(דאס פאלגנדע האב איך באקומען פון א חבר. דער תוכן איז נישט מיינס; איך האב עס בלויז רעדאגירט און אביסל איבערגעארבעט. עס באשטייט פון שמועסן און איינדרוקן אין און מיט דער ישיבה תלפיות, אירע תלמידים און אנגעשטעלטע.)
בדרך כלל איז אין די היימישע ישיבות איינגעפירט, אז ווען א בחור באגייט אן עוולה – א שב ואל תעשה אדער קום ועשה – וועט ער פונעם מגיד שיעור אדער מנהל באקומען א קנס. אין תלפיות האלט מען אבער, אז די צוויי, עוולה און קנס, האבן נישט קיין שייכות, און היות די צוויי זאכן זענען פרעמדע, קען איינע נישט משפיע זיין אויף דער אנדערער.
"וואס איז דער אויפטו פון א קנס? אויב איך בין באגאנגען אן עוולה, אדער נישט געטאן עפעס וואס איך האב געדארפט טאן, וואס וועט עס העלפן אויב איך וועל מוזן צאלן פינף דאלאר? א קנס העלפט נישט דערגרייכן דעם ציל. דאס איז א פאקט וואס יעדער בחור ווייסט. די איינציגע זאך וואס ארבעט יא, איז דאס וויסן, פון פריערדיגער ערפארונג, אז יעדער אקט האט א תוצאה, און דאס אחריות פאר די תוצאות ליגט אויף דעם, און בלויז אויף דעם, וואס האט די פעולה געטאן.
"אפילו ווען עס ארבעט יא – לאמיר זאגן, דער טאטע, וועלכער איז בא'קנס'ט געווארן צוליב זיין זונ'ס פארשלאפן, לייגט גענוג פחד אויפ'ן בחור, אז יענער זאל מורא האבן עס נאכאמאל צו טאן, האט דער בחור למעשה זיך אבער גארנישט אויסגעלערנט. קומט אויס אז דער קנס האט מיך נישט מחנך געווען."
די ווערטער, אביסל פאראפריזירט, האט מיר געזאגט א בחור, א "תלפיות" תלמיד, און דווקא א טאג נאכ'ן באקומען א "קנס". א קנס, איז דער בחור פון זיין בחור'ישן פערספעקטיוו מסביר, ווערט אפטמאל אויפגענומען ווי אזא כשר'ער – לאמיר עס אנרופן "בארעכטיגטער" – נקמה-אקט מצד דעם אנגעשטעלטן כלפי דעם בחור.
"נישטא ביי אונז אזא זאך ווי קנסות," זאגט הרב סעמפ, בתורת אנטווארט אויף ביידן, מיין פראגע וויאזוי די ישיבה באהאנדלט די טיפישע פראבלעמען וואס מאכן זיך מיט בחורים, ווי אויך וויאזוי איז עס, אז אנשטאט זיך ברוגז'ן גיט דער בא'קנס'טער בחור אליין מיר צו פארשטיין דעם הסבר פאר'ן קנס וואס ער האט נארוואס געענדיגט אויספירן. "וואספארא שייכות האט פארשלאפן פארטאגס מיט פינף דאלאר? ביי אונז שטראפט מען נישט. אויב א בחור האט פארפעלט צו טאן עפעס וואס פארלאנגט זיך פון אים, וועט ער זיך מוזן ספראווען מיט די קאנסעקווענצן."
איך הער וואס ער זאגט; איך באנעם דעם חילוק אין טייטש צווישן די צוויי ווערטער. איך פארשטיי אבער נישט פינקטליך וואו עס כאפט אזא שארפע נפקא מינה למעשה.
"למשל?" פרעג איך, האלב פונעם בחור, האלב פונעם ראש ישיבה.
"למשל?" ענטפערט מיר הרב סעמפ מיט א שאלה, אויפ'ן אידישן שטייגער. "גיב דו א היכי תמצא, און איך וועל דיר זאגן וויאזוי מיר האבן אדער וואלטן עס באהאנדלט."
איך האב אנגעכאפט א גאר פשוט'ן, געווענליכן ביישפיל, וואס איז מסתמא א טאג-טעגליכע ערשיינונג אין כמעט יעדער ישיבה קטנה. א בחור קומט אן שפעט אין ישיבה, אדער קומט אריין צום שיעור מינוט נאכ'ן אנהייב. "מיך האט מען אין אזא פאל געהייסן ברענגען פינף דאלאר. אין א גוטער מינוט, בין איך אפגעקומען מיט א שארפן פסק.
