☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » פארברענגען » געזעלשאפט » Why is There So Much Chasidic Divorces Recently

Why is There So Much Chasidic Divorces Recently

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5918
בלאט: 1 2 3

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:55 am

· #185613
venus
What's מאחרי? And what is סיסטעם געשלאגן?

It's interesting that you're saying that more men laugh at the system. I was very surprised to find kave shteibel. I always thought that way more women think in grey and nuances than men.

But you do raise an I interesting point that deserves its own thread. First of all, are there less women that dont take the system so seriously, and two, if it's true why is it like this and why is it 'harder' for them, as you say.

Part of the answer might be the sample size of people who you interact with. If you interact only with men, or only with women, your opinion will be different.


This is the first time I hear someone claiming that more women laugh off or dismiss what they were taught in school than men do, so far most of the women I discussed this with saw this conformity as something positive and praiseworthy, and that something was wrong with the boys' chinuch that so many of them rebel.

You say that you were surprised to find this site, but is there a female version of such a site for chassidic women? As far as I know, there isn't.

מאטי » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:06 am

· #185617
You're echoing my earlier points. Actually there's a site called iamamother but I don't know if there's any real Hiemisha members . However they don't discuss the problems of the system as much as we do over here.

venus » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:27 am

· #185631
I said more women think in grey and nuances. This was my experience from the men and women I interacted with until I found this site. Most of the men I know are way more black and white and into what 'everyone ' does. No appreciation for art and literature or individualism probably because They never studied literature the way the girls do.

In addition, I do find that women are less vocal, even though They think differently, and that might be the difference and why you don't know about them. Could be that's because they doubt themselves more as a result of being raised to always defer to someone else whereas men are taught that if They learn enough they'll have this God given daas Torah? And that They are the most important thing on the world because They learn?

געפילטע פיש » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:39 am

· #185638
Moti, imamother is no kaveshtiebel, and the ones .criticizing the "system"are outsides, not insiders

venus » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:47 am

· #185642
Gefilte, maybe the reason there's no equivalent site as kave shteibel is because less chassidic women have access to internet and those that do are too busy with their kids?

יאיר » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:18 pm

· #185785
איך מיין אז ביידע זענען אמת. עס איז ריכטיג וואס נוגה זאגט אז די מיידלעך ביי אונז האבן א בעסערע קאמאן סענס, מער באלאנסירט און האבן מער מענטשליכקייט און רעספעקט איינער צום צווייטן. שוין אפגערעדט אז די געפילן זענען נישט אזוי אונטערדריקט ווי ביי די מענער (אויסער בנוגע sexuality). פון די אנדערע זייט זענען אבער מענער די וואס ווערן געשטופט צו טראכטן, סיי אין לערנען, און סיי אין דעם טאג טעגליכן סדר היום. ממילא דאס ברענגט אז מענער זאלן האבן מער העזה צו פרעגן און צו אפפרעגן. דאס איז בעצם די סיבה וואס האלט דעם סיסטעם אזוי שטארק. ווען מען וואלט געלאזט די מיידלעך אינדערהיים און אנשטאט דעם געלערנט מיט די יונגלעך געהעריגע לימודי חול אין צוגאב צו לימודי קודש וואלט שוין דער סיסטעם לאנג אונטערגעגאנגען. וויבאלד מען האט אבער צוטיילט די צוויי ברענגט דאס אז אפילו ביי די מענער וואס ווילן יא ארויסטרעטן און מאכן שינויים וועלן געווענליך זייערע פרויען יא וועלן קאנפארמען צו דעם סיסטעם.

