☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?

דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5969
בלאט: 1 2

הוגה » מיטוואך פעברואר 26, 2014 9:50 pm

· #187034
דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?
נעכטן בשעת וואס קאווע שטיבל האט זיך גע'אשכול'ט ווי שוואמען נאך א רעגן, האט זיך ביי א חסידישע צוזאמקום אין וואטסעפפ עיר התורה ערווארבן די פאלגענדע דעבאטע. איך גלייב אז רוב חברים דארט ליינען ק"ש און לכה"פ איינער (guess who...) שרייבט אויך. איך לייג דא ארויף די שמועס מיט די האפענונג צו הערן אייערע מיינונג אין דער נושא.
נ. ב. נעמען זענען געטוישט געווארן צוליב א טעם הכמוס אתי, די היתר ליגט ביים וויענ'ער רב שליט"א.

אברמי: אן ערענסטע רעוואלוציע קומט יעצט פאר אין קאווע שטיבל, די עולם איז צעהיצט.

ברוך: וואו?

אברמי:אין די אשכולות בנוגע צניעות, אסיפה, רבנים, רייכטום און בירט קאנטראל.

געציל: דאס איז טיפיקעל קאוועמעניו.

אברמי: ווי אזוי מיינסטו זעהט אויס די אנהייב פון א ריכטיגע רעוואלוציע, געציל?

געציל: אזוי ווי אין אוקראינה.

אברמי: דארט האט זיך עס אויך אנגעפאנגען אויף די פארומס און בלאגס.

געציל: כ'האב נישט געוואוסט.

אברמי: איך ווייס אז דו ביזט נישט קיין גרויסע גלייבער אין די כח פון ק"ש, אבער איך גלייב אז ק"ש וועט נאך איין טאג זיין אין די היסטאריע ביכער.

ברוך: איך האלט אויך אזוי.

געציל: מעגליך, אבער דאס מיינט נאך נישט אז מען האלט שוין יעצט ביי א רעוואלוציע. די פראבלעם איז אז רוב עולם איז אקעי, די מצב איז נישט אזוי שלעכט ווי מאנכע מאכן עס.

אברמי: מיר רעדן נישט דא פון עפעס א דעמאקראטישע פראצעס וואס דארף רוב. פופצן-צוואנציג פראצענט איז גענוג. קאווע שטיבל, אנדערע בלאגס אדער פ"ב גרופעס זענען נישט די רעוואלוציע, זיי שפיגלן אבער יא אפ די געפילן פון דעם עולם אז ס'שוין כמעט נתמלא סאתם.

געציל: א רעוואלוציע פארלאנגט אז לכה"פ פופציג פראצענט פונעם עולם זאל אריינגעשלעפט ווערן דערין, כדי עס זאל קענען מצליח זיין.

אברמי: וואס עפעס פופציג פראצענט? פארוואס איז נישט גענוג אז דרייסיג פראצענט טיילן זיך אפ און שטעלן צו א בעסערע אפציע פאר חסידישע אידן?

געציל: דאס הייסט נישט קיין רעוואלוציע.

אברמי: רוף עס וואס דו ווילסט. קיינער רעדט נישט פון טוישן די יושבי חשך, סך הכל וויל מען מנוחה. Live and let live.

געציל: אויף דעם פעלט דאך נישט אויס קיין דרייסיג פראצענט, אויף דעם איז גענוג א מנין יודן אויך. די פאקט אז ס'געשעהט נישט צייגט אז דער עולם איז פיין באקוועם.

אברמי: גערעכט, מיר זענען טאקע עטוואס באקוועם, אבער ס'ווערט ענגער פון טאג צו טאג.

געציל: וואס הייסט?

אברמי: Come on! דו זעסט דאך אליינס, קען זיין אז דו ביזט אקעי אבער דו זעסט וואס דא גייט פאר. א יעדע טאג פרישע תקנות וגזירות. מוסדות וקהילות מאכן סעלעקציעס. אפילו חסד ארגאניזאציעס מאכן סעלעקציעס ווער איז ווערד צו באקומען זייער הילף. און די רבנים זענען איין שטיק... וואס נאך ווילסטו? ווען די וועלט גייט איין וועג און חרדיזם גייט צום פארקערטע ריכטונג וועט די באבעל בהכרח מוזן פלאצן איין טאג. פארשטייט זיך אז עס וועט אלעמאל זיין חרדיזם און עס וועלן אלעמאל פונקציאנירן עקסטרעמיסטן. קוק נאר אן די עקסטרעמע rhetoric און פרעג דיר אליין וואס דא גייט פאר. אפילו אויב די אלע וואס שרייען און שעלטן זענען נישט גערעכט, צייגט עס נאך אלץ...

געציל: איך זעה גארנישט ניי אין די rhetoric. אדרבא, מיר זענען די וואס פארלירן.

אברמי: דעמאלטס קען זיין אז איך בין בייעסד. געציל זעהט נישט קיין שום עקסטרעמע rhetoric און אפטעמיסט קען נישט קיין איין היימישע איד וואס איז געגאנגן אין מיליטער פאר דרייסיג פערציג יאר צוריק... 😉 פארוואס זאגסטו אז מיר פארלירן?

געציל: אויב זיי קענען צוזאם שלעפן צענדליגער טויזנטער מענטשן צו נארישע אינטערנעט אסיפות מיינט עס אז מיר - קאווע שטיבל קוועטשערס - פארלירן ביג טיים. די דינערס פאר די מוסדות זענען געפאקט. מענטשן צאלן רבי געלט צו קויפן "די וואך", וואך איין און וואך אויס.

דוד: טאקע אין די גאס זעהט אויס אז זיי געווינען. אסיפות און כינוסים זענען געפאקט. אבער אין די הייזער און אין די טאשן פון די זעלבע משתתפים לעבט די אינטערנעט ווייטער און לאכט. אגב געציל, מענטשן שפענדן אויך געלט א יעדע וואך צו קויפן people magazine און national enquirer.

אברמי: געציל, איך האלט אז די אסיפות דייקא העלפן אונז געווינען. די אסיפות צייגט פאר די גאס די אמת'ע פרצופים פון אונזערע מנהיגים און דער עולם ווערט fed up.

געציל: דוד, די פאקט אז מענטשן ווערן אינטערטעינד פון קוקן אויף בילדער פון רביים א יעדע וואך, ווייזט אז עס איז אדיקטיוו. מענטשן ווילן א רבי, ס'גייט זיי נישט אן אז ער איז אן אויסווארף.

דוד: איך ווייס נישט פארוואס מענטשן ווערן ענטערטעינד דערפון אבער דאס מיינט נאך נישט אז די רבנים האבן די מאכט. און אויב מענטשן ווערן ענטירטעינד פון קוקן אויף בילדער פון בראד פיט און אנדזשעלינא דזשאולי מיינט עס אז זיי האבן עפעס מאכט איבער אונז?

געציל: ס'ווייזט אז מענטשן דינען סעלעברעטיס און זיי האלטן זיך נישט צוריק דערפון ווייל זיי זענען נישט מאראליש.

אברמי: אדרבא, 'די וואך' איז די גרעסטע ראיה אז די רבנים פארלירן די מאכט. זיי זענען דאך געפערליך אקעגן בילדער.

געציל: הא הא... 🙂

הערשי: ווי אזוי זעהט אויס א רעוואלוציע? ווען מוסדות הערן אויף אפצוזאגן קינדער פאר נארישע סיבות?

אברמי: איינער האט דאס דען געזאגט?

הערשי: איך פרעג. ווי אזוי זעהט עס אויס? וואספארא שינויים וועט זיך אנזעהן?

אברמי: איך מיין אז עס וועלן זיין מער lenient און עדזשוקעישאן מיינדעד מוסדות. באמת, ווער ווייסט?

הערשי: הייסט אז די יעצטיגע מוסדות וועלן טוישן זייער סטאנדארט און ווערן מער עדזשוקעישאן מיינדעד? דאס הייסט א רעוואלוציע?

אברמי: די ערשטע טריט פון א רעוואלוציע איז אז מענטשן הייבן זיך אויף און שרייען גענוג! מיר האבן גענוג געהאט!

הערשי: און דערנאך?

אברמי: נייע מוסדות, נייע קהילות, נישט אונטער זייערע הענט.

הערשי: נייע מוסדות געשעהט נישט אזוי גרינג. מען דארף מיליאנען דאלארן צו קענען פינאנצירן אזא רעוואלוציע.

אברמי: גערעכט. אבער איך האלט אז מען האלט כעת נאר ביי די אנהייב. ווי שנעל די רעוואלוציע וועט זיך אנטוויקלען ווענדט זיך אין ווי שטארק מ'וועט אונטערדרוקן דעם המון עם. ווי נאר זאכן וועלן זיך אנהייבן צו רוקן וועסטו שוין זעהן ווי אלעס וועט פאלן אין פלאץ. ליין נאר אביסל איבער די היסטאריע פון די ציווילע רעכטן באוועגונג וועסטו טרעפן אסאך similarities צו די יעצטיגע צושטאנד.

ברוך: איך גלייב אז נייע מוסדות זענען שוין אונטערוועגנס. ביז פינף יאר איז עס א פערטיגע מציאות.

הערשי: ווי אזוי קען מען זיין זיכער אז די נייע מוסדות וועלן נישט זיין א פשוט'ער קאפי פון די יעצטיגע מוסדות? מיט וואס פונקטליך וועלן זיי זיין אנדערש? פארוואס זעה איך נישט קיין רעוואלוציע?

דוד: ווען מ'הערט רעוואלוציע טראכט די עולם פון ווילדע ראיאטן איבער די גאסן און שאסייען מיט פליעדיגע פלאש באמבעס. נישט פון דעם רעדן מיר דא. מיר רעדן דא (און האפענטליך האלטן מיר שוין אויפן וועג) פון אפשטעלן דאס פלייץ און שטראם צו עקסטרעמיזם, קאנפארמיטי און יוניפארמיטי. ווען אפילו נאר א מינאריטעט פון עלטערן ווייסן אז ס'דא א מעגליכקייט צו רעדן צום מחותן איבער אן אפציע פון ב"ק פאר די ערשטע שטיק צייט נאכן חתונה. אויב עלטערן וואלטן געוויסט אז זיי האבן די אפציע צו שיקן צו א חסיד'ישע חדר און ישיבה וואס גיבט אויך א גוטע סעקולארער עדזשוקעישאן. אויב א בחור קען גיין אנהייבן צו באקומען א גוטע דעגרי אן דעם וואס עס זאל קאליע מאכן זיינע שאנסן פאר א גוטע שידוך, א.א.וו. דאס איז רעוואלוציענעריש. דאס איז די רעוואלוציע אויף וואס מיר קוקן ארויס. קיין ווילדע געפעכטן וועט דא נישט זיין אויסער אויב איין צד איז אריינגעצוואונגען דערין. קיינער וויל עס נישט.