"וואס," פרעג איך הרב סעמפ'ן, "וואלט מיט מיר געשען אויב וואלט איך געלערנט דא אין תלפיות?"
"פשוט. דו וואלסט ביי הפסקה געבליבן אין כיתה, משלים זיין וואס דו האסט פארפעלט מיט שפעט-קומען," ענטפערט ער מיר. "דאס איז א נאטירליכער המשך צו שפעט-קומען צום שיעור."
ווען דער בחור פארבלייבט אין כיתה, בלייבט ער נישט זיצן כמו קלאץ. דאס וואלט טאקע געווען נישט מער ווי א קנס; טאקע א שכל'דיגער, "סאפיסטיקירטער" קנס, אבער פארט, נישט אזוי סך אנדערש ווי געווענליכע קנסות. וואס ס'איז מחלק דעם דאזיגן צוגאנג פון דעם געווענליכן קנס-מהלך איז, אז דא דארף ער לערנען, און דווקא דאס, וואס ער האט פארפעלט מיט'ן שפעט-קומען. אליין וועט עס דעם בחור שווער אנקומען; ער איז דאך נישט געווען ביים שיעור. דערפאר בלייבט דער מגיד שיעור מיט אים דורכאויס דער הפסקה און לערנט מיט אים אינאיינעם – און דווקא געמיטליך, דווקא מיט א שמייכל...
איך פארשטיי דער פראבלעם מיט די קנסות, אבער איך זעה נישט די מעלה פון די צווייטע אויסוואל. סך הכל איז עס אויך א קנס נאר מער מדה כנגד מדה. צו דארפן זיצן ביי הפסקה אין קלאס איז זייער א הארבע עונש פאר א בחור לפע"ד. איך ווייס פון אן אנדער משל. א בחור האט זיך אראפגעזעצט ביים דאווענען אויף א פלאץ ווען מען האט געדארפט שטיין, און זיין עונש איז געווען צו שטיין א שעה צייט אויסגעדרייט צו מזרח. טאקע ממש מדה כנגד מדה, אבער עס גרעניצט זיך שוין אביסל מיט בארבאריזם.
די אלע סארט קנסות און קאנסעקווענצן וכל שאר שום וחניכה דאית ליה, ווען עס ווערט געגעבן אויף די נישט ריכטיגע וועג, ברענגט עס נאר אז אידישקייט זאל ווערן פאר'מיאוס'ט אין די אויגן פון די תלמידים. דער ריכטיגער וועג איז אריינצוברענגן א חביבות צום אייבערשטן און צו תורה ומצוות, אז דער בחור זאל דאס אליין וועלן טוהן מרצונו הטוב.
איך האב געהאט נישט לאנג צוריק א לענגערע שמועס מיט א בחור וואס האט דארט געלערנט. אזוי אויך האב איך א נאנט שאפט מיט איינער פון די סטעף. די מהלך איז קלאהר, די נקודה איז אז יעדער בחור דארף מיטהאלטן סדר הישיבה. אויב 'מאיזה סיבה' האט ער פארשפעטיגט, דארף ער עס משלים זיין. די סדר השלמה איז כדלהלן:
1 ער קען נישט אריין גיין שפעט צום שיעור (דארט איז די לענגסטע סדר נישט מעהר ווי 45 מינוט. רוב זענען נענטער צו א האלבע שעה).
2 ביי הפסקה וועט די מג"ש שיעור לערנען מיט אים די שיעור.
3. שפעטער ביינאכט וועט ער משלים זיין סכום דקות כנגד יעדער שיעור וואס ער האט פארפאסט. ביי די השלמה באקומט ער חומר וואס ער וועט צו לערנען. ולכן בלייבן ביינאכט וויל קיינער נישט. אהנהייב טרייט די בחור צו קומען שפעט, אבער מיט די צייט מאכט ער די חשבון אז עס לוינט זיך נישט. די בחור אין תלפיות האט שמירת הזמן בערך 9-10 מאהל א טאג, (צווישן יעדער סעשאן איז דא א קורצע הפסקה פון 10 מינוט) וואס ביי יעדער פון זיי אין כניסה נאך די פונקטליכע צייט. די hassel פון השלמה איז אזוי אומבאטעמט אז די בחור וועט אלעס טוהן על פי רוב צו זיין בזמן.