מאטי » זונטאג פעברואר 23, 2014 9:24 pm

· #185786
פרויען זענען בטבע מער קאנפארמענט ווי מענער. הגע בעצמך א מיידל פון 16אהאלב יאר ווערט א טיטשער און פראלט אריין אין אן אנגעפולטע קלאס צענערליגן און האלט ארדענונג אן קיין שאס. פרוביר אריינצולייגן א 16אהאלב יעריג בחור אין א כיתה ח' קלאס . מ'וועט אים ארויספירן שטיקלווייז ביז א האלבע שעה.

venus » זונטאג פעברואר 23, 2014 10:57 pm

· #185842
Motti, you never tried teaching girls, did you? There's no shortage of teachers quiting and first year teachers not controlling the classroom. But because the norm is that young girls teach, there's more of a chance They should succeed so that's a very bad example. if it would be the norm by boys, I'm sure it would be different too.

יאיר, it's becoming annoying that you're referring to me as הוגה. No clue who that dude is.

יאיר » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:15 pm

· #185848
איך האב געשריבן נוגה נישט הוגה. נוגה איז די לשון הקודש נאמען פאר דעם venus פלאנעט, און א פאפולערע מיידל נאמען אין ישראל.

מאטי » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:18 pm

· #185849
ווענוס, נוגה איז דער נאמען פונעם פלאנעט ווענוס אין לשון הקודש, אלזא נעם דיר נישט צום הארצן. וואלסטו ווען געהייסן הערשי אדער גאלדי. און מ'וואלט דיר גערופן צבי אדער זהבה וואלסטו געהאט א פראבלעם?
צום ענין : דו האלטסט באמת אז דאס אז 16 יעריגע בחורים זענען נישט קיין מלמדים איז א צופאל? און זיי וואלטן געקענט זיין א סוקסעס אויב ס'וואלט געווען דער נארם? קאם אן! דו ווייסט אליינס אז אין חדר שמייסט מען און אין סקול נישט. איז דאס אויך א צופאל? אודאי איז דא טיטשערס וואס טויגן נישט אבער דאס אליינס אז מ'גיט אפילו א טשאנס פאר א יונג מיידל צו קענען זיין א טיטשער איז א קלארע הכחה אז צו קאנטראלירן מיידלעך. איז גרינגער ווי אינגלעך.
יאיר קנאקט. .

יאיר » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:38 pm

· #185853
די נוגה/הוגה סומאטוכע איז נאך א דוגמא ווי די שפראך איז אן אפהאלט צו שלום בית. למשל אויב איינער האט חתונה מיט א מיידל ווענוס און ער רופט איר "נוגה, ברענג מיר א גלאז טיי." און זי ווערט אינגאנצן באליידיגט, נישט פארשטייענדיג פארוואס ער רופט איר מיט אזא מאדנעם נאמען. אדער אויב מרת. נוגה האט חתונה מיט שבתאי און זי רופט אים Saturn וועט ער אודאי נישט וויסן וואס זי וויל פון אים.

איך אויך » זונטאג פעברואר 23, 2014 11:43 pm

· #185856
סאו דארף מען געבן א לעססאן בשמות הכוכבים והמזלות בלה"ק ובלע"ז ,כ'גלייב עס איז נישט אזוי שווער אויסצופירן.

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:01 am

· #185860
איר זעט, די ערשטע שינוי לטובה איז שוין ארויסגעקומען פון דעם שמועס.

venus » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:11 am

· #185865
You guys are hysterical. You see how a language barrier can cause trouble.

מאטי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:17 am

· #185867
גראדע יאיר האט אויך א שייכת צו נוגה. ס'דא גאנצעטע בלעטער אין אנהייב פסחים וואס באהאנדלט דעם ענין. יעצט פארשטיי איך שוין דאס וויכטיגקייט.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:19 am

· #185869
But you see how easily we found a good solution to your pressing problems that will iy"h eliminate future divorces.

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:28 am

· #185875
מאטי
גראדע יאיר האט אויך א שייכת צו נוגה. ס'דא גאנצעטע בלעטער אין אנהייב פסחים וואס באהאנדלט דעם ענין. יעצט פארשטיי איך שוין דאס וויכטיגקייט.