געציל: דוד, דו רעדסט פון עוואלוציע נישט רעוואלוציע.

אברמי: געציל, אלץ ביסטו פארנומען מיט semantics. רוף עס וואס דו ווילסט, אבער עפעס גרויס געשעהט דא.

געציל: חסידישע יונגעלייט וואס זענען פארנומען מיט semantics איז א טייל פון די עוואלוציע/רעוואלוציע... 😉

וואלווי: וואס איז די מסקנה? ווען איז די רעוואלוציע?

אברמי: זונטאג נאכמיטאג האלב נאך אכט אין די שאטער הגדול.



.

איש הישר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:17 pm

· #187039
אויב איך מעג צולייגן מיין צוויי ארעמע צענט צו די יושבים על מדין וואטסעפפ: א רעוואלוציע פאסירט נישט איבער נאכט, נאכדערצו א שטילע רעוואלוציע וואס -- ווי דוד דערמאנט -- ווערט געפירט אן ראיאטן און פלאש באמבעס. נאכמער, דער המון עם שפירט ניטאמאל אז זיי זענען אין א רעוואלוציע, זיי פארמאגן נישט דעם ברייטן קוק -- הין און צוריק -- צו זען ווי דראסטיש זאכן טוישן זיך אונטער זייערע נעזער. א ביישפיל: טייטל-וואן איז היינט א פאקט אין פילע גרויסע קהלה מוסדות אין ניו יארק. יא, אמת, דער אינסענטיוו איז פראגראמען און געלט, אבער דער פאקט איז אז אונזערע קינדער לערנען לימודי חול אויף א פיל העכערן שטאפל ווי מיר האבן געלערנט. נאך א ביישפיל: רוב גרויסע קהלה מוסדות האבן געשיקט זייערע מלמדים צו קורסן אין מלאכת שמים. דאס זענען אלעס חלקים פון א שטילע רעוואלוציע -- אדער עוואלוציע, ווי געציל גלייכט עס -- און עס פאסירט אונטער אונזערע נעזער.

משה געציל » מיטוואך פעברואר 26, 2014 10:19 pm

· #187042
הבהרה:
איך טרעט נישט אריין אין די ק"ש בלאג הידוע לשמצה, איינמאל אריינגעפאלן פאר א מינוט, פעך.

אפטעמיסט » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:06 pm

· #187061
ווערי נייס הוגה, און גיב איבער א דאנק פאר אברמי פאר מיר טעגן...

צום ענין, עס קומט טאקע פאר א מהפכה אינערהאלב אונזער סאסייעטי, אבער פון דארט ביז א רעוועלאציע איז א שווערן גאנג. אויב וועסט כאפן א בליק אויף די מאסן- טוישן און רעוועלאציעס וואס זענען פארגעקומען אין די לעצטע יאר הונדערט, וועסטו זעהן איין זאך וואס פארבינט זיי אלע: די פראטעסטירער און רעוועלאציאנערן האבן געהאט הילף פון זייער פאמיליע. וואס מיין איך צו זאגן? סיי ביי דער שווארצע אויפשטאנד זענען טאטע מיט זון געוועהן אויף איין בלאט, אין די איסלאמישע לענדער זענען ע"פ רוב גאנצ'עטע משפחות אויף איין זייט פון די מטבע, און איצט אין אוקריינא זענען פאמיליעס אויך פאראייניגט.

אין אונזער פאל איז אבער גאר אנדערש. יא, טויזענטע טויזענטע שרייען (אין הארצן) "רייס אראפ דעם וואנט!", אבער דאס איז נאר כלפי פנים; נישט כלפי חוץ. גערעכט, א ריזן חלק כלל ישראל האסט דעם סיסטעם און האפט פאר א בעסערע עתיד לבנינו ולדורותינו-- אבער ביי רוב פון אונז איז דאס א שווערע סוד, און אויב די ווייב ווייסט, ווייסן נישט די עלטערן, און אויב די עלטערן ווייסן, ווייסן נישט די שווער און שוויגער אא"וו.

איצט, די מציאות איז אז מענטשן טוען נישט קיין ווילדע שריט אליינס; יעדער דארף support. אזוי איז עס אין די גויאישע וועלט, און אוודאי אוודאי אין אונזערע לאגערן וואו יעדער לעבט פאר יענעם. פונקט ווי ס'איז נישט מעגליך (כמעט) אז איין טאליבאנער זאל מאכן א רעוואלאציע, אזוי איז נישט מעגליך איין לעפקאוויטש זאל מאכן, און אפילו הונדערט.

איך האב אינטערנעט? יא. אבער האב איך אזוי געשריבן אויפן פראגע-בויגן? ניין. פארוואס? ווייל ס'איז נישט מעגליך אנדערש. דאס איז דער פראבלעם פון לעבן אין אן אינסלאר קאממיוניטי. אלס מוז זיין א געהיימעניס 'אפילו פון דיינע נאנסטע'. און דאס איז דער שטיין אין וועג. ווען א אינגערמאן וואלט געוויסט אז אויב ער מאכט א רעוואלאציע וועט זיין טאטע מאמע אים דיפענדן מיט ציין און נעגל, וואלט אים קיין סך נישט אנגעגאנגן וואס דער גאס זאגט. וואס טוט מען אבער אז דער אייגענע פאטער איז פון די יושבי חושך?

לסיכום, דער עולם איז אויפגעברויזט? קיין פראגע. דער ערד ברענט אונטער אונזער פיס? ס'פלאקערט. איז אבער א מציאות ע"פ דרך הטבע אז דראסטישע שריט וועט גענומען ווערן? הלוואי יא, אבער איך בין זייער סקעפטיש.

venus » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:21 pm

· #187065
While I doubt there'll be a big revolution, changes are going to happen slowly. Twenty - thirty years ago, you rarely found chassidish people with college degrees while these days special ed degrees are more common.Granted, most of these degrees are obtained in degree mills kind of schools that don't provide real scholarship, it's still huge progress. Families are also slowly getting smaller too. What I think will eventually happen is there'll be a split as the frum core will become even more extreme while the rest will get sick of it thus polarizing the community.

שטילע אינגערמאן » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:47 pm

· #187073
ווי לייג איך מיך ארויף אויף דער גרופע?

הוגה » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:52 pm

· #187074
שטילע אינגערמאן
ווי לייג איך מיך ארויף אויף דער גרופע?


מיינסט טאקע אז ס'עקזיסטירט אזא גרופע? פון אברמי ביז וואלווי איז אלץ מיינע מאלטיפעל פערסאנאליטיס... 😂
מארגן האף איך צו שרייבן הוגה'ס מיינונג.

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 26, 2014 11:55 pm

· #187075
אינטערסאנט כהאב געשיקט די ארטיקעל צי א יואלי די בייבל קריטק, זאגט ער מיר סאיז אלעס איין שרייבער.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:06 am

· #187078
קוריאזע מענטשן וואס טראכטן אז זיי קענען טוישן די וועלט, זענען געווענליך די וואס טוישן איר.
סטיוו זשאבס.

יעקעלע חכם » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:36 am

· #187105
קינדערלעך נעמט דעם קאפ וואסער וואס איר האט מיט אייך אריינגעטראגן און בעסקיסע און ווישט אייך אפ די אחרים, ווארפט אריין דאס ציגערעטל און די לאך אינעם צרכים קעסטעל, און גייט אריין דאווענען ווייל דער נעקסטער מנין שטעלט זיך שוין אט אט...

הערט אויף צו חלום׳ן און זיך פארגלייכן צו רעוועלאציעס, געוויסע ניקום רופען זיך שוין דא דער צווייטער נאפאליען, די וואס זענען ח״ו נישט קיין ראסיסטן און זיי האלטן אז דער שחור איז די זעלבע מדרגה ווי דער יוד גייט זיך שוין באלד רופן א צווייטער מארטין לוטער קינג.

איר גייט גארנישט טוישן, אלס בלייבט ווי עס איז, איר זענט גארנישט קיין העלדן, סך הכל רוב מנין ובנין דא זענען דא זיך אויסצוגעבן דאס בויך קוועטשעניש ווען דאס בויך איז אביסעלע פיל, עס זענען דא אפאר קליינע בעלי לשון הרע׳לך וואס ווען זיי שעמען זיך נישט וואלטן זיי געשטאנען בראש פון א האטליין און געחלום׳ט אז טויזענטער מענטשען הערן זיי אויס, און זיי וואלטן אריינגעדרשנ׳ט צוויי דריי שעה א וואך אלע זייערע פאנטאזיעס.

עס איז אקעי, טרייבט נאר נישט איבער דאס מצב, טוט אייך נישט איבערשאצן, קאווע טוישט גארנישט, און טוט אייך און אייער AIROUT קאווע נישט אוועררעיטן...

בן בג בג » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:35 am

· #187110
אברמי: נייע מוסדות, נייע קהילות, נישט אונטער זייערע הענט.

הערשי: נייע מוסדות געשעהט נישט אזוי גרינג

שלום עליכם, איך וויל אויפמערקן א נקודה וואס כ'האב אמאל געהערט, אז פארוואס קען מען נישט מאכן א שוהל ספעציעל פאר שמיעסערס, אזוי זאל יעדער קענען דאווענען / שמיעסן במנוחה? נאר וואס דען אזא שוהל וועט זיך נישט האלטן, ווייל דו שמיעסער ווילסטאך קומען האלב עלעוו אין שוהל און מ'זאל שוין האלטן ביי נשמת, דו דארפסט דאך האבן דער שבח שרייער כדי נישט די גאנצע שוהל זאל מיטהאלטן אז די רעדסט יעצט דורעך וועלכע קאר צו ליעסן.
די זעלבע זאך איז מיט די מוסדות, ליידער האט מען אויפגעצויגן א דור וואס האלטן ביי גארנישט, און זייער נישט האלטן מיט די סיסטעם איז וויל זיי האבן נישט צי אידישקייט צופיל נערווען, און ווען זיי זאלן וועין מאכן אייגענע מוסדות וואלט עס געהאט יענע צורה
בלייבן איבער די ביסל ערליכע אידן וואס ווילן דינען דעם אייבירשטען מיט אן אמת אן די אלע פרומקייטן און משוגע'תן אבער האבן ליידער נישט מיט ווען צו צוגיין צים טיש

לאליפאפ » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:29 am

· #187113
מאטי
קוריאזע מענטשן וואס טראכטן אז זיי קענען טוישן די וועלט, זענען געווענליך די וואס טוישן איר.
סטיוו זשאבס.