"מיר האבן א כלל – אייגנטליך, צוויי כללים," האט הרב סעמפ מיר מסביר געווען די ווייטערדיגע שריט. "דער ערשטער כלל איז, אז אויב ווייסט מען נישט וואס צו טאן, טוט מען גארנישט. דער צווייטער כלל איז, אז ווען מען דארף נעמען שריט און מען ווייסט שוין וואספארא שריט צו נעמען, זאל עס זיין צוגיין אינאיינעם מיט די בחורים, ווי איידער איך קעגן זיי. אין איין ווארט: ללכת עם; לא ללכת נגד."
ווען דער מגיד שיעור וואלט געהאנדלט אן האבן די דאזיגע צוויי כללים פאר די אויגן, וואלט ער ראשית כל געווארן פארלוירן. ווען מען האנדלט מחמת פארלוירנקייט, איז דאך כמעט אוממעגליך צו נישט באגיין טעותים. די טיפישע רעאקציע וואלט געווען א סעריע חקירות ודרישות, מיט דראאונגען און ווארפענישן, אד"ג. אין איין ווארט: דא וואלטן זיך געשאפן צוויי צדדים, איינער וואלט באשטאנען פון די תלמידים, און דער צווייטער וואלט באשטאנען פון זייער "שונא", דעם גוט-צוגעפיקסטן, פארשעמטן, אבער גלייכצייטיג "שטארקערן" מגיד שיעור.
"דא האבן מיר גענומען דעם אייגנטליכן אקט, די אייגנטליכע 'לאגיק' אונטער דעם אקט, און דערמיט געארבעט – אינאיינעם מיט די בחורים."
אביסל שפעטער אין טאג איז דער ראש ישיבה אריינגעקומען אין דער כיתה, און מיט א געלאסענער שפראך מסביר געווען פאר די בחורים, אז לויט ווי ער לערנט אפ די מעשה, איז דערפון געדרינגען אז די בחורים זענען ביי דער מיינונג אז דעם מגיד שיעור קומט זיך א מער בכבוד'דיגן בענקל. די בחורים, האט דער ראש ישיבה אויסגעשמועסט, האבן גענומען דעם ערשטן שריט; זיי האבן גענומען שריט אויסצודריקן זייער אומצופרידנהייט מיט'ן פאקט, אז דער מגיד שיעור זיצט אויף א בענקל וואס איז נישט לפי כבודו. יעצט, האט דער מנהל אנגעוויזן, איז צייט צו גיין ווייטער: אלע בחורים זאלן צווישן זיך צוזאמשטעלן דעם סכום געלט וויפיל א נייער, בכבוד'דיגער בענקל קאסט. דער מגיד שיעור אליין, וועלכער איז דאך אויך פארמישט אינעם עסק היות ער איז דאך דער וואס וועט דעם בענקל ניצן, וועט זיך משתתף זיין אין די הוצאות פונקט ווי אלע בחורים. איינמאל דער געפאדערטער סכום וועט זיין צוזאמגעשטעלט, וועלן די בחורים, אינאיינעם מיט'ן מגיד שיעור, אראפפארן אין געשעפט און אויסקלייבן א נייעם, שיינעם בענקל.
"דערמיט," זאגט הרב סעמפ, "האבן מיר ארויסגעלאזט די לופט פונעם שפיצל. אנשטאט דעם וואס דאס עסק זאל זיין א שטיקל קעגן מגיד שיעור, איז עס געווארן א בענקל-אישו. אין דער זעלבער צייט, האבן מיר באהאנדלט דעם מצב אויף אן אופן פון ארבעטן אינאיינעם מיט די בחורים, אנשטאט קעגן זיי."
דער מעסעדזש פון אזא צוגאנג איז, אז דו האסט קיינעם נישט אפגעטאן: קיינער האט זיך נישט אויפגערעגט, קיינער האט זיך נישט פארלוירן, קיינער איז נישט ארויס פון די כלים. נאך מער: קיינער איז ניטאמאל באשטראפט געווארן. נישטא קיין "שטיקל" און נישטא קיין קנס. וואס ס'איז יא דא, איז אן אקט, א פעולה; און א פעולה ברענגט א תוצאה.
