☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » היסטארישע אויפדעקינג! דער ברך משה איז געווען קעגען די מחלוקה

היסטארישע אויפדעקינג! דער ברך משה איז געווען קעגען די מחלוקה

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5930

טיטאניק » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:11 pm

· #185524
היסטארישע אויפדעקינג! דער ברך משה איז געווען קעגען די מחלוקה
היסטארישע אויפדעקונג איז נאר וואס אויפגעדעקט געווארען און נישט מער און נישט ווייניגער ווי דארעך דער פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א אז דער סאטמארע רבי דער ברך משה זצ"ל האט חרטה געהאט אויף די גאנצע מחלוקה בלויז געציילטע יארען פון ווען עס האט זיך אנגעהויבען!!!!
דאס איז געזאגט געווארען דארעך הרב וואזנער צים סאטמארע רבי ביי די יעצטיגע באזיך אין ארץ ישראל
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=65130">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=65130</a>
גענימען פון בחדרי חרדים אביער די שמיעס פון הרב וואזנער און דער סאטמארער רבי
בהמשך השיחה, עלה נושא השלום שנרקם בין סאטמר לבעלזא בביקור הקודם של האדמו"ר, לשמחת לב אלפי החסידים בעולם החרדי. הגר"ש פנה לאדמו"ר ואמר לו: "אני הוא איש השלום הראשון". למשמע הדברים השתררה דממה בחדר. הכל הטו אוזנם כדי לדעת למה התכוון הגר"ש, שהמשיך: "בשעתו, לאחר שצירפתי חתימתי נגד האדמו"ר מבעלזא בעידן המחלוקת הידועה, לפני למעלה משלושים שנה, הרי שכידוע לאחר תקופה שלחתי לאדמו"ר מבעלזא מכתב פיוס והתנצלות על כך. לאחר זמן מה, קיבלתי שיחת טלפון מאביכם האדמו"ר ה'ברך משה' זצ"ל מסאטמר שהודה לי על כך והביע באוזני 'יישר כח' על הצעד שנקטתי".

האדמו"ר והנוכחים היו מופתעים ביותר מהחשיפה. נראה כי רק לאחר שהוכשרה הקרקע מאז החל עידן השלום, הרשה הגר"ש לעצמו לחשוף את הדברים.

דאס איז א שאקינג אויפדעקינג

לאליפאפ » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:18 pm

· #185525
כהאב שוין געמיינט א אנדערע מחלוקת! !

היימישער ליטוואק » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:33 pm

· #185528
איך פארשטיי נישט, דאן פ"וו האט נישט דער ברך משה נאכגטוהן דעם שבט הלוי און מפייס גווען דעם בלזער רבי שליט"א?

ברוך שאמר » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:41 pm

· #185529
היימישער ליטוואק
איך פארשטיי נישט, דאן פ"וו האט נישט דער ברך משה נאכגטוהן דעם שבט הלוי און מפייס גווען דעם בלזער רבי שליט"א?

ווייל ער האט נישט געגעסן קיין מצות חוץ לסוכה

טיטאניק » מוצ"ש פעברואר 22, 2014 11:48 pm

· #185534
ברוך שאמר
היימישער ליטוואק
איך פארשטיי נישט, דאן פ"וו האט נישט דער ברך משה נאכגטוהן דעם שבט הלוי און מפייס גווען דעם בלזער רבי שליט"א?

ווייל ער האט נישט געגעסן קיין מצות חוץ לסוכה

??????????? זיי זיך מסביר

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 23, 2014 12:58 am

· #185552
רב וואזנער, זז"ג, האט משנה געווען מפני דרכי שלום.

דריידל » זונטאג פעברואר 23, 2014 1:46 am

· #185569
היימישער ליטוואק
איך פארשטיי נישט, דאן פ"וו האט נישט דער ברך משה נאכגטוהן דעם שבט הלוי און מפייס גווען דעם בלזער רבי שליט"א?