אין די ספרים שטייט שוין אז קאווע שטיבל איז בחחינת קליפת נוגה, וכבוד אלקים הסתר דבר, והוא רחום וכו'.

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:30 am

· #185877
ליצנות אין א זייט געלייגט, שפראך און מינדערוויכטיגע שינויים אין אויפפירונג און סדר היום דארף נישט זיין קיין גרויסע אפהאלט צו שלום בית. עס קען זיך מאכן מיספארשטענדענישן אין אנהויב, אבער איינמאל מען געוואוינט זיך צו איז דאס נישט קיין פראבלעם. דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען ביידע קומען מיט די הנחה אז אלעס מוז זיין אזוי ווי ביי מיינע עלטערן אין שטוב, דעמאלט ווען דער שותף איז עטוואס אנדערש ברעכט אויס א וועלט מלחמה.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:32 am

· #185879
יאיר
מאטי
גראדע יאיר האט אויך א שייכת צו נוגה. ס'דא גאנצעטע בלעטער אין אנהייב פסחים וואס באהאנדלט דעם ענין. יעצט פארשטיי איך שוין דאס וויכטיגקייט.

אין די ספרים שטייט שוין אז קאווע שטיבל איז בחחינת קליפת נוגה, וכבוד אלקים הסתר דבר, והוא רחום וכו'.

דאס ווייסן אפי' די בארא פארק'ער בעלי עגלה...

venus » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:46 am

· #185882
Discussions like this make me wish I They taught me more in school. Hard to follow all the puns and idioms without a good understanding of לשון קודש.

איך אויך » מאנטאג פעברואר 24, 2014 12:51 am

· #185884
You seem to have managed quite well so far.

מאטי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 1:02 am

· #185885
יאיר
ליצנות אין א זייט געלייגט, שפראך און מינדערוויכטיגע שינויים אין אויפפירונג און סדר היום דארף נישט זיין קיין גרויסע אפהאלט צו שלום בית. עס קען זיך מאכן מיספארשטענדענישן אין אנהויב, אבער איינמאל מען געוואוינט זיך צו איז דאס נישט קיין פראבלעם. דער פראבלעם הייבט זיך אן ווען ביידע קומען מיט די הנחה אז אלעס מוז זיין אזוי ווי ביי מיינע עלטערן אין שטוב, דעמאלט ווען דער שותף איז עטוואס אנדערש ברעכט אויס א וועלט מלחמה.

טו נישט אונטערשאצן שפראך, א בחור וואס איז נאר וואס ארויס פון ישיבה ווען ער זאגט "האלו משוגענער" מיינט דאס "חבר מיינער" "טראג דיך אפ פון דא" מיינט "רוק דיך פליז איך וויל דורכגיין". וכן להלאה...

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 7:50 pm

· #186167
עס ווענדט זיך פארוואס דער בחור רעדט אזוי. אויב איז ער באמת אן איידעלער און ער האט רעספעקט פאר זיין ווייב נאר ער נוצט פשוט דעם שפראך ווייל צו דעם איז ער צוגעוואוינט, דארף מען איך נאר איינמאל ערקלערן אז מיט א ווייב רעדט מען אנדערש ווי צו א חבר און די זאך איז מסודר. אבער אויב זיין גאנצע הלוך ילך איז מיט א דיסרעספעקט, און די שפראך איז נאר א סימפטאם דערפון, דעמאלט איז טאקע א פראבלעם.

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 7:51 pm

· #186168
venus
Discussions like this make me wish I They taught me more in school. Hard to follow all the puns and idioms without a good understanding of לשון קודש.

לערנען לשון הקודש וואלט נישט צופיל געהאלפן. צו פארשטיין וואס קליפת נוגה מיינט דארף מען הארעווען אין א חסידישע ישיבה עטליכע יאר. און גלייב מיר, ס'איז נישט ווערד.