"דו דארפסט וויסן," איז הרב סעמפ מסביר, "אז ווען מיר באהאנדלען אזא מצב, פלאנירן מיר אויס א מהלך וואס נעמט אריין אלע שטאפלען פונעם פלאן. איך טראכט פאראויס עטליכע היכי תמצא'ס פון אופנים וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן, און פלאניר לויט דעם די ווייטערדיגע שריט."
אויב דער געפאדערטער סכום ווערט נישט צוזאמגעשטעלט צו דער באשטימטער צייט, וועט דער מנהל יענעם טאג ארויסנעמען אלע בענק פון דער כיתה. דער שריט וועט זיין באזירט אויף א שפעקולאציע, אז די בחורים דענקען אז די כיתה דארף לערנען שטייענדיג אויף די פיס. געמיינט האט ער, דער מנהל, אז די איינציגע אורזאך אונטער דעם בענקל-אינצידענט איז געווען א רמז, אז דעם מגיד שיעור קומט זיך א שענערן בענקל. היות די בחורים איילן זיך נישט מיט'ן צושטעלן דעם נייעם בענקל, איז מסתבר אז דער מנהל האט געהאט א טעות אין חשבון. ס'מוז זיין אז די סיבה צום פעלנדן בענקל איז אז די בחורים פילן אז אין דער כיתה דארף מען שטיין בשעת א שיעור. און וויבאלד אזוי, דארף מען העלפן די בחורים אויספירן זייער וואונטש.
"דעם נעקסטן אינדערפרי וועט די כיתה זיין ליידיג פון בענק. די בחורים וועלן שטייענדיג אויף די פיס אויסהערן דעם שיעור, געגעבן דורך א שטייענדיגן, אבער גלייכצייטיג רואיגן און שמייכלנדן מגיד שיעור."
צו פארשטיין קלאר: דאס איז נישט אן אטעמפט צו באטראכטן די בחורים ווי טפשים ממדרגה ראשונה וואס מיינען טאקע אז די הנהלה מיינט אז זיי האבן געוואלט אויסדרוקן א פראטעסט קעגן דעם נישט-בכבוד'גן בענקל, און אויב נישט דאן האבן זיי מסתמא געהאלטן אז מען דארף שטיין.
עס איז א שפיל וואס ווערט לכתחילה געשפילט מיט די בחורים אינאיינעם, אז בכדי ארויסצוהייבן דעם פעולה-תוצאה געזעץ וועלן אלע שפילן כאילו דאס איז געווען די כוונה, וממילא איז כך וכך די תוצאה.
ס'דא א סיבה פארוואס תלפיות גייט דאון דע דרעין און די סיבה איז וויל פשוט - עס ארבעט נישט! עס איז אפשר שיין אין טעאריע און פאר סלאגענס אבער אויף למעשה ווייזט עס שוואכע רעזולטאטן.
איך האב אסאאאאאאאאאאך צוצולייגן אין דעם נושא, אי"ה בקרוב.
עס איז באגריסנווערד אז ענדליך איז דא א מנהל פון א ישיבה וואס לייגט אריין כוחות אין מחנך זיין די בחורים און זיי שטעלן אויף די פיס אויסער געבן מוסר דרשות און פעטש,
דו בחרים האבן דא קלאר באגאנגען אן עולה בין אדם לחבירו. פארוואס שפילן games. אמת, חקירות ודרישות איז נאריש און שפילט סך הכול אריין אין די בחורים הענט. אבער פארוואס זאל נישט דו מגי"ש זאגען, מיט א ראיקייט, אז מ'איז באגאנגן א פרעזענדליכע עולה א קעגן אים, און עס איז נישט הפקר וועלט, און ס'וועט אויספעלען אים איבערצובעטן כדי ער זאל מוחל זיין דאס איז real life
ווען דו בחור וועט דאס טון און b&h אדער פאר זיין ווייב גייען זיי נישט שפילן דו game
ס'דא א סיבה פארוואס תלפיות גייט דאון דע דרעין און די סיבה איז וויל פשוט - עס ארבעט נישט! עס איז אפשר שיין אין טעאריע און פאר סלאגענס אבער אויף למעשה ווייזט עס שוואכע רעזולטאטן.
