☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?

דעבאטע: רעוואלוציע אינערהאלב חרדיזם אדער נישט?

57 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5969
בלאט: 1 2

גנדי » מאנטאג מערץ 3, 2014 10:32 pm

· #188299
עס זענען דא אסאך עצות פאר א רעוועלוציע.

איך וועל שרייבען אפאר.

- וואלען

מען דארף פארלאנגען וואלען איבעראל.
וואלען פאר הנהלת המוסדות. וואלען פאר ז׳ טובי הקהל. וואלען פאר גבאות. ביז די חברא קדישא גבאי.
אינדערהיים איז געווען וואלען פאר אלעס. מען דארף שרייען מסורה.

- שרייבען

ווען מען וויל א טויש. אדער מען זעהט אן עוולה. אדער שחיתות.
דארף מען שרייבען ווי מען קען אפילו מען איז נישט א שרייבער.

היינט קען מען שרייבען אנאנעמעס.
שרייבען דא. פרינט בריווען שיק צום הנהלה. רבי. דיין. מנהל. עסקנים צו וועם די קענסט.

- צוזאם נעמען.

מאכטס א וועד ההורים. מאך א וואטס-עפפ גרופ פאר אלע טאטעס פון דיין זוהן׳ס קלאס.
מאך אן אסיפה פון אלע פארווייטאגטע. מאך אן אימעל ליסט. מאך א טעקסט-גרופ.

צוזאמען האט מען א שטערקערע כח.

- לאז דיך הערן

פאלאטישאנס הערן צו די מענטשען ווען זיי דארפן וואוטס.
ביי אונז הערט מען אויס נאר ווען מען דארף פון דיר געלט (אדער א טובה)

ווען מען בעהט פון דיר געלט פרעג: ווער איז די וועד? ווי אזוי האט מען געוועלט די מענטשען? וועלן זיי ממלא זיין די רצון פון די געלט געבערס? וואס זענען מיינע רעכטן אז איך געב געלט? אויף וועמענס נאמען וועט דאס זיין געשריבען? ווער קוקט דורך אז געלט ווערט גענוצט ביושר?

ווען א רב חתמ׳ט אויף אן איסור. פרעג אים: איז געווען אן אסיפה און געגאנגען לויט רוב? איז געווען אן עקספערט ביים אסיפה?

ווען די מוסדות/קהלה מאכט א נייע תקנה. פרעג: וואס איז די פראצעדור פאר נייע תקנות? ווער איז מחליט? גייט דאס לויט רוב הנהלה? ווער וועילט די הנהלה? איז דאס די טובה פון רוב עלטערען?

ווען איר צאלט מעמבערשיפ. פרעגט: וואס זענען מיינע רעכטן אלץ מעמבער? ווען גייט זיין די וואלען?

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 4, 2014 3:48 pm

· #188552
פיין געזאגט, גאנדי.
איך וויל נאר דערמאנען דער סכנה פון די בלאג׳ס און וואטסאפפ. א מענטש האט א התעוררות, מוז ער טוהן עפעס. מיט שרייבען א מאמר קען ער זיך איינרעדען אז ער האט עפעס געטוהן. טאמער וווען ער זעט אן עוולה טראכט ער פון א עצה וויאזוי עס צו באקעמפען און ער שרייבט דערוועגען אז איינער מיט די כוחות דערצו זאל עס אויספיהרען, מה טוב ומה נעים. טאמער ער רעגט זיך און שרייבט ארויס זיין צארען, וועט גארנישט ארויסקומען דערפון.
הגע בעצמך, דייויד טברסקי איז געפארען קיין טשיקאגא. אויפ׳ן אינטערנע איז געווען א טומול, היתכן מ׳לאזט איהם אריין. ער האלט אין איין פארדעקען מאלעסטער׳ס, ער האט געשיקט פארברענען מענטשען וכהנה וכהנה. ס׳איז עפעס געשען? טאמער די כוחות וואס דער שרייבער האט אריינגעלייגט אין מאכען א בלאג וואלט גענוצט געווארען אויף ארום צו שיקען א מעילינ׳׳ג צו אלע אידען אין טשיקאגא אז דער פערשוין טויג נישט און מ׳זאל איהם נישט שטיצען, וואלט א אוודאי געווען אן אפקלאנג. ער וואלט נאך אלס געהאט אן עולם, אבער ער און זיין מענטשען וואלטען אביסל געשפירט אז אית דין ואית דיינא. דער בלאג האט צוריקגעהאלטען רעגעדיגע מענטשען פון טוהן עפעס קאנסטראקטיוו מיט זייער צארען.

