☕ קאווע שטיבל — ארכיוו
הויפט זייט » תורה ודעת » העמק דבר » זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #5863
בלאט: 1 2

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:10 pm

· #182789
זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר
איך באשאף דעם לעבענס וויכטיגע אשכול פאר מיין תועלת און די תועלת פון אסאך חברים וואס וועלן מיר דאנקן בזה ובבא.

די יסודות הדת זענען זייער קליפ און קלאר. אני מאמין באמונה שלימה אז יש מנהיג לבירה און יעדעס ווארט וואס שטייט אין די תורה איז אמת ויציב. זאכן ווי- גאט, בריאת העולם, חיים אחר המוות וכדו' זענען זאכן וואס זענען זייער פשוט און פארשטענדליך, און אויב איינער האט די מח און שכל, און האט אביסל געלערנט און מעיין געוועהן, איז עס מעגליך צו פארשטיין.

פיל ספרים זענען נתחבר געווארן במשך הדורות וואו מ'קען דורך לערנען יסודות ופרטי דתנו, וכל הרוצה ללמוד יבוא וילמוד. דער בראך איז נאר אז נישט יעדער האט די צייט און קאפ, און טייל ווייסן נישט וואו אנצוהייבן.

יעדע נארמאלע מענטש -- און פארשטייט זיך ערליכע אידן -- האט געוויסע זאכן וואס מען איז נישט קלאר אין, און מען וואלט געקענט באשטיין עס אויסצוקלארן. טיילמאל א קשיא וואס ער האט געהערט אדער געזעהן, אמאל א שאלה וואס אים אליין באדערט, און צומאל סתם יסודות היהדות וואס זענען זייער קלאר פאר די יודעי ספר, אבער פארנעפעלט פאר פשוט'ע אידן.

דערפאר עפען איך דעם אשכול "זאכן וואס איך מוז וויסן", וואו מ'וועט קענען אנפרעגן אלע קשיות וואס מ'האט, און מ'האט אמאל געהאט, און איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק.

איך וועל דא פרעגן צוויי זאכן וואס כ'מוז וויסן:

א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

ב) דער ענין פון 'צדיק ורע לו רשע וטוב לו' איז ביי מיר נישט קלאר. איז מעגליך דאס צו פארשטיין על רגל אחת?

העלא » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:13 pm

· #182791
קודם ווער זאגט אז עס דארף זיין צדיק וטוב לו רשע ורע לו,
צווייטנס עס איז בעתו ובזמנו, די וואכעדיגע סדרה שטייט "הודיעני את דרכיך"
ווי די גמרא זאגט האט ער דאס געפרעגט,

אויב ווילסטו טאקע וויסן קען איך דיר שריייבן א לענגערע ביאור אויף דיין צווייטע שאלה,
איך דארף אבער וויסן אז עס גייט אויפטוהן, דהיינו אז דו זוכסט א תירוץ און נישט אז דו זוכסט צו בלייבן ביי די קשיא,

zurich » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:47 pm

· #182812
מיין שאלה איז, איז בכלל מעיגליך אלעס צו פארשטיין אדער לא יראנו אדם וחי און פערטיג?

מיין עכטע שאלה, דאס הייסט וואס איך מיין טאקע ערלויב איך מיר נישט צו שרייבן דא ווייל מ'גייט עס מעקן

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 10, 2014 8:52 pm

· #182815
@אפטעמיסט אין הכי נמי, אויב דיינע דת-ספיקות זענען נאר צוליב ווייל ס'דא אנדערע רעליגיעס וואס דו האסט נישט חוקר ודורש געווען, דאן קענסטו זיין רוהיג מיט דיין רעליגיע. פארוואס? ווייל די אלע אנדערע גלויביגע זענען דאך אויך נישט צוגעקומען צו זייערע רעליגיע מתוך חקירה והעמק דבר, אלזא, פארוואס זאל זייער נישט-זיכערקייט שטערן דיין זיכערקייט?

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:07 pm

· #182823
פון וואו ווייסטו אז זיי האבן דאס נישט חוקר ודורש געוועהן? כ'בין זיכער אז ס'דא זענען מיליאן פראצענט זיכער מיט זיך.

רויטע וואנצעס » מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:08 pm

· #182826
אפטעמיסט

א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?


