איך האב אלעמאל געמיינט אז א 'ליספ ' איז א זאך וואס איז שכיח נאר ביי אידן.
יעצט זע איך אז רבי העלל האט עס אויך.
בד''וו, ער שטאטטאטאטערט אלעמאל, אדער בלויז ווען מען כאפט עם ביי עפעס?
(1 נייע הודעה)פשוט אזוי ווייל איך רעד וויליאמסבורג יודיש איז יעדער וואס רעדט אנדריש צוהאקט. ווילאנג באשטייט שוין מיין יודיש? מערסטנס 3 דורות אבער דאס איז געניג אויף זיך צי האלטן גרעסר פין יעדן וואס רעד נישט ווי מיר. איך וועל אייך מעתיק זיין יודיש בריוון פון סטמר רב זצ"ל איר וועט עס נישט קענן ליינן.
אין וואס איז יודיש בכלל? א שפראך צוהאקט אין גגנבט פון 7 אנדירע שפראכן. א שפראך וואס קוים א טיפה מן הים פין די וועלט פאפילאציע רעד אדער קען. אבער ווען דער גוי וועט לאכן פין מיין צוהאקטע אנגליש וואס ביליאנן מענטשן רעדן אדער קענן איז ער א ראסיסט א אנטיסעמיט ימח שמו.
די כלל איז הסתכל מאין באת ואין אתה בא לידי שנאה.
איך וועל זיין צוריק אין א צווייטר געלענגהייט איה.
איך ווייס נישט וועגן רעדן אידיש. אבער שרייבן אין די אידישע שפראך קענסטו זיכער נישט. (וויפיל דורות?!( ביטע מאך נישט חוזק און זיי נישט משפיל די אידישע שפראך, וועלכע ווערט שוין גערעדט דורך די אידישע קינדער פאר כמעט צוויי טויזנט יאר. 😈 😕 🙄 😎 😂 😠 😛 😛 😛 😳 😢 😞 😮 😲
ציוני(1 נייע הודעה)אקעי די וואס טענהן זיסע פנימער מיט דעם קען איך טאקע נישט טענהן גראדע האב איך יא געזעין דארט זייער בחןטע קינדערלאך אבער על טעם וריח אין להסתווכח אבער לאמיר נעמן די אנדערע זאכן וואס זענען ביזדערווייל אויסגישמוסט דא אין ארים.
[quote="(1 נייע הודעה)"]איך בעט טיטאניק ציוני חזקי' וכל אחד בשמו יבורך צי ענטפרן אבער ביטע רעדן צים זאך ענקערע קללות מיט וויצן האט מען שוין געהערט. איך זאג נאכאמאל איך בין אין לב טהור קיינמאל געווען וועל קיינמאל נישט זיין אי"ה[/quote
זענט איר געווען אדער נישט ?
ציוניכמו"כ לענינינו, ווען מ'פירט איין גזירות, אויב איז מען א ערליכער איד, און פירט זיך אלעס ע"פ תורה, און דינט דעם באשעפער 24/7 דאן ווען ער פירט איין א נייע זאך, איז דאס עקסעפטע"ט, אבער איינער וואס איז כל כולו מופרך משורשו, און זיין עבר איז לוטה בערפל, זיין הוה איז מוסתר במסתרים, און דערצו זענען צענדליגע רבנים ארויס קעגן אים, און ס'דא אסאך געליטענע פון אים, וואס וויינען אויף אים, צענדליגע משפחות האט ער צובראכן, והרשימה עוד ארוכה.