יאיר » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:09 pm

· #186177
לאמיר צוריקגיין צו דעם פריערדיגן שמועס און זען וואס דער בחור און די מיידל ערווארטן איינער פון דעם צווייטן איידער מען האט חתונה. פון וויילן דא אויף קאווע שטיבל, וואס איז א געווארן א מקום מקלט פאר אלע סארטן שלום בית פראבלעמען, האב איך באקומען א שטיקל בילד אויף די עוורעדזש ערווארטונגען פון א מאן צו א פרוי, און טיילווייז אויף פארקערט. אנדערש ווי שמעקעדיג און בערל בעל עגלה ועוד, בין איך נישט קיין שלום בית עסקן אדער פסיכאלאג. איך קען נאר זאגן לויט ווי אזוי עס זעט מיר אויס פון די באריכטן דא אויף קאווע שטיבל, וויבאלד מיינע חברים דערציילן מיר נישט זייערע שלום בית פראבלעמען. ממילא וויל איך בעטן פון דעם עולם זאל מוסיף זיין אדער מחולק זיין מיט מיר.
אלזא, לאמיר אנהייבן מיט די פארלאנגען פון א טיפישער חסידישער מאן צו זיין פרוי:
א) אסאך פון עפעס וואס הייבט זיך אן מיט א ס' אדער א מ'.
ב) קעיר נעמען פון די שטוב, קאכן באקן אויפרוימען.
ג) קוקן מאוויס צוזאמען.
ד)נישט זאגן קיין דעות אין זיין רוחניות.
ה) האבן קינדער.

די פארלאנגען פון א פרוי זעט מיר אויס, לויט די באריכטן אין שטיבל אז זיי זענען בערך די פאלגנדע:
א) אן ערליכער מאן וואס האט א שיעור און דאוונט יעדן טאג. אויב איז זי א "ספעשל" מיידל (און וועלכע איז דען נישט?) ערוארט זי אז ער זאל זיצן אין כולל אפאר יאר נאך די חתונה. און אויב איז זי א רבי'ש אייניקל איז פשוט אז נאכדעם האט ער נאר א ברירה צו לערנען מיט שוואכע בחורים, פארקויפן אתרוגים, אדער אפשפרעכן עין הרע'ס.
ב) א מאן וואס מאכט זיכער אז די פינאנצן זענען קעיר גענומען און מאכט זיכער אז עס איז דא ברויט אין שטוב.
ג) א מאן וואס הערט איר אויס ווען זי האט געהאט א שווערע טאג און ווייזט ארויס מיטלייד.
ד) א מאן וואס באהאנדלט איר מיט רעספעקט.
ה) א מאן וואס אויף עפעס א וועג לאזט ער איר וויסן אז זי איז שיין און ער האט איר ליב.

דאס זענען בערך די נקודות וואס זענען מיר געקומען אויפ'ן געדאנק. איך בעט דעם עולם זאל זאגן הערות און פרובירן צו דערגיין פארוואס די צילן ווערן יא אדער נישט ערפילט.

מאטי » מאנטאג פעברואר 24, 2014 8:59 pm

· #186193
האסט פארגעסן צוויי וויכטיגעע עיקרים וואס איך האב ארויסגענומען פון ק"ש: א מאן וויל די פרוי זאל זיין אנגעטון כדבעי נישט ווי מ'האט איר אויסגעלערנט אין סקול אז ווי וויינייגער בעטעמ'ט מ'איז אנגעטון אלץ הייליגער ווערט מען. אויך וויל ער זי זאל צוגיין צו דע זאך וואס הייבט זיך אן מיט א ס ווי א נאטורליכע פרוי גייט צו דערצו. נישט מיט פרעזדשעדוס און גילט און ווי א רעליגיעזע תפקיד.

venus » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:31 am

· #186304
I'll add that most women want their men to look good and be clean. They should take care of themselves a Bit.
Have an opinion when asked.
Respect her רוחניות and not tell her that it's not important.

venus » דינסטאג פעברואר 25, 2014 12:42 am

· #186308
יאיר

לערנען לשון הקודש וואלט נישט צופיל געהאלפן. צו פארשטיין וואס קליפת נוגה מיינט דארף מען הארעווען אין א חסידישע ישיבה עטליכע יאר. און גלייב מיר, ס'איז נישט ווערד.


