☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » שפראך און גראמאטיק » דריי וואו'ס; וויאזוי שרייבט מען עס.

דריי וואו'ס; וויאזוי שרייבט מען עס.

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5920

גם כי אלך » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 4:51 pm

· #185224
דריי וואו'ס; וויאזוי שרייבט מען עס.
איך האב זיך לעצטנס אנגעשטויסן אין עטליכע אזעלכע פעלער. ווען דאס ווארט הייבט זיך אן מיט צוויי וואו'ן און מען לייגט דערצו צו א "צו" וויאזוי גיט מען זיך דאן אן עצה לגבי עס אראפשרייבן.

לדוגמה: צו וואקסן, צו וויינען, צו ווילדעוועט. און אזוי ווייטער און ווייטער.

ס'איז דא אמאל וואס אנשטאט דריי וואו'ס ניצט מען אן "אלף - וואו" אבער איך מיין אז דא קומט עס נישט אזוי, כהאב געקלערט אפשר פון אן אנדערע אויסוועג אז מען שרייבט צעוואקסן, צעוויינט, נעמליך אז מען ריקט אריין אן "ע" אנשטאט דעם געווענליכן "ו". (סתם אזוי איז דא וואס ניצן כסדר דעם ע' ביי דעם ווארט צו, צעבראכן, צעלייגער, וכו' ).

וואס זאגט דער עולם ?

געפילטע פיש » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:03 pm

· #185231
געווען אמאל א אשכול אויף די חילוק צווישן (צוווישן?) צו און צע, אחד סותר ואחד בונה, אחד מאסף ואחד מפזר.

גם כי אלך » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:07 pm

· #185234
אידיש ווערטער בוך פון מרת ראטה לייגט אראפ דעם כלל אז די פארזילבע "צו" ניצט מען סתם אזוי. אנדערש ווען עס רעדט זיך פון חורבן אדער צעשטערונג איז די ווארט יא "צע". אצינד גיי ווייס צו זי איז גערעכט.

למעשה איז מיין שאלה אביסל אנדערש, איך פרעג לשיטת "צו" וויאזוי גייט עס ווען ס'איז דריי פאכיג..

דער (פינטעל) איד » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 5:15 pm

· #185237
וואס איז שלעכט מיט א יוד, ווי למשל ''ציווילדעוועט'''

ישובניק » דאנערשטאג פעברואר 20, 2014 10:07 pm

· #185330
צו -- ווייזט געווענליך אויף צוזאמענקומען -- צוגיין צו א שלו' זכר
צע -- ווייזט געווענליך אויפ'ן פארקערטן - זיך צעגיין
מיט דריי וואו'ן איז יא ריכטיג אן א' אינדערמיט.
צי איז נישט ריכטיג, א חוץ ביי א פראגע, אזוי צי אזוי, אדער ציען ביים אויער