דאן זעהט מען אז דאס איז נישט קיין טלית שכולה תכלת, און דעריבער עקסעפ"ט מען נישט זיינע נייע תקנות וחרמות, בפרט ווען דאס קומט נאכן ארויסברענגען אז גאנץ כלל ישראל איז נישט גערעכט מיט זייער לבוש, מיט זייערע הידורים, און "נאר אונז" זענען גערעכט (גראדע די נוצרים זענען אויך געגאנגען אין דעם מהלך, און די דייטש'ן ימש"ו אויך, אז נאר זיי זענען די ריינע ראסע)
הוא אשר אמרתי באשכול האחר, אז וויבאלד הרב העלבראנץ שליט"א איז אן ערליכער איד, האסט נאך נישט געזאגט קיין איין טענה אויף אויף אים נאר געפענט דיין פיסק מיט שנאה ותו לא, און אלעס אין לב טהור פירט זיך על פי תורה, הרב העלבראנץ דינט דעם באשעפער 24/7, דאן וועט מען איז מוסיף הידורים איז דאס עקסעפעקט. הרב העלבראנץ איז כל כולו תורה, ער ענטפערט אויף יעדע שאלה פאר אידן און פאר גוים, ער פאדערט קיינמאל נישט "קבלו דעתי" "כך אמרתי" "אמונת צדיקים" וכדו' (דאס איז אויך נאר פאר ווער ס'וויל און ס'גלוסט זיך אים צו זיין א חסיד זאל ער זיין, אבער קיינער פאדערט דאס נישט), זיין עבר איז זייער קלאר, ער אדער זיינע חסידים לייקענען קיינמאל נישט לגבי דעם יחוס וכדו', זיין הוה איז זיכער נישט "מוסתר במסתרים", אפשר זיינע כוונות ביי שמונה עשרה, אבער זיין הנהגה איז אפען, מ'קען אריין גיין זעהן אלעס, פרעגן אלעס. און דאס וואס רבנים זענען ארויס קעגן אים איז כמאה עדים אז יענע רבנים זענען קטלי קני באגמי. דאס אז ס'דא מענטשן מלא שנאה וקנאה און טוען גארנישט צו פארעכטן זייערע מדות רעות מיינט נאך נישט אז זיי זענען "געליטענע" פון הרב העלבראנץ, ענדערשער זענען זיי געליטענע ביד יצרם הרע. פאר מ'וויינט אויף אים דארפן אונז וויינען אויף אונז ווי ווייט האבן מיר דעגרייכט מיט שנאת עמי הארצות לתלמידי חכמים. דאס אז מאנכע האלטן אז מ'דארף צוברעכן יעדע משפחה מיט א שייכות כל דהוא מיט לב טהור מאכט נאך נישט שולדיגט לב טהור. והרשימה עוד ארוכה.
זעהט מען אז זיי זענען מקיים אלע תרי"ג מצוות בכל פרטיה ודקדוקיה, ווייסן מיר אז זייערע תקנות איז לשם שמים, און אונזערע 'חרמות' זענען נישט מער ווי חרמו של ים. און דאס אז מיר זאגן אז נאר אונז זענען גערכעט מיט 'אונזערע' לבוש, מיט 'אונזערע' הידורים, אונז און אונז און ווידער אונז, און לב טהור זענען מוחרם ומנודה ומובדל ומצווה לרדפם עד חרמה נאר ווייל זיי זענען אנדערש פון אונז, דאס איז קנאה ושנאה ותחרות, גראדע די נוצרים האבן אויך געגאנגען אויף דער מהלך, און די דייטשן ימש"ו אויך אז נאר זיי זענען די ריינע ראסע און די אידן זענען פרענק פארעך.
איך האף אז אלעס איז קלאר
אויב פארשטייסטו עפעס נישט
איז גיי איבער דיין כתה א' רבי און לערן נאך אמאל עברי
אולי אז תשכיל נכונה.
Corny Deer [dear]
I get the feeling that you are a bit upset, am I right?