האנשים המשוגעים מספיק לחשוב שהם יכולים לתקן את העולם, הם העושים זאת. אם אתה כבר נולד משוגע אז תשנה את העולם. (8th Day)

עוד מישהו » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:48 pm

· #187172
די רעוואלוציע קען נאר פארקומען דורכן פשוטן המון עם, און אין די פארם פון אן אויפשטאנד וואס איז ברוטאל, קעגן די גאר קליינע פראצענט וואס פירן די סאציאלע ווירטשאפט, סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש.
-א גרויסע אידישע סאציאלאג האט דאס געזאגט-
קארל מארקס.
דעריבער זע איך נישט קיין גרויסע רעוואלוציע זאל פארקומען, א שטילע אויפשטאנד קען זיין קומט פאר, אבער נישט גענוג שטארק אז עס זאל טוישן די וועלט. די רבנים ודומיהם טוישן זיך נישט, די קאפ פארדרייערס/עסקנים אוודאי נישט, די פשוט'ע המון עם איז צו איידל פאר ווילדע שריט.
אבער א איד געט נישט אויף קיינמאל. לה' הישועה.

הקטן » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 12:50 pm

· #187173
@בן בג בג
ווען מאכן מיר א רעוועלאציע, איך האלט גראדע אז עס גייט געשען (אן עוועלאציע)

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:07 pm

· #187182
עוד מישהו
די רעוואלוציע קען נאר פארקומען דורכן פשוטן המון עם, און אין די פארם פון אן אויפשטאנד וואס איז ברוטאל, קעגן די גאר קליינע פראצענט וואס פירן די סאציאלע ווירטשאפט, סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש.
-א גרויסע אידישע סאציאלאג האט דאס געזאגט-
קארל מארקס.

If there was hope, it must lie in the proles, because only there, in those swarming disregarded masses, eighty-five percent of the population of Oceania, could the force to destroy the Party ever be generated. The Party could not be overthrown from within. Its enemies, if it had any enemies, had no way of coming together or even of identifying one another. Even if the legendary Brotherhood existed, as just possibly it might, it was inconceivable that its members could ever assemble in larger numbers than twos and threes. Rebellion meant a look in the eyes, an inflection of the voice; at the most, an occasional whispered word. But the proles, if only they could somehow become conscious of their own strength, would have no need to conspire. They need only to rise up and shake themselves like a horse shaking off flies. If they chose .they could blow the Party to pieces tomorrow morning. Surely sooner or later it must occur to them to do it

George Orwell - 1984

גורן האט''ד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:17 pm

· #187186
בלי ספק עס וועט זיין א רעוועלוציע. וויאזוי מיינט איר זענען רעוועלוציעס געשעהן אין היסטאריע? נישט אין איין מינוט, אדער אפילו אין איין דור. פון די רענעסאנס אין אייראפע ביז די פראנצויזישע רעוועלעוציע האט גענומען צוויי הונדרעט יאר, און די גאנצע צייט זענען מענטשען געזעצן אין קאווע שטיבלעך און וואטסאפ גרופס און געשמועסט צו עס וועט זיך עפעס אמאל טוישען. ביז עס איז טאקע געשעהן.

נאך א זאך, א רעוועלציע געשעהט נישט בחנם. פאר רעוועלוציעס גיסט מען בלוט. משום מה טראכטען פארשידענע חרדישע אומצופרידענע אז מען קען מאכען א רעוועלוציע פאר פרי, אדער אפילו 2 פאר איינס. עס איז נאכנישט געווען אין די וועלט א רעוועלוציע אן אפאר משוגעים זאלן זיין גרייט צו צאלן די פרייז. די אותו-מקום ראיטען גרופע אין רוסלאנד לאזט זיך ארעסטירען אין גולאג פאר יארען, פאלעסטינער בלאזען זיך אויף אויף באסעס, אוקראינישער פראטעסטירער לאזען זיך שיסען, אלץ פאר דער קליינער שאנס פון א טויש. און חרדישע זענען פארנומען מאכען חשבונות אויב זיי קענען זיך ערלויבען נישט גיין צו עפעס א קאראפטירטע צניעות אסיפה.

איש הישר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:21 pm

· #187188
וועלכע סארט בלוט-פארגיסונג שלאגסטו פאר, גורן?

גורן האט''ד » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:23 pm

· #187191
פרטים אין אישי. איך מיין אז עס לוינט נישט פארצושלאגען ווייאלענס אין א פאבליק פארום.

יעקעלע חכם » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:39 pm

· #187197
האהא ער טראכט שוין פון גיסן בלוט..,

גיי ארבייט ברודער׳ל לאז נישט דיינע קינדערלעך הונגעריג.

הער אויף צו חלום׳ן...

בן תמליון » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 1:40 pm

· #187198
געפילטע פיש
עוד מישהו
די רעוואלוציע קען נאר פארקומען דורכן פשוטן המון עם, און אין די פארם פון אן אויפשטאנד וואס איז ברוטאל, קעגן די גאר קליינע פראצענט וואס פירן די סאציאלע ווירטשאפט, סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש.
-א גרויסע אידישע סאציאלאג האט דאס געזאגט-
קארל מארקס.

If there was hope, it must lie in the proles, because only there, in those swarming disregarded masses, eighty-five percent of the population of Oceania, could the force to destroy the Party ever be generated. The Party could not be overthrown from within. Its enemies, if it had any enemies, had no way of coming together or even of identifying one another. Even if the legendary Brotherhood existed, as just possibly it might, it was inconceivable that its members could ever assemble in larger numbers than twos and threes. Rebellion meant a look in the eyes, an inflection of the voice; at the most, an occasional whispered word. But the proles, if only they could somehow become conscious of their own strength, would have no need to conspire. They need only to rise up and shake themselves like a horse shaking off flies. If they chose .they could blow the Party to pieces tomorrow morning. Surely sooner or later it must occur to them to do it

George Orwell - 1984


"'If there is hope,' wrote Winston, 'it lies in the proles.'"

Winston Smith observed the shoddier quarters of Oceania. Amongst the screaming children and poor women, he saw hope. But he failed to see it in reverse.

There was no hope. Change was not forthcoming. The government remained in power without any sign of an emerging opposition. The proles continued their lives unceremoniously, without any serious complaint. They hadn't a need for change. Indirectly, they contributed to its existence.

The novel depicts a sharp divide in the two classes, between 15% of the population, and the remaining poorer people called 'the proles'. To effectively convince the reader of the possibilities power has in abolishing individual thinking, Orwell portrayed a totalitarian government that used extreme physical force on the the 15%, the outer party. The author implies that starvation and torture can conquer one's mind.

The book goes into imaginative detail. Targeted party members were subject to an organized lifestyle of scrutiny and risk punishment. There are endless examples of gag-me-with-a-kerchief methods employed by the government which gave Oceania's constituents no opportunity to revolt. Telescreens. Big Brother. Hate Week. Ministry of Love. Thought Police. Antisex League. Poverty, hunger, vaporization. That wretched Victory Gin, you could forever feel its vile aftertaste. The flavor of helplessness.

Yet 85% of the population required little to no supervision at all. The proles didn't present a risk to the leadership. All that was needed to keep them marching to the country's beat was the withholding of a little education and eliminating the concept of a better life.

Effective mind control is as simple as that.

There was something familiar, even personal, with the proless in the yard behind Mr. Charrington's shop tending her washbin. As she went to and fro her clothesline, stuffing her mouth with pins, she broke into constant chimes of song. She seemed truly content, or as Winston put it, she was beautiful. She had no desire for a change. Her ignorance was her bliss. Her bliss was the government's bliss, its ability to survive while unjust.

Indoctrination can come in far more comfortable teaspoonfuls than Victory Gin. I am skeptical with regards to the real-life possibilities of O'Brein's radical methods. But I know the woman behind the yard, and SHE's not guilty of crimethink; of independent thought. Neither does she have reason to. As long as all she knows is her soapy water and the pitter-patter of her children's feet running around the pavement, she'll be content with her less-than perfect life. The party will continue to reign.

פון דא:
<a class="postlink" href="http://shpitzleshtible.blogspot.com/2007/07/1984.html">http://shpitzleshtible.blogspot.com/2007/07/1984.html</a>

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 2:13 pm

· #187204
גורן האט''ד
בלי ספק עס וועט זיין א רעוועלוציע. וויאזוי מיינט איר זענען רעוועלוציעס געשעהן אין היסטאריע? נישט אין איין מינוט, אדער אפילו אין איין דור. פון די רענעסאנס אין אייראפע ביז די פראנצויזישע רעוועלעוציע האט גענומען צוויי הונדרעט יאר, און די גאנצע צייט זענען מענטשען געזעצן אין קאווע שטיבלעך און וואטסאפ גרופס און געשמועסט צו עס וועט זיך עפעס אמאל טוישען. ביז עס איז טאקע געשעהן.

נאך א זאך, א רעוועלציע געשעהט נישט בחנם. פאר רעוועלוציעס גיסט מען בלוט. משום מה טראכטען פארשידענע חרדישע אומצופרידענע אז מען קען מאכען א רעוועלוציע פאר פרי, אדער אפילו 2 פאר איינס. עס איז נאכנישט געווען אין די וועלט א רעוועלוציע אן אפאר משוגעים זאלן זיין גרייט צו צאלן די פרייז. די אותו-מקום ראיטען גרופע אין רוסלאנד לאזט זיך ארעסטירען אין גולאג פאר יארען, פאלעסטינער בלאזען זיך אויף אויף באסעס, אוקראינישער פראטעסטירער לאזען זיך שיסען, אלץ פאר דער קליינער שאנס פון א טויש. און חרדישע זענען פארנומען מאכען חשבונות אויב זיי קענען זיך ערלויבען נישט גיין צו עפעס א קאראפטירטע צניעות אסיפה.

אין אנדערע ווערטער, דער מצב פון חרדים איז גארנישט אזוי שלעכט. והא ראי', קיינער איז נישט גרייט צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.

גם כי אלך » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:48 pm

· #187228
א שיינע דיסקוסיע. וואס איז שייך צו זאגן? אזאנע זאכן איז נישט מעגליך פאראויסצוזאגן, אפילו ביי עכטע רעוואלוציעס, א שטייגער ווי עגיפטן און אוקריינא האט זיך קיינער נישט אויסגע'חלום'ט אז זאכן וועלן זיך אזוי אנטוויקלען, אלזא קלער איך אז דער שמועס איז אירעלעווענט.
ס'איז אבער סתם אזוי געשמאק צו חלום'ן הויך איבער רעוואלוציעס און בלוט פארגיסונגען..