"איך בין א איד ווייל מיין טאטע איז געווען א איד" איז א סטעיטמענט וואס ווערט אסאך געניצט, צו ווייזן א שטאלץ אינעם רעליגיע. ס'קען אבער אויך געניצט ווערן אין א פראקטישע וועג. "איך בין א איד ווייל מיין טאטע איז געווען איד" און איך פיל מיך אזוי באקוועם.

zurich » מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:09 pm

· #182830
איך בין נייגעריג צו ביי זיי ביי די קריסטען און ביי די מוסעלמענער איז אויך דא אוי טי דו? 😉

רויטע וואנצעס » מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:16 pm

· #182835
די OTD מובמענט ביי אנדערע גרויסע רעליגיעס האט זיך שוין אנגעהויבן טויזנט יאר צוריק. היינט איז רוב מערב וועלט פריי, און האלב מוסלמענער זענען פריי לחצאין, לשליש, ולרביע.

נולד מאוחר » מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:29 pm

· #182842
אפטעמיסט
א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

לערן דורך אלע פופציג מיליאן רעליגיעס אבער הייב אן מיט אידשקייט אווב מאכט דאס סענס פאר דיר און סשטימט איז דאך גוט.
אויב נישט עמער רעדן דעמאלטס. האסט שוין דרוך געלערנט אידשקייט? און?

zurich » מאנטאג פעברואר 10, 2014 9:33 pm

· #182844
נולד מאוחר
אפטעמיסט
א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

לערן דורך אלע פופציג מיליאן רעליגיעס אבער הייב אן מיט אידשקייט אווב מאכט דאס סענס פאר דיר און סשטימט איז דאך גוט.
אויב נישט עמער רעדן דעמאלטס. האסט שוין דרוך געלערנט אידשקייט? און?

איין זאך איז זיכער ס'מאכט די מערסטע סענס פון די איבעריגע.

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:21 pm

· #182857
אפטעמיסט
פון וואו ווייסטו אז זיי האבן דאס נישט חוקר ודורש געוועהן? כ'בין זיכער אז ס'דא זענען מיליאן פראצענט זיכער מיט זיך.

ס'קען נישט זיין!!
ווייל אויב יא, וואלטן זיי אלע צוגעקומען צום "איין" איינציגער מסקנה?
אלא מאי: ממ"נ, אדער האבן זיי נישט מברר געווען - אדער איז נישט מעגליך צו מברר זיין.

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:25 pm

· #182859
אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער אז אידישקייט איז דער ריכטיגע גלויבונג?

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:31 pm

· #182860
אפטעמיסט
אין אנדערע ווערטער, ס'איז נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער אז אידישקייט איז דער ריכטיגע גלויבונג?

נישט דאס האב איך געזאגט, כ'האב עס ניטאמאל געקענט קענען זאגן. פון וואו זאל איך וויסן אז ס'נישט מעגליך צו וויסן אויף זיכער?
סך הכל, איך פראביר צו פארענטפערען און אויסגעראדן דיין ספק, ווי דערמאנט, די מיליאנע גוים וואס האבן אן אנדערע רעליגע, מאכט דיך טראכטען אז אפשר ווייסען זיי בעסער. אויף דעם האב איך געפרעגט, אויב האלטן זיי אזוי ווייל זיי האבן אזוי מברר געווען שווארץ אויף ווייס, טא, וואו נעמט זיך אזויפיל רעליגיעס?
ממילא, אויב דאס איז דיין קלעם, זאל דאס אויך נישט אייך שטערן.

zurich » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:47 pm

· #182868
קאווע טרינקער איך מעיג אריינרעדן?
דו האלסט אויך אז די יודישע רעליגיע מאכט די מערסטע סענס?

