☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » זעלבע געזאגטע ווערטער אין אידיש/ענגליש מיט אנדערע באדייט

זעלבע געזאגטע ווערטער אין אידיש/ענגליש מיט אנדערע באדייט

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #597

זר זהב » דאנערשטאג מאי 10, 2012 4:04 am

· #11060
זעלבע געזאגטע ווערטער אין אידיש/ענגליש מיט אנדערע באדייט
אפשר אביסעל נאריש.... באט אייל גיוו איט עי שאט.

יעדער שטויסט זיך אן אסאך אין אזאנע ווערטער, יעצט אויפ'ן מאמענט ליגט מיר 3 ווערטער אין קאפ.

הינט = כלב
HINT = רמז
---------------
מעהל = קמח
MALE = זכר
-------------------
פיס = רגל
FEES = געלט קאסטן.

יעדער איז געלאדענט צו צולייגן...

אה נאך איינס.
ניין = ניט
NINE = תשעה

זר זהב » דאנערשטאג מאי 10, 2012 4:14 am

· #11061
הער = שמע
HERE = דא/ HAIR = האר/ HEIR = יורש
-----
שיעור = כמעט = (ביידע לשו"ק...) שיעור = קורס
SHEER = לויטער/בלויז.
-------

יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:49 am

· #11082
צו "הער", קען מען צולייגן Hare = אזא מין האזל.

----
גיפט = סם
Gift = א מתנה.

----
היט = כובע
Hit = א שטויס, זעץ, שלאגן וכו'

----
קי - א פרה
Key = א שליסל

שער = גזיזה
share = טייל

זר זהב » דאנערשטאג מאי 10, 2012 12:09 pm

· #11102
פרי = שטיי אויף פרי פארטאגס
FREE =בחינם

-----------
נאז = מיט וואס מ'שמעקט
NEWS = נייעס

------------
לינק = לינקע זייט
LINK = נו א לינק

----------
קער = מיט א בעזעם
CARE = זארגן

---------
קורס = שיעור
COURSE = שעלט

---------
דיר = כ'מיין טאקע דיר
DEER = הערש/ DEAR טייערער געליבטער

----------
בעט = וואו מ'שלאפט
BET = U BET

----------
טאן = טוה עס שוין
TUNE = ניגון

--------
רייט = אויפ'ן פערד
RIGHT =גערעכט

יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 2:27 pm

· #11163
ער = הוא
air = לופט
----
ביי = אצל (at)
by = על ידי/ buy = קויף

ישובניק » דאנערשטאג מאי 10, 2012 6:56 pm

· #11208
יידל
ער = הוא
air = לופט
----
ביי = אצל (at)
by = על ידי/ buy = קויף


איך האב באמערקט אז ס'זענען דא היימישע אידן וואס ניצן דעם ענגלישן "ביי" (על ידי) מיט'ן אידישן באדייט (אצל).

יידל » דאנערשטאג מאי 10, 2012 7:50 pm

· #11219
ישובניק
יידל
ער = הוא
air = לופט
----
ביי = אצל (at)
by = על ידי/ buy = קויף


איך האב באמערקט אז ס'זענען דא היימישע אידן וואס ניצן דעם ענגלישן "ביי" (על ידי) מיט'ן אידישן באדייט (אצל).

א פשוט'ע אמעראצעס.

געפילטע פיש » דאנערשטאג מאי 10, 2012 8:52 pm

· #11230
זר זהב
קורס = שיעור
COURSE = שעלט

שעלט איז Curse
Course איז א קורס (שיעור\וועג)
זר זהב

טאן = טוה עס שוין
TUNE = ניגון

ספעלט מען עס נישט טוהן?

שמואל הלוי » דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:42 pm

· #11251
ווען = מתי
van = א ווען

זר זהב » פרייטאג מאי 11, 2012 12:24 am

· #11281
געפילטע פיש

זר זהב

טאן = טוה עס שוין
TUNE = ניגון

ספעלט מען עס נישט טוהן?

"טוהן" איז ווען דו זאגסט עס מיט א חירוק. "טאן" איז מיט א קמץ.

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 11, 2012 1:30 am

· #11291
זר זהב
געפילטע פיש

זר זהב

טאן = טוה עס שוין
TUNE = ניגון

ספעלט מען עס נישט טוהן?

"טוהן" איז ווען דו זאגסט עס מיט א חירוק. "טאן" איז מיט א קמץ.