איך האב אסאאאאאאאאאאך צוצולייגן אין דעם נושא, אי"ה בקרוב.
און אלע אנדרע ישיבת גיין ווי? די לעצטע צען יאר האבן זיך פארמאכט היפש אפאר ישיבת ווי מהאט יא געסטראשט און געטראסקט.
אפשר איז בעסער צו לאזען דעם אשכול אויף "חינוך" נוסח תלפיות\שערי ארזים, און נישט אויף תלפיות זעלבסט.
פשוט-קאמפליצירט
"דו דארפסט וויסן," איז הרב סעמפ מסביר, "אז ווען מיר באהאנדלען אזא מצב, פלאנירן מיר אויס א מהלך וואס נעמט אריין אלע שטאפלען פונעם פלאן. איך טראכט פאראויס עטליכע היכי תמצא'ס פון אופנים וויאזוי דאס וועט זיך אויסשפילן, און פלאניר לויט דעם די ווייטערדיגע שריט."
וואו איך פארשטיי ווייסען אלע אינוואלועד אז דו מנהל'ס ספעקילאציע איז א שפיל כדי דו מגי"ש זאל זיך ארויסדרייען אן קיין ביזיונת, ארויסצולאזען דו ליפט פינעם שפיצל. איז וואס וועט זיין ווען 5 בחרים גייען צו צום מנהל און זאגען קאלר אינז האמער דאס נישט געטון און אינז האלטן אז דער מגי"ש בענקל איז דווקא זייער בכבוד'דיק און אינז זען נישט קיין צורך צו קויפן א נייע. און דו 5 געבען נישט קיין געלט.
איינער פין דו 5 לייגט צו ער ווייסט גראדע ווער האט דאס געטון, און יענער זאגט קלאר ער האט געוואלט אפטון דו מגי"ש, ווייל דו מגי"ש פארלייגט זיך אויף אים
שוין, שוין דו נייע בענקל איז שוין דא. געוואלדיק! א טאג דעראויף דו זעלבע מעשה!!
געדענק דא קימט דאך פאר א power struggle צוישען דו מנהל און די בחרים. די לעצטע round האט דו מנהל געוואנען מיט ארויס לאזען דו ליפט פין די שפיצל, אלע פראשטייען דאס, יעצט איז דו בחרים רייע צו זעהן ווען דו מנהל גייט באסטען, ביז דער ווייל פארט דו ישיבה אויף טישען און בענק
א מגיד שיעור דארף קעפטשערן די הערצער און מוח'ר פון זיינע תלמידים צו די פוינט אז א נארישער בחור וואס האלט ביים מאכן אזא שפיצל זאל ווערן אויסגעשפיגן פון זיינע חברים נאטורליך, אז ס'זאל זיך נישט לוינען פונעם בחור'ס פערספעקטיוו צו טון אזא זאך. אויב די קלאס הארבערט יא דעם בחור, איז א סימן אז דער קשר פונעם מגיד שיעור צום קלאס איז אויף פאליציי גנב פארמעסט.
עס איז א שפיל וואס ווערט לכתחילה געשפילט מיט די בחורים אינאיינעם, אז בכדי ארויסצוהייבן דעם פעולה-תוצאה געזעץ וועלן אלע שפילן כאילו דאס איז געווען די כוונה, וממילא איז כך וכך די תוצאה.
איא?
איא!
ודי למבין
אין מאנסי איז דא א גאר געלונגענע ישיבה שערי ארזים ווואס האט אפציעל געדארפט זיין די וועג ווייזער פאר תלפיות, אבער זיי, תלפיות, האט ביג-טיים געמיסט.
לאו דווקא, ויש לומר אביסל דווקא לאו. "שערי ארזים" איז געווידמעט מער בחורים פון אמעריקאנער-ארטאדאקסישע שטיבער, בעת "תלפיות" איז געמאכט פאר'ן חסידישן עולם. עס זענען פאראן געוויסע ענליכקייטן אין די צוויי סיסטעמס, אבער ס'איז זיכער נישט די זעלבע זאך און ווייט נישט דער זעלבער מהלך. צי תלפיות האט "ביג-טיים געמיסט" ווייס איך נישט; איך ווייס אבער יא, אז הרב פרוינדליך פון "שערי ארזים" איז מיט דיר מחולק.