Is it really not worth it all those years in yeshiva? For someone who likes to learn, isn't it heaven? I understand that boys who don't like to learn should resent it, but someone who liked to learn?

kremenchunger » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:32 am

· #186319
Thanks!
I want to thank all you guys here who gave me the opportunity to have a good laugh, reading how people who don't know english(don't take me wrong, theres nothing wrong with not knowing english!) try their best to write in english and I can see how google translate is a great help for them....

😃

kremenchunger » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:39 am

· #186320
venus
I'll add that most women want their men to look good and be clean. They should take care of themselves a Bit.

Respect her רוחניות and not tell her that it's not important.


This is absolutely not true! I'm not sure which background you have, but in the chasidic world, regardless of the exact group, women do care a LOT about the spirituality of their husbands. (unless you're talking about people that don't feel comfortable being part of the chasidic movement, and only stay there because of side reasons)

while "looking good" has different meaning, each person has different taste etc. most women don't have problems with the way their husbands look. (again, I'm not talking of the category mentioned above).

kremenchunger » דינסטאג פעברואר 25, 2014 1:58 am

· #186321
venus
יאיר

לערנען לשון הקודש וואלט נישט צופיל געהאלפן. צו פארשטיין וואס קליפת נוגה מיינט דארף מען הארעווען אין א חסידישע ישיבה עטליכע יאר. און גלייב מיר, ס'איז נישט ווערד.


Is it really not worth it all those years in yeshiva? For someone who likes to learn, isn't it heaven? I understand that boys who don't like to learn should resent it, but someone who liked to learn?


In general, someone who doesn't learn in yeshiva, wouldn't learn in college or public school either.

It's quite funny how so many heimishe people are square minded and think that the world starts in BP and ends in KJ and that there are all the problems, that everyone is perfect and great and nebach by us we have so many problems. Such theory does NOT come from too much reflection (as these people try to draw, thinking that by cursing out their community and system they become cool or open minded).

I will reveal you guys something, that with all the divorces "recently" in the chasidishe world, all the rebels "recently" in the yeshivah system, all the unhappy and unfulfilled people in the frumeh world etc etc, the average is not even close to what goes one "outside" in the secular/non jewish world. And I'm talking from experience and knowledge.

Like one of my colleagues -a known therapist and Rabbi- was telling some yeshiva bochurim that were telling how they fell that they're missing out etc, he told them like this: It's really funny that you guys don't even look at what you have, at the beauty and wealth of the stuff you're studying, and think that to live a "secular" life would be a much better option. I have so many "secular" or non-jewish people, people who -from exterior- look good, perfect. they have all their "physical" need, all what they want, but they have no reason to wake up in the morning! they're desperate for some meaning in life.

well, for some this may sound as another "boring Rabbi speech"... But this is a fact. and when it comes from a person who's very smart and known as a very good therapist, it amplify the message even more.

venus » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:04 am

· #186322
I never said women don't care about their husband's rochnius. Of course they do. What I said was for the husband to respect HER rochnius! Some chassidic men have this attitude that a women's rochnius is not as important as having his fancy breakfast or lunch. Most women want their ruchnius respected. That's all I said.

מאטי » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:10 am

· #186324
kremenchunger
I want to thank all you guys here who gave me the opportunity to have a good laugh, reading how people who don't know english(don't take me wrong, theres nothing wrong with not knowing english!) try their best to write in english and I can see how google translate is a great help for them....