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:47 pm

· #182869
טאקע דאס פרעג איך. טאקע וויבאלד אז ס'זענען דא אזוי פיל רעליגיעס בין איך צעמישט, אפשר איז איינע פון זיי (ח"ו) גערעכט? דאס אז ס'זענען דא אזוי פיל רעליגיעס און רוב וועלט לעבט אין א טעות, מאכט נאר שטערקער מיין קשיא. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער, אנע שטאדירן די אלע גלויבונגען, אז איך בין נישט אויך פון די וואס לעבן (ח"ו) אין א טעות (אזוי ווי רוב וועלט)?

zurich » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:51 pm

· #182871
אפטעמיס, פון די אלע גלויבינגען וועסטו נישט זעהן אין זייער תורה אזוי ווי ביי אונדז וואס שטייט "לעיני כל ישראל" פארשטייסט ס'נישט געוועין באהאלטן ס'געוועין אין פאבליק משא"כ די איבעריגע רעלידזענס איז איינער געקימען מיט א האקאס פויקאס אז גאט האט מיך געזאגט!

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:53 pm

· #182872
האסט דורך געטוען "אלע" רעליגיעס אויפן כדור הארץ?

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:54 pm

· #182873
@אפטעמיסט, ערשט דארפסטו מברר זיין, אויב ס'איז בכלל שייך צו מברר זיין וואס דער אמת'ע אמת איז. טריט איינס.
על צד אז ס'איז מעגליך, איז דאס אוודאי אן עבודה קשה, יארן פון שטודירן און ליינען, ארומפארן די וועלט, אויספרעגן אלע רבנים, גלחים, וכו', - ביסט גרייט אויף דעם? אפשר איז גרינגער צו פרעגן איינער וואס האט שוין מברר געווען, איינעם וועם דו טראסט, און צו וואסערע מסקנה ער איז צוגעקומען, וועט זיין גוט פאר דיר. ס'איז א פלאן?
איך גראדע האב איינעם וועם איך טראסט.

יאיר » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:54 pm

· #182874
אפטימיסט, קענסט ליינען דעם ספר 'לאן' פון רבי אביגדור מיללער וואו ער ערקלערט וואס אידישקייט איז אנדערש פון אנדערע רעליגיעס. בקוצר אמרים טענה'ט ער: די ווייטע מזרח רעליגיעס זענען בכלל נישט געבויט אויף א התגלות אלקים, די מערב וועלט רעליגיעס ווי קריסטנטום און איסלאם זענען געבויט אויף אידישקייט און פארדרייט דערפון, און זיי פארמאגן נישט אזא התגלות ווי מעמד הר סיני ווען דאס גאנצע פאלק האט געזען עין בעין ווי גאט האט זיך אנטפלעקט, ממילא קומט אויס אז אידישקייט איז די איינציגע אמת'ע רעליגיע.
אדרבה, פון דעם וואס נישט ווייניגער ווי דריי ביליאן מענטשן באזירן זייער רעליגיע אויף אידישקייט, כל חד וחד לפום שיטתיה, איז דאך אין לך ראיה גדולה מזו אז אידישקייט איז די אריגינעלסטע רעליגיע.

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:56 pm

· #182875
קאווע טרינקער
@אפטעמיסט, ערשט דארפסטו מברר זיין, אויב ס'איז בכלל שייך צו מברר זיין וואס דער אמת'ע אמת איז. טריט איינס.
על צד אז ס'איז מעגליך, איז דאס אוודאי אן עבודה קשה, יארן פון שטודירן און ליינען, ארומפארן די וועלט, אויספרעגן אלע רבנים, גלחים, וכו', - ביסט גרייט אויף דעם? אפשר איז גרינגער צו פרעגן איינער וואס האט שוין מברר געווען, איינעם וועם דו טראסט, און צו וואסערע מסקנה ער איז צוגעקומען, וועט זיין גוט פאר דיר. ס'איז א פלאן?
איך גראדע האב איינעם וועם איך טראסט.

אוודאי וויל איך הערן, אויב יענער ווייסט וואס ער רעדט. ווער איז דער יענער?

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:00 pm

· #182881
מיין זיידע!
א מלחמה איבערלעבער וואס האט נישט פארלאזט גאט אין די שווערסטע אומשטענדען, און ער האט ווייטער געטראסט זיין טאטע וואס פלעגט פארציילען וויאזוי זיין עלטער עלטער זיידע איז ארויס פון מצרים, און מקבל געווען די תורה אין מדבר סיני.

אפטעמיסט » מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:04 pm

· #182882
יאיר
די ווייטע מזרח רעליגיעס זענען בכלל נישט געבויט אויף א התגלות אלקים

איך פארשטיי נישט פונקטליך די ווערטער, אבער מיט וואס מאכט זיי דאס 'נישט אטענטיש'?

