☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » א שמייכל » בדחנות בגויים תאמין, בארימטע קאמידיענס ביי די גויים

בדחנות בגויים תאמין, בארימטע קאמידיענס ביי די גויים

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5944

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:38 pm

· #186092
בדחנות בגויים תאמין, בארימטע קאמידיענס ביי די גויים
מיר שמעקען שוין די המן טאשען, דא דארט הערט מען ווי א גראגער וועקט זיך אויף פון זיין לאנגע 12 מאנטאליכע שלאף (דאס יאר 13 חדשים)
די פרויען הייבען אן צו ווערען נערוועדיג אז זיי האבען נאך גארנישט אנגעהויבען טראכטען וועגען א "טיעם" פאר "שאַלאך מאָנעס" און "פארשטעלעכץ"
בעלי קורא הייבען זיך אן צי גארגעלען די שטימעס, און די שנאררעס פלאנירען די חג הקציר אויפען העכסטען פארנעם
אבער איבער אלעם שטייגט די הינגער ביים עולם נאך א גיט שטיקל בדחנות עפעס א שמייכעל וואס זאל אריינברענגען די קאלאמאטנע חברה אין די גיסטע פון יו"ט פורים און חודש אדר
אלץ א מעמבער אין די היימישע קאמיאנעטי טי איך באוויינען די מציאות אז עס איז נישט פארהאנען מער בדחנים און משמחים צווישען אינז, וואס זאלען נישט איבערקייען די אלטע אויסגעדראשענע וויצען, אבער משום מה ווילען די בדחנים נישט טוישען מסורה און די זעלבע וויצען וואס דער זיידע און דער עלטער זיידע האט געלאכט מיזען מיר אויך לאכען און עס איז א ביטער געלעכטער
איך בין געווען אין די גיסטע פון א גיט ווערטעל איך האב איבערגעאקערט די גאנצע אינטערנעט און יעדע קליפ פון יעדע היימישע בדחן האב איך שוין איבערגעקיקט ווען אויף מיין געזיכט בלייבט זיצען א טרויעדיגע זוירע מינע ווען קיינע קען מיר נישט ארויף ציען א שמייכעל
איך האב אנגעהויבען צי ווערען נערוועז ווייל מיר גייען שוין די וואך בענטשען חודש אדר ב' און איך האלט נאך נישט אין ערגעץ
דעריבער האב איך מיר גענימען פאשענען אין פרעמדע פעלדער, און א נייע וועלט פון בדחנות האט זיך געפענט פאר מיינע אויגען, א וועלט פון גאר געלינגענע קאמידיענס וואס קייען נישט איבער קיין ווערטלעך, אדרבה זיי זענען שטענדיג אין די מצב פון חידושים, זיי זענען גאר גיט געלערנט "ווי אזוי" אראפ צי לייגען א ווערטעל,
אויסער אז די חברה זענען גאר גיט צי מאכען דעם עולם שמייכלען קענען זיי אויך דינען אלץ גיטע מלמדים פאר אינזערע היימישע בדחנים זיך צי לערנען פון זיי ווי אזוי צי נעמען א שניט אין בדחנות, ווי אזוי צי אראפ לייגען א סענדט אפ, ווי אזוי צי מחדש זיין און נישט בלייבען הינטער שטעליג
אבער עס איז וויכטיג צי באטאנען אז רובם פון די קאמידיענס זיצען אויף גאר גרויסע וועידשעס און האבען אינטער זיך א גאנצע סטעף פון ליצים וואס העלפען זיי ציזאמען צי שטעלען די סטענד אפ אבער דאך חכמה בגויים תאמין

איך וועל דא ארויף לייגען קליפס פון יו טוב פון געוויסע חברה וואס איך האב זייער ליב און דער עולם איז מכובד צי צילייגען א האנט און שרייבען הערות און לייגען קליפס וואס זיי האבען ליב, אבער דאס מיינט דייקא נישט קיין היימישע קליפס מעג זיין אידישע פרייע קליפס אויך

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:44 pm

· #186093
דזשימי קימעל
ער איז זייער א גרויסער מחדש
ער האט ליב אנצידרייען פרענקס (pranks) וואס ציען אינטער די גאנצע מידיע
דא האט איר איינס פון דעם ממש פון לעצטנס
http://www.youtube.com/watch?v=hze_6-f5KNA

גם כי אלך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 4:55 pm

· #186098
דשימי קימעל איז מיינעך מער א ברענד נעים ווי גוט.
רוב פון זיינע זאכן ברענגט מיר נישט צום לאכן, אמאל אמאל האט ער א גוטס, א שטייגער ווען ער האט אויסגעטון אבאמא נאקעט פארנט פון אוועל אפיס..

טיטאניק » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:02 pm

· #186099
קאנען אברייען
א מעכטיגער לץ זיין כח איז די וועג "ווי אזוי" ער זאגט א דזשאוק
http://www.youtube.com/watch?v=Mn_cD9BPYjY
לצינותא דע"ז
http://www.youtube.com/watch?v=fBMpzYnYuAc

kitov » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:16 pm

· #186104
George Carlin
Louis CK

אליצפן » מאנטאג פעברואר 24, 2014 5:54 pm

· #186132
ס'דא איינער דזשעף ראסס, צופעליג א איד, וואס איז לדעתי איינע פון די פאניעסט מענטשן אין דער וועלט. ער האט א שאוי
"the burn with Jeff Ross"
וואס איז לכאורה איינע פון די פאניעסט שאויס אין היסטארי.
אלעס מיין מיינונג פארשטייט זיך.
http://www.primewire.ag/tv-2734619-The- ... -Jeff-Ross

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:23 pm

· #186178
סטיווען קאלבערט איז דער בעסטער קאמעדיען וואס איך האב נאר אמאל געהערט.

ישמעאל הכהן » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:26 pm

· #186179
ממש אזוי? זיי האבן בדחנות טאלאנט? דאן פארוואס ווען ס'געשעט א WRITERS STRIKE קומען די אזוי געלונגענע קאמידיענס נישט אריין ארבעטן?... געלונגען מיין פיס...
סעוועזש און לימבא האבן נישט קיין שרייבערס. יאנקל מילער אויך נישט

ביבער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:33 pm

· #186181
kitov
George Carlin
Louis CK

אויך מיינע פעיוואריטס

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:58 pm

· #186264
טיטאניק
ער איז זייער א גרויסער מחדש
ער האט ליב אנצידרייען פרענקס (pranks) וואס ציען אינטער די גאנצע מידיע
דא האט איר איינס פון דעם ממש פון לעצטנס
http://www.youtube.com/watch?v=hze_6-f5KNA

דאס הייסט איינגענערט א וועלט !
I LOVE THIS

איך אויך » מאנטאג אפריל 15, 2024 3:50 pm

· #559231
Re: בדחנות בגויים תאמין, בארימטע קאמידיענס ביי די גויים
פיינע פרענקס. לוינט זיך צו וואטשן ביזן סוף.

צקון לחש » מאנטאג אפריל 15, 2024 4:16 pm

· #559234
Re:
kitov #
George Carlin

אונזער עולם דארף וויכטיג אזא איינער ווי זשארזש ז"ל וואס זאל אויסשרייען דעם דבר ה' ברמה... "טייערד אוו דיס ש*ט!!!"