איך בין שטארק מסופק אויב די גאנצע זאך הייבט זיך אן ווייל די מקור איז בסך הכל פון בחדרי. אויב אבער זאל דער ברך עס יא האבן געזאגט פאר רב וואזנער, קען איך פארשטיין פארוואס ער האט גארנישט געטוהן למעשה, ווייל דער בעלזער וואלט קיינמאל נישט איינגעגאנגען אויף א שלום. שטעלטס ענק פאר וויאזוי ער וואלט אויסגעקוק ווען ער שיקט זיינע דיינים צו סאטמאר רב'ס ציון אין די תשײמ יארן. ער וואלט געווען א חוזק ביי יעדן.
עס האט געדארט אסאך יארן פאר בעלז זיך צוריקצוכאפן פון די קלעפ וואס זיי האבן איינגענומען . זיי האבן געארבעט זייער סטראטעגיש און מיט אסאך געדולד צו באקומען אנערקענונג ביי די דרויסענדיגע גאס אינקלאדינג אזעלכע וואס זענען " סאטמאר געשטומט ", ווי מען רופט עס. זייט די פטירה פון סאטמאר רב זצ "ל האבן די סאטמארע זייער ווייניג סעלף קאנפידענס און ווען זיי ווילן עפעס פארקויפען פאר זייער עולם דארף עס מיטקומען מיט דעם אז אפילו די פרעמדע קרייזן זענען אויך מסכים. ווען עס איז שוין נישט געווען קיינער חוץ סאטמאר וואס זעהט עניטינג ראונג מיט בעלז, האבן די בעלזער פארשטאנען אז די צייט איז רייף. צו זייער מזל האט אויך צוגעשפילט די פאקט אז סאטמאר איז היינט צוקלאפט אזוי אז קיינער וועט נישט זאגן אז בעלז מאכט שלום צוליב שוואכקייט. אדרבה, די וועלט קוקט עס אן אז אזא שיינע קהילה ווי בעלז איז מוותר אויף אלעס אבי עס זאל זיין שלום.

איש עברי » זונטאג פעברואר 23, 2014 2:18 am

· #185574
קאווע טרינקער
רב וואזנער, זז"ג, האט משנה געווען מפני דרכי שלום.

אדער האט בחדרי זז"ג אזוי געטוהן

שרייבער » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:21 am

· #185591
טיטאניק
היסטארישע אויפדעקונג איז נאר וואס אויפגעדעקט געווארען און נישט מער און נישט ווייניגער ווי דארעך דער פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א אז דער סאטמארע רבי דער ברך משה זצ"ל האט חרטה געהאט אויף די גאנצע מחלוקה בלויז געציילטע יארען פון ווען עס האט זיך אנגעהויבען!!!!
דאס איז געזאגט געווארען דארעך הרב וואזנער צים סאטמארע רבי ביי די יעצטיגע באזיך אין ארץ ישראל
<a class="postlink" href="http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=65130">http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=65130</a>
גענימען פון בחדרי חרדים אביער די שמיעס פון הרב וואזנער און דער סאטמארער רבי
בהמשך השיחה, עלה נושא השלום שנרקם בין סאטמר לבעלזא בביקור הקודם של האדמו"ר, לשמחת לב אלפי החסידים בעולם החרדי. הגר"ש פנה לאדמו"ר ואמר לו: "אני הוא איש השלום הראשון". למשמע הדברים השתררה דממה בחדר. הכל הטו אוזנם כדי לדעת למה התכוון הגר"ש, שהמשיך: "בשעתו, לאחר שצירפתי חתימתי נגד האדמו"ר מבעלזא בעידן המחלוקת הידועה, לפני למעלה משלושים שנה, הרי שכידוע לאחר תקופה שלחתי לאדמו"ר מבעלזא מכתב פיוס והתנצלות על כך. לאחר זמן מה, קיבלתי שיחת טלפון מאביכם האדמו"ר ה'ברך משה' זצ"ל מסאטמר שהודה לי על כך והביע באוזני 'יישר כח' על הצעד שנקטתי".

האדמו"ר והנוכחים היו מופתעים ביותר מהחשיפה. נראה כי רק לאחר שהוכשרה הקרקע מאז החל עידן השלום, הרשה הגר"ש לעצמו לחשוף את הדברים.

דאס איז א שאקינג אויפדעקינג

בחדרי איז מוחזק שקרן
נאר וואס, אויב איז עס טאקע געווען בתוך השיחה וועט עס זיין געדרוקט אין משלחן מלכים מן הסתם אין די קומענדיגע וואכן
ונזכה ונחיה ונראה

קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:49 am

· #185599
לאליפאפ
כהאב שוין געמיינט א אנדערע מחלוקת! !