איך האב אזוי איבערגעקוקט די טענות פון געריכט קעגן ארז מיט זיין קהילה, לצערי הרב זענען מיר נישט בעסער. דאס הייסט אז אויב זאל מען זיך וועלן פארלייגן אויף אונזער לעבנס-שטייגער אין וויליאמסבורג קען מען דאס ליידער טון ביג-טיים. איך גיי נישט אריין יא גערעכט אדער נישט גערעכט, איך וויל פשוט וויסן צי עס קומט זיך דערפאר אזעלכע עונשים און רדיפות, אוועקצושלעפן קינדער פון די עלטערן און טעגליכע באוואשונגען אין צייטונגען און אין קארט... איך האלט אז עס איז אן עולה, אפגעזען צו ארז איז גערעכט אדער נישט.
לאמיר צושטייטעלעך אריבערגיין אויף וואס מען באשולדיגט זיי, וואס אויף דעם סמך האט מען אוועקגענומען די קינדער פון זיי, און ווי אזוי איר וואלט געשפירט אז מען נעמט אוועק די קינדער פון אייך, צוליב אזעלכע סיבות:
1.2. די קינדער אין לב טהור זענען אפגעזינדערט פון די דרויסנדיגע וועלט.
און אין וויליאמסבורג?
1.3. קהילת לב טהור איז נישט אנערקענט ביי אנדערע ארטאדאקסישע אידישע קהילות.
און חסידים? - בעסער געזאגט; ארונים, זאלונים, ויז'ניץ, מענדעליסטן סרוליסטן, באבוב... ווער איז יא אנערקענט?
1.4. די קינדער זענען נישט אין סקול.
אונזערע קינדער זענען יא אין סקול (אגב, איך פארשטיי נישט דעם סעיף - האבן זיי טאקע נישט קיין סקול? - אלא מאי איז פשט אז יענס ווערט נישט גערופן א סקול? - דעמאלס זענען אונזערע סקולס יא ריכטיגע סקולס?)
1.5. די קינדער קענען נישט ליינען פראנצויזיש אדער ענגליש.
און אין וויליאמסבורג?
1.6. די קינדער רעדן נאר אידיש, חוץ י. נ. און מ. וואס קענען אביסל ענגליש.
און אין וויליאמסבורג?
1.7. די קינדער האבן נישט קיין ידיעה ווי אזוי צו קאמיוניקירן מיט פרעמדע לויט זייער עלטער.
כ'ווייס נישט וואס עס מיינט, אבער קען מען נישט שרייבן אזא סעיף אויף וויליאמסבורגע קינדער?
1.8. די קינדער האבן נישט קיין צוטריט צו ביכלעך.
ביי אונז איז מסתמא בעסער, אבער האבן מיר דען פולשטענדיגע צוטריט?
1.9. די מיידלעך פולן אן זייער טאג מיט קאכן און שטוב ווירטשאפט.
ביי אונז איז זיכער בעסער - איך ווייס נאכנישט צי עס איז א מעלה אדער חיסרון.
1.10. די אינגלעך געפינען זיך עטליכע שעה א טאג אין א רעליגיעזע אנשטאלט וואו מען לערנט רעליגיע.
גיי דערצייל זיי אז ביי אונז הויבט אן עוורידזש בחור אן דעם טאג זיבענע אינדערפרי און ענדיגט צענע ביינאכט, "בלויז רעליגיע"!
1.11. די קינדער האבן נישט קיין שפילצייג.
ביי אונז איז בעסער.
1.12. די קינדער שפילן נישט אינדרויסן.
ביי אונז איז בעסער.
1.13. ווען קינדער קומען אין קאנטאקט מיט פרעמדע מענטשן, נישט פון זייער קהילה, רעאגירן זיי מיט פחד און אומצוטרוי.
און ביי אונז?
1.14. די עלטערן פארנאכלעסיגן דאס שטודירן ביי די קינדער.
ביי אונז?
1.15. ביי די עלטער פון 3 יאר הויבט מען אן טראגן א שאל און א קלייד וואס לאזט ארויסזען נאר די פנים.