ארלעדיגט, כ'האב עס קיינמאל נישט געזען געספעלט אזוי, אבער פר'ן פראבירן צו פיקסן דיין ספעלינג קומט זיך מיר נאך נישט קיין לייק, אבער מטעם על דאטפת אטפוך העלעך דיר צוריק לייקענען.

זר זהב » פרייטאג מאי 11, 2012 3:54 am

· #11300
בלויז פארן תגב'נען אין "מיין" אשכול איז מען שוין ראוי פאר א לייק.

זר זהב » פרייטאג מאי 11, 2012 4:16 am

· #11302
באר = די פרוכט
BAR = א קרעטשמע...

יידל » פרייטאג מאי 11, 2012 10:21 am

· #11317
בעלז = די חסידות
bells = גלעקלעך
----
טאט = א פעולה
tot = א קליין קינד
----
ערד = עפר
earth = די וועלט

שמואל הלוי » מאנטאג מאי 14, 2012 6:35 am

· #11826
אויב מעג מען דא שרייבן זעלבע ווערטער אין לשה"ק אויך, וועל איך שרייבן וואס ס'איז מיר נעכטן בייגעפאלן.

[list][*]רויע (רויע איי וכדו')[/*:m]
[*]רואה[/*:m]
[*]רועה[/*:m][/list:u]

ונבנתה העיר » דאנערשטאג מאי 30, 2013 11:55 pm

· #119850
second - סעקונדע
second - צווייט(ע)

וכן בעברית:
שניה - סעקונדע
שניה - צווייט(ע)

קען זיין פשט, ווייל די ערשטע סעקונדע מוז האבן א צווייטע נאך איהר כדי עס מגביל צו זיין אלס א סעקונדע - דא האט זיך די ערשטע גענדיגט און עס הייבט זיך אהן א צווייטע.

פידלער » פרייטאג מאי 31, 2013 12:16 am

· #119853
לייט - מענטשן
light - ליכטיג

לאמפ - א זאך וואס געט ליכטיגקייט
lump - א שטיק

פידלער » פרייטאג מאי 31, 2013 12:26 am

· #119856
גרוי - א פארב
grow - וואקס

פארט - דאך
fort - באפעסטיגטע פלאץ

מויער - שטיינערנע וואנט
mower - גראז שניידער

בריק - א bridge
brick - ציגל

געפילטע פיש » פרייטאג מאי 31, 2013 12:31 am

· #119857
ונבנתה העיר
קען זיין פשט, ווייל די ערשטע סעקונדע מוז האבן א צווייטע נאך איהר כדי עס מגביל צו זיין אלס א סעקונדע - דא האט זיך די ערשטע גענדיגט און עס הייבט זיך אהן א צווייטע.

The result of the second division of the hour by sixty (the first being the "prime minute," now called the minute),
מקור

טשולענט » פרייטאג מאי 31, 2013 12:33 am

· #119858
רינג=קלינג
רינג=צירונג

טרעפ=שטיגן
טרעפ=פארכאפונג

רייף=געצייטיגט
רייף=בענדל פאר האר

בילט=א הונט
בילט=געבויעט

דריי=טרוקן
דריי=נומער

מען=טאר נישט
מען=מאנספערזאן

טיי=געטראנק
טיי=ס'האלט אייניג

קאפ=גלעזל
קאפ=ראש

ארט=באדערט
ארט=נוי סוכה

דיר=לך
דיר=פרעזענליכקייט

פידלער » פרייטאג מאי 31, 2013 12:35 am

· #119859
לידער - ניגונים
leader - איינער וואס פירט

בילד/בילדער - picture-s
build/builder - בוי/בויער

ביל - to bark
bill - פאפיר געלט אדער רעכענונג

פידלער » פרייטאג מאי 31, 2013 12:45 am

· #119862
לייען - read
line - שורה

זינג - sing
zing - לעבעדיגקייט

קייט - chain
kite - א זאך וואס מ'פליעט אין די ווינט

זר זהב » פרייטאג מאי 31, 2013 1:09 am

· #119865
קראנקייט = מחלה

קראנקייט = Cronkite

😂

טשולענט » זונטאג יוני 2, 2013 3:09 am

· #120238
פרעש=צפרדע
פרעש=פריש

ווענט=דפנות
ווענט=פאר דרייער וכ'

