☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » תורה און מחשבה » טונקעלע שלש סעודות

טונקעלע שלש סעודות

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5909

דריידל » דינסטאג פעברואר 18, 2014 11:52 pm

· #184754
טונקעלע שלש סעודות
אין מערערע חסידישע הויפן איז איינגעפירט צו פראווענען שלש סעודות אין די טונקל. שוין א לענגערע צייט וואס איך פראביר צו דערגיין די שורש הדברים. איז דאס געווארן איינגעפירט אזוי לכתחילה אדער איז עס געווארן אויטאמאטיש? מיין השערה איז אז דאס האט זיך אזוי אויסגעשטעלט צוליב דעם וואס רביס פלעגן פראווענען לאנגע שלש סעודות וואס האט זיך אריינגעצויגן אין די נאכט אריין.
בשנים קדמוניות (נאך פאר די בראשית יארן) פלעגן זיין די מנהג אז די שמש פלעגט יעדן ערב שבת אנצונדען גרויסע לעכט ס'זאל זיין לעכטיג לכבוד שבת. די לעכט האבן געברענט ווילאנג עס האט זיך אויסגעפעלט. דאס הייסט, אין א פשוטע בית מדרש האט עס געברענט ביז נאכן דאווענען, אין א בית מדרש ווי לומדים זענען געקומען לערנען אדער ווי חסידים זענען זיך צאמגעקומען פאר א באטע, האט עס געברענט אביסול לענגער, אין דארט ווי ס'יז געווען א רבי וואס פירט טיש האט עס געברענט נאך לענגער. אבער דעטס איט . צופרי אין נאכמיטאג האט מען געדאווענט אין געלערנט לאור השמש אין מען האט טאקע אזוי געבויט בתי מדרשים אז עס זאל אריינקומען וואס מער לעכטיגקייט פין גרויסע פענסטער כמבואר בשו"ע הלכות ביהכ"נ.
אין רוב שוהלן האט מען זיך צוגעיאגט שבת נאכמיטאג צי קענען עסן שלש סעודות ווילאנג עס איז נאך לעכטיג. די רביס האבן אבער געהאט זייערע ענינים ממשיך צו זיין קדושת שבת אין די נאכט אריין איז פשוט אויסגעקומען אז עס איז געווען טונקל. עס קען זיין אז איך בין נישט גערעכט, איך זאב בלויז חוות דעתי פאר די וואס ווילן וויסן.
למעשה דארף מען וויסן אז על פי רוב זענען געווען געהויבענע חסידישע אידן ביי די לאנגע שלש סעודותן. פשוטע אידן אין אוודאי בחורים האבן זיך נישט מסגב געווען צי זיצן אין די טונקל אויסהערן סודות התורה. שפעטער אבער איז עס יא געווארן אויפגעכאפט ביים המון עם צילוב דעם וואס עס איז שוין נישט געווען אזא אפקומעניש אדאנק די לעקטערס וואס האבן אביסול אריינגעשאנט פין די גאס וכדומה.
איך האב געהערט אז אין עטליכע הויפן האט מען מבטל געווען די מנהג צוליב מכשולות אין שובבים עניינים. עס וואלט געווען ריכטיג אז די מנהג זאל טאקע אפגעשטעלט ווערן איבער איבעראל.

מצטמק ויפה » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:05 am

· #184758
עס איז דא א נועם מגדים אויף די טונקעלע שלש סעודות, איך קען עס אבער נישט טרעפן אויפ'ן מינוט.

דריידל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:20 am

· #184761
מצטמק ויפה
עס איז דא א נועם מגדים אויף די טונקעלע שלש סעודות, איך קען עס אבער נישט טרעפן אויפ'ן מינוט.

מיינסט אפשר די נועם מגדים פרשת צו? דארט רעדט ער איבער אריינצוען שלש סעודות ביז שפעט כדי די רשעים זאלן נישט דארפן צוריק גיין אין גהינום.