ביי אונז איז בעסער, אבער מען קען מאכן א פיינעם רעש איבער די צניעות פון אונזערע טעכטער, און די דרשות צניעות וואס מען 'צווינגט' ארויף די צניעות אויף אנדערע.
1.16. מען איז שטארק מקפיד אויף די קליידער פון די מיידלעך.
כ'דארף מגיב זיין?
1.17. רוב מיידלעך ליידן פון פאנגעס אויף די פיס, צוליב די פליכט פון אנטון זאקן ביים שלאפן.
אז מען וויל דוקא קען מען געפינען גענוג מחלות וואס קומען צוליב אונזערע מצוות, כולל מציצה בפה און די מקוה מחלות און אינפעקציעס.
1.18. די קינדער פארמאגן גרויסע שאנסן צו לעבן אונטער פרעשער פון די קהילה.
לולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז די פראבלעם איז ביי אונז פאראן מער פון ביי זיי.
איך האב אראפגעברענגט אצינד 17 טענות, וואס אויף דעם סמך האט מען אוועקגענומען קינדער פון עלטערן. צוועלעף פון די טענות קען מען פונקט אזוי האבן אויף אונז, דריי פון די טענות איז ביי אונז בעסער, אבער אויך גענוג אז מען זאל זיך קענען פארלייגן און אונז פארהאלטן דערפאר. בלויז צוויי פון די טענות איז דער מצב ביי אונז בעסער, אויף איינע פון די צוויי איז לפי דעתי העניה נישט אזא גרויסע חסרון, דהיינו אז די מיידלעך זענען אין שטוב און העלפן ארויס מיט די ווירטשאפט (אויב עס איז אמת), וואס דערויף קען מען ווידמען א גאנצע שמועס, אבער דא איז נישט דער פלאץ דערפאר.
איר כאפט וואס דא טוט זיך? - מען רודפ'ט געפערליך א פלאץ, פאר די זעלבע סיבות וואס מען קען זיך אויף אונז פארלייגן. איך גיי נישט אריין אין העלבראנץ משוגעת'ן זעלבסט, וואס דאס איז א שמועס פאר זיך. איך רעד בלויז אז דאס וואס מען האט אצינד געטאן מיט זיי, אז מען דערגייט זיי די יארן, איז לדעתי אומריכטיג און איבערגעטריבן זיי צו רודפ'ן פאר די אויבנדערמאנטע סיבות. דאס איז נאכנישט קיין סיבה זיי צו רודפ'ן אפילו זיי טוען נישט ריכטיג לויט די קאנאדא געזעץ. אויב יא, קען מען אונז פונקט אזוי רודפ'ן.
יעצט אזוי, איך ווייס אז עס זענען פאראן דא וואס האלטן אז מיר לעבן אויך נישט ריכטיג און מיר דארפן זיך אויך פארבעסערן: ריכטיג. איז דאס אבער גענוג סיבה אוועקצונעמען קליינע קינדערלעך פון די שויס פון זייערע עלטערן? איז דאס איבער דעם מענטשליך צו שרייבן מיסע ארטיקלען אין צייטונגען מיט ליגנט, האלבע אדער גאנצע אז מען שפארט איין די קינדער אין קעלערן און מען שלאגט זיי? - וויפיל פראצענט וויליאמסבורגער איינוואוינער גיבן נישט אמאל א פעטשל פאר א קינד, וויפיל פראצענט האבן נאכנישט אמאל איינגעשפארט א קינד אין א צימערל פאר א שטראף אויף עטליכע מינוט?! - קען מען דען דאס נישט אויפבלאזן אין די צייטונגען און מאכן א שטינק דערפון? - כ'וויל נישט טראכטן וואס עס קען פאסירן.
דער פוינט איז נישט דא צי מיר פירן זיך יא ריכטיג צי נישט, די נקודה איז אצינד אז די שטראפן וואס מען גיבט זיי, באזירט אויף די סעיפים וואס מיר האבן פריער געשריבן, זענען דראסטיש איבערגעטריבענע, אנטיסעמיטיש, פאלש און פארפירעריש. עס קומט זיך זיי נישט פאר די דאזיגע עבירות.