😃

Dear Kremechunger..... If you have time for a small break between your big laughs, I would like to enlighten you with the following grammar rules. The word "English" has to be capitalized as it's A proper noun in your context. As your cheering face begins to fade away,let me throw in another one for you. The word "there's" derived from the two words "there is" Thus an Apostrophe must be put before the S to indicate the conversion.
I usually don't judge people on their grammar and language capabilities, as you pointed so well out in your post, "There's nothing wrong not knowing English". But when the Judge commits the same crime of his subject, while he's delivering the very sentencing speech, one can't ignore such hypocrisy and oxymoron behavior.
I hope you understand me.

kremenchunger » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:30 am

· #186325
You're good! 😃

If you read what I wrote, I didn't mention anything about grammar. I was talking about knowing the English (capital E 😉 ) language. When I read some of the comments here, it does not seem as the writers have great knowledge in this area.

[regarding such type of grammar, I usually rely on my macbook auto spell. Unless it's an official document etc]

kremenchunger » דינסטאג פעברואר 25, 2014 2:33 am

· #186326
venus
I never said women don't care about their husband's rochnius. Of course they do. What I said was for the husband to respect HER rochnius! Some chassidic men have this attitude that a women's rochnius is not as important as having his fancy breakfast or lunch. Most women want their ruchnius respected. That's all I said.


Well, this is a general issue between men and women. Something which has nothing to do with religion, but may happen in this area as well.

[Sorry for misinterpreting you]

venus » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:02 am

· #186327
Where did you see the word religion? And according to my experience, this problem is more prevalent in the chassidish world.

You are misinterpreting almost everything I'm saying. Maybe you should learn how to use Google translate better.

Find me a woman who doesn't want her husband clean and decent smelling. By looking good I didn't even mean touching your beard, what I meant is looking put together with clean fresh clothes.

kremenchunger » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:11 am

· #186329
venus
Where did you see the word religion? And according to my experience, this problem is more prevalent in the chassidish world.

You are misinterpreting almost everything I'm saying. Maybe you should learn how to use Google translate better.

Find me a woman who doesn't want her husband clean and decent smelling. By looking good I didn't even mean touching your beard, what I meant is looking put together with clean fresh clothes.


I thought that "richniyus" means spirituality. In the case of chasidishe people, their spirituality is religion.

Again, this is also a general thing. women in general are more esthetic etc and care more about the look etc than men. I don't think that chasidishe women have more challenge this area than women in south dakota.

[what I'm trying to say is that certain people -because of lack of knowledge about what goes on in the secular/non jewish world- think that all their -usually emotional/social- issues are because of their community. something which is totally not true. these issues are general regardless of community, background, nationality etc. and actually, in the chasidishe world, these issues are way smaller than in the secular world]

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 3:18 am

· #186331
קרעמענטשוגער, [קודם, שלום עליכם], אין חב"ד טוהען טאקע די פרויען יא אין אהבה ויראה וכו', כבכל המצות שאין הזמן גרמא.

העלא » דינסטאג פעברואר 25, 2014 6:59 am

· #186347
ווענאס, לוק גוד מיינסטו נארמאל,
מענער ווילן אסאך מאל אז זייערער ווייבער זאלן אויסקוקן אויפרייסעריש ביז זיי זעהן איין די פראבלעם,
פרויען ווילן אז זייערע מענער זאלן אויסקוקן נארמאל, אבער געווענדליך חסידישע פרויען (איך רעד נישט פון מענער יעצט) ווייסן נישט וואס זיי ווילן ביז בערך א יאר נאך די חתונה, חוץ ווען מ'האט חתונה העכער די 20-21

על טהרת הקודש » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:05 am

· #186349
מען רעדט דא צופיל איבער צו זיי ווייסען קלאר וואס זיי ווילען צו נישט, די טעכנאלאגיע היינט נעמט צו דאס נארמאלע געוויסען אז ביז צוויי דריי יאר נאך די חתונה ווייסט מען קוים וויאזוי מען הייסט, און מען דערזעהט זיך שוין ארומגענימען מיט עסקנים ורבנים וואס הייסען רח''ל צו שיינדען דעם זיווג.