גנדי » דינסטאג מערץ 4, 2014 4:37 pm

· #188564
אין יעדע רעוועלוציע איז דא טראכטערס. שרייבערס. רעדנערס. און טוערס.

מען דארף אלע. די קענסט נישט וויסען ווען דיין אויפגערעגטע שרייבען וועט מעורר זיין איינעם צו טוישען פאליסי.

מחשבה. דיבור. ומעשה.

אלעס העלפט צו.

ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג מערץ 4, 2014 5:06 pm

· #188577
גערעכט, אבער ווי איך האב געשריבען, די שרייבער'ס דארפען שרייבען עצות, נישט צארען. אז מ'רעגט זיך ברענגט מען א גאנג פון 'פיטעם אראפ', מ'רעדט נישט פאזיטיוו, קען מען אין ערגעץ נישט אנקומען.
פראקטיש, די אלע עצות וואס מ'זאגט האבען זיך גע'עפענט, ט'האבען זיי א קיום? אוודאי נישט. זיי קענען נישט ווייזען א וועג אז ס'זאל קענען ארויסקומען פון זיי א פולען אידישע באוועגונג. אז מ'וואלט געבויט אויף א וועג וואס קען ארויסברענגען תלמידי חכמים און דענקערס, מענשטען וואס דינען דער אויבעשטער באמת ובתמים אבער קוקען נישט אראפ אויף אנדערע, און מישען נישט אויס פרומקייט מיט ערליכקייט, וואלט עס געהאט א זכות קיום. אבער למעשה איז עס, עפ"י רוב, א וועג פון זיך אפווארפען דער לאסט פון ערנסטע תורה. אוודאי זענען זיי נישט קיין שקצים און זיי זוכען צו האלטען מיט'ן תורה דורך זייערע פראבלעמען, אבער קיין לכתחלה'דיגע וועג איז דאס נישט. א שינוי וועט ווערען ווען מ'קען אויפווייזען אז דער תורה איז קעגען דער סטאטוס-קווא, און מ'זוכט אויפצוהאלטען דער תורה מיט'ן גרינדען א נייעם וועג.
דאס קען נאר זיין מיט א פאזיטוייער גאנג.

מאראנצןזאפט » דינסטאג מערץ 4, 2014 7:24 pm

· #188617
יעקעלע חכם

הער אויף צו חלום׳ן...

ניבא ולא ידע מה ניבא, וק''ל וד''ל ודו''ק.
פרטים אין אישי.

ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג יאנואר 21, 2019 12:58 pm

· #422973
דא האט איר א חשבון פארוואס עס מוז זיין א רעוואלוציע אינערהאלב חרדיטום. אדער נישט.

real fake news » דינסטאג יאנואר 14, 2020 4:08 pm

· #441472
אקעי, יעצט נאך די פרשה פון הרב ניימאן זעמיר נענטער צו א רעוועלוציע?
סקלאר אז די רבנים זענען געגאנגן צו עקסטרעים און האבן איבערגעטריבן, און דאס האט גורם געווען אז די עולם זאל עס נישט פארשווייגן,
אזויווי הוגה און אנדערע האבן אויבן דערמאנט.

מה עכשיו?
וועט די אויפברויז פון די המון זיך בארואיגן אין אפאר טעג און אלעס צוריק צום אלטן, מהעט ווייטער לויפן צו זייער כינוסים און אויסהערן זייער דרשות און זיי לאזן ביים מאכט?
אדער וועט די דאזיגע עפיזאד דינען אלס א שטארקע טורנינג פוינט אין די היסטארישע רעוועלוציע?

וואס איז זיכער איז, אז מטאר נישט פארגעסן וואס זיי האבן דא אפגעטוהן און קיינמאל זיך נישט בארואיגן,
און אפשר טאקע איז יעצט - ווען א גרויסע עולם נישט ק"ש ליינערס זענען אויך אויפגערעגט אויף די געמיינדע פירערס - די ריכטיגע צייט צו אנפאנגען רידערן מער און ריכטונג פון א פולשטענדיגע רעוועלוציע...

נו? ווער נעמט די פאן? ווער איז גרייט זיך צו אוועקגעבן פאר כלל ישראל??

הע?? כהער נישט!! קיינער רופט זיך נישט אהן?? נו, אפשר איז נאך צו פרי, מהעט נאך דארפן ווארטן אזא 30-40 יאר...
בלאט: 1 2