וואס וויל איך דא ארויסברענגען?
פרייט אייך נישט אידן, פרייט אייך נישט אז מען האט אראפגעברענגט דעם קאלט. די אמצעים וואס מען האט געטאן, די מיטלען וואס מען האט אנגענומען זענען פסול און אומריכטיג, געבויט אויף אזעלכע זאכן וואס קענען אפעקטירן אלע שונאי ישראל. דער ציבור דרייט זיך ארום מיט א פרייד, שאלנדיג מיט נצחון אז מען ברענגט זיי אראפ. דער נצחון איז ליידער נאך ווייט; אנשטאט מען זאל אנכאפן די ריכטיגע ווארע, ברענגען די ריכטיגע סחורה קעגן דעם מנהיג פונעם קאלט, אויפווייזן אז דארט איז א קאלט און מען דארף דעם ארט אויפלעזן, קומט מען מיט שטותים און האלבע ליגנט, זאכן וואס קענען זיך אליין אפטון, און אזוי ברענגט מען זיי אראפ, געבנדיג זיי די געלעגנהייט צו קענען שרייען קאזאק הנגזל, און מיט רעכט - זיי זענען דערמיט גארנישט אנדערש ווי אונז...
אין קורצן: עס איז א שאנדע אז מען באנוצט זיך מיט אזעלכע פסול'ע אמצעים, און דער עולם שאלט נאך און טראמפירט מיט שטאלץ, אז מען האט זיי אראפגעברענגט.
2wrong doesn't make one right
אביסל פון א מעדעצין איז אמאל וויכטיג אבער צופיל איז מסוכן אין כת העלברענץ איז עס א overdose פון אלעס וואס די האסט אויסגערעכנט
הערט מיר אויס, איך וויל זאגן א נבואה קטנה, איך שרייב עס ווייל ווען עס וועט קומען דערצו, וויל איך צוריק אויפברענגען מיינע ווערטער, אז מען זאל זען אז איך האב דאס פאראויס געזען:
ס'וועט נאך קומען א צייט, וואס נתן וועט וויינען מיט זידיגע טרערן אז מען האט אים פארפירט, ער וועט איבערבעטן זיין טאטע, ברודער און גאנץ לב-טהור און זאגן אז ער האט זיך געלאזט פארנארן פון ארומיגע מענטשן און לויערס וואס האבן אים צוגעזאגט אז ער וועט פארן גוט מיט זייער וועג, אבער זיי האבן קיינמאל נישט געמיינט זיין טובה. ער וועט נאך לאזן מעלדן פאר די גאס, אז ער האט חרטה אויף די וועג ווי אזוי ער איז געגאנגען, און ער וועט נאך שעלטן די וואס זענען יעצט נאנט מיט אים און העלפן אים.
טיטאניק2wrong doesn't make one right
אביסל פון א מעדעצין איז אמאל וויכטיג אבער צופיל איז מסוכן אין כת העלברענץ איז עס א overdose פון אלעס וואס די האסט אויסגערעכנט
אין איך נאר איך וועל אפמאכן פאר די גאנצע וועלט ווען פינקט עס הייסט נארמאל אין ווען איז שוין מסוכן אין מדארף יענעם פייניגן.
