(1 נייע הודעה)אקעי די וואס טענהן זיסע פנימער מיט דעם קען איך טאקע נישט טענהן גראדע האב איך יא געזעין דארט זייער בחןטע קינדערלאך אבער על טעם וריח אין להסתווכח אבער לאמיר נעמן די אנדערע זאכן וואס זענען ביזדערווייל אויסגישמוסט דא אין ארים.
אויף שטותים דארף מען בכלל נישט מגיב זיין, ווייל דאס איז בכלל קיין טענה נישט געווען
(1 נייע הודעה)1. זיין פאגלייבט אין א רבי אין געטריי צים חסידות. וואס דארף מען אפילו רעדן דערפין די ווייטאג שרייט געניג. אין חסידות אשר אין שם מתים איבעראל קימט מען מיט די זיסע טענה "מיזט נישט אבער אויב די ווילסט דא ואוינען/בעלאנגן מיזטו זיך צישטעלן" יעדער חתמט אויף צעטאלאך צי מהאלט יא דערביי צי נישט יעדער ווערט דיקטירט פין זיין קהל אויף אלע הינזיכטן ווער רעדט נאך פין די וואס האבן א שטעטל ווי קרית יואל סקווירא
וואס פארגלייכסטו בכלל, וואו פארלאנגט מען זאכן (ברענג נישט קיין ראיה פון סקווירא,)
אין בעלזא, פארלאנגט מען גארנישט (דאס וואס דער עולם גייט אין פייער פאר בעלזא, איז מחמת רוב אהבה צום רב)
אין באבוב, איז נישטא עפעס ספעציעל וואס מ'מוז טוהן (לייגן דז'על אויף די פיאות, איז נאר פאר ווער ס'וויל)
אין גור פארלאנגט מען גארנישט, (זיי זענען שטאלץ מיט זייער לבוש, אבער ס'דא א גרויסע חלק וואס גייט דאס נישט, ווייל דאס איז נישט קיין חיוב נאר א פרייוויליגיע)
אין ויזניץ (למיניהם) פארלאנגט מען גארנישט, (פארן אויף ר"ה, איז א שטארקע ענין אבער נישט קיין חיוב, און ס'דא א ציבור וואס לאזט דאס אויס)
אין טאהש, מוז מען גארנישט (נישט מאכן א עקסטערע שול, איז א הלכה שאלה, וואס האט נישט מיט פאליטיק, אפי' ס'דא וואס לייגן דאס אריין אין פאליטיק, און קיינער מוז נישט האלטן אז אלימלך איז דער קומענדיגער רבי)
אין מונקאטש מוז קיינער גארנישט (דאווענען מיט'ן רבי'נס מנין 11:00 א זייגער איז א באנו"ס פאר ווער ס'וויל)
אין נדבורנא מוז מען גארנישט (אפי' נישט דאווענען אויפן נוסח, נאר אז מ'האט דאס ליב טוט מען דאס)
אין סאטמאר מוז מען גארנישט (די ארוינים קענען סקיפן די תקנות, און קויפן זאלי פליייש, וכן להיפך זאליס קענען קויפן ארוני פלייש, און מאכן תקנות חתונות)
אין ספינקא (למיניהם) מוז מען גארנישט (אפי' אנפילן די פארענטשעס איז נאר פאר ווער ס'וויל ארויסהעלפון צום מצב)
אין פאפא מוז מען גארנישט און מ'פארלאנגט גארנישט
אין צאנז פארלאנגט מען גארנישט (ווערן א מורינו איז א רווח פאר ווער ס'וויל עפעס אויסוואקסן)
אין ראחמיסטרוויקא איז נישטא עפעס וואס מ'מוז טוהן
אין די תולדות'ן למיניהם פארלאנגט מען גארנישט (אפי' דער לבוש וואס פלעגט זיין פארהייליגט, קען מען שוין אויך פארקיקן למחצה לשליש ולרביע, און קיינער פליהט שוין נישט דערפאר).
איז בארוהיגט אייך, קיינער צווינגט נישט קיינעם, און קיינער מוז גארנישט, און נישט צוליב איין מטורף, ווערן אלע רבי'ס פסול, וד"ל.
(1 נייע הודעה)2. שווארצע קליידער, איז לאמיר דיר פרעיגן מיט שפיצל אדער סיי וואס שייטל עס זאל זיין ביסטו יא נרמאל אין ציויליזציע? מיט לאנגע שמאלע געפאסטע טו-פיס דאסטר טאר מען נישט גיין אבער איז דאס נארמאל? ביי וועם פינקטליך? יא פאר דיר יא אין דיין בובל שטייט עס דיר גיט אבער בעיני הבריות איז דאס נארמאל? א רעטעך זיי לאכן פון אינז אלע. [אמאל בין איך געווען אין רוסלאנד האט מיר א גוי געזאגט אז אין זיין שטאט איז מען שוין פארגעשריטן ס'דא א בית הכסא אינמיטן שטאט ווי יעדער קען גיין. אין זיין חברס שטאט-צייגנדיג אויפן שותף זיינעם- איז גארנישט דא יעדער מיז גיין אין חצר, אוודאי האב איך אים קאמפילימנטד אבער צי זיך האב איך רחמנותט ביידע די זעלבע].
