☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » צימעס » די שין בית טיילט קנאות אידענטעפעקאציע

די שין בית טיילט קנאות אידענטעפעקאציע

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5751

נאר,,פרייליך » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:26 pm

· #178950
די שין בית טיילט קנאות אידענטעפעקאציע
פון די שין בית אפיסעס טיילט מען אידענטיטעיט פאר קנאות
אין א לענגערע באריכט דירעקט פינעם אפיס פון די אויווען דערמאנטע איז ארויסגעקומען פילע הוראות און אנווייזונגען פאר די וואס זענען יא אדער נישט בארעכטיגט צו טראגען מיט זיך דער קנאי'שער נאמען
אין א לענגערע אפשאצונג ווערט אנגעוויזען דורך די שין בית אז די אלע וואס זענען לדעתם נישט בארעטיגט מיטן קנאישער טיטעל געהער אויף אים דער לעיבעל פון חולי נפש משוגענער וכיוצא בזה
וואס דאס טוט אויטאמאטיש באפרידיגען די אלע וואס זענען אומצופרידען מיט זייער סטאטוס אז זיי קערן זיך ניש אהן צו מערכות וכדומה וואס ווערן געפירט דורך גדולי ישראל
אז לכל הפחות בין איך 'דער נארמאלער' און יענער דער 'משוגענער'
עס ווערן ערווארטעט אין די קומענדע טעג א לענגערע רעגולאציע פון די דערמאנטע אפיסעס וואס עס זענען די ענדגילטיגע באשלוסען איבער ווער עס טוט יא מיט זיך טראגען די רעכט פון זיך אידענטעפיצירען אלס קנאי אדער סאטמארער, ווי מען הערט, שמועסן די אלסווייסער אז איינע פון די הויפט רעגולאציעס פאר אידענטיטעיט וועט זיין
1 אסאך מאס התקרבות והתחברות צו מתחברים לרשעים און חנפענען לעקן די אדוקים לכספי הציוני און אירע פארטייען בממשלת המינים, כידוע ממשנתו של אותו צדיק הרה''ק מ'סאטמאר וואס האט דאס אלס געמאנט און געפאדערט מבני קהילתו,
2 א שטארקער שנאה און האס צו די ערליכע וואס זענען לוחם מיט קברים גרעבער און אויסגעשפראכענע וואס טרעטן ברגל גאוה על תורתינו הק'
מאידך גיסא זאל מען בד בבד שטארק מחזק זיין די וואס לייגען צו א יד לחטט בשכבי
ועוד ועוד תנאים וסימנים אויף די וואס וועלן קריגען די רעכטן פינעם אפיס הנ''ל צו טראגען מיט עהרע די נאמען קנאי אדער סאטארער
די אלע וואס וועלן העלדיש און מיט א שטארקייט טראגען דעם אמת'ן פאן און דרך פון קנאות וועט קריגען ספעציעלע מעדאלען דורכען אפיס הנ''ל און וועט פובליצירט ווערן אין די פובליקאציעס

נ.ב. עס ווערט נאך באטראכט שריט דורך די שין בית אפיסעס וויאזוי צו מבער זיין א רעקארדינג וואס איז לעצטענס ארויסגערינען ווי א געוויסער גרויסער רבי האט מיט נישט לאנג צוריק געהאלטען א רעדע וואס איז מפריך אביסעל די אידענטיטעט סימנים

I'm back » דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 11:37 pm

· #178959
איך הער.

זלמן זאפיר » פרייטאג יאנואר 24, 2014 10:21 am

· #179012
איך זעה דער ארטיקל ציפט איי ייא איי

יין שרף » פרייטאג יאנואר 24, 2014 12:14 pm

· #179028
נאר,,פרייליך
ווי מען הערט מאחורי הפרגוד שמועסן די אלסווייסער אז איינע פון די הויפט רעגולאציעס פאר אידענטיטעיט וועט זיין
1 אסאך מאס אהבה און ליבשאפט

נאר,,פרייליך » מאנטאג יאנואר 27, 2014 9:28 am

· #179468
זלמן זאפיר
איך זעה דער ארטיקל ציפט איי ייא איי


כ'מיז דיר מודה זיין אז איך בין נאכניש געקומען צו מיר פון'ס
דר'עיקר טוט מיר לייד אז נעבעך אינטער זיינע לאפעס ליגען פילע תמימי צעירי צאן קדשים וואס האבען נארוואס געהערט ווי די שין בית שטעלט אוועק מיט א קורצע צייט צוריק אז מען זאל נישט בויען מסקנות בנוגע א פראיעקט אין בי''ש לפי וואס מ'האלט אין די נושא פינעם באראש פסק
און פלוצים פארגאנגענע וואך זעה איך גאר א זעלטענע אויסברוך פון א פרעס ריליעס פינעם ש.ב. אז גאר די איינציגע אידענטיטעיט וואס קען באשטעטיגט ווערן איז געוואנדען אינעם באראש נושא
ס'א גרויסער ווייטאג

שעפטל » מאנטאג יאנואר 27, 2014 2:14 pm

· #179556
שוין ביי זיך? צו דו ווייטאגסט נאך?

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 10:37 am

· #185950
שוין ווידער צולאזט אויפען טעלעפוין ווי מען פרובירט צו אהערשטעלן מוחות כדת וכדין ! !

דער שין בית באקומט א מעדאל פאר זיין דזשאב עפעס איינס אין דער וועלט

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:52 pm

· #186015
שעפטל
שוין ביי זיך? צו דו ווייטאגסט נאך?

נאר,,פרייליך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:42 pm

· #186033
שעפטל
שעפטל
שוין ביי זיך? צו דו ווייטאגסט נאך?

וואסי נייעס ? האסט שוין גענדיגט דעם ריקוד על השטח?

עי' בארחות צדיקים שער השמחה דעם דריטען פאראגראף שטארק מיוחד לך וכדוותך.

שעפטל » מאנטאג פעברואר 24, 2014 2:46 pm

· #186034
<!-- l --><a class="postlink-local" href="/post/185989">viewtopic.php?p=185989#p185989</a><!-- l -->

גראדע א וואך פון ריקודין. כ"ק אדמו"ר מ'דושינסקיא שליט"א האט אויך געטאנצן אויף ענקערע נערווען