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:26 am

· #184762
הכסיף העליון? עפעס דענק איך.

שלום עליכם דריידל, דער טעם איז פשוט ווי איר זאגט
און זיין "טונקעלע מארגן" איז קאווע טרינקער דאס מרמז אין שורות 15 16

דריידל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 12:34 am

· #184763
עליכם השלום הרב טרינקער. עס איז מיר א כבוד צי ווערן באגריסט דורך א חבר ותיק

קאווע טרינקער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 1:35 am

· #184769
דריידל
עליכם השלום הרב טרינקער. עס איז מיר א כבוד צי ווערן באגריסט דורך א חבר ותיק

דא שרייב איך וועגן אייך

דריידל » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:01 am

· #184775
באמת איז שווער צי פארשטיין ווי א טאטע זאל לאזן א בחור זיך שטופן מיט אדערע אין די טונקל. אין אזא אכשר דרא'דיגע עפאכע וואלט מען שוין געדארפט לאנג הערן די אוטקריי פין די מחנכים, היתכן מען לאזט דאס צו. כמה וכמה טיפין זענען שוין פארגאסן געווארן צוליב דעם אין ס'יז ווייטער שטיל.
ווער עס האט אמאל מיט געהאט ווייסט ווי עס זענען דא מענטשן וואס לאקערן איבער אומשילדיגע נפשות און ניצן אויס די געלעגענהייט וואס מען שטעלט זיי צי, פאר זייער חזיריי. ומה יעשה הבן ולא יחטא?

שרייבער » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:23 am

· #184778
ס'איז דא א שארית ישראל ווילעדניק וואס רעדט וועגן טונקעלע של"ס

נולד מאוחר » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:49 am

· #184779
מקען נישט מבטל זאכן ווייל זיי האבן קאנסיקווענסעס.
מדראף שוקל זיין די פאראס און קאנס.
וויפיל אידן האבן א רוחניתדיגע הנאה פון די טונקלע שלש סעודת. סטראגט זיי פאר נאך א שווערע וואך.
אז אין טיאטער וועלן מענטשען אנהויבען טאטשען אנדערע וואלסט אויך געזאגט מזאל מבטל זיין טיאטערס, אדער מוואלט אנגעזאגט יעדן אז מזאל דריקען 911?
די לייטס זאלן בלייבן אויסגעלאשן און די קונדער זאל מען געבען צי הערן נחום'ס הייסעליין

לאליפאפ » מיטוואך פעברואר 19, 2014 8:50 am

· #184780
איך הייב מיר יעצט אן וואונדערן וויאזוי קען זיין אז די אשכול פון פלעסטישע דישעס איז נאך נישט אריינגעפארן אין דיסקוסיעס פון מאלעסטעישן..

שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:36 am

· #184788
נולד מאוחר
נחום'ס הייסעליין

😂 😂

איחוד פעלד » מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:44 am

· #184793
קאווע טרינקער
הכסיף העליון? עפעס דענק איך.

שלום עליכם דריידל, דער טעם איז פשוט ווי איר זאגט
און זיין "טונקעלע מארגן" איז קאווע טרינקער דאס מרמז אין שורות 15 16



15. אבער פראקטיק פון קיין-לעקטער צייטען / אחרי נוהגים מימים פרימיטיביים,
16. אדאפטירט מען, מ'טוט זיי אפירקראצען / מחפשים חופרים ומאמצים.


ביטע זיי מסביר וויאזוי האסטו דא מרמז געוועהן שלש סעודות אין די טונקעל?

פארוואס? » מיטוואך פעברואר 19, 2014 9:48 am

· #184797
איך האב שוין עטליכע מאל געפונען אין חסידי׳שע ספרים רעדן דערפון.
אבער נאך אלס איז דער מקור זייער פשוט, ווייל די לעכט האבן געברענט נאר ביינאכט, און שבת צופרי האט מען גענוצט די זון-ליכטיגקייט, ווידער ביי שלש-סעודות איז געווארן טונקל.