די תוצאות און אקטן וואס די הנלה שטעלט צי ווען א בחור בגייט אן עולה איז זייער ריפרעשינג. ווען איך בין ווען בחור און די ישיבה וואלט איך ממש ארויסגעקיקט אויף יעדן טראבל, צי זען וואספארא קריעטיוו אקט די הנהלה גייט יעצט אויפקימען.
אין אנדערע ישיבות זענען די מגידי שיעור פארנומען מיט'ן צוגרייטען שיעורים און אויסטראכטען פשטים אין די גמרא, אין תלפיות איז מען פארנומען אויסטראכטען קריעיטיוו וועגן וויאזוי צו דיסציפלינען די בחורים. זעהט אויס אז אין גמרא תוספות זענען זיי נישט אזוי מוצלח.
דאס שאפען כלומ'רשטע באשטראפונגען וואס זענען א תוצאה אדער תיקון פון די טראבעל, דינט נישט צו מחנך זיי די בחורים מער צו די ריעל וועלט, נאר מאכט שטערקער די דריעם ווארלד אין וואס ישיבה בחורים ווערען שוין היינט מחונך.
דער סארט מייקרא-מענעדזשמענט און חינוך האט סימנים פון א קאלט.
בחרים דארפן זיכער מער וואו דו "נייע אויסגעטראכטען" פשט וואס די מגי"ש האט ערפינדען מיט זיין קריעטיוועטו. אזוי אויך איז קלאר אז דו קנסים מהלך פון אסך ישובות איז א טאטל דיזעסטער, און נישט נאר ס'טוט נישט אויף נאר מאכט גאר קאליע.
און מיט דעם קימט זיך קרעדיט פאר תלפיות צו האבן דו קאראש צו עקפערימענטען מיט אנדערע מהלכים, אבער דו ציל איז נישט צו זיין אינאוועטיוו נאר עפעקטיוו, און עפעקיטיוו מיינט האבן געלערענט דו בחור א לעסען וואס זאל אים העלפען און די לאנג ראן, וואו די משל מיט דו ציבראכענע פענסטער.
אבער מיט הייסען א בחור שלעפען א בענקעל א יעדען טאג בעק ענד פארד האסטו סך הכול געווינען די power struggle' , פארוואס ריפסטו דאס אן גיין מיט די בחור און אויב געסטו אזא סארט עונש (וואס פיט בכלל נישט דו קריים) מיט א שמייכעל און מיט ליבשאפט קימסטו אויך עקראס וואו א סאדיסט.
מיין מגי"ש וואלט ווען געגעבען א נעבעבדיגע שמייכל אויף מיין זייט און מיר געזאגט "יענקעל ס'פאסט נישט פין דיר", ועכאלאס - וואלט ער מיר געזאגט אז איך האב קונה געווען דו בענקל וולאט איך געוויסט קלאר אז דו שטיין איז געלאנגען
גורן האט''ד
דער סארט מייקרא-מענעדזשמענט און חינוך האט סימנים פון א קאלט.
דאס וואס אנדערע ישיבות האבען פראבלעמען מיינט נאכנישט אז די מאדנע אויסגעטראכטע מהלכים פון תלפיות זענען גוט.
איך ווייס נישט וויפיל בחורים האבען הנאה פון די מגידי שיעור'ס קריעיטיוויטי אין גמרא תוספות, איך מיין אז עס איז מוסכם אז די לערנען איז לפחות איינע פון די עיקר חלקים פון א ישיבה, און די קאנטראל איז נאר א היכי תמצי צו קענען לערנען געהעריג. אין תלפיות איז עפעס די גאנצע זאך פונקט קאפויער.
עס זעהט אויך אויס ווי די סטעפ פון די ישיבה האט א שטארקע צורך פאר עטענטשין, שרייבענדיג אויף זיך גאנצע ארטיקלעך אויף קאווע שטיבל און אנדערע פלעצער ארויסברענגען זייער געוואלדיגע חידושים און קריעיטיוויטי, עס איז שוין בעסער זיי זאלען זוכען ענענטשין דורך שרייבען חידושי תורה.
איבעריג צו אנצייכענען אז דער סיסטעם פון תלפיות איז גוט און ארבעט נאר אויף בחורים מיט א נידעריגע איי קיו. דאס ווייזט נישט אויף גרויס גאונות.
