

its me » פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:13 am

· #187500
.

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:56 am

· #187510
בדיל ויעבור
בלאט: 1 2