קאווע טרינקער » מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:07 pm

· #182883
אויב רעליגע מיינט "גאט", איז נישט שייך קיין רעליגע אן קיין התגלות אלוקים.

יאיר » מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:09 pm

· #182884
אפטעמיסט
יאיר
די ווייטע מזרח רעליגיעס זענען בכלל נישט געבויט אויף א התגלות אלקים

איך פארשטיי נישט פונקטליך די ווערטער, אבער מיט וואס מאכט זיי דאס 'נישט אטענטיש'?

דהיינו, אפילו לשיטתם זאגן זיי נישט אז גאט האט זיך אנטפלעקט צו זיי און מגלה געווען אז די ריכטיגע וועג צו לעבן איז צו דערגרייכן נירוואנא, נאר אז אזוי האט זייער בודהע אויסגעטראפן. אויב עס מאכט סענס פאר דיר קענסטו עס אקצעפטירן, אז נישט איז נישט. משא"כ די דריי מאנאטעאיסטישע רעליגיעס טענה'ן אז זיי האבן א דירעקטע קשר צו גאט אליין.
אז דו ווילסט פארשטיין מער באריכות דארפסטו ליינען זיין ספר. איך שרייב עס נאר כדי דו זאלסט לייגן תפילין ביז דו ענדיגסט עס.

ונבנתה העיר » מאנטאג פעברואר 10, 2014 11:28 pm

· #182887
אפטעמיסט
א) ס'זענען דא איבער פיפציג מיליאן רעליגיעס און קולטורן אויפן ערד קוגעל. ס'איז אומעגליך דורכצולערנען און שטאדירן אפילו בלויז א קליין חלק פון זיי במשך דאס לעבן. וויאזוי ווייס איך אויף זיכער אז איך בין גערעכט מיט מיין גלויבונג אן הערן וואס יענער האט צו זאגן?

ענדליך להאמור לעיל: בעצם איז די נידון נאר אויף די דריי אבראהאמיק רעליגיע'ס, אידישקייט, קריסטונטום און איסלאם, וואס זיי שטעלן צוזאם 54 פערצענט פון די וועלט פאפיולאציע, קעגן נאר 30 פערצענט פון אנדערע רעליגיע'ס, די אלע זענען געבויעט אויף אידישקייט, וידוע הסיפור [אפשר פון כוזרי] אז יעדער האט מודה געווען אז נאך זיין רעליגיע איז אידישקייט די נאנטסטע צום אמת, קומט אויס אז אין טאטעל געווינט אידישקייט.

נאך א נקודה: אויב די ארגינעלע וועג האט זיך אנגעהויבן מיט יהדות האט זי א חזקת מרא קמא און המוציא מחבירו עליו הראי', די אנדערע זענען די וואס דארפן מוכיח זיין.

ועוד: אויף מתן תורה זענען דא מיליאנען קבלות איש מפי איש [ובתוכם דיין טאטע] אז עס זענען געווען 600 טויזנט עדי ראי' אויף מתן תורה, א זאך מיט וועלכע קיינער קען זיך נישט פארמעסטן.

אפטעמיסט
ב) דער ענין פון 'צדיק ורע לו רשע וטוב לו' איז ביי מיר נישט קלאר. איז מעגליך דאס צו פארשטיין על רגל אחת?

עס פעלן נישט קיין תירוצים אויף דעם, נאר איך האב פריער בהשגחה פרטית געזעהן וואס דער מחבר שרייבט אין הל' גרים:

וזה שתראה ישראל בצער בעולם הזה טובה היא צפונה להם שאינם יכולים לקבל רוב טובה בעוה״ז כעובדי כוכבים שמא ירום לבם ויתעו ויפסידו שכר עולם הבא.

זוכער » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:02 pm

· #182998
איך האב עטליכע פראגעס אויף וועלכן אין זוך שטארק א הסבר, וזה החלי:

1) אין די גמרא מסכת סנהדרין געפינען מיר אז הילל הזקן (דער בעל מחלוקה פון שמאי) האט געהאלטן "אין משיח לישראל".
די גמרא ווענדט אים זייער שטארק און זייער שארף אפ.