מורינו הרבהערט מיר אויס, איך וויל זאגן א נבואה קטנה, איך שרייב עס ווייל ווען עס וועט קומען דערצו, וויל איך צוריק אויפברענגען מיינע ווערטער, אז מען זאל זען אז איך האב דאס פאראויס געזען:
ס'וועט נאך קומען א צייט, וואס נתן וועט וויינען מיט זידיגע טרערן אז מען האט אים פארפירט, ער וועט איבערבעטן זיין טאטע, ברודער און גאנץ לב-טהור און זאגן אז ער האט זיך געלאזט פארנארן פון ארומיגע מענטשן און לויערס וואס האבן אים צוגעזאגט אז ער וועט פארן גוט מיט זייער וועג, אבער זיי האבן קיינמאל נישט געמיינט זיין טובה. ער וועט נאך לאזן מעלדן פאר די גאס, אז ער האט חרטה אויף די וועג ווי אזוי ער איז געגאנגען, און ער וועט נאך שעלטן די וואס זענען יעצט נאנט מיט אים און העלפן אים.
יא פונקט ווי אהרן זלמן לייב אין מענדעלע ישראלטשע וויזניצער אין אלע אנדערע אלעס גענוי די זעלבע.
גנדי
ווען א איד איז אויף צרות פון גויים דארף מען אפשר העלפן.
ווען א איד מאכט צרות פאר קליינע אידישע קינדער - דארפן מיר אים העלפן מאכן מער צרות?
מיר דארפן העלפן די קליינע קינדער פאר מיר העלפן אן אויסגעפאשעטע באפעלא וואס איז א קולט פירער.
ווער זאגט אז מיט דיין העלפן איז געהאלפן? אפשר ווילן זיי עס גאר אין די נעמסט עס צי? אפשר זאל דער גוי צינעמן דיינע קינדער ווייל די ביסט עקסטרים אין זיינע אויגן?
נישט אזוי האט אינז גנדי געלערנט.
@ציוני א דאנק פאר דיין לאנגע תגובה אין אלעס ענטפערן אזוי שיין מסודרדיג, לצערי הרב זענט איר פשוט אימוויסנד (קליינע הינט: גור בעלזא וויזניץ סטמער קיין תקנות) מאכט אייער היימארבעט אין מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין.
@berlbalaguleh איינער וואס משפיל אנדערע ווייל ער קען בעסער א שפראך דער איז זיך אליינס משפיל.
@Home גיזעהן די ווידיאו
Ben-ShishimCorny Deer [dear]
I get the feeling that you are a bit upset, am I right?
און אויב יא וועט עס דיר מאכן גיט פילן?
(1 נייע הודעה)@ציוני א דאנק פאר דיין לאנגע תגובה אין אלעס ענטפערן אזוי שיין מסודרדיג, לצערי הרב זענט איר פשוט אימוויסנד (קליינע הינט: גור בעלזא וויזניץ סטמער קיין תקנות) מאכט אייער היימארבעט אין מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין.
@berlbalaguleh איינער וואס משפיל אנדערע ווייל ער קען בעסער א שפראך דער איז זיך אליינס משפיל.
@Home גיזעהן די ווידיאו
ר' נייע הודעה: איך האב מורא אז איהר האט א שטיקל קאמפלעקס: טיפיקל. בבחינת "קאזאק הנגזל". אויב איהר ווייסט וואס דאס מיינט. מיין גאנצע נקודה איז געווען אלס ענטפער צו דיין ביליג מאכן דאס חשיבות פון די אידישע שפראך. עיין במאמר שלך. און אז מ'רעדט שוין. איבער די (רעטארישע ) שאלה. "פארוואס איז א יעדער אקעיגן לב טהור?! לאמיר צוריקגיין צו בראשית. אין אנהויב. ווען הרב העלבראנס איז ארויף אויף די מאפע. ביי די פרשה פון "שי פימא" האבן איהם אלע ערליכע אידן געשטיצט 100%. סיי פאליטיש און פינאנציעל. דער ווענדונגס פונקט איז געקומען נאך די פרשה פון קאשוי. וועלכע זענען אין אנהייב געוועהן פון די גרעסטע שטיצערס בפועל. איך פערזענליך בין געווען עטליכע