מען ברויך מער בויען דעם יוגנט בעפאר די חתונה.

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:24 pm

· #186577
venus
I'll add that most women want their men to look good and be clean. They should take care of themselves a Bit.
Have an opinion when asked.
Respect her רוחניות and not tell her that it's not important.


דער ערשטער און דער דריטער פוינט איז בעצם נכלל אין דעם כלל פון רעספעקט. א מענטש וואס רעספעקט זיך אליין גייט אנגעטון נארמאל און ריין. און א מענטש וואס רעספעקטירט א ווייב וועט נישט לאכן פון איר רוחניות. אבער די שאלה איז פון וואספארא רוחניות מען רעדט. למשל, עס זענען דא זאכן וואס די פרויען מיינען באמת אז דאס זענען יסודות הדת, און דערווייל איז עס ניטאמאל א מנהג, און ווען דער מאן לאכט אפ דערפון שפירט זי אז ער איז א קל. למשל, ביי פרויען ווערט מילכיגס און פליישיגס באטראכט ווי איינע פון די י"ג עקרים, אבוויעסלי, ווייל דאס איז פון די איינציגע מצוות וואס זענען זיי נוגע. דער מאן ווייסט אבער אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם על פי הלכה צו טרינקען מילך אין דעם שבת'דיגן בעכער.

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:31 pm

· #186580
venus
יאיר

לערנען לשון הקודש וואלט נישט צופיל געהאלפן. צו פארשטיין וואס קליפת נוגה מיינט דארף מען הארעווען אין א חסידישע ישיבה עטליכע יאר. און גלייב מיר, ס'איז נישט ווערד.


Is it really not worth it all those years in yeshiva? For someone who likes to learn, isn't it heaven? I understand that boys who don't like to learn should resent it, but someone who liked to learn?

דאס איז א שמועס פאר זיך, אבער לאמיר נאר דערמאנען אז דאס איז נאך א ביישפיל ווי ווייט מענער זענען פון פרויען ביי אונז. אסאך פרויען פארלאנגען אז דער מאן זאל לערנען לאנגע יארן אין כולל, און כמעט יעדע פרוי וועט פארלאנגען אז דער מאן זאל האבן א שיעור. דאס איז אלעס בשעת די פרוי ווייסט ניטאמאל וואס דאס מיינט "לערנען". דאס איז גלייך צו א פרוי וואס עקשנ'ט זיך אז דער מען זאל גיין אין קאלעזש לערנען פיזיקס פאר פיר יאר, אדער לערנען יעדן טאג פיזיקס טעקסט ביכער במשך א שעה צייט, בשעת זי ווייסט נישט וואס פיזיקס מיינט.

מאטי » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:52 pm

· #186584
ביסט נישט אינגאנצן גערעכט. קודם כל פיזיקס איז איין נושא וואס אדער איז מען יא אדער נישט אינטערעסירט דערין. לערנען , האט א רעינזש פון נגעים ואהלות ביז זאגן תהילים (איראניש זאגן חז"ל כאילו .. ואכמ"ל) א צווייטער פוינט, ס'איז דא א חיוב/ מצוה צו לערנען , אויפן צד אז די פרוי האט רעכט צו פארלאנגען אז איר מאן זאל היטן תורה און מצוות, לאמיר זאגן שמירות שבת, פארוואס זאל זי נישט האבן די רעכט צו פארלאנגען אז ער זאל עפעס לערנען במשך דעם טאג.

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 4:59 pm

· #186586
מיין פוינט איז נישט אז די פרוי האט נישט קיין רעכט צו פארלאנגען פון דעם מאן צו האבן א שיעור, מיין פוינט איז אז לימוד התורה איז א זאך וואס שפילט א צענטראלע ראלע אין פארפעלקערס שלום בית, בשעת די צוויי צדדים הויבן זיך נישט אן צו פארשטיין. שמירת שבת ווייסט מען כאטש איבער וואס מען רעדט, לימוד התורה ווייסט נישט די פרוי פון וואס מען רעדט, פון גמרא ביז שולחן ערוך ביז תנ"ך. דאס מאכט אסאך מער קאמפליצירט די טענות ומענות דערוועגן, ווי פארשטענדליך.
אגב, אין פיזיקס איז אויך דא צענדליגער צווייגן און סובקאטעגאריעס.