מיין קשיא איז סימפל:
וואס האט דער הייליגער צדיק הלל געהאלטן. אז מיר ווערן חלילה נישט אויסגעלייזט פון גלות?

(דער עקרים איז טאקע דערפון מוכיח אז די אני מאמין בביאת המשיח איז נישט קיין עיקר). די קשיא איז פשוט און גראד: וואס האט הילל הזקן געהאלטן, וואס איז דער תכלית מיט עם ישראל נאכן חורבן?

ומצוה ליישב.

ונבנתה העיר » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:32 pm

· #183005
שלום עליכם, זוכער, אפשר מיינט ער א מדינה ע”פ תורה.

למעשה זאגט דארט רש”י, אין משיח, נאר דער אייבערשטער אליין וועט זיי גואל זיין, ועיין שו”ת חת”ס יו”ד די לעצטע תשובה.

דר”א, דער בעל המימרא איז רבי הילל, נישט הלל הזקן.

הוגה » דינסטאג פעברואר 11, 2014 4:47 pm

· #183011
זוכער
1) אין די גמרא מסכת סנהדרין געפינען מיר אז הילל הזקן (דער בעל מחלוקה פון שמאי) האט געהאלטן "אין משיח לישראל". די גמרא ווענדט אים זייער שטארק און זייער שארף אפ.

מיין קשיא איז סימפל: וואס האט דער הייליגער צדיק הלל געהאלטן. אז מיר ווערן חלילה נישט אויסגעלייזט פון גלות?
מצוה ליישב.


דא קענט איר זעהן א שטיקל מהלך והסבר וואס קען פארענטפערן דער קשיא. קוק אויך אין די נאכפאלגענדע תגובות. (אגב, עס שטימט ע"פ געוויסע חסיד'ישע ספרים אויך ואכמ"ל.)


.

למדן » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:45 am

· #216205
זוכער
איך האב עטליכע פראגעס אויף וועלכן אין זוך שטארק א הסבר, וזה החלי:

1) אין די גמרא מסכת סנהדרין געפינען מיר אז הילל הזקן (דער בעל מחלוקה פון שמאי) האט געהאלטן "אין משיח לישראל".
די גמרא ווענדט אים זייער שטארק און זייער שארף אפ.

מיין קשיא איז סימפל:
וואס האט דער הייליגער צדיק הלל געהאלטן. אז מיר ווערן חלילה נישט אויסגעלייזט פון גלות?

(דער עקרים איז טאקע דערפון מוכיח אז די אני מאמין בביאת המשיח איז נישט קיין עיקר). די קשיא איז פשוט און גראד: וואס האט הילל הזקן געהאלטן, וואס איז דער תכלית מיט עם ישראל נאכן חורבן?

ומצוה ליישב.

דער עקרים זאגט טאקע אז עס'ז נישט קיין עיקר אבער וועגן ר' הלל וואס האט געהאלטן אז אין משיח לישראל האט מודה געווען אין יודישקייט בככלליות, אבער לגבי אמונה זאגט ער קלאר אז מ' מוז גלייבן אין ביאת משיח און ווער עס גלייבט נישט איז א כופר על אף ס' נישט קיין עיקר ראוי לכל בעלי הדת להאמינו, און דער ר' הלל האט געדארפט
א כפרה

לגבי וואס עס איז דער תכלית איז מיר אויך זייער שווער געווען בעיקר ווייל עס איז זייער שווער אנצוגיין ובפרט אין שווערע צייטן אהן א צפי' אויף עפעס א ליכטיגע זאך וואס גייט קומען און דאס האט געהאלטן די יודן אין די שווערע צייטן און פארדעם איז מען אזוי ביזי געווען דערמיט אין די קריג, לענינינו קען זיין אז עולם הבא לעתיד לבא, נישט אז דאס ווייס איך יא וואס דאס איז האט ר'הלל געהאלטן קומען

ונבנתה העיר » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:47 am

· #216207
למדן
און דער ר' הלל האט געדארפט א כפרה

ר' הילל דינגט זיך.

למדן » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:52 am

· #216208
יא, כ' רעד וויאזוי אונז האמיר אנגענומען
צווישן רמבם און עיקרים דארף מען גלייבן אין דעם

למדן » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:58 am

· #216209
ונבנתה העיר

למעשה זאגט דארט רש”י, אין משיח, נאר דער אייבערשטער אליין וועט זיי גואל זיין, ועיין שו”ת חת”ס יו”ד די לעצטע תשובה.