וועפערייזער » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 3:51 pm

· #187229
יאיר
גורן האט''ד
בלי ספק עס וועט זיין א רעוועלוציע. וויאזוי מיינט איר זענען רעוועלוציעס געשעהן אין היסטאריע? נישט אין איין מינוט, אדער אפילו אין איין דור. פון די רענעסאנס אין אייראפע ביז די פראנצויזישע רעוועלעוציע האט גענומען צוויי הונדרעט יאר, און די גאנצע צייט זענען מענטשען געזעצן אין קאווע שטיבלעך און וואטסאפ גרופס און געשמועסט צו עס וועט זיך עפעס אמאל טוישען. ביז עס איז טאקע געשעהן.

נאך א זאך, א רעוועלציע געשעהט נישט בחנם. פאר רעוועלוציעס גיסט מען בלוט. משום מה טראכטען פארשידענע חרדישע אומצופרידענע אז מען קען מאכען א רעוועלוציע פאר פרי, אדער אפילו 2 פאר איינס. עס איז נאכנישט געווען אין די וועלט א רעוועלוציע אן אפאר משוגעים זאלן זיין גרייט צו צאלן די פרייז. די אותו-מקום ראיטען גרופע אין רוסלאנד לאזט זיך ארעסטירען אין גולאג פאר יארען, פאלעסטינער בלאזען זיך אויף אויף באסעס, אוקראינישער פראטעסטירער לאזען זיך שיסען, אלץ פאר דער קליינער שאנס פון א טויש. און חרדישע זענען פארנומען מאכען חשבונות אויב זיי קענען זיך ערלויבען נישט גיין צו עפעס א קאראפטירטע צניעות אסיפה.

אין אנדערע ווערטער, דער מצב פון חרדים איז גארנישט אזוי שלעכט. והא ראי', קיינער איז נישט גרייט צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.

אפשר זענען די אט"ד'ניקעס די משוגעים? דאס האסטו נישט געטראכט?

פארוואס? » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:06 pm

· #187233
טייערע ברודער!
שרעקט אייך נישט פון די לצים, וועלכע חוזק׳ן פון קאווע-שטיבל׳ס מאכט. ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות.
גייט אן מיט אייערע חלומות, און געדענקט אז א גאנצע פארגעשריטענע מדינה שטייט היינט אין די מיטל מזרח, דורך עטליכע דרייסטע לייט, וועלכע האבן געחלומ׳ט און אויך געטוהן.
עס איז שוין העכטס צייט. הגיע זמן גאולתכם!!
נעמט זיך אלע צוזאם אינאיינעם. ווארפט אוועק אלע מיינונגס דיפערענצן, און טוהט צו דער זאך!

ראש הישיבה » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:38 pm

· #187241
יאיר
גורן האט''ד
בלי ספק עס וועט זיין א רעוועלוציע. וויאזוי מיינט איר זענען רעוועלוציעס געשעהן אין היסטאריע? נישט אין איין מינוט, אדער אפילו אין איין דור. פון די רענעסאנס אין אייראפע ביז די פראנצויזישע רעוועלעוציע האט גענומען צוויי הונדרעט יאר, און די גאנצע צייט זענען מענטשען געזעצן אין קאווע שטיבלעך און וואטסאפ גרופס און געשמועסט צו עס וועט זיך עפעס אמאל טוישען. ביז עס איז טאקע געשעהן.

נאך א זאך, א רעוועלציע געשעהט נישט בחנם. פאר רעוועלוציעס גיסט מען בלוט. משום מה טראכטען פארשידענע חרדישע אומצופרידענע אז מען קען מאכען א רעוועלוציע פאר פרי, אדער אפילו 2 פאר איינס. עס איז נאכנישט געווען אין די וועלט א רעוועלוציע אן אפאר משוגעים זאלן זיין גרייט צו צאלן די פרייז. די אותו-מקום ראיטען גרופע אין רוסלאנד לאזט זיך ארעסטירען אין גולאג פאר יארען, פאלעסטינער בלאזען זיך אויף אויף באסעס, אוקראינישער פראטעסטירער לאזען זיך שיסען, אלץ פאר דער קליינער שאנס פון א טויש. און חרדישע זענען פארנומען מאכען חשבונות אויב זיי קענען זיך ערלויבען נישט גיין צו עפעס א קאראפטירטע צניעות אסיפה.

אין אנדערע ווערטער, דער מצב פון חרדים איז גארנישט אזוי שלעכט. והא ראי', קיינער איז נישט גרייט צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.


אזוי פלעגן זאגן אלע וואס האבן געוואוינט אין די לענדער וואס איז געוועהן די רעוואלוציע, פאר די רעוואלוציע. אבער לאמיתו של דבר איז די כעס געוואקסן ביז עס האט געפלאצט א רעוואלוציע.

גראדע במחנינו איז שווער צו גלייבן אז עס גייט למעשה זיין א אמת'ע רעוואלוציע.
1. ווייל די אלע וואס גייען מיט די רשעות פון אונזערע מוסדות/קהילות מיינען עס נעבעך ערנסט, ולכן פילן זיי אז אלעס איז כדאי.
2. קיין איין רעכט באזעסענער מענטש איז נישט גרייט פאר די קאנסעקווענצן פון אזא זאך (אין די אלע לענדער וואס האבן א רעוואלוציע, ווערט עס געמאכט דורך די ווילדסטע חיות במין אנושי).

אבער..... מיר אלע דארפן זיין אפן צו שטיצן יעדע שפאלט אין די רבנישע בלאק, כדי אז די זאך זאל צובראכן ווערן, ממילא וועט אויטאמאטיש צוביסלעך ווערן א גרויסע שינוי.

ועל כגון דא שרייט זיך פון טיפן הארץ, רבונו של עולם עד מתי???? וויפיל וועלן מיר נאך ליידן דא אין גלות ביי אונזערע אייגענע אזויגערופענע חרדים?
ברענג שוין משיח וואס קומט לרחק אלו שקירבו וריחקו בזרוע

ונבנתה העיר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:49 pm

· #187245
ליבע ברידער און (איין) שוועסטער, אל ישיא אתכם המלך זקן ואל תאמינו לו כי לא יוכל כל אלוה כל גוי וממלכה להנצל מידם, עס איז גארנישט אזוי שווער.

עס זענען נישט דא קיין הלכות רעוועלוציע, די באשטאנדטיילן פון יעדע אינדווידואלע רעוועלוציע ווערט געפארעמט אין די צורה פון וועמען/וואס מען רעוואלטירט אקעגן.

שווארצע זעצן זיך אינעם ערשטן טייל באס, רעגירטע אוקריינא'ער שלאגן און ווארפן ארויס די רעגירער און זייערע שלוחים, און פעמעניסטן שרייבן ארטיקלען און האלטן דרשות וואס דארפן רעדן צום מוח-טייל וואס האט פארקערטע מיינוגען.

אונזער שלאכטפעלד איז נישט אין די בארא פארק'ער גאסן, נישט אין די בתי מדרשים און אפילו נישט אין די מקוואות, די שדה המערכה געפונט זיך נישט ערגעץ אנדערש ווי אין אונזערע מוחות, דארט איז די נקודת הבחירה, לאזן מיר מען זאל איהר צובינדן בחבלי עגלה צום פני הכלב, אדער זענען מיר מחליט - בינינו לבין עצמינו - אז זי איז משועבד צו גאט און זיין תורה.

על סוס לא נרכב, מיר דארפן נאר זאגן אלהינו למעשה ידינו, יעדער יחיד דארף נאר מאכן א מחשבה'דיגע החלטה, און אט האט איהר די רעוועלוציע, כהמס דונג פאלט אלעס אוועק, מען קען נישט צווינגען נאר די וואס שטעלן צו זייער מוח דערצו.

ווי יענער זאגט, לעבן זאל די רעוועלוציע!

יאיר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 4:58 pm

· #187246
ונבנתה, זאגסט דאך אזוי גוט. מיר אין קאווע שטיבל האבן ליב זיך איינרעדן אז ס'איז דא עפעס א מיסטעריעזער טיראן וואס דיקטירט אונזער לעבן און קעגן וועמען מען דארף רעוואלטירן. רבותי, ווען אזא טיראן וואלט עקזיסטירט וואלטן מיר שוין לאנג רעוואלטירט. די צרה איז אז מיר זענען אליין די טיראנען. מיר זענען די וואס זענען מכתיר די רבנים, מיר זענען די וואס גיבן קוויטלעך פאר רבי'ס, מיר זענען די וואס שיקן אין אונזערע מוסדות, מיר זענען די וואס לעבן אין נאנטשאפט מיט די משפחה. אויב איינער וויל א רעוואלוציע דארף ער נישט מער ווי מאכן א רעוואלוציע ביי זיך אליין און זיך פרעגן, וואס לוינט זיך מיר ענדערש, צו שיקן מיינע קינדער אין איינע פון די פרומסטע חסידישע מוסדות, אפשערן מיין ווייב'ס האר און צאלן דריי טויזנט דאלער א חודש רענט אין אויסטויש פאר א נאנטע קהילה און משפחה לעבן, אדער עס לוינט זיך מיר נישט. ווי לאנג מענטשן וועלן זיך מאכן דעם חשבון אז למעשה לוינט זיך ענדערש צו בלייבן אין דעם סיסטעם ווי אוועקצוגיין, וועט מען זיך מוזן צושטעלן צום אלגעמיינעם רוח. און דער אלגעמיינער רוח איז גענוי ווי אזוי חרדיזם ווערט יעצט געפירט.

