☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » אידישע און אלגעמיינע נייעס » דער אסיפה לייוו

דער אסיפה לייוו

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5978
בלאט: 1 2

געפילטע פיש » פרייטאג פעברואר 28, 2014 3:18 pm

· #187606
[ציטאט אראפגענומען]

פונקט דא האב איך נעכטן אריינגערופן הערן וואס מ'פארקויפט דארט, כ'בין דאך א נייגעריגע מענטש, הער איך ווי ער זאגט מיט אזא פשטות, אז מ'נעמט די עק פון די שאלדערס, מ'מאכט א שטריך פון איין עק צום צווייטן, און וואס איז העכער פון דארט איז קורץ, און לענגער פון יענע שטריך איז לאנג און איז אסור. ס'איז געווען אזוי קאמיש צו הערן פסקים ארויסגעזויגן פון פינגער, כאילו ס'איז געפאלן א פתקא מן שמיא און עם געזאגט אז ביי דעם arbitrary line ווערט א הפסק צווישן אסור און מותר... סך הכול האט ער גענומען וואס ביי עם איז זיין Perverted קאפ הייסט ציענד, און דאס איז אסור, און אזוי בערך גייען אלע זיינע פסקים.

הוגה » פרייטאג פעברואר 28, 2014 3:49 pm

· #187612
ארויסגעזויגן פון די פינגער? וואס האקסטו אין קאפ. איך געדענק קלאר ווי מיין רבי אין חדר האט דאס געלערנט מיט אונז, דאכצעך ס'געווען אין כתה ג'.

וידבר השם - און דער אייבישטער האט גערעדט
אל משה - צו משה
לאמור - אזוי צו זאגן

דבר - רעד
אל בני ישראל - צו די אידישע קינדער
אשה - א פרוי
כי תשייטל - אז זי וועט טראגן א שייטל
ארך השייטל - דאס לענג פון די שייטל
לא תהיה - זאל נישט זיין
ממדת הכתף - פון די לענג פון די אקסל
ולא יהיה בהם נגף - און עס וועט נישט זיין אין זיי א מגיפה
בלכתם במדבר - ווען זיי גייען אויף דרייצענטע עוויניו
אני ה' - איך בין דער אייבישטער (מדת הרחמים)

איחוד פעלד » פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:51 pm

· #187623
ממש א חורבן זיין היתר אויף לאנגע שייטלען, מען מאכט אן אסיפה אויף צניעות, און ער לאזט טראגען שייטלעך ביז די אקסלען. אוי מה היה לנו.

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 28, 2014 4:59 pm

· #187624
אי משום הא.

וידבר השם - און דער אייבישטער האט גערעדט
אל משה - צו משה
לאמור - אזוי צו זאגן

כי תבוא אל הארץ אשר ה' אלוקיך נותן לך - ווען איר וועט אריינקומען אין הייליג לאנד
וירשתה וישבתה בה - און איר וועט זיך באזעצן און עס ירשקנן
ואמרתה נסע ונלכה אל הכותל - און איר וועט זאגן לאמיר גיין צום כותל
לא תעשין כן לה' אלוקיכם

כמעשה בעלז וגור לא תעשו - נישט טון אזוי ווי בעלזא און גור
לילך לבחירות הטמאות - צו אנטייל נעמען אין בחירות
כי תועבת ה' כל עושה אלה

🙂

הוגה » פרייטאג פעברואר 28, 2014 5:28 pm

· #187629
איך האב דאך נישט געלערנט אין סאטמאר, אבער איה"נ...

berlbalaguleh » זונטאג מערץ 2, 2014 9:28 pm

· #187973
אינטרעסאנטע חומשים וואס דו האסט. ס'קומט מיט מקראות גדולות אויכעט?! איך מיין אז די קראים און די רעפארמער האבן מער אינטרעסאנטע חומשים. כ'בין נייגעריג צו זעהן ווס ס'שטייט אין זייערע חומשים, עפ"ל. 🙄 😈 😈 😛 😳 😞

חכם עתיק » מיטוואך אפריל 2, 2014 10:51 am

· #194294
א קונטרס מיט עיקרי דינים איז ארויסגעגעבן געווארן ביים אסיפה..

כמוז מודה זיין די ביכל האט מיר געמאכט ערגער ווי אראפוואקן גאנץ 13 און לי עוועניו צוזאמען..

על כל פנים איצטער ווען מיר וועלן גיין וועט עס זיין מיט מער כוונה רח"ל..

וויצלן אין א זייט.. מען איז דארט מעורר א זאך וואס שטערט מיר שוין לאנג. דאס איז אז מען קען ביים אסאך פרויען דורכזעהן די אויבעריגע בגדים און זעהן די אינטעריגע בגדים וואס דארף ווען זיין פארהוילן, למחצה ולשליש ולרביע.

בעיקר ווען עס קומט די זומערדיגע חדשים ווען מען גייט מיט דינערע בלאוזעס און סוועטערס, קען מען זעהן סטראפס וכו'..

לתועלת הרבים וועלמיר פארליינען פונעם קונטרס "ההוד וההדר" פרק א' סעיף ג.:

-אפילו אויב מען קען נאר זעהן די אינעווייניגסטע בגדים איז דאס אסור.
[וואס אויסער דעם איז עס א חרפה און בושה וואס גייט ארויס פון אלע גרעניצן פון נארמאלע אויפפירונג (בן איש חי)]

-בלוזקעס, בפרט אין די זומער טעג, זעהען אפטמאל דורכזיכטיג און מען דארף אנטון א געהעריגע אונטער מלבוש ווען מען טראגט עס.

-א ווייסע SHELL וואס מען קען זיך טועה זיין אז עס איז פון די אוטערשטע בגדים, איז אסור אנצוטוהן.

-קליידער וואס זענען געמאכט פון לעכעריגע סחורה (ווי צב"ש LACE) פארלאנגט זיך אז די בגד וואס מען טראגט אונטער דעם זאל זיין כשר אנצוטהן אפילו אן די אויבערשטע מלבוש. אויך טאר די אוטערשטע מלבוש נישט זיין א קאליר וואס ענדלט צו די גוף, ווייל פון דערוויטענס קען אויסזעהן ווי עס איז נישטא קיין בגד אונטער דעם בכלל.

בלאט: 1 2