טריט=מיט די פיס
טריט=א גוטע זאך

פעסט=באפעסטיגט
פעסט=שנעל

בענטש=ברכה
בענטש=באנק

קען=יכול
קען=קאנע

הויז=היים
הויז=וואסער פייפ

פרייד=שמחה
פרייד=געפרעגלט

רעד=שיין און איידל
רעד=רויט/געליינט

ברייט=און לאנג
ברייט=ליכטיג

מויל=צום עסן
מויל=שפיאן

לעקטער=צו לייכטן
לעקטער=שיעור

קוק=זעה
קוק=שטויס

קלער=איך טראכט
קלער=קלאר

לופט=צו אטעמען
לופט=הייבן

מיסט=גארבעדזש
מיסט=לייכט שפריצן

זר זהב » זונטאג יוני 2, 2013 3:13 am

· #120242
טשולענט

פרי=באשמורת
פרי=פריי

מעל=צום באקן
מעל=פאסט/מאנספערזאן

בעט=צום שלאפן
בעט=אויף אפאר טאלער

הונט=כלב
הונט=רמז

גנב

טשולענט » זונטאג יוני 2, 2013 3:34 am

· #120254
אנטשולדיגט, פארראכטן.

זר זהב » זונטאג יוני 2, 2013 3:39 am

· #120257
מער נישט גנב

געפילטע פיש » זונטאג יוני 2, 2013 7:32 pm

· #120523
וואס גייט מען טוהן ווען מ'ענדיגט די ליסטע? מ'גייט מאכן א סיום? ווער ברענגט די פאפקארן?

קרעמער1 » זונטאג יוני 9, 2013 7:54 pm

· #123329
זר זהב
אפשר אביסעל נאריש.... באט אייל גיוו איט עי שאט.

יעדער שטויסט זיך אן אסאך אין אזאנע ווערטער, יעצט אויפ'ן מאמענט ליגט מיר 3 ווערטער אין קאפ.


מעהל = קמח
MALE = זכר

מ'קען אפשר צולייגן mail = פאסט

שמואל הלוי
ווען = מתי
van = א ווען


להערה בעלמא: דאכט זיך אז אויף יודיש רופט מען א van = טענדער

מבני משה » זונטאג יוני 9, 2013 8:01 pm

· #123332
פידלער
בריק - א bridge
brick - ציגל

בריק= "א שטויס" אויף ירושלימער אידיש

זר זהב » זונטאג יוני 9, 2013 8:02 pm

· #123334
הויז א היים
HOSE א וואסער שלויך

שמעקעדיג » זונטאג יוני 9, 2013 9:59 pm

· #123390
טשולענט

הויז=היים
הויז=וואסער פייפ


אגב,HOSE קען אויך מיינען שטרימפ

ענן כבד » דינסטאג יוני 11, 2013 5:01 pm

· #124035
טייער = Expensive
Tire = רעדל

פייער = אש
Fire = אפזאגן

פעטער = Uncle
Fatter = גרעבער

שיין = Nice
Shine = גלאנץ

טוטער = די קליינע
Tutor = מלמד

דא = Here
Do = טוה

סדר = Organized
Cider = א שטארקע טרינק (apple cider)

קריג = Fight
Creek = טייכל

קוקו = Crazy
Cockoo = א מין פייגל

מענטשן = People
Mention = דערמאנען, רעדן פון

לעזער = אליעזר
Laser = שטראלן

פאטץ = ליידיגייער
Putts = היטן א גאלף באל

לעדל = Drawer
Ladle = שעפ-לעפל

בריסק = ישיבה
Brisk = שנעל, אקטיוו, מיט ענערגיע

דג = Fish
Dog = הונט

מאפיי = Bakery
Mafia = אינטערוועלט

מין = Type
Mean = נישט ארנטליך

ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 3, 2014 8:17 am

· #204391
סינק
sync

ונבנתה העיר » מיטוואך יולי 29, 2015 7:21 pm

· #292668
the Jews raised the temple - the Romans razed the temple.

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 29, 2015 8:33 pm

· #292689
מעשה שהיה: איך בין געגאנגען אמאל מיט מיין זון (ווען ר'איז נאך געווען א בחור) צו א פאדייעטריסט, א גוי. און אינמיטן די אפעראציע האביך געזאגט פאר מיין זון..."קוק"...האט דער גוי'אישער דאקטער געמיינט אז איך זאג איהם אז ער זאלל איהם שטויסן...ביז כ'האב איהם מסביר געווען וואס דאס ווארט מיינט אין אידיש...נאך א מזל ער האט נישט געזאגט..."פאנטש"... 😂
נ.ב.: כ'ווייס נישט. אפשר באלאנגט עס אין ..."מילתא דבדיחותא... 😂

berlbalaguleh » מיטוואך יולי 29, 2015 8:36 pm

· #292691
א נאמען קענמען אויך שרייבן...
טרייטעל
try tell (קרעדיט. ישעי' פוקס.)