ראש הישיבה » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:12 pm

· #187249
@יאיר דו האסט א פינטעל.
אבער מיר זענען געבוירן/חתונה געהאט מיט נאטירליכע commitments. עס איז נישט אזוי פשוט אז מיר קענען זיך אפפיצן פון די גאנצע געשעפט. איך קען איינער וואס איז נישט פרום (מיט זיין ווייב) בסתר, אבער ער שיקט זיינע קינדער צו היימישע מוסדות, נאר ווייל ער וויל נישט א קולטור שאק. ולכן ווייל מיר ווילן בלייבן מיט די משפחה מיט די חברים ביהמ"ד, וועגן דעם מוזן מיר אזוי ליידן? קענען מיר נישט מאכן די ענווייערמענט א מעהר אקסעפטונג/לאווינג ענווייערמענט?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:23 pm

· #187251
יאיר
ונבנתה, זאגסט דאך אזוי גוט. מיר אין קאווע שטיבל האבן ליב זיך איינרעדן אז ס'איז דא עפעס א מיסטעריעזער טיראן וואס דיקטירט אונזער לעבן און קעגן וועמען מען דארף רעוואלטירן. רבותי, ווען אזא טיראן וואלט עקזיסטירט וואלטן מיר שוין לאנג רעוואלטירט. די צרה איז אז מיר זענען אליין די טיראנען. מיר זענען די וואס זענען מכתיר די רבנים, מיר זענען די וואס גיבן קוויטלעך פאר רבי'ס, מיר זענען די וואס שיקן אין אונזערע מוסדות, מיר זענען די וואס לעבן אין נאנטשאפט מיט די משפחה. אויב איינער וויל א רעוואלוציע דארף ער נישט מער ווי מאכן א רעוואלוציע ביי זיך אליין און זיך פרעגן, וואס לוינט זיך מיר ענדערש, צו שיקן מיינע קינדער אין איינע פון די פרומסטע חסידישע מוסדות, אפשערן מיין ווייב'ס האר און צאלן דריי טויזנט דאלער א חודש רענט אין אויסטויש פאר א נאנטע קהילה און משפחה לעבן, אדער עס לוינט זיך מיר נישט. ווי לאנג מענטשן וועלן זיך מאכן דעם חשבון אז למעשה לוינט זיך ענדערש צו בלייבן אין דעם סיסטעם ווי אוועקצוגיין, וועט מען זיך מוזן צושטעלן צום אלגעמיינעם רוח. און דער אלגעמיינער רוח איז גענוי ווי אזוי חרדיזם ווערט יעצט געפירט.

אפטראגן פון א מקום איז נישט קיין רעוואלט, ווען אלע פעמיניסטן וואלטן אפגעטראגן פון אמעריקע, און אנטלאפן צו עפעס אן אינזל וואו מ'גיבט פרויען גלייכע רעכטן, ווען שווארצע וואלטן נישט מארשירט אין וואשינגטאן, נאר אפגעטראגן קיין אוגאנדא, וואלט עס געמיינט אז זיי קאפיטולירן, די פארקערטע פון רעוואלט. רעוואלט מיינט אז מיר בלייבן דא, און האפן, פראבירן, אז דא, וואו אונז זעמער טאקע אזוי באקוועם, מיט אונזער פאמיליעס, מוסדות וואו מיר זענען אויסגעוואקסן, און קהילות צו וואו מיר באלאנגן, און דא מאכן דעם רעוואלט, די טוישונגען וואס מיר ווילן זען אין סאסייעטי.

און דאס, מיין איך, זאגט ונבנתה אזוי שיין, די דיקטאטורן זענען לאו דוקא די רבנים, ווייל זיי לכשעצמם האבן נישט קיין מאכט, נאר דורך אונז, די קאלעקטיווע אונז, דאס געבט זיי די כח. און איינמאל מיר, נאכאמאל די קאלעקטיווע מיר, וועלן זיך אפשאקלען דערפון, דענסמאל וועט זיין די ריכטיגע גאולה. אז איך און דו הערן אויף קויפן די כל העולם כולו פארלירן זיי גארנישט, אבער אז די המון, די proles הערט אויף זיי נאכצוטאנצן, און לעבט זיך פאר זיך אן צו קאפיטולירן צו זייערע power grabs, ווען מענטשען וועלן אויפהערן פאטשן ווען איינער מיט באבלומטע פיזשאמעס טאנצט מיט פארגלייזטע אויגן, ווען די עולם אויף א מאסנגעבליכן שטייגער וועט אנהויבן אנצופייפן, דאס וועט זיין די רעוואלוציע אין וואס ק"ש וועט זיכער האבן עפעס א חלק דערין.

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:43 pm

· #187258
יעצט איז צייט פאר מיר צו זאגן מיין אייגענע מיינונג. קודם כל שטים איך צו צו אלע פון אברמי ביז וואלווי, און איך דיסאגרי מיט אלע ווי איר וועט ווייטער זעהן. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אלעס דא איז בלויזע שפעקולאציעס. מיר האבן נישט קיין פאראייניגטע ארגעניזאציע אדער איין פירער וואס זאל פאראייניגן און מאכן אפיציעל די באוועגונג. זאכן רוקן זיך פאראויס אבער מיר קענען נישט האבן קיין אהנונג אויב די פראצעס וועט זיין א שטייטע אדער א שנעלע - רעלאטיוו גערעדט. אזוי ווי ס'שוין דערמאנט געווארן דא, די מער דרוק און די מער שטותים די איצטיגע הנהגה וועט צולייגן אלץ שנעלער וועט קומען די ישועה.

ביי די צווילע רעכטן פראטעסטן אין אלאבאמע האט זיך עס גערוקט גאר שטייט און ס'האט אויסגעזעהן ווי די שווארצע טוען גארנישט אויף. ביז די ארטיגע געווארנאר האט געמאכט די פאטאלע באשלוס פון זיך באנוצען מיט הונט אקעגן די פראטעסטירער, פון דאן האט זיך אלעס ארום געדרייט און שנעל געפארן צום ריכטונג פון גלייכבארעכטיגקייט. אויב אונזערע רבנים וועלן אריינברענגן די הונט זענען מיר באלדיגע געהאלפענע. אויב וועלן זיי ארבייטן מיט סטראטעגיא און איינגעהאלטנקייט וועט עס נעמען אסאך לענגער.

אין אלגעמיין האלט איך פונקט ווי @venus האט געשריבן. "change happens gradually". אבער ביי אונזער פאל איז נישט מעגליך דאס צו וויסן אויף זיכער. מיר זעהן טרענדס אין ביידע ריכטונגען וואס געבן מיר האפענונג און פארצווייפלונג אינאיינעם.

פון איין זייט זעהן מיר א גאר שטארקע אויפוואכונג פון די בעלי שכל.
1) מיר זעהן די קאלעדזשעס אנגעפילט מיט היימישע יונגערלייט און פרויען, אפילו אין פרעסטידזשפולע שולעס. מענטשן גייען אפילו צו ווערן דאקטוירים און סייענטיסטן.
2) מיר זעהן א נייגונג אוועק פון די פרעדזשידוס אקעגן פרויען, עכ"פ אויף א פרטי'שע פארנעם.
3) די ראסיסטישע נייגונגען אקעגן מינאריטעטן למיניהם ווערט היינט גאר שטארק אראפ געקוקט ביים המון עם.
4) עס איז דא א שטארקע פרלאנג פאר שטארקע עדזשוקעישאן און עלטערן מוטיקן די בחורים צו ליינען ביכער און זיך לערנען שרייבן.
5) די עולם גייט מיט די צייטגייסט, מען גלידערט זיך אריין אין די ביזנעס און טעכנעלאגיע פון די איין און צוואנציגסטע סענטארי.
6) אפילו אין אידישקייט איז דא א שטארקע אויפוואכונג צו ערהאלטן אטענטישע אמונה, הבנה אין יהדות והשקפה און ארענטליכקייט אין אמת'ע הלכה.
7) די עולם איז מבקש אויף קירבת השם. צו איז דאס ביי שבתונים פון פראדזשעקט אינספייער, אש התורה, שלהבת, געיטוועי, קאלל אוו דע שופר אדער רבי מוטה פראנק. אמאל וואלט מען זיך נישט געחלומ'ט אז א היימישע חסידישע איד וואלט געהאט אן אינטערעסע בכלל.
8) אין אלע היימיש געגנטער געפונען זיך היינט אויף א שטילע פארנעם צענדליגע משפיעים ומורי הוראה וואס פרעדיגן אטענטישע אידישקייט.
9) וויפיל ספרים עס האלטן אין איין ארויסקומען וואס גיבן איבער די דבר השם אן די צוגעלייגטע שטותים וואס פארעקלן אידישקייט בעיני העם.
און נאך אסאך אנדערע דוגמאות...

פון די אנדערע זייט אבער איז די מצב גאר ביטער. אין די גרויסע אינסטיטושענס און פעקטאריס זעהט זיך נישט אן קיין כהוא זה פון א שינוי. אדרבא, זיי האלטן אין איין ציען מער צו די טונקעלקייט. אין די מוסדות לערנט מען נאך אלץ די קינדער כצפיחות בדבש און שומר חנם שומר שכר אבער קיין ווארט נישט איבער אידישקייט. פארוואס זאל איינער וועלן זיין א איד אויסער צוליב דעם וואס זיין טאטע איז איינס? רוב מוסדות קענען טון אסאך מער אין די געביט פון עדזשוקעישאן. ביי רוב היימישע שולעס ווייסט א יעדע מיידל פונקטליך א יעדע סעיף פון רב פאלק'ס ספר אבער זיי האבן די מינדעסטע אהנונג איבער אנכי ולא יהיה לך. די אויבנ-דערמאנטע ספרים ומשפיעים ווערן ארונטער געריסן דורך די מענסטרים הנהגה. פארטיי ליניע און געלט זענען וויכטיגער ווי די תרי"ג מצוות. ווי א קרוב מיינער האט מיר געזאגט נאך דעם וואס די מוסד איז איר דערגאנגן די יארן צוליב א שמועה אז זי גייט מיט מעיקאפ וועלכער איז גע'אסר'ט געווארן דורך די רשכבה"ג'ן שבדורנו, "זיי האבן די צייט און רעכט צו דערגיין די יארן צוליב א ספק אז איך האב עובר געווען אולי אויף א לא תסור, אבער מיט די ודאי דאורייתא פון לא תונו האבן זיי נישט קיין פראבלעם". (איר זעהט? פרויען קענען יא לערנען...)

דא שטעקט מיין פרייד און מיין פארצווייפלונג. די עולם איז טאקע אויפגעקלערט און מ'טוישט זיך צום גוטן אבער די אינסטעטוציעס בארגראבן זיך נאר טיפער און טיפער. פארוואס האט עס נישט קיין השפעה אויף זיי אויך?

לסיכום הענין, מיר האבן דא זייער מיקסד מעסידזשעס ווי מיר האלטן מיט די רעוואלוציע און אויב עס האט זיך בכלל אנגעהויבן. אבער ביי די המון עם זעהט זיך שטארק אהן אז די עולם איז גרייט פאר טשעינדזש, אבער שוין! יעצט גייט געשעהן איינס פון די דריי זאכן. אדער וועלן זיך זאכן רוקן גאר שטייט און ביז א צוואנציג יאר וועלן זאכן בעזר השם ווערן בעסער (אך און וויי פאר אונז... 😞 ). אדער וועלן די יושבי חשך גיין ווילד און עקסטרעם און דאס וועט שטופן די רעוואלוציע צו די נעקסטע שטאפל. אדער וועט אפיר קומען א ריכטיגע מנהיג אדער ארגעניזאציע וואס וועלן שטופן די באן מיט אן אגעניזירונג וואס ס'פעלט זיך אויס. ימים ידברו.