מאל אין קאורט אין ברוקלין, צו געיבן חיזוק פאר א איד וועלכער האט נאר געמיינט גוטס און העלפן א אידיש יונגל בלייבן אן ערליכער איד. דאס איז געווען די פאבליק אפיניאן. איך בין אפילו געווען איינמאל באזוכן הרב העלבראנס אין תפיסה. אבער נאכדעים וואס דער קאשויער רב און זיין משפחה זענען ארויס א קעיגן די לב טהור גרופ, און נאכ'ן וואוינען אין מאנסי האט זיך אלעס געטוישט. ובפרט אז די קוויבעק גאווערנמענט, וועלכע האבן אין אנהייב גארנישט געטשעפעט די ארגאניזאציע. טראץ די מערערע טענות וועלכע זענען געוועון אויף זיי. ספעציעל דער מעיאר פון סט. אגאטה, וועלכער האט געזאגט אז ער וויל בכלל נישט זיך אריינמישן אין לב טהור'ס עניינים כדי מ'זאל איהם נישט חושד זיין אין אנטיסעמיטיזם. נאר נאכדעים וואס ס'איז געוועין א קלא דלא פסיק אז די קינדער דארטן ווערן אביוזד און נעגלעקטעד, לויט די אנגענומענע סטענדערדס פון די וועלט, האט זיך די קוויבעק (פראווינש'ל) גאווערנמענט אריינגעמישט. און זייער טענה אז די קינדער באקומען נישט א גוטן חינוך איז געווען נאר איינס פון זייערע (בארכעטיגטע) טענות. סאו, זאללן מיר נישט קומען און וויינען, כאילו די גאנצע וועלט האט זיך פארלייגט אויף ריינע, אומשולדיגע מענטשן.
מורינו ,איינער האט געהעקט דיין ניק?
(1 נייע הודעה)@ציוני א דאנק פאר דיין לאנגע תגובה אין אלעס ענטפערן אזוי שיין מסודרדיג, לצערי הרב זענט איר פשוט אימוויסנד (קליינע הינט: גור בעלזא וויזניץ סטמער קיין תקנות) מאכט אייער היימארבעט אין מיר וועלן ווייטער ממשיך זיין.
איך ווייס נישט צו דו ביסט משוגע, אדער צודרייט, אדער א פינסטערע לץ
איז דען נישטא קיין תקנות אין אלע קהילות????
אוודאי איז דא
נאר איך האב ארויסגעברענגט אז קיינער "מוז נישט", יא ס'איז דא תקנות, און אלע וואס באלאנגען דארט ווילן דאס טוהן
אלע וויזניצער ווילן גיין די היט אויסגעדרייט,
און אלע בעלזער ווילן גיין שווארצע זאקן שבת
און אלע גערער ווילן גיין די הויזן אין די זאקן
און אלע תולדות'ן ווילן גיין מיט קאפטענעס
און אלע באבוב'ער ווילן לייגן דז'על אויף די פיאות
און אלע מונקאטשער ווילן דאווענען נאך 11:00 מיט'ן רבי'נס מנין
וכו' וכו'
נאר וואס, קיין וויזניצער וועט נישט פליען פון דארט אויב גייט ער נישט די היט אזוי, קיין בעלזאער פליט נישט פון בעלזא פארן גיין ווייסע זאקן שבת, און קיין גערער פליט נישט אויב גייט ער מיט א הויכע היט וכדו'
אבער אין לב טמא, "רודפ"ט מען יעדער וואס וויל נישט מיטשטיין מיטן רעזשים (שריי "הויעך" ס'איז נישט אמת, אבער אין החי יכול להכחיש את החי, ס'איז דא צענדליגע עדות אויף דעם)
און לאמיר שוין נישט רעדן , אז מ'צווינגט אריין אין די קהלה, קיינעם צווינגט מען נישט צו זיין א וויזניצער / גערער / בעלזאער וכדו', אבער דארט האט מען כמעט יעדן אריינגעצווינגען אין די קהלה, און דערנאך געצווינגען זיך צו פירן אזוי מיט אלע גזירות
איז שפיל נישט תמ'עוואט,
אויב האסטו באמת נישט פארשטאנען וואס דא שטייט, דאן ברויך מען דיר אינטערזיכן אין שפיטאל וואס א מינוט פריער
(1 נייע הודעה)גנדי
ווען א איד איז אויף צרות פון גויים דארף מען אפשר העלפן.