מאטי » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:16 pm

· #186591
דו האלטסט אז ס'דא ווייבער וואס טיילן אן פארן מאן וואס/וואו/ווען צו לערנען? סך הכל וויל זי קענען זאגן פאר איר פרענד אויפן וועג צו וואדבערי קאממאן אז איר מאן האט א שיעור ביינאכט . דו זאגסט אז אסאך שלום בית'ר. דרייען זיך ארום דעם. אודאי ס'איז דא אסאך מענער וואס האלטן נישט ביים לערנען גארנישט. כ'פארשטיי גראדע פארוואס . אבער פונקט ווי חילול שבת וואס ואלט פונקט אזוי אפעקטירט שלום בית , איז אבער נישט מצוי דעריבער איז דאס נישט קיין געפאר צו שלום בית אינעם קומיוניטי. קען א מאן וואס האלט ביים מחלל שבת זיין פיין אויסנארן זיין ווייב און זי וואלט נישט געהאט קיין פראבלעם ווילאנג זי וועט זיך נישט דארפן פארענפערן פאר איר פרענד, דאך וואלסטו געגעבן גערעכט פאר א פרוי וואס פארלאנגט דאס. דאן זע איך נישט פארוואס לערנען איז אנדערש.

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:20 pm

· #186593
נאכאמאל, די פרוי מעג פארלאנגען אז דער מאן זאל האבן א שיעור, זי דארף אבער וויסן וואס א "שיעור" באדייט איידער זי פארלאנגט עס. ווען זי וואלט פארשטאנען וואס דאס איז וואלט געווען אסאך גרינגער זיך צו דורכקומען.

מאטי » דינסטאג פעברואר 25, 2014 5:31 pm

· #186599
אקעי כ'האב נישט געכאפט אז דו ביסט מסכים אויפן רעכט צו פארלאנגען א שיעור סליחה..דאס איז אבער נישט ווי פארלאנגען צו גיין לערנען פיזיקס. אויף וואס זי האט נישט קיין רעכט אפילו זי איז איינשטיינס אן אייניקל.

יאיר » דינסטאג פעברואר 25, 2014 7:34 pm

· #186671
מאטי
אקעי כ'האב נישט געכאפט אז דו ביסט מסכים אויפן רעכט צו פארלאנגען א שיעור סליחה..דאס איז אבער נישט ווי פארלאנגען צו גיין לערנען פיזיקס. אויף וואס זי האט נישט קיין רעכט אפילו זי איז איינשטיינס אן אייניקל.

אויב דו וועסט איבערליינען מיין אריגינעלע תגובה וועסטו זען אז די צושטעל איז נישט תורה צו פיזיקס, נאר צו *פיזיקס בשעת זי ווייסט נישט וואס דאס מיינט*.

venus » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:22 pm

· #186695
Basically, it all boils down to what I originally said that girls are raised in almost a different religion than boys. She never learned, so she doesn't understand what learning means and then has no clue what the difference between halacha and minhag is. And he feels he can laugh about her tmimus, instead of treating her like an adult and actually try to learn with her. My solution: start teaching girls authentic yiddishkeit.

העלא » דינסטאג פעברואר 25, 2014 8:25 pm

· #186696
ווענאס א נארמאלע פיינע מאן לאכט נישט פון זיין ווייב'ס אומוויסנשאפט, מ'פרובירט מסביר צו זיין,
מענטשן וואס פרובירן נישט צו פארשטיין זייערע ווייבער קענען קיין שלום בית נישט האבן
בלאט: 1 2 3