אפטעמיסט
ווערי נייס הוגה, און גיב איבער א דאנק פאר אברמי פאר מיר טעגן...

צום ענין, עס קומט טאקע פאר א מהפכה אינערהאלב אונזער סאסייעטי, אבער פון דארט ביז א רעוועלאציע איז א שווערן גאנג. אויב וועסט כאפן א בליק אויף די מאסן- טוישן און רעוועלאציעס וואס זענען פארגעקומען אין די לעצטע יאר הונדערט, וועסטו זעהן איין זאך וואס פארבינט זיי אלע: די פראטעסטירער און רעוועלאציאנערן האבן געהאט הילף פון זייער פאמיליע. וואס מיין איך צו זאגן? סיי ביי דער שווארצע אויפשטאנד זענען טאטע מיט זון געוועהן אויף איין בלאט, אין די איסלאמישע לענדער זענען ע"פ רוב גאנצ'עטע משפחות אויף איין זייט פון די מטבע, און איצט אין אוקריינא זענען פאמיליעס אויך פאראייניגט. אין אונזער פאל איז אבער גאר אנדערש. יא, טויזענטע טויזענטע שרייען (אין הארצן) "רייס אראפ דעם וואנט!", אבער דאס איז נאר כלפי פנים; נישט כלפי חוץ. גערעכט, א ריזן חלק כלל ישראל האסט דעם סיסטעם און האפט פאר א בעסערע עתיד לבנינו ולדורותינו-- אבער ביי רוב פון אונז איז דאס א שווערע סוד, און אויב די ווייב ווייסט, ווייסן נישט די עלטערן, און אויב די עלטערן ווייסן, ווייסן נישט די שווער און שוויגער אא"וו.


@אפטעמיסט, אברמי זאגט אז ער האט נאר געמאכט א ווערטל... 😉

בנוגע עלטערן און קינדער איז אזוי. אמת טאקע אז מען האט מורא צו טון זאכן אין די עפענטליכקייט דערווייל אויס מורא פון די משפחה. אבער קודם כל, ביי די צווילע רעכטן איז עס אין אנהייב בעיקר נאר געווען די קינדער, די עלטערן האבן געהאלטן אין איין שרייען אז ס'גוט אזוי, א שאד די צייט מ'וועט ממילא גארנישט אויפטון וכדומה. נאר ווען די זאכן האבן זיך אנגעהויבן צו רוקן פאראויס מיט אימפעט האבן זיך די עלטערע אויך צוגעשטעלט. ביי אונז האלט איך אויך אז אסאך עלטערן וועלן זיך צושטעלן איינמאל זאכן הייבן זיך אן צו רוקן. עס איז די טבע פון עלטערן זיך אנצונעמען פאר די אייגענע קינדער. צווייטענס, מ'האלט שוין כמעט ביי צוויי דורות אין די רעוואלוציע. ס'זענען דא אסאך אומצופרידענע וואס זענען אין די הויכע דרייסיגער יארן און זיי גייען באלד חתונה מאכן די קינדער.

עוד מישהו
די רעוואלוציע קען נאר פארקומען דורכן פשוטן המון עם, און אין די פארם פון אן אויפשטאנד וואס איז ברוטאל, קעגן די גאר קליינע פראצענט וואס פירן די סאציאלע ווירטשאפט, סיי פאליטיש און סיי עקאנאמיש.


מען רעדט דאך נישט דא פון אן אויפשטאנד פון איבערנעמען א לאנד, מען רעדט דא פון א טיילונג וכדומה.

יאיר
אין אנדערע ווערטער, דער מצב פון חרדים איז גארנישט אזוי שלעכט. והא ראי', קיינער איז נישט גרייט צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.


@יאיר, תיקון טעות: דער מצב פון חרדים איז גאר שלעכט. נאר, די עולם ציטערט דערווייל צו נעמען די מינדעסטע ריסק כדי צו טוישן דעם מצב.

דער עולם אין די לעצטע פאר תגובות רעדן ארום וואס מיר קענען טון צו העלפן די רעוואלוציע גיין פאראויס. איך ווייס נישט אויב איך בין דער מענטש צו זאגן. אבער איין פארשלאג קען איך יא געבן און איך בין מיר מקבל דא ברבים עס אויסצופירן. לאמיר נישט פארשווייגען אומרעכטן. ווען מיר זעהן/הערן אין בית המדרש אדער אין אונזערע מוסדות איבער אומרעכטן וואס ווערן געטון אקעגן יחידים, לאמיר זיין VOCAL צו זאגן ברבים אז עס איז אן אומרעכט. אל תירא ואל תחת, מען מוז מאכן א ווינט אז אלע מענטשן וואס האלטן אז אן אומרעכט איז אפגעטון געווארן אקעגן איינעם אז זיי זאלן זיך לאזן הערן. איך וועל נישט פארשווייגען ווען איינער ווערט אפגעזאגט פון די מוסדות צוליב נערישע סיבות. איך וועל נישט פארשווייגען ווען א קבוצה ראציגע פרומאקעס בארעדן איינער וואס גייט נישט אין שפאן מיט זיי. איך וועל נישט שווייגען ווען איך ווייס אז א רב אדער א קהלה טערארעזירט א משפחה.


.

בר-כוכבא » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 5:58 pm

· #187261
גם אני מצטרף צו אלע וואס טראכטן אין די ריכטונג. די ערשטע זאך איז זיך אליין צו באפרייען. יעדער זאל ביי זיך אין קאפ זיין פריי, יעדער זאל וויסן אז ער איז נאך אלע מעשיות א יחיד. אפילו ווען מען לעבט אין אזא סאסייעטי, מיט א ציבור וואס איז יארן שוין צוגעוואוינט נישט אליין נישט צו טראכטן און זיך נישט אנצוקוקן ווי א יחיד, בלייבן מיר נאך אלץ א מחנה יחידים.
דאס איז די ערשטע זאך: וויסן ביי זיך אין קאפ אז מען איז א יחיד און נישט אונטערגעווארפן אונטער קיינעם אויסער די אייגענע געוויסן. ס'איז די ערשטע זאך און אין א וועג גאנץ גרינג, ווייל מען דארף גארנישט טאן למעשה, נאר עס גוט איינחזר'ן און פארשטיין און וויסן ביי זיך אליין. @ונבנתה העיר האט זייער שיין צעלייגט די נקודה.
@הוגה האט זייער שיין מסביר געווען וואס מען דארף טאן ווייטער למעשה. די ערשטע (און גרינגסטע) שריט איז צו שטיצן די וואס זענען בעסער. פערפעקט איז קיינער נישט אבער עס זענען דא וואס זענען בעסער. שטיצן מיט געלט און מאראל די מוסדות וואס טוען ווייניגער רשעות ווי אנדערע, זיך נישט שעמען צו איטענדיטיפירן מיט די מענטשן און עסקנים וואס טוען גוטע זאכן מיט וואס מען איז מסכים.
מען קען אויך שטיצן א מענטש וואס ליידט און מוחה זיין (יעדער לויט זיינע מעגליכקייטן) קעגן מענטשן וואס טוען אן עולה.
דער עיקר איז נישט צו מאכן קיין טעות און פראבירן צו מאכן א שינוי מעשי בראשית און אלעס איבערדרייען, ווייל עס ארבעט רוב מאל סיי ווי נישט. מען דארף ארבעטן מיט וואס סאיז שייך און זיין רעאליסטיש. מען קען אלעס באווייזן מיט שכל, איבערצייגונג, גלייבן אין וואס מען טוט, געדולד, פאזיטיוו, העלפן אחים בצרה, און אחים בדעה, וכדומה.
חילוקי דעות וועלן אייביג זיין ביי אלע מענטשן, אבער נאכמער חילוקי דעות זענען דא ביי מענטשן וואס טראכטן אינדרויסן פון די באקס (ופשוט הוא, און עס קומט אזוי). די חכמה איז אוועקצולייגן אין א זייט די חילוקי דעות און זוכן זיך צו פאראייניגן דארט וואו מען איז יא מסכים, און העלפן ווען מען איז נישט מסכים, אויב יענער טוט עפעס וואס דו האלטסט נישט ביים טאן אליין.

ראש הישיבה » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:07 pm

· #187264
הוגה
דער עולם אין די לעצטע פאר תגובות רעדן ארום וואס מיר קענען טון צו העלפן די רעוואלוציע גיין פאראויס. איך ווייס נישט אויב איך בין דער מענטש צו זאגן. אבער איין פארשלאג קען איך יא געבן און איך בין מיר מקבל דא ברבים עס אויסצופירן. לאמיר נישט פארשווייגען אומרעכטן. ווען מיר זעהן/הערן אין בית המדרש אדער אין אונזערע מוסדות איבער אומרעכטן וואס ווערן געטון אקעגן יחידים, לאמיר זיין VOCAL צו זאגן ברבים אז עס איז אן אומרעכט. אל תירא ואל תחת, מען מוז מאכן א ווינט אז אלע מענטשן וואס האלטן אז אן אומרעכט איז אפגעטון געווארן אקעגן איינעם אז זיי זאלן זיך לאזן הערן. איך וועל נישט פארשווייגען ווען איינער ווערט אפגעזאגט פון די מוסדות צוליב נערישע סיבות. איך וועל נישט פארשווייגען ווען א קבוצה ראציגע פרומאקעס בארעדן איינער וואס גייט נישט אין שפאן מיט זיי. איך וועל נישט שווייגען ווען איך ווייס אז א רב אדער א קהלה טערארעזירט א משפחה.


.


איך בין מסכים מיט יעדער ווארט מיט דיר. איך וויל נאר קלאהר שטעלן מיין מיינונג (אולי וועסטו מסכים זיין): אז מיר קענען דאס טוהן בהשכל ובחכמה, מיר דארפן נישט מאכן קיין געוואלדעס מיט איבערקערינישן, בעסער איז ווען מיר זאגן אונזער מיינונג כסדר בניחותא ובפשטות. דער סם וואס ווערט געזאגט ראוג בטוב טעם, וועט ענדערש נתקבל ווערן על דעת אנדערע, וואס צוביסלעך וועלן מעהר און מעהר איינזעהן די אונטערדריקונג וואס גייט פאהר במחנינו

הוגה » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 6:54 pm

· #187280
אודאי, נאר אזוי. איך האב געמיינט לאפוקי דאס אננעמען א שטילשווייגעניש וואס רוב המון עם פירט זיך, אדער חלילה מיט לאכן אדער מיטשטימן.