דער תוצאות-מהלך איז נישט קיין מיטל דווקא פאר מתקן זיין עוולות און מיסברויכן. דאס, אז יעדער יחיד האט אחריות'ן אין לעבן מיט וועלכע ער, בלויז ער, דארף זיך אפגעבן, איז אייגנטליך אן אינטעגראלער טייל פון דעם תלפיות אטמאספער. אזוי למשל איז אין דער ישיבה איינגעשטעלט א סיסטעם מיט בעלי תפילות צום דאווענען. צו יעדער תפילה גייט צום עמוד צו א צווייטער בחור. דער סדר איז כולל אלע תלמידים פון דער ישיבה. ווען עס קומט זיין ריי צוצוגיין, איז עס דאס אחריות פון יענעם בחור צוצוגיין צום עמוד.
ווען ס'האט זיך אמאל געמאכט אז א בחור האט בשום אופן נישט געוואלט דאווענען פאר'ן עמוד ווען זיין ריי איז געקומען, איז ביי יענער תפילה דער עמוד געבליבן ליידיג. נישטא קיין בעל תפילה. די בעל-תפילה פאזיציע האט יענעם טאג באלאנגט צו יענעם אינדיווידועלן בחור. דאס הייסט, ס'איז געווען זיין אויפגאבע. אויב ער האט זיין אויפגאבע נישט דורכגעפירט, איז עס געבליבן נישט אויסגעפירט... דער בחור איז געבליבן איינגעשפארט, און די שפיל האט זיך איבערגע'חזר'ט עטליכע מאל. אבער סוף כל סוף האט זיך עס געענדיגט.
אן ענליכע מעשה האט זיך אפגעשפילט מיט'ן עסן. ווי מיט די בעלי תפילות, ווערט דאס עסן געקאכט און צוגעגרייט דורך די תלמידי הישיבה. (דער הסבר, די סיבה, און דער סיסטעם פאר דעם, ווי אויך די בעלי תפילות און אנדערע אזעלכע סדרים וועלן אויסגעשמועסט אין אן אנדערן פאסט.)
און דער ראש ישיבה האט זיך אוועקגעלאזט אין א שיעור כללי מיט מיר, און מסביר געווען זיין מהלך מיט א משל – נאר נישט מיט א בן מלך, נאר עפעס מער קאנקרעט, היינטצייטיג...
נישט קיין הסברים, נישט קיין פסקים, נישט קיין רוגזה, נישט קיין דראאונגען. אלעס גייט ווייטער ווי געהעריג. דער בחור איז דער זעלבער ווי פריער, און דער מגיד שיעור גריסט אים מיט א שמייכל, פונקט ווי פריער. ס'איז נישטא קיין רוגזה, און דער בחור האט אפילו נישט אויף וואס און וועמען צו זיין ברוגז. די איינציגע זאך וואס איז יעצט אנדערש ווי פריער איז, די תוצאות פון זיינע מעשים. ס'איז זיין מעשה און דערפאר זיין תוצאה.
"קיינער גיט נישט קיין הסברים. ס'איז אין יעדער זאך פאראן נאר איין מענטש, דער טוער, און זיין פעולה. דער בחור אליין טרעפט זיך שטיין פנים אל פנים מיט די קאנסעקווענצן פון זיינע מעשים."
קיין הסברים? גארנישט? "איר זאגט, הייסט, אז דער בחור באקומט ניטאמאל קיין שמועס וואס זאל אים העלפן פארבינדן זיין אקט מיט'ן פועל יוצא?" וואונדער איך זיך הויך.
"יא, פונקט אזוי," ענטפערט הרב סעמפ מיט'ן זעלבן ניגון. "נישטא קיין הסברים. דער בחור שטעלט אליין צוזאמען דאס בילד. פריער צי שפעטער כאפט ער זיך, אז זיין התנהגות פירט אים צו קאפ ווייטאג – אז ער האלט אין איין זיך אנשטויסן אין יענער צעמענט-וואנט. ער באשליסט, פון זיך אליין, מדעת עצמו, זיך צו טוישן.
און פון וואו ווייס איך, שרייבער פון די שורות, אז דער מהלך ארבעט? ווייל אזוי האבן זיי מיר געזאגט – נישט די מגידי שיעור, נאר די תלמידים. כ'האב עטליכע עפיזאדן געהערט פון די בחורים בעלי המעשה אליין, וועלכע האבן די זאכן דערציילט מיט א שעמעוודיגן שמייכל, און מיך דערביי פארזיכערט, אז ס'ארבעט...