דער עיקרים נעמט אהן ר' הלל כפשוטו ווייל ווען נישט דארף ער נישט קיין כפרה

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:37 am

· #216216
פארוואס איז וויכטיג צו וויסען עפעס אויף הונדרעט פראצענט זיכער? עס איז נאריש קינדעריש און מיסאינפארמד צו מיינען אז א ילוד אשה קען מברר זיין אויף זיכער כמעט א שום זאך, כל שכן אזא קאמפליצירטע זאך ווי רעליגיע. גארנישט אין דער לעבן איז הונדרעט פראצענט זיכער און אזוי לעבט מען, לויט וויפיל מען ווייסט און מען קען מכריע זיין אויף למעשה ווי זיך צו פירען.
איינער וואס פארקויפט דיר עפעס אויף הונדרעט פראצענט איז אדער א שקרן א נוכל אדער א טיפש.

נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 7:11 am

· #216221
לעיקוואד

איינער וואס פארקויפט דיר עפעס אויף הונדרעט פראצענט איז אדער א שקרן א נוכל אדער א טיפש.

Are you a hundred percent sure about that?

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 8:52 am

· #216229
Re: זאכן וואס איך 'מוז' וויסן- העמק דבר
Yes.

כוכב » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:28 am

· #216232
אן אלטע שיטה פון לעיקוואד וואס איז שוין עטליכע מאל איבערגעחזרט געווארן אין שטיבל.
די פראגע איז וואס פונקטליך מיינט ער. עס איז זיכער דא זאכן וואס א מענטש ווייסט אויף הונדערט פראצענט. איך ווייס ווער מיין ווייב איז אויף הונדערט פראצענט, איך ווייס אז איך בין כוכב פון קאווע שטיבלף וכדו' וכדו'.
איז וואס מיינסטו, נאר בשייכות צו רעליגיע?
און למשל, דער איד וואס איז געשטאנען ביי מתן תורה, האט ער נישט געוואוסט אויף הונדערט פראצענט אז ס'איז דא א גאט?

לעיקוואד » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:34 am

· #216259
איך מיין בשייכות צו רוב זאכען. לעולם אויך אז דו ביסט כוכב אויף קאווע שטיבל און ווער איז דיין ווייב איז נישט קיין הונדרעט פראצענטיגע ידיעה, פאר ווער עס קען אביסעל פילאסאפיע ווייסט פארוואס. נאר למעשה איז נישטא קיין נפקא מינה פון דער ספק. אבער יעדער זאך וואס איז מעטאפיזיש אדער עטיש און קאמפצילירט און תלוי אין אזויפיל אנדערע זאכען איז אוודאי אזוי.
לגבי דיין שאלה, יא, אפילו א איד וואס איז געווען ביי הר סיני אליינס איז נישט געווען זיכער. מן הסתם למעשה האט ער נישט געהאט קיין ספיקות, אבער אז מטראכט אריין איז אוודאי געווען אין דעם ספיקות.
עס איז דא א גרויסער חילוק פון זיך ספק'נען למעשה און וויסען בידיעה וודאית. למעשה האב איך אויך נישט קיין ספק אז דער חתונה ווי מען האט מיר געלאדענט היינט גייט פארקומען, איך האב נישט געהערט אז עס זאל זיין א צד עס זאל בטל ווערן. אבער לעולם באמת איז דאס ווייט פון זיכער אזויפיל זאכען קענען געשעהן עס זאל נישט זיין.
אלע וויכטיגע זאכן אין לעבן זענען א ספק. ביסטו זיכער הונדרעט פראצענט אז דיין ווייב דאס איז די בעסטע אמתע זיווג פאר דיר? אוודאי נישט, נאר למעשה האסטו אזוי בוחר געווען לויט די ידיעה וואס דו האסט געהאט און די ספק'סט זיך נישט אין דעם (האפענטליך) יעדער טאג פון פריש. אבער זאגען אני יודע במאה אחוז איז א נארישקייט.