ווען א איד מאכט צרות פאר קליינע אידישע קינדער - דארפן מיר אים העלפן מאכן מער צרות?
מיר דארפן העלפן די קליינע קינדער פאר מיר העלפן אן אויסגעפאשעטע באפעלא וואס איז א קולט פירער.
ווער זאגט אז מיט דיין העלפן איז געהאלפן? אפשר ווילן זיי עס גאר אין די נעמסט עס צי? אפשר זאל דער גוי צינעמן דיינע קינדער ווייל די ביסט עקסטרים אין זיינע אויגן?
נישט אזוי האט אינז גנדי געלערנט.
איך וואלט ווען געמאכט אויף דיר די ברכה, ברך שחלק מטפשותו לבשר ודם, אבער היות אויפן מלך מלכי המלכים קען מען נישט זאגן מטופשתו, בלייבט נאר צו זאגן, אז דער באשעפער האט דיר באשאפן צו באווייזן אז אפי' אזא שוטה ווי דיר קען ער אויך באשאפן
די ווייסט וואס דו שרייבסט
אדער האסטו א אמביציע צו שעלטן אלעס וואס איז קעגן לב טהור, און דעריבער שעלסטו
איך ווייס אז די פארשטייסט אליין פארוואס מ'וויל "ראטעווען" די קינדער פון די גרויזאמע בלוטיגע הענט פון דער פרענק פאראך "ארז",
און אונזערע קינדר קען מען לאזן ביי אונז
רבותי לאזט די פראסטע גראביאנישע קינדערישע שפראך אין דער זייט.
אויב קען מען נישט איבערצייגן יענעם מיט לאגיק, דאן הייבט אפילו נישט אן.
שרייען אויף יענעם טיפש שוטה בהמה פארעך חזיר וכדומה ווייזט נאר אז דו האסט נישט קיין ריכטיגע ענטפער, שלא ממין הטענה, דאס איז א שפראך פון כיתה ג',
ביטע פירט אייך אויף ווי ערוואקסענע.
יאך האב איצט געקאנטשעט דעם פסח׳דיגן ארטיקל פון עמ״י מאגאזין פון דאקטער ראבינער פראנקפוטער לרפו״ש בתושח״י.
דער קוריאזער רעדאקטאר פונעם ״פוק חזי״ר מאי עמ״י דבר״ (לשון גענומען מיט רשות פון ש״ס ארטסקרול ודו״ק) כאפט נישט אדער זאגאר אן עושה עצמו כאילו לא תופס אז זיין אינדארסמענט פאר דעם קצה המחנה קולט, איז ביי רעכטדענקענדע פערזאנען -וואס האבן נאך עפעס מארך אין זייערע מוח שארבן- די גרעסטע פירכא כפולה ומכופלת אויף דעם עקסזיסטענס פון דעם געמיינדע.
ס׳וואונדערט מיר אויף אן אמת צו דאס איז נישט א מעכטיגע אויספלאנירטע סטראטעגישע שטיקל וואס אן אייניקל פון ר׳ יואליש אשכנזי ז״ל פון טברי׳ (דער בעל ה- נ נח נחמ נחמן מאומן) האט דא געניצט -מיט אן הבה נתחכמה מעטאד- זיי צו מסדר זיין אבער אזוי אז זיי וועלן נישט טרעפן דעם עקזי״ט סיי״ן זיך ארויסצוזען דערפון...
Re: קורצע איבערזיכט איבער די העלבראנץ כת, העלפט ארויס
ארויפגעברענגט