פארגלייך נישט א לבוש וואס אלע אונזערע עלטערן און באבע'ס זענען געגאנגען, צו א לבוש וואס כמעט קיינער גייט נישט (און איז נישט געגאנגען דערמיט), און בפרט ווען ס'האט שוין געברענגט צענדליגע מכשולות, און דער בי"ד הגדול שבירושלים איז שוין ארויס קעגן "כת השאל'ן".
(1 נייע הודעה)3. לימודי חול. סנישט קיין סוד אז מען לערנט אין ערגעץ נישט, דער פרעזידנט נאמען וועט מען טאקע וויסן ווייל דער ראסיסט טאטע האלט אין איין קרעקן דזאוקס אויף זיין חשבון אבער פרעג דעם בחור ווער דער ווייס פרעזידענט איז, ווער רעדט נאך פין קונגרס סענעט סטעיט וכהנה, די נקודה איז אין חדר לערנט מען נישט, די שיקסע וועט פינקט אזוי זיין צימישט ביים באזיכן עני חסידישר חדר פינקט אזוי ווי אין לב טהור
פארגלייכסט אלפעבעט"ן, צו קינדער וואס ווייסן נישט אלעס, אבער ווייסן וואס מ'רעדט, (חוץ פון דעם, וואס ווען מ'לאזט נישט לערנען איז אנדערש, ווייל מ'צווינגט זיי ארויף זיי זאלן נישט וויסן גארנישט).
(1 נייע הודעה)4. געזינט, פונגוס פיס. די קינדער האבן געהאט פונגוס א גיטע טענה אבער קוקט אהער זיי האבן גסטאפט באדעקן די פיס, לאמיר זעין אז אינז זאלן סטאפן גיין אין מקוה ווייל דארט איז דא מער פונגוס ווי וואסער לאמיר זעין אינז זאלן סטאפן מציצה בפה ווייל טויזנטער קינדער האבן באקימן הערפיס. טאקע נאר געציילטע געווען טויטליך אבער סתם קינדער געשעט נישט גארנישט מיט הערפיס..., אינז סטאפן? אבארווייז, בלומבערג איז א נאצי היטלר אבער מיר וועלן זיך נישט רירררררררררררררררן קיין סוס כל שהוא.
זיי מעגן האבן וויפל פונגוס זיי ווילן, אבער ווען דאס קומט ווייל מ'גייט נישט אנגעטוהן נארמאל, נאר ארומגעוויקלט ווי א נפטר אין קבר, איז די רשעות נישט צו אריבער טראגן.
און פארגלייך נישט קיין הייליגע מצוה, צו א רשעות'דיגע הנהגה.
(1 נייע הודעה)5. אוועקנעמן קינדער פין עלטערן, לויט ווי זיי זאגן איז דאס געווען ווייל דער שטיב איז ציבראכן, איך אליינס האב מיטגעהאלטן ווי א רב האט אוועקגענומן קינדער ביים געבורט אין אזא פאל. די סקול פארשיקט מיידלך בעל כרחם פין די עלטערן קיין מנצסטר לונדון אנטוורפן ארץ ישראל ווייל די שטיב איז שווער, סדא ווי מגייט נאך ווייטר מען באשילדיגט די טאטע איז מזנה בבתו און מען נעמט אוועק אלע קינדער רח"ל. רעד נאר צי די וואס ווייסן.
איך האב נישט פארשטאנען וואס דו שרייבסט, מ'האט אוועק גענומען די קינדער פון לב טהור, ווייל זיי זענען געווען געדעמיטשט, די שטאט ראט האט מיטגהאלטן געזונט פראבלעמען און נאכגעלאזנקייט, און א אי יכולת צו האדעווען, (ובזה השיבו להם גמולם בראשם, אויפן צונעמען קינדער מיט 10 יאר צוריק בערך, בהיותם במאנסי, וד"ל).
חוץ פון דעם איז דא פרישע סחורה אויף דעם רבי'ן לגבי בתו, אבער דערווייל האט מען נאך נישט געטוהן דערמיט ערנסטע שריט (מ'האפט די מאל דאס צו ניצן אין בית משפט).