.

עוד מישהו » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 8:34 pm

· #187318
מר. הוגה
תיקון טעות, קארל מארקס רעדט נישט פון א לאנד, ער רעדט פון א סאסייעטי פון פראלעטאריער (שוואכע קלאס ארבעטער, ארעמעלייט) וואס ווערט רעגירט דורך בורגאנישע אויסנוצער (די רייכע, די וואס קאנטראלירן אלס און אלעמען).
נארמאל אונטער געווענליכע אומשטענדן איז עס לאנד אבער לאו דוקא. ער רעדט פון א סאציאלע געזעלשאפט אין ענגליש social society. וואו אפאר מענטשן קאנטראלירן אלס און אלעמען.
זיינע טעאריעס איבער דאס לאנד אין זיין מאדעל איז שוין גאר א ווייטערע שטאפל, ס'האט גארנישט מיטדעם. אין זיינע אויגן, גייט זיך די מצב טוישן ווען די שוואכע קלאס גייט מאכן אן אויפשטאנד קעגן די רייכע, (לאנד מאן דכר שמי'), רוף עס סטרייק, יוניאנס א.א.וו.

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:10 pm

· #187370
ראש הישיבה
@יאיר דו האסט א פינטעל.
אבער מיר זענען געבוירן/חתונה געהאט מיט נאטירליכע commitments. עס איז נישט אזוי פשוט אז מיר קענען זיך אפפיצן פון די גאנצע געשעפט. איך קען איינער וואס איז נישט פרום (מיט זיין ווייב) בסתר, אבער ער שיקט זיינע קינדער צו היימישע מוסדות, נאר ווייל ער וויל נישט א קולטור שאק. ולכן ווייל מיר ווילן בלייבן מיט די משפחה מיט די חברים ביהמ"ד, וועגן דעם מוזן מיר אזוי ליידן? קענען מיר נישט מאכן די ענווייערמענט א מעהר אקסעפטונג/לאווינג ענווייערמענט?

ראש הישיבה: עיין עירמאנט יצ"ו. די גאנצע קהילה קדושה (ס'דא ווער ס'לערנט פשט "קדשה", אן א וואוו.). האט זיך געשאפן דורך מענטשן וועלכע האבן געוואלט א טויש. נאר , לפי השמועה, האט זיך שוין דארט אויכעט געשאפן א שפאלט. אפשר איז עס א אידישע זאך, אדער גאר היומען נעיטשור. אז מ'איז קיינמאל נישט צופרידן מיט'ן סטאטוס-קווא. 😕 😕 😎 😎 😎 😂 😂 😠 😛 😳 😢 😞 😉 😮

berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 10:15 pm

· #187373
עוד מישהו
מר. הוגה
תיקון טעות, קארל מארקס רעדט נישט פון א לאנד, ער רעדט פון א סאסייעטי פון פראלעטאריער (שוואכע קלאס ארבעטער, ארעמעלייט) וואס ווערט רעגירט דורך בורגאנישע אויסנוצער (די רייכע, די וואס קאנטראלירן אלס און אלעמען).
נארמאל אונטער געווענליכע אומשטענדן איז עס לאנד אבער לאו דוקא. ער רעדט פון א סאציאלע געזעלשאפט אין ענגליש social society. וואו אפאר מענטשן קאנטראלירן אלס און אלעמען.
זיינע טעאריעס איבער דאס לאנד אין זיין מאדעל איז שוין גאר א ווייטערע שטאפל, ס'האט גארנישט מיטדעם. אין זיינע אויגן, גייט זיך די מצב טוישן ווען די שוואכע קלאס גייט מאכן אן אויפשטאנד קעגן די רייכע, (לאנד מאן דכר שמי'), רוף עס סטרייק, יוניאנס א.א.וו.

נאך א תיקון טעות. קארל מארקס איז נישט געוועהן א אידישע (ניטאמאל א מענטשליכע) סאציאלאג. ר'האט מיט אידן און אידישקייט גארנישט געהאט. נאר אפילו נישט געוועהן א מעורב עם הבריות. אן איינזאמער, ווילד-פארוואקסענער מאד'נע בריה. אן עקסענטריק.. 🙄 😕 😎 😂 😠 😛 😳 😢 😈 😈 😲 😞 😮

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:19 pm

· #187418
איש הישר
וועלכע סארט בלוט-פארגיסונג שלאגסטו פאר, גורן?

איך שלאג גארנישט פאר.
מיר האבן נישט קיין רעוואלוציע? וויפיל משפחות וויינען אויף זייערע אפגעפארענע קינדער? וויפיל שרעקליכע פירות באושים איז שוין ארויסגעקומען פון די פארפרומטע חינוך? דאס אליינס איז (ליידער!) די גרעסטע רעוואלוציע.

אלע עלטערן, מחנכים און עסקנים ציטערן אין די הויזן. זיי זוכן וויאזוי אפצוהאלטן דעם מגיפה פון פארדארבענע קינדער זאלן ארויסגיין לתרבות רעה. מען בלעימט טאקע אינטערנעט און צניעות, און איך וועל מודה זיין אז יש דברים בגו, אבער דאס איז נישט די גאנצע, נישט דאס איז דער עיקר סיבה. נאר פון דעם רעדט מען מער ווייל דאס איז גרינגער צו מעורר זיין.

מען דארף נישט איבער'חזר'ן נאכאמאל, אונזער שטיבל איז פול מיט דעם. אידישקייט איז געווארן א שרעקליכער פרעשור און פאר'מיאוס'ט, ליידער. ווילאנג דאס וועט נישט בעסער ווערן וועט דער מצב הדור בלייבן אזוי, און ח"ו גיין ערגער. מען קען מער נישט גיין מיט פארמאכטע אויגן אין וואנט אריין און שרייען אז מען איז נישט משנה קיין זיז כל שהוא.

ממילא וואס איך וויל זאגן, די רעוואלוציע האט זיך שוין אייגענטליך אנגעפאנגען. אבער עס האט נאך א וועג צו גיין. די סיבה דערצו איז פשוט. ביי די לענדער ווי מען פייט פאר די אייגענע רעכטן זענען די ערשטע רעוואלוציענערן העלדן! משא"כ אונזערע רעוואלוציאנערן זענען נעבעך אוועקגעפאלענע קינדער מיט שלעכטע חברים, גענוי די פארקערטע פון העלדן. אראפגעקוקט און צוקלאפט (איך גיי נישט אריין יעצט צי עס איז גערעכט צי נישט). אנשטאט צו זאגן, קוק וויפיל אפפאל מיר האבן ליידער, לאמיר זעהן בשל מי הרעה הזאת און מתקן זיין וואס מען קען, וועט מען ליבערשט ארויסשטויסן די חברה פון כלל (ישראל), און דערנאך זיך בארימען מיט שטאלץ, קוק וואספארא שיינע קאמיוניטי מיר האבן, מכף רגל ועד ראש אין בהם מתום! איי, יענע? זיי זענען סתם אויסווארפן, בכלל נישט אונזערע....

דער חלק דארף נאך ווערן אדורכגעבראכן. מען זאל איינזעהן אז עס איז באמת דא א בראך, און מסכים זיין צו פארבעסערן אונזער צוגאנג צו אידישקייט. און אויך אויפהערן פייניגן אידישע קינדער. מען זאל אונז לאזן הנאה האבן אלס אידן. נישט האקן און קריטיקירן נאכאנאנד. און נישט אויסשליסן יעדן דריטן פון כלל ישראל. דאן וועט מען אננעמען מיטלען צו פארבעסערן אונזער מהלך, און דאס וועט זיין די פירות פון די רעוואלוציע.

אויב קום איך נישט אריין גענוג קלאר, נא לדון אותי לכף זכות.

מאטי » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:24 pm

· #187423
אוי קומסטו אריין קלאר, ווי דער אור הגנוז פארן גניזה.

שמעקעדיג » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:27 pm

· #187426
נו לאמיר האפן אז יענקעלע חכם זאל זוכה זיין צום אור הגנוז 🙂 😉

אי איתמר » דאנערשטאג פעברואר 27, 2014 11:55 pm

· #187445
כ'האב געמיינט אז קאווע שטיבעל איז כשמו כן הוא א פלאץ צו פארבענגען אין זיך ליפטערען,
נישט געגלייבט אז ס'דא אלעכע וואס מיינען עס נעבעך גאר ערענסט לש''ש,
לענ''ד איז נישטא וואס צוטוהן מיט דער-עולם,
הגם דערוילעם ווערט מער אויפגעקלערט.., אבער העיקר חסר כמבואר בונבנתה,
א גרויס טייל פון דערוילעם עם חכם ונבון, שרייען ארויס פון זיך אז דאס איז בל' סגי נהור,
מילא דאס איז עס!! נעמט עס נישט צו ערענסט..,

ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 28, 2014 9:50 am

· #187508
לדעתי דארף מען ארויסברענגען צוויי נקודות
א. פון די אלע וואס רעדען זיך אפ אויף דער היינטיגע מצב, איז דא פארשידענהייטען אויך. אנדערע ווילען מער לימודי חול אין ישיבות, אנדערע ווילען פטור ווערען פון רעבעס\רויבערס, אנדערע האבען מיט מאטלעסטער'ס, אנדערע האבן קעגען חומרות, וכדו'. דעריבער איז נישט דא וויאזוי זיך צוזאמקומען און ערלעדיגען א רעוואלוציע. (אזוי ווי ר' איצעלע וואלאזינער האט געזאגט פאר נאפאליאן וועגען די פערד וכו')
ב. ס'האט קיינער נישט געברענגט א manifesto א קלארען פלאן וואס מ'קען טוהן. נוצט אייער שכל, שטעל צוזאמען אייער קעפ און מאכט א רשימה פון זאכען וואס מ'דארף טוהן. 'צונעמען די רעדער פון די באנדיטען' איז נישט קיין פלאן. אז דו ווילסט אן אנדערע סארט חדר, ווייז אויף וואס מ'קען מאכען, וויאזוי קענסטו פירען א חדר מיט לימודי קדש און לימודי חול אן שלאגען וכדו', אזוי ווי דו פארשטייסט. אז איינער וויל א נייער שטאט, שרייב אפ וויאזוי וואלסטו געגרינדעט א קהלה ווי ס'וועט נישט די פראבלעמען וואס דו זעסט אין וומסב"ג וכדו. מ'דארף רעדען און טראכטען פאזיטיוו, וואס דארף מען טוהן. דערנאך וועלען די פיס זעלענער קומען אין דער מאסען. ביז דערווייל נאר די אונטערוועלטינקעס האבען א פלאן.