דער גרעסטער חידוש מיט אט דעם אספעקט פון תלפיות איז מיר געווען די הילכיגע אפוועזנהייט פון "טענות" אדער געפילן פון האבן געווארן "בא'עוולה'ט". אלע בחורים האבן דווקא אויסגערימט דעם דאזיגן סדר, און נישט איינער האט צו מיר אויסגעדריקט דאנקבארשאפט כלפי דעם.
איך בין באקאנט מיט דינה פריעדמאן'ס (אדאנק שמעקעדיק, שכח) דאס איז נישט דינה פריעדמאן'ס מהלך דינה פריעדמאן'ס מהלך איז וואו איינער האט געלייגט א לינק פריער Positive Discipline און דו תלפיות מהלך איז מער דומה צו Love and Logic אבער נישט אינגאנצן נהרא נהרא ופשטיה
למשל דו בענקל מעשה פארלעצט אלע 3 "ר" רעספעקטפאל : מיינט נישט נאר נישט פארשעמען ברבים, ס'מיינט אויך נישט מאכן דאס גענאר פין איינען וואו הייסען שלעפן א בענקעל וואס האט באמת נישט קיין תועלת פאר קיינעם. דאס איז וואו דו מצרים הייסען בויען פיסום ורעמסות. אין איז קלאר אן עונש אין ניטש קיין קאנסעקווענס (אויך נאך דו juke אז דער בחור האט קונה געווען די בענקעל)
רילעטעד אין פרידמאן'ס מהלך, אויב איז נישט דא קיין נאטירלעכע קאנסעקוועס, דארף איך טרעפען וואס איז באמת מיין פראבלעם, און אזוי ארויף קימען מיט א שכלדיגע קאנסעקווענס, אין דו בענקעל פאל וועט דאס זיין, למשל, אז דו בחור האט קאליע געמאכט און דו אויגען פין זיינע חבירים דו "מורא רבך כמורא שמים" און האט בעוולט מיט דעם זיינע חבירים, וועט ער דארפן עפעס טון וואס וועט העלפן זיינע חבירים (באמערק אז דו מג"ש פייט דא נישט פאר זיין פרעזענדליכע כבוד). שלעפן א בענקל איז בכלל נישט רילעטעט מיט וואס דו פראבלעם איז באמת.
ריזענעבל ריזענבעל???
דאס קוקט אויס אביסעל וואו א מילעטערי סטייל boot camp פאר Troubled Teens ארבעט דאס? יא בעט! פרעג דו טינס, אלע זאגן אז ס'ארבעט און האבן נישט קיין טענות
אויב עפעס, קומט זיך אנערקענונג פאר א מוסד וואס האט די ביצים צו מאכן סיי וואספארא שינויים מהמקובל לנו און ווי באקאנט, איז די דיסציפלין מהלך אין גאר אסאך ישיבות א שרעקעדיגער פראבלעם. לגבי די ספעציפישע מהלך וואס די ישיבה האט אויסגעקליבען איז מיר א חידוש וואס זיי טוען, און איך וואלט פארשטאנען אז ס'דא מהלכים וואס נעמען ענדערש אן אז א בחור איז ממין האנושי מער פון דעם ערוך'ס פירוש אז א בחור איז א מין חיה הדר בישיבה.
חוץ מזה, ווי ערווענט דורך א צווייטן דא (לדעתי בלי כבוד הנכון) וואלט מיר געווען אינטרעסאנט צו הערן מער בנוגע די לימודים אין די ישיבה. איז די תוכן הלימודים די זעלבע ווי אין געהעריגע ישיבות? איז די מהלך הלימוד די זעלבע? שולט מען אויס די תלמידים מער ווי אין אנדערע ישיבות צו זיין גרייט פאר דאס קומענדיגן לעבן?
בלויז צוהערנדיג זיך צו די אלה דרשות\כינוסים זעט זיך נישט אן די געוואלדיגע הצלחה פון די "חינוך בדרך המקובל", חוץ פון דעם וואס מר שמעקי ערווענט אז ס'עקסיסטירט בכלל נישט אזא זאך ווי "חינוך המקובל" פאר א ישיבה סעטטינג.