(1 נייע הודעה)6. געצוימטע עסן. לאמיר נישט אנפאנגן צי ציילן וויפיל פרוכט פיש אין אפילו פלייש מען האט אינז לעצטנס געצוימט און דאס איז שוין פין נאך די געצוימטע כשרות דייעט סתם אזוי. וואס עפעס פינקט ביי רייז אין אייער ווערט עס פאני?
באמת אויף דברי הבלים דארף מען נישט ענטפערן
אבער מחמת קטני המוחין וועל איך ענטפערן,
ווען דער חיי אדם האט געוואלט אסר'ן קארטאפל אין פסח, האט מען אים געבעטן אז דער "חיי אדם" זאל נישט אסר'ן "חיי אדם", דעריבער סתם חומרות און איסורים וואס האבן נישט קיין זין, איז אפגעפרעגט, אבער ווען מ'טרעפט אין די עסן "איסורים" דאן "טאר" מען דאס נישט עסן, און נישט "מ'לאזט נישט עסן"
(גראדע טרויבן מעג מען, און אפי' די אוסרים האבן שוין צוריק געצויגן, אבל אין ענינה לכאן)
אגב גררא, איך גלייב אז למעשה באדערט קיינעם נישט אויב ער לאזט אדער לאזט נישט עסן, רק רוצים לומר אז שורשו איז "במשוגע" ותו לא.
(1 נייע הודעה)פארוואס נאר וואס אינז זענען אויפגעוואקסן איז כשר? איז נארמאל? פארוואס איז דארט ווי אינז האבן געשטעלט דעם קו דארט איז נארמאל אבער א טראפ ארויפציה איז שוין עקסטרים? פארוואס נאר אינזער רבי קען זאגן מסורה אויף יעדע נייע זאך אשר לא שערום אבותינו אבער יענער מעג נישט?
דו ווייסט וואס דו רעדסט??? (איך גלייב נישט!!)
אבער רוב רובם וואס אונזערע רבי'ס לערנען אונז, איז מבוסס און מיוסד אויף דברי הצדיקים הקודמים, און כמעט נישטא קיין נייע זאכן, ווען מ'זאגט שוין יא א נייע זאך, איז מען דאס מסביר אויף צענדליגע אופנים, און דאס רעדט מען פון נארמאלע זאכן, וואס האבן א נארמאלע סיבה דאס צו מתיר זיין אדער אסר'ן.
אבער סתם אסר'ן זאכן בלא שום נתינת טעם, האט נישט קיין זין.
חוץ מזה, ביי אונז ווייסט מען אז אותות ומופתים באדמת בני חם, ווען א צדיק מאכט א מופת איז דאס א קשיא, ווי קומט צו אים צו מאכן מופתים, אבער ווען מ'זעהט אז דער גאנצער הלוך ילך איז בקדושה וטהרה, און אלעס איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה, פארשטייט מען אז דער איד א ערליכער און דעריבער גיט אים דער באשעפער א כוח צו טוהן מופתים אויך.
כמו"כ לענינינו, ווען מ'פירט איין גזירות, אויב איז מען א ערליכער איד, און פירט זיך אלעס ע"פ תורה, און דינט דעם באשעפער 24/7 דאן ווען ער פירט איין א נייע זאך, איז דאס עקסעפטע"ט, אבער איינער וואס איז כל כולו מופרך משורשו, און זיין עבר איז לוטה בערפל, זיין הוה איז מוסתר במסתרים, און דערצו זענען צענדליגע רבנים ארויס קעגן אים, און ס'דא אסאך געליטענע פון אים, וואס וויינען אויף אים, צענדליגע משפחות האט ער צובראכן, והרשימה עוד ארוכה.
דאן זעהט מען אז דאס איז נישט קיין טלית שכולה תכלת, און דעריבער עקסעפ"ט מען נישט זיינע נייע תקנות וחרמות, בפרט ווען דאס קומט נאכן ארויסברענגען אז גאנץ כלל ישראל איז נישט גערעכט מיט זייער לבוש, מיט זייערע הידורים, און "נאר אונז" זענען גערעכט (גראדע די נוצרים זענען אויך געגאנגען אין דעם מהלך, און די דייטש'ן ימש"ו אויך, אז נאר זיי זענען די ריינע ראסע)
(1 נייע הודעה)איך בעט טיטאניק ציוני חזקי' וכל אחד בשמו יבורך צי ענטפרן אבער ביטע רעדן צים זאך ענקערע קללות מיט וויצן האט מען שוין געהערט. איך זאג נאכאמאל איך בין אין לב טהור קיינמאל געווען וועל קיינמאל נישט זיין אי"ה
איך האף אז אלעס איז קלאר
אויב פארשטייסטו עפעס נישט
איז גיי איבער דיין כתה א' רבי און לערן נאך אמאל עברי
אולי אז תשכיל נכונה.