נהורא נפישא » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 11:54 am

· #216263
True knowledge is knowing that you know nothing ( Socrates)

למדן » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 12:14 pm

· #216268
די אלע זאכן וואס דו האסט דערמאנט ווייסט מען מיט א ידועה הגם ס' אפשר נישט ברור ווי אויך קענען זיך זאכן שנעל טוישן אבער עס נעמט נישט אוועק די ידועה וואס איז אנדערש פון א אמונה (וואס איז קלאר נישט קיין ידועה אמער ס' דאך א הסתר פנים), דארף מען וויסן גענוי אויף וואס דאס איז גע'בעיסד

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:39 pm

· #216306
אין א וועלט פון טיאקראטיע איז דער יחיד נישט קיין שותף אין די ביזנעס
May he give it up
דריי מאל וואס כלל ישראל האט בכלל נישט געוואוסט פון קיין תורה צו זאגן
yetzias mitzroim was never forgotten

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:44 pm

· #216308
[ציטאט אראפגענומען]

דער יחיד

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 3:49 pm

· #216310
I have a feeling that many here never learned elementary, like navi and midrash etc. b4 they speak of these things

למדן » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:20 pm

· #216317
עס איז אמת אז איינע פון די זאכן וואס איך האב געקלערט לויט דעם ר' הלל איז אז סתם טוה וואס מען הייסט, ווי דער עקרים איז קלאר מבאר לשטתו אז משיח איז נישט פון די עקרים על אף וואס מען דארף קלאר גלייבן אז ער גייט קומען, און ממילא די דריי עקרים גייט ווייטער אהן אפילו אויב מען זאל גלייבן אז משיח קומט נישט, למעשה אלס איינער וואס איז אויפגעוואקסן אז די גלות איז נאר א פרוזדור צו די ביאת המשיח איז אביסל שווער זיך אריינצונעמען אז אזוי גייט ווייטער אנגיין אויף אייביג נאר אונז דארף מיר פאלגן, פארשטייט זיך לשטת ר' הלל, פארדעם איז אינטערעסאנט וואס דער ר' הלל האט געהאלטן וואס איז דער תכלית פון עם ישראל

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 4:34 pm

· #216324
It seems strange to require a person to keep his life going in such a golus whiteout promising him anything. I wonder who would accept it

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:16 pm

· #216343
[ציטאט אראפגענומען]


What did gidoen say to the malach

matan tora was a 2 side deal

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:34 pm

· #216347
We trusted him.
And we continue living because we trust him

למדן » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:37 pm

· #216349
על אף וואס ר' דיפף בלשון ע''ז איז עס מסתם ווייל ער האט נישט קיין יודישע קיבארד בעהט איך אייך חשובער מגיד צו ענפערן אין די באקסיגע אותיות ווייל אזוי קלער איך א כ' על בעסער פארשטיין וואס איהר ווילט ארויסברענגען

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 5:47 pm

· #216353
שכחום וחזרו ויסדום
Are you saying boch toros, gidoen and his family worshipped the baal

now, that you don't know our history. I'm sure that you don't know the history of other religion's that you mentioned

diff » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:03 pm

· #216354
'

ביבער » מאנטאג אוגוסט 11, 2014 6:49 pm

· #216365
לעיקוואד
פארוואס איז וויכטיג צו וויסען עפעס אויף הונדרעט פראצענט זיכער? עס איז נאריש קינדעריש און מיסאינפארמד צו מיינען אז א ילוד אשה קען מברר זיין אויף זיכער כמעט א שום זאך, כל שכן אזא קאמפליצירטע זאך ווי רעליגיע. גארנישט אין דער לעבן איז הונדרעט פראצענט זיכער און אזוי לעבט מען, לויט וויפיל מען ווייסט און מען קען מכריע זיין אויף למעשה ווי זיך צו פירען.
איינער וואס פארקויפט דיר עפעס אויף הונדרעט פראצענט איז אדער א שקרן א נוכל אדער א טיפש.

אבער אויך די אמאליגע בעלי קירוב ווי למשל דער רמב"ם, רס"ג, כוזרי, זיי האבן קלאר געוואוסט אז עס נישט שייך קיין 100 פראצענטיגע ידיעה אויף דער וועלט, און זיי האבן עס פארקויפט אלס 100 פראצענט...
בלאט: 1 2