יעקעלע חכם » פרייטאג פעברואר 28, 2014 10:42 am

· #187526
נעכטן און עפעס א בארא פארקער זאל איז געווען א ריכטיגע רעוועלאציע (אגב... איך האלט נישט אז די נושא דארט איז דער ״פראבלעם״ פונעם היינטיגן דור) א פילע זאל מיט טויזענטער יודן, כאטש דא האבן די געשלאגענע חוזק געמאכט אז די זאל וועט זיין ליידיג, יענע זייט ווייזט רוזעלטאטן זיי פילען אן זאלן מיט מענטשען וואס מאנכע דא ווילן זיך איינרעדן אז עס עקזעסטירט שוין נישט.

די זייט זיצט און ביסהאכיסע מיטן איי פאון און שרייבט אויף קאווע זיינע בויך קוועטשענישן...

לעבן זאלן די נאפאליענס פון קאווע שטיבל!

שטילע אינגערמאן » פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:06 am

· #187531
צוזאם שלעפען א עולם אין בארא פארק א ליל שישי מיינט אין מיינע אויגן גארנישט, זילטש, נאדא,
ס'וואינען היינט אין בארא פארק איבער 25,000 מענטשען, וואס איז מציאה אז ווייניגער ווי צען פראצענט איז געקומען נאך וואס מ'האט אהיים געשיקט צעטליך, געהאנגען די גאסען מיט סיינס, גערופען א גאסט רעדנער, וגו'.
אין דאס איז נכלל נייגריגע מענטשען, ליידיגגייערס, רעבישע איינקלעך (גייט שוין בעצם אריין אין די כלל פון ליידיגגייערס) .
והראיה ווען ס'דא א אינטרעסאנטע רעבישע חתונה, וויפיהל מענטשען וואס קענען נישט די מחותנים קומען מיטהאלטען? הונדרעטע.
כ'וועל נתפעל ווערן טאמער מ'וועט זעהן א שינוי אין די גאס, מ'וועט זעהן א שינוי אויפן פרויען, אבער סתם אז ס'געווען 1500מענטשען מיינט זירא.

פיטומי מילי » פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:22 am

· #187539
שטילע יונגערמאן,
יעצט גייט מען מאכען מעשה אלימות, ביי דיינע קינדער וועט עס שוין זיין א מסורה, דיינע אייניקלעך וואס וועלן זיך כאפן וואס מהאט געטוהן מיט זיי וועלן שוין זיין אויבער חכמים

סודני » פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:38 pm

· #187572
טייערער הוגה אונז זעמיר זייער זייער ווייט דערפון איך וועל עס מאכן זייער קורץ . עס איז בעיקר צוויי נקודת פארוואס מענטשן ווילן א טויש, איינס די מוסדות זאלן זיך נישט אזוי ארומווארפן מיט אונז אין פאר יעדע משוגעת ארויס ואורפן די קינדער,אדער פשוט נישט אננעמען .
צוויי עדיקעשן די צוויטע פראבלעם באדערט פיל וויניגער מענטשן מענטשן ווייל מ׳קוקוט עס נישט פאר א באלדיגן געפאר משא״כ די ערשטע .
יעצט אינקורצן אזוי ווי איינער האט שון דא ארויס געברענגט אז א אינגערמאן וואס וויל שמועסן ביים דאווענען וויל נאכאלץ דייקא דאווענען אין א שול וואס האט א מזרח וואנט אין ס׳דא א קול תפלה אפילו ער האט נישט צופיל געדעלוד צום דאווענען . די זעלבע איז מיט מוסדות אסאך פין די שרייבערס דא וואס האלטן אז די יעצטיגע חינוך סיסטעים איז א פראבלעים וועלן זיי זייערע אייגענע קינדער נישט אריינלייגן אין א חדר וואס איז גרייט אנצינעמען קינדער פין שטויבער וואס ער אליין האלט אויך אז עס טויג נישט אין אנדערע ווערטער ער אליין האט די זעלבע מיינוג אווי די יעצטיגע מנהלים אז מ׳דארף סעלעקטירן ער האט פשוט אנדערע גדרים ער מאכט אנדערע ליינס . 2 די גרויסע קהילישע מוסדות זענען פיל פיל ביליגער ממילא עקאנאמיש לוינט עס זייער צובלייבן אפילו ער האלט נישט אלעס וואס די מוסד פרעדיגט איז ריכטיג 3 רוב עלטערן אפילו פין די וואס שרייבן דא באדערט נישט אז א קינד וועט אויסוואקסן אביסל צי פרום ער טראכט ביי זיך ער וועט עלטער ווערן וועל איך עים שוין ערקלערן וואס איז ריכטיג אין וואס נישט אין מאכן פון פרום אביסל נארמאלער איז נישט אזוי שווער אבער טאמיר וועט זיין קינד באקומען א חינוך אין א אפילו נאר מיט איין זאך וועט ער ווערן נתחנך אויף וואס ער האלא אז עס טויג נישט אין עס איז צי מאדערן וועט עים זיין זייער שווער צי מאכן דעים קינד פרום אין די איינע נושא אין פאר דעים האט ער זייער מורא איז די עלטערן וואס האבן נישט קיין פראבלעמן מיט מוסדות וועלן נישט זיכן קיין חידושים אין אפילו ער האלט אז די מוסדות פרעדיגט נישט ריכטיג אין די אנדערע וואס האבן יא מיט געמאכט די קאשמארן איז ווי נאר עס וועט זיך עפענען א געהעריגע מוסד וועלן די אנדערע מוסדות גלייך ווייכער ווערן אין אננעמען גרינגער וועלן זיי ווייטער לייגן די קינדער אינעם סיסטעים כנלענ״ד

ליטוואק פון בודאפעסט » זונטאג מערץ 2, 2014 9:51 am

· #187759
סודני, איך וואלט דיר מעגליך געגעבען א לייק, נאר איך האב נישט קיין אהנונג וואס דו שרייבסט. ביטער קוק איבער און פאררעכט די גרייזען און לייג אריין א פאר commas אדער periods.
א דאנק.

סאשי פיש » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:32 am

· #188018
דיין פוינט וואס די לייגסט אראפ איז אינגאנצען נישט גערעכט, געב נאר א קוק וויפעל ״נישט סיסטעם״ בתי מדרשים האבען זיך געפענט, וואס פון דעם זעט מען אז מענטשען ווילען א באלדיגע טויש אינעם סיסטעם!

אין מאנסי אליין איז דא פיר!!
עירמאנט שול (ליפא)
Peace & love
די קלויז (ר׳ שמעון סעמפ)
אור החיים (יואלי לעבוויטש)

וויליאמסבורג, איין!
די שטיבעל (ברסלב-קארלבאך)

בארא פארק, ?
ווייס איך נישט

עס הייבט זיך אן מיט א בית המדרש, נאכדכעם א קהילה, נאכדעם א מוסד, נאכדעם א ישיבה, נאכדעם האלט מען שוין נאך א פולשטענדיגען רעוואלוציע!

ווי גייט נאר די מאמר החכם: "slowly but surely"

לעיקוואד » מאנטאג מערץ 3, 2014 1:03 pm

· #188104
כ'האב זיך אנגעטראפען פונקט אין א שטיקל מאמר פון הרב שלמה אבינר, איך קלער אז עס איז רעלעווענט דא.

יהודה המכבי לא שאל \ הרב שלמה אבינר

(המאמר התפרסם בעתון הצופה לפני כמה שנים, ומשום-מה, מופץ בדוא"ל בימים אלו)



מזל שיהודה המכבי לא שאל פוליטיקאים, שאז היו אומרים לו שיש להתחשב בלחצים בינלאומיים אפשריים בקונסטלציה הכוללת, והוא היה יושב ושוקל ושוקל.

מזל שלא שאל יותר מדי אסטרטגים ומומחים צבאיים, אחרת היו אומרים לו שאין סיכוי ל"חלשים נגד גיבורים", ושוברים את רוחו.

מזל שהוא לא שאל סטטיסטיקאים, כי היו מגלים לו את הסוד שאנו "מעטים מול מרובים", והיה נבהל מהשד הדמוגרפי.

הוא גם לא שאל יותר מדי ראשי ישיבות, כי אז היו אוסרים לגרום ביטול תורה לתלמידי ישיבות העוסקים בתורה, ואז לא היו נמסרים "זדים ביד עוסקי תורתך".

גם רבנים הוא לא שאל יותר מדי, כי אז היו אומרים לו כביכול מפי הגבורה, שאסור להתגרות באומות העולם, ואין סומכים על הנס, בייחוד איפה ששכיחא היזקא וכולי וכולי.

אף הומניסטים הוא לא שאל כל כך, כי היו מגלים לו את הסוד שנפש אחת מישראל שווה יותר מקילומטרים ומחירות לאומית.

בוודאי שיפי נפש הוא לא שאל, כי היו מקדירים רוחו, ומטיפים לו שאין זה יפה כלל להרוג ולהיהרג.

הוא לא שאל הוגים עמקנים, שמרוב עמקות היו מבלבלים אותו ומעמידים אותו על סוגיית סדרי עדיפויות, שמא העם קודם, וכולי וכולי.

באשר לפציפיסטים הוא לא שאל כלל, כי היו מאירים עיניו שגדול השלום, ולעולם אין להשתמש באלימות, והרצון הטוב יפתור את הכל.

הוא לא שאל יותר מדי שאלות אלא עשה את חובתו הלאומית והרוחנית, וקפץ מתוך גבורת אריות, במסירות נפש נוראה, לתוך הקרב הגדול שהציל את ישראל.

ואז באו כל הפוליטיקאים, כל האסטרטגים וכל הסטטיסטיקאים, כל ראשי הישיבות וכל הרבנים, כל ההומניסטים וכל יפי הנפש, כל ההוגים וכל הפציפיסטים, ונעשו כולם חכמים אחרי המעשה, והדליקו נרות חנוכה על הניצחון, ונרות אלה מאירים את חיינו מהימים ההם עד הזמן הזה.

יאיר » מאנטאג מערץ 3, 2014 6:41 pm

· #188231
לידיעה בעלמא: מיט ארום צוויי הונדערט יאר שפעטער האבן די אידישע מורדים פרובירט צו טון די זעלבע חכמה ווי יהודה המכבי און זיי זענען אנגעקומען טיף אין דער ערד. א נארישקייט וואס איז געלונגען בלייבט א נארישקייט.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג מערץ 3, 2014 9:15 pm

· #188292
לעיקוואוד, ס׳איז דא אן אויסדרוק אין עברית ׳קאפ אין וואנט׳?
בלאט: 1 2