ווען ר' מענדל בן מהר"א וועט זיין אדמו"ר הגה"ק און וועט באזוכען פוסק הדור הישיש מקארלסבורג, וועט מען דעמאלטס געוואויר ווערן אז דער רודף שלום זי"ע איז אויך געווען אקעגען יענע מחלוקה.

אויס מענטש » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:24 am

· #185608
לעצם הענין האב איך אמאל געזעהן אן אינטערוויו מיט הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן זל און ער האט פארציילט די זעלבע מעשה מיטן ברך משה בשנת תשמב
די אינטערוויו איז געווען געדרוקט אין איינע פון די צייטונגען אין די חודש פון הרב ניימאןס פטירה
יבואו המלנקים וילונקו

שרייבער » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:41 am

· #185611
איך ווייס איך גיי ווערן באפאלן פון 'נאר פרייליך' און 'פלעין אידיש' וכו' וכו', אבער היות איך זאג דא נישט קיין אויפדעקונג נאר אזאך וואס אבאנטש מענטשן ווייסן וועל איך עס שרייבן

ס'איז ידוע אז משה פר"מ האט געהאט א גרויסע יד אין די גאנצע מחלוקה, דער בעלזער איז נאך אפילו געווען ביים מנחת יצחק זיך איבערבעטן, נאר די שטוב פון ברך משה האט שוין נישט געלאזט אז זאכן זאלן ווערן צוריק
דאכט זיך אויפן געוועב איז געווען שוין ערגעץ א רעדע דערפון

דער (פינטעל) איד » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:23 am

· #185628
מעגסט זאגן א ר' אויף א דיין אין א קהילה. יעצט וואס האט ר' משה פר"מ געהאט מיט'ן ברך משה יענע צייטן ?

שרייבער » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:27 am

· #185630
לץ איינער, מ'רעדט פון משה גבאי

דריידל » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:34 am

· #185635
אז די כאפסט יא די זשוק, געב כאטש א לייק

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:27 pm

· #185768
דער (פינטעל) איד
מעגסט זאגן א ר' אויף א דיין אין א קהילה. יעצט וואס האט ר' משה פר"מ געהאט מיט'ן ברך משה יענע צייטן ?

דעיס איז א דבר ידוע לכל אז משה פר"מ האט "געפיהרט דעם ברך משה אין די שפעטערע יאהרן ביי די נ--. למשל דער "איסור" אויפ'ן בלאט, וכו'. בעיני ראיתי, ביי א שמחה, ווי משה פר"מ האט געברענגט דעם ברך משה צו די שמחה. האט ער איהם געלאזט ווארטן אין קאר. ער איז אריינגעגאנגען אויסטשעקן אויב ס'איז נישט דא דארט קיינער פונ'ם "צד שכנגד". נאכדעים האט ער איהם אריינגעברענגט אין זאל. 🙄 😕 😎 😂 😛 😳 😢 😮

berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:29 pm

· #185770
berlbalaguleh
דער (פינטעל) איד
מעגסט זאגן א ר' אויף א דיין אין א קהילה. יעצט וואס האט ר' משה פר"מ געהאט מיט'ן ברך משה יענע צייטן ?

דעיס איז א דבר ידוע לכל אז משה פר"מ האט "געפיהרט דעם ברך משה אין די שפעטערע יאהרן ביי די נ--. למשל דער "איסור" אויפ'ן בלאט, וכו'. בעיני ראיתי, ביי א שמחה, ווי משה פר"מ האט געברענגט דעם ברך משה צו די שמחה. האט ער איהם געלאזט ווארטן אין קאר. ער איז אריינגעגאנגען אויסטשעקן אויב ס'איז נישט דא דארט קיינער פונ'ם "צד שכנגד". נאכדעים האט ער איהם אריינגעברענגט אין זאל. 🙄 😕 😎 😂 😛 😳 😢 😮

די אדרעסס איז א טעות. דעיס האט געדארפט זיין א תגובה אויף שרייבער'ס הודעה.

sefish » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:32 pm

· #185771
ווער האט געפירט דעם ברך משה פון תש"מ ביז די שפעטע נו"ן יארן?

נאטרוליסט » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:55 pm

· #185776
sefish
ווער האט געפירט דעם ברך משה פון תש"מ ביז די שפעטע נו"ן יארן?


משה פריעדמאן און יעקב שמשון גאלד.

sefish » זונטאג פעברואר 23, 2014 8:56 pm

· #185777
נאטרוליסט
sefish
ווער האט געפירט דעם ברך משה פון תש"מ ביז די שפעטע נו"ן יארן?


משה פריעדמאן און יעקב שמשון גאלד.

גוט געזאגט!

גם כי אלך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 9:24 am

· #185912
מיר קוקט עס אויס אז דער הרב וואזנער איז אין די עלטערע יארן און רעדט זאכן וואס ער וואלט נישט פארציילט אין די פריערדיגע יארן, דאס זעלבע איז גגעווען פאראיאר ביי די בני ברק געיט פון האדמור מהריי מסטאמאר.
ער וואלט שוין געמעגט האבן אייניקלעך צי גבאים וואס זאלן אבאכט געבן אויף אים און היטן זיין כבוד יעצט אויף דער עלטער.

שרייבער » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:29 am

· #185946
גם כי אלך
מיר קוקט עס אויס אז דער הרב וואזנער איז אין די עלטערע יארן און רעדט זאכן וואס ער וואלט נישט פארציילט אין די פריערדיגע יארן, דאס זעלבע איז גגעווען פאראיאר ביי די בני ברק געיט פון האדמור מהריי מסטאמאר.
ער וואלט שוין געמעגט האבן אייניקלעך צי גבאים וואס זאלן אבאכט געבן אויף אים און היטן זיין כבוד יעצט אויף דער עלטער.

בחדרי האט געשטעלט א הנחה, און דו בויסט שוין אויף דעם אז מען דארף אכט געבן אויף זיין כבוד, דערווייל ווייס איך נאך בכלל נישט אויב ס'איז אמת, וויפיל איך האב פרובירט צו דערשנאפן אין א"י האב איך דערווייל נאר געהערט א פארקערטע מעשה, נאר וואס, דאס איז אלעס שמועות פורחות, אין משלחן מלכים וועל מיר זען וואס מען האט טאקע גערעדט

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:44 am

· #185953
אינעם משולחן העט שוין זיין פעפער און זאלץ כדרכם בקודש ביז מקורות אינעם שו''ע אויפ'ן סיפור, ביז דארט האסטו נישט עפעס קראנטע מקורות?

ביי מיר איז משולחן סך הכל דאס לא פחות ולא יותר.

נאטרוליסט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 11:27 am

· #185972
נאר,,פרייליך
אינעם משולחן העט שוין זיין פעפער און זאלץ כדרכם בקודש ביז מקורות אינעם שו''ע אויפ'ן סיפור, ביז דארט האסטו נישט עפעס קראנטע מקורות?

ביי מיר איז משולחן סך הכל דאס לא פחות ולא יותר.


ביי מיר זענען די הייליגע דרשות פון מהרז"ל עפ"י סוד.

קיינער אויף דער וועלט פארשטייט עס נישט. רזא דרזין. מלאכים און שרפים רייסן זיך צו פארשטיין...

אפשר קענסטו מסביר זיין די מאדנע סודות וועלכע ליגן באהאלטן אין די דרשה?
Drusha Rzal - new.jpg

סאו וואט » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:31 pm

· #186008
איינער וואס זאגט רזין, מיינט אז דער חסידים פארשטייען נישט וואס ער רעד.
איינער וואס זאגט רזין דרזין, מיינט אז דער רבי אליין פארשטייט נישט וואס ער רעד.

מיר אלע דארפן שובע ולא לרזון.

זלמן זאפיר » פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:30 am

· #187548
היסטאריע ! דער ברך משה געקאלט רב וואזנער וועגן בעלז שלום
אן אינטערסאנטער אויף דעקנוננג די וואך אין משלחן מלכים פארציילט הגאון פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א פאר האדמו"ר מסאטמאר שליט"א מהר"א אז דער ברך משה האט אים געקאלט מכיר טובה זיין פאר מאכן שלום מיט בעלז

📎 rav vosner.jpg

דער (פינטעל) איד » פרייטאג פעברואר 28, 2014 11:32 am

· #187549
דו ליינסט טאקע נאר צימעס הא...

שוין דע א אשכול

<!-- l --><a class="postlink-local" href="/topic/5930">viewtopic.php?f=24&t=5930&hilit=%D7%91%D7%A8%D7%9A+%D7%9E%D7%A